לאמיר זיין קלאר. א נס חוץ לדרך הטבע, טייטשט אז אין דער טבע'דיגער סדר הבריאה איז נישט דא קיין וועג וויאזוי דאס קען פאסירן, און האט נישט קיין ערקלערונג, אויסער יד השם.דערווייל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 01, 2025 5:20 pm טייערע אידן.
ווען ס'קומט צו א געשעהעניש וואס האט נישט מיט ציונות, דעמאלס פארשטייט יעדער, אז מ'טאר זיך נישט מתעלם זיין פון די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט.
נאר ווען ס'קומט צו ציונות, דרייט זיך דער לאגיק איבער, און מ'הייבט אן צו רעדן מיט א כפירה'דיגע קאפ, פארוואס ס'וואלט אזוי געדארפט זיין עפ"ל, און דאס איז דרך אכזריות, כמובא ברמב"ם לגבי פורעניות.
איינער וואס האט מורא אז ער וועט פארכאפט ווערן צו ציונות [???] יעשה שאלת חכם, צו ער מוז פארדרייען די פאקטן און אנאליזן.
ניסים מלובש אין טבע? דאס אז איך קלאפ יעצט מיט די פינגער אויפן קיבאורד, די עלעקטערישע ערפינדונגען וואס מאכן אז דו זאלסט קענען ליינען וואס איך שרייב, און יעדע קלאפ וואס מיין הארץ גיבט.
דאס וואס פורים איז א 'נס בתוך הטבע', אויף וואס מדאנקט עקסטער, איז -אזויווי בריסקער רב ברענגט ארויס- די 'מעסעדזש' וואס איז ארויסגעקומען מיט א קלארקייט דורך דער קייט פון פאסירונגען.
נס איז בעצם טייטש א צייכן, און דער אויבערשטער ווייזט צומאל ארויס צייכנס פון זיין אהבה צו כלל ישראל, און אויף דעם דאנקט מען.
בימי אחשורוש האבן די צייטונגען דען נישט געהאט קיין פאליטישע ערקלערונג? זיי האבן יא געקענט האבן, און דער מלבים איז מאריך איז די פאליטישע חשבונות וואס מזעט אין די מגילה, אבער א איד, א מאמין, האט געזען דערין דער יד השם וואס היט אפ אפ און ראטעוועט כלל ישראל פון אפגעמעקט ווערן, און דער מעסעדזש איז געווען זייער קלאר, אז ווען מאיז נהנה מסעודתו של אותו רשע קומט פורעניות, און ווען מטוט תשובה העלפט דער אויבערשטער.
לענינינו, ווילאנג דער פאסירונג שטימט מיט די חוקי הטבע איז דאס נישט קיין נס חוץ לדרך הטבע. יעדער זאך וואס געשעט אויף דער וועלט איז א נס בתוך הטבע. די ניסים בתוך הטבע אויף וואס מען דאנקט עקסטער דעם אויבערשטן איז ווען דורך דער פאסירונג ווייזט זיך ארויס אז דער אויבערשטער פירט די וועלט כרצונו און וואכט אויף כלל ישראל.
די מיליטערישע סוקסעסן גייען נישט אריין אין דעם קאטעגאריע, די מיסיל דעפענס סיסטעם [וועלכע איז גראדע דורכגעפאלן, און אין געוויסע פעלער נישט מליח געווען אראפצושיסן 1\1] גייט אויך נישט אריין דארט. דאס אז אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, אויך נישט.
דאס אז סוואלט געקענט זיין מער הרוגים ה"י וועלכע זענען באופן פלא ניצל געווארן, דארף מען דאנקן דעם אויבערשטן דערויף, און אריינטראכטן צי דאס האט געוויזן א צייכן פון דער אויבערשטער'ס הנהגה כלפי כלל ישראל, ווי ער באצאלט לעושי רצונו און איז מעניש עוברי רצונו.