צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:23 pm
יום טוב שני האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:29 pm
פארוואס שרייב איך עס , וויל מען קען אסאך מאל הערן ווי מען פרעגט כאילו אפ חסידישע דרכים און ענינים, מיט א רבינו יונה אדער אנדערע מוסר ספרים אדער ראשונים, דרך הבע"ש איז א נייע דרך און אלע זיינע תלמידים זענען געווען צדיקי אמת "" מען קען זיך ראויג פארלאזן אויף די צדיקים, זיי דארפן זיך נישט פארענטפערן און מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן פארן גלייבן און גיין בתמימות ופשיטות און זייער וועג""
דא שטייט לדעתי געוואגטע ווערטער וואס דארף ווערן געמאסטן און געוואויגן וויאזוי דאס צו לערנען און אנקוקן.
מסורת ישראל איז די יסוד היהדות און די קבלה דור אחר פשוטע תורת הנגלה וואס אלע גדולי עולם האבן אליינס געלערנט און מנחיל געווען מדור לדור פון מעמד הר סיני, אט דאס איז דער יסוד היסודות וואס דעפינירט א איד און זיינע חיובים און גלויבונגען.
וואס באדייט א צדיק אין פאל וואס ע”פ נגלה איז ער א פשוטער מענטש? וויאזוי צו נעמען אומפארשטענדליכע דיבורים פון א צדיק? וויאזוי צו קוקן אויף מחלוקת פון צדיקים, קעגנגעזעצטע מיינונגען מקצה אל הקצה? וויאזוי צו נעמען ווערטער פון צדיקים אין די געציילטע פעלער וואס סאיז בהכרח נישט אין איינקלאנג מיט די פריערדיגע ראשונים? דאס אלעס איז א גאר דעליקאטע נושא, און כללים וועלכע טראסקענען אוועק אונזערע אלע פריערדיגע רבי’ס און זייער מסורה ביז מעמד הר סיני איז נישט זייער הילפבאר.. אויב עפעס אזא שניט ברענגט צו אסאך שווערערע תמיהות און פאטענציאלע חורבנות ברוחניות.
הכו”ח צייטווייליג ד”ע
איר זאגט עפעס, אבער לאמיר אייך פרעגן אזוי.
ס'שטייט אין חובת הלבבות אין שער הבטחון אז א ריכטיגער בוטח בה' וועט זיין רואיג אז דער אייבערשטער וועט אים צושיקן פרנסה דארטן ווי ער איז, און ער וועט נישט דארפן אוועקפארן פון דערהיים אין די מרחקים כדי זיך צו שפייזן.
איז באקאנט, און הרה''ג רי''ח גרינוואלד זז''ג זאגט עס אויך אויף די טעיפס, אז די תלמידי בעל שם טוב הק' האבן געהאלטן אז א מענטש דארף צומאל יא אוועקפארן צו די מרחקים, כידוע פירוש הבעש''ט מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ, אז א מענטש מיינט אז ער גייט פאר זיינע צרכים אבער באמת איז דא סיבות שונות ללקט ניצוצין הק' ווי דער רבש''ע פירט דעם מענטש.
פארוואס דארטן פארשטייסטו בפשטות גמור אז ביי אונז האט מען דעם בעש''ט אנגענומען לכתחילה און מ'מוטשעט זיך ניטאמאל צי פארענטפערן אז ס'זאל שטימען מיטן חובת הלבבות וואס איז פון די ראשונים אשר מפיהם אנו חיים.
איך ווייס אז ס'איז נישט ממש דומה, און בעצם זאגט איר עפעס, אבער ס'איז נישט שווארץ און ווייס