נייעס פון וויליאמסבורג

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 51

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך צמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:44 am
ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:31 am
צמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:39 am

אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
וויפיל האט ujo באקומען א חודש צוריק ? פינף מיליאן?
חחח+
זייער א גוטע דזשאוק, לכאורה וועגן דעם האבן זיי אים אינדארסירט, ניין?!

ער איז למעשה געווען די בעסטע, ער שטייט אגאנצן טאג צו די רעכטע האנט פון די עסקנים, טוט וואס מען בעט אים, אפי' אונז האבן אים נישט פאריגעס מאל אריינגעברענגט, ער האט גארנישט פארדינט פון אונזערע צוויי דריי טויזענט וואוטס פאריגעס מאל.

לאמיר זיך נישט נער'ן, ביידע קאמפיינס האבן געצאלט פאר חברה זאלן קאמפיינען ביי אונז. למעשה,ווער זענען די עסקנים וואס האבן קאמפיינט פאר רעסלער און ווער פאר געיטס?
אנאנימעס מענטשן האבן קאמפיינט פֿאַר איר, עסקנים וואס נאכן קאמפיין וואלטן זיי דיר שוין נישט געהאלפן, איינמאל קיינער באצאלט זיי נישט זענען זיי שוין נישט דא, שוין, הצלחה רבה.
איך גיי גרין
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2909
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6695

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דאס איז ריכטיג אז רעסטלער האט געראטעוועט די וואוטשערס? מיר דוכט זיך אז דאס איז געווען א זייער ברייטע ארבעט פון די גאנצע סיטי קאנסול צו פאדערן מער פאנדס פון די סטעיט. די גויים דארפן עס פונקט אזוי. כאטש עס איז נישט נוגע למעשה נאר לדיוק הדברים.
אוועיטער
ChatGPT
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 195

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ChatGPT »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:13 am דאס איז ריכטיג אז רעסטלער האט געראטעוועט די וואוטשערס? מיר דוכט זיך אז דאס איז געווען א זייער ברייטע ארבעט פון די גאנצע סיטי קאנסול צו פאדערן מער פאנדס פון די סטעיט. די גויים דארפן עס פונקט אזוי. כאטש עס איז נישט נוגע למעשה נאר לדיוק הדברים.
אזוי ווי דער וויליאמסבורגער אסעמבלימאן האט שווער געארבעט אויפן חינוך געזעץ....
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 150

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:30 am
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 10:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 7:33 pm פון די וומסב"ג נומערן זעט מען אז די וואטסעפפ עסקנים האבן אלעמען איבעראשט ווי ווייניג פראצענט זיי האבן אוועקגענומען.

אין די לופט האט זיך געשפירט ווי דער סקעמער'ס קאמפיין האקט שטיקער...
ביטע אטקירט נישט יודן וואס בלטיגען אז זייערע קינדער זענען יעדן טאג און א סכנה
איך אטאקיר נישט קיינעם.

איך רוף עס פלעין אן ביים נאמען. די ווייטאג איז גראדע זייער בארעכטיגט, אבער די קאמפיין האבן זיי דאך נישט געפירט.
די וואס וואנען דארט האבען עס אונגעהויבען
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 150

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ויצא »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:44 am
ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:31 am
צמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:39 am

אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
וויפיל האט ujo באקומען א חודש צוריק ? פינף מיליאן?
איך ווייס נישט פארוואס מאנכע ווערען סטאק מיט דעי פינף מיליאן דאלער ווען בפעול איז UJO די "איינצגסטע" ארגענזיציע וואס העלפט ארוס מיט אלע פראגרעמען בחינום ,אבער איך זעה אויך נישט פארוואס מען דארף אראפ רייסען מענטשען וואס ליידען וועגען ענגע אינטרעסען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5230
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 17479

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:13 am דאס איז ריכטיג אז רעסטלער האט געראטעוועט די וואוטשערס? מיר דוכט זיך אז דאס איז געווען א זייער ברייטע ארבעט פון די גאנצע סיטי קאנסול צו פאדערן מער פאנדס פון די סטעיט. די גויים דארפן עס פונקט אזוי. כאטש עס איז נישט נוגע למעשה נאר לדיוק הדברים.
רמ"ד שרייבט נישט אז ער האט עס געראטעוועט, נאר אז ער האט אנגעהויבן שטורעמען און ברענגען די מידיע'ס אויפמערקזאמקייט צו דער אישו, און נאכן געווינען די דעת הקהל האט ער געארבעט מיט די איבריגע קאונסיל מעמבער'ס אויף די פאנדס.
רזא דשבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 15

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך רזא דשבת »

ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:08 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 9:44 am
ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:31 am
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
וויפיל האט ujo באקומען א חודש צוריק ? פינף מיליאן?
איך ווייס נישט פארוואס מאנכע ווערען סטאק מיט דעי פינף מיליאן דאלער ווען בפעול איז UJO די "איינצגסטע" ארגענזיציע וואס העלפט ארוס מיט אלע פראגרעמען בחינום ,אבער איך זעה אויך נישט פארוואס מען דארף אראפ רייסען מענטשען וואס ליידען וועגען ענגע אינטרעסען
UJO אפיס איז טאקע זייער א פיינע אפיס, אבער סאיז פאנדעט ביי די גאווערמענט, די געלט קומט פון מיין טעקס געלט, און יא עס קומט זיך קרעדיט פאר די ארבעט פון זייער אפיס,

אבער דא רעדט מען פון פאליטישענס צו זיי העלפן אדער נישט,
טאמער ווילסטו מיר ענטפערן שהשתיקה יפה להם, דאן טשעק איך ארויס,
אויפן טיש האט יעדע אריינגעוועלטע פאליטישאן א זשאב, א אפיס מיט ארבייטער, א קאנסילמאן, אסעמבלימאן, סטעיט סענעטער וכדומה , האבן א זשאב,זייער זשאב איז צו העלפן זייערע מענטשן אין זייער דיסטריקט;
די מציאות איז אז אפילו ווי ברית מילה, חינוך, און צום לעצט די נערישע בייק לעין פון 3 גאסן! מען רעדט פון 3 פארשטינקענע גאסן קענסטו נישט פויעלען ביי דיינע פאליטישענס, דעמאלטס איז א יעדע וואוט אין NYC חספא בעלמא,
ווייז מיר איין זאך אין די לעצטע 10 יאר אדער 15 יאר וואס פאליטישענס האבן ערלעדיגט אין וויליאמסבורג פארן ציבור ! איך רעדט פון זייער פשוטע ארבעט
די תירוץ איז 0 😱
און ענטפער מיר נישט אז מען וואוט נישט,
וועגן אני כשלעצמי האט וואלענטירט אומזיסט אין רעסטלערס קאמפיין אפיס די ערשטע מאל ווען ער איז אריינגעוואוט געווארן אין א אמט, און ער האט געוואנען נאר דורך היימישע וואוטס!!!!!
סקעמער איט איז!
פארפאלן א פרומע איד אין NYC צו באקומען עפעס איז דערנאך , דאס איז די מציאות, די פראזשעקטס/בעדפארד גארשענס וואס איז שוין דא אן אונזער געגענט, וואס אמאליגע עסקנים האבן ערלדיגט פאר אונז אידן , גייט נאר פאר גוים און ואין פוצה פה, מען קען אזוי שרייבן א גאנצע נאכט ,
א יעדער וואס קען וואוטען אפסטעיט , זאל ענדערשער וואוטען דארט, דארט איז די אנפאנג פונעם עתיד, אין די סיטי איז יעדע וואוט אשאד די צייט, אפסטעיט קענסטו גענצליך איבערנעמען אזוי ווי קרית יואל/מאנסי וכדומה , דאס איז אינזער איינציגסטע כח אינעם ביטערן גלות כהיום , וואוטען און איבער נעמען געגענטער אינטער אידישע הענט , און אין אפסטעיט איז עס מעגליך
Think and Thank
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 2086

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

ברית מילה האט מען נישט ערלעדיגט דורך פאליטישאנס? וואוטשערס? און וואס איז מיט דאבל פארקינג ביי אלטערנעט סייד פארקינג? (כ'ווייס, אין בארא פארק איז עס שוין געווארן ערלעדיגט 30 יאר צוריק. אבער אין וויליאמסבורג האט מען עס ערלעדיגט די לעצטע פאר יאר.) און מיט רוקן די צייט פון אלטערנעט סייד פארקינג אויף צענדליגער גאסן פון אינמיטן די נאכט צו 11 אזייגער בייטאג?

צו מ'וואלט געמעגט ערלעדיגן מער? אודאי! מ'וואלט אויך געמעגט וואוטן מער... אבער צו זאגן אז מען קען מער גארנישט פועל'ן ביי זיי איז פשוט נישט ריכטיג.
רזא דשבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 15

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך רזא דשבת »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 4:49 am ברית מילה האט מען נישט ערלעדיגט דורך פאליטישאנס? וואוטשערס? און וואס איז מיט דאבל פארקינג ביי אלטערנעט סייד פארקינג? (כ'ווייס, אין בארא פארק איז עס שוין געווארן ערלעדיגט 30 יאר צוריק. אבער אין וויליאמסבורג האט מען עס ערלעדיגט די לעצטע פאר יאר.) און מיט רוקן די צייט פון אלטערנעט סייד פארקינג אויף צענדליגער גאסן פון אינמיטן די נאכט צו 11 אזייגער בייטאג?

להוי ידועה
ברית מילה איז נאך אלס תלוי באוויר היינט ,קיינמאל געווארן ערלעדיגט ליידער , יא איר הערט גוט אין די פרייע אמעריקע, היינט צוטאגס איז דאס ליידער די מציאות,
וואוטשערס איז אויך נישט זיכער ,און סאיז לאוו דוקא א אידישע פראבלעם,סאיז א סיטי פראבלעם פאר גוים להבדיל אויך, און דאס איז געווארן מסודר אלס א דעמאקראטישע מאוו, וועגן זיי זענען פראו טיילן אומזיסטע געלט,
דאבעל סייד פארקינג האט ווייטער זילטש מיט אידן צוטאן , סאיז אין אלע געגענטער אזוי ,
מען רעדט פון וואס אידן האבן באקומען עפעס ספעציעל, די תירוץ איז ניין, וועגן די האסט נישט געטראפן !
און יא לינקאלן רעסטלער האט געווינען זיין ערשטע זיץ נאר דורך אונז היימישע אידן ! ביל דיבבלאזיא אלס מעיאר אויך, און נאך צענדליגע פאליטישענס די לעצטע 20 יאר וואס האבן שווארץ אויף ווייס מודה געווען אז זיי האבן געוואנען דורך די היימישע וואוטס אין וויליאמסבורג , און מיט דעם אלעם האסטו באקומען א שטויס !
די טשערי אויף די פיי עס צו פראווען ,איז די נערישע 3 בלאק בייק לעין!
אז מען דארף אפילו מסביר זיין פאר א איד אין די סיטי אז די באקומסט נאר שטויסעס , איז צרות בערעגסאס, אז די פארשטייסט נישט אז קאפעלס צאלן 3 אלפים רענט פאר א שיך באקס, וועסטו דאס קיינמאל פארשטיין, וועגן די ביזט פשוט פרא סיטי , צו עס מאכט סענט צו נישט, ליידער איז די מצב אזוי ביטער אז ניטאמאל זעט מען די צרה !
סאיז דא צענדליגע גאסן אין הארץ פון וויליאמסבורג ווי מען קען בויען צענדליגע טויזענטער דירות, אבער עס ווערט נישט ריזאונט,טויזענטער פראזשעקטס דירות אין וויליאמסבורג גייט נאר פאר גוים, די נערישע בייק לעין איז נאר א פועל יוצא ,מען רעדט פון 3 נערישע גאסן און אלע פאליטישענס מאכן ליצנות פון דיר,
בייק לעין ווי קינדער קענען געהארגעט ווערן איז no excuse what so ever ! און סאיז א זאך וואס קען געטוישט ווערן איבער נאכט אז זיי ווילן עכט, נאר וואס דען מאכן ליצנות פון דיר , יעדע פאליטישען באנאזאם
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9370

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך פופציגער »

רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am איז צרות בערעגסאס
כמיין נישט צו אריינהאקן, אבער דער אויסדרוק איז קיל. לייק איט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2909
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6695

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 2:32 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:13 am דאס איז ריכטיג אז רעסטלער האט געראטעוועט די וואוטשערס? מיר דוכט זיך אז דאס איז געווען א זייער ברייטע ארבעט פון די גאנצע סיטי קאנסול צו פאדערן מער פאנדס פון די סטעיט. די גויים דארפן עס פונקט אזוי. כאטש עס איז נישט נוגע למעשה נאר לדיוק הדברים.
רמ"ד שרייבט נישט אז ער האט עס געראטעוועט, נאר אז ער האט אנגעהויבן שטורעמען און ברענגען די מידיע'ס אויפמערקזאמקייט צו דער אישו, און נאכן געווינען די דעת הקהל האט ער געארבעט מיט די איבריגע קאונסיל מעמבער'ס אויף די פאנדס.
און דאס איז ריכטיג דער מציאות?

@רזא דשבת בסך הכל שרייבסטו אז עכט טארן אידן נישט וואוינען אין די סיטי געזעצליך. אויב אזוי קומט דאך אויס אז די עסקנים ארבעטן גאנץ פיין אז טראץ וואס די געזעצן זענען אזוי נישט מסודר גייט אונזער לעבן אן ווי געהעריג און מען מאכט ברית'ן און מען באקומט וואוטשערס.
Think and Thank
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 2086

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 3:06 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 2:32 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 11:13 am דאס איז ריכטיג אז רעסטלער האט געראטעוועט די וואוטשערס? מיר דוכט זיך אז דאס איז געווען א זייער ברייטע ארבעט פון די גאנצע סיטי קאנסול צו פאדערן מער פאנדס פון די סטעיט. די גויים דארפן עס פונקט אזוי. כאטש עס איז נישט נוגע למעשה נאר לדיוק הדברים.
רמ"ד שרייבט נישט אז ער האט עס געראטעוועט, נאר אז ער האט אנגעהויבן שטורעמען און ברענגען די מידיע'ס אויפמערקזאמקייט צו דער אישו, און נאכן געווינען די דעת הקהל האט ער געארבעט מיט די איבריגע קאונסיל מעמבער'ס אויף די פאנדס.
און דאס איז ריכטיג דער מציאות?

כ'ווייס נישט, אבער איך ווייס אז די אדמיניסטראטארן פון אלע וויליאמסבורגע מוסדות (אדער כמעט אלע - זיי האבן נאר געשריבן די נעמען, נישט די מוסדות, ווייס איך נישט אויף 100% צו ס'איז טאקע אלע ממש) האבן געשריבן אז די דאנק פאר'ן ראטעווען וואוטשערס קומט זיך פאר רעסטלער. אויב איז עס נישט אמת אידאך פשט אז ער האט זיי ערלעדיגט אנדערע געלטער אדער טובות און מיט דעם זיי משחד געווען...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2962
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3351

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך אנדערער »

רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 4:49 am ברית מילה האט מען נישט ערלעדיגט דורך פאליטישאנס? וואוטשערס? און וואס איז מיט דאבל פארקינג ביי אלטערנעט סייד פארקינג? (כ'ווייס, אין בארא פארק איז עס שוין געווארן ערלעדיגט 30 יאר צוריק. אבער אין וויליאמסבורג האט מען עס ערלעדיגט די לעצטע פאר יאר.) און מיט רוקן די צייט פון אלטערנעט סייד פארקינג אויף צענדליגער גאסן פון אינמיטן די נאכט צו 11 אזייגער בייטאג?

צו מ'וואלט געמעגט ערלעדיגן מער? אודאי! מ'וואלט אויך געמעגט וואוטן מער... אבער צו זאגן אז מען קען מער גארנישט פועל'ן ביי זיי איז פשוט נישט ריכטיג.
להוי ידועה
ברית מילה איז נאך אלס תלוי באוויר היינט ,קיינמאל געווארן ערלעדיגט ליידער , יא איר הערט גוט אין די פרייע אמעריקע, היינט צוטאגס איז דאס ליידער די מציאות,
וואוטשערס איז אויך נישט זיכער ,און סאיז לאוו דוקא א אידישע פראבלעם,סאיז א סיטי פראבלעם פאר גוים להבדיל אויך, און דאס איז געווארן מסודר אלס א דעמאקראטישע מאוו, וועגן זיי זענען פראו טיילן אומזיסטע געלט,
דאבעל סייד פארקינג האט ווייטער זילטש מיט אידן צוטאן , סאיז אין אלע געגענטער אזוי ,
מען רעדט פון וואס אידן האבן באקומען עפעס ספעציעל, די תירוץ איז ניין, וועגן די האסט נישט געטראפן !
און יא לינקאלן רעסטלער האט געווינען זיין ערשטע זיץ נאר דורך אונז היימישע אידן ! ביל דיבבלאזיא אלס מעיאר אויך, און נאך צענדליגע פאליטישענס די לעצטע 20 יאר וואס האבן שווארץ אויף ווייס מודה געווען אז זיי האבן געוואנען דורך די היימישע וואוטס אין וויליאמסבורג , און מיט דעם אלעם האסטו באקומען א שטויס !
די טשערי אויף די פיי עס צו פראווען ,איז די נערישע 3 בלאק בייק לעין!
אז מען דארף אפילו מסביר זיין פאר א איד אין די סיטי אז די באקומסט נאר שטויסעס , איז צרות בערעגסאס, אז די פארשטייסט נישט אז קאפעלס צאלן 3 אלפים רענט פאר א שיך באקס, וועסטו דאס קיינמאל פארשטיין, וועגן די ביזט פשוט פרא סיטי , צו עס מאכט סענט צו נישט, ליידער איז די מצב אזוי ביטער אז ניטאמאל זעט מען די צרה !
סאיז דא צענדליגע גאסן אין הארץ פון וויליאמסבורג ווי מען קען בויען צענדליגע טויזענטער דירות, אבער עס ווערט נישט ריזאונט,טויזענטער פראזשעקטס דירות אין וויליאמסבורג גייט נאר פאר גוים, די נערישע בייק לעין איז נאר א פועל יוצא ,מען רעדט פון 3 נערישע גאסן און אלע פאליטישענס מאכן ליצנות פון דיר,
בייק לעין ווי קינדער קענען געהארגעט ווערן איז no excuse what so ever ! און סאיז א זאך וואס קען געטוישט ווערן איבער נאכט אז זיי ווילן עכט, נאר וואס דען מאכן ליצנות פון דיר , יעדע פאליטישען באנאזאם
אין ניו יארק סיטי אונטער שטארקע קאנטראל פון נידריגסטע ליבעראלן זענען אידן מקיים אלע מצוות על אפם פון די רשעים וואס ארבעטן אזוי שווער צו שטערן

דאס איז נאר אדאנק די וואוטס פאר רעסטלער און דעבלאזיא און אנדערע פאליטישענס

דריי טויזנט דאלער רענט פאר א שיך באקס איז אויך די פאליטישענס שילד?
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 87

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך געצל »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:43 am
רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am איז צרות בערעגסאס
כמיין נישט צו אריינהאקן, אבער דער אויסדרוק איז קיל. לייק איט.

אלט ווארט

פרעג די עלטערע אידן
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 51

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך צמח »

רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am
דאבעל סייד פארקינג האט ווייטער זילטש מיט אידן צוטאן , סאיז אין אלע געגענטער אזוי ,
נאופס, ס'איז נישט לעגאל צו פארקן דאבל אין די צייט פון סטריט קלינונג, דאס איז נאר דא אין די היימישע געגענטער ווי די עסקנים האבן געשתדלט אז מ'זאל נישט געבן קיין טיקעטס אין די צייט פאר דאבל פארקט קארס.
אבער אינדרויסן פון די היימישע געגענטער גיבט מען פיין טיקעטס דערפאר.
און יא לינקאלן רעסטלער האט געווינען זיין ערשטע זיץ נאר דורך אונז היימישע אידן ! ביל דיבבלאזיא אלס מעיאר אויך, און נאך צענדליגע פאליטישענס די לעצטע 20 יאר וואס האבן שווארץ אויף ווייס מודה געווען אז זיי האבן געוואנען דורך די היימישע וואוטס אין וויליאמסבורג , און מיט דעם אלעם האסטו באקומען א שטויס !
סיריעסלי? פון די פיר פינף טויזענט וואוטס וואס אונז ברענג מיר ארויס?? מאכסטעך נעריש? לינקלען רעסלער דארף נישט צוקומען צו אונז, און אונז קען מער אים נישט ארויסשטויסן, און מיט דעם אלעם שטייט ער צו די עסקנים צו די רעכטע היינט.
די טשערי אויף די פיי עס צו פראווען ,איז די נערישע 3 בלאק בייק לעין!
כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט, רעסלער האט אפציעל געזאגט, אפאר וואכן צוריק, אז ער ארבעט שוין זייער לאנג אוועקצונעמען די בייק לעין און די מעיער שטערט עס, עפעס אזוי, דעס איז געווען ווען די מעיער איז געקומען קיין ווילי פאר א פרעס קאנפערענץ.
זיין זאך מיט די בייק לעין יעצט איז, ווייל ער וויל וועטער האבן א פראטעקטעד בייק לעין, אבער נישט אויף די גאסן.
עדעמס האט עס געוואלט לאזן אויף יענע גאסן אבער נישט פראטעקטעד, און ער אלץ ליבעראל האט א פראבלעם דערמיט.

סאיז דא צענדליגע גאסן אין הארץ פון וויליאמסבורג ווי מען קען בויען צענדליגע טויזענטער דירות, אבער עס ווערט נישט ריזאונט
מ'ארבעט גראדע שוין אפאר יאר דערויף, און די קומעדיגע פאר יאר גייט עס שוין זיין געטוישט.
וואס אגב, די פייזער הייזער האט מען אויכעט געדארפט ריזאונען, און ס'איז טאקע געקומען מיט די הילף פון די אריינגעוועלטע חברה.
טויזענטער פראזשעקטס דירות אין וויליאמסבורג גייט נאר פאר גוים
לדוגמא? די דורות אויף טראופ וואס ujo האט ערלעדיקט אז א גרויס חלק זאל גיין צו אונזערע איינוואוינער און אז די גרויסע דורות זאלן קענען האבן צוויי סינקס אין קאך מיט א וואש מאשין און דרייער און די הויז?
_____

ערלעדיגן אז ת"ב זאל אלטערנעסייד פארקינג זיין סאספענדיט און אז אסאך גאסן וואס פלעגן האבן פריע סטריט קלינונג געשטיפט צו אינמיטן טאג, ועוד ועוד וואס ליגט מיר נישט יעצט אויף שפיץ קאפ, מיינט לצנות געטריבן פון די עסקנים??
איך גיי גרין
אוועיטער
ChatGPT
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 195

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ChatGPT »

צמח האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 4:36 pm
כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט, רעסלער האט אפציעל געזאגט, אפאר וואכן צוריק, אז ער ארבעט שוין זייער לאנג אוועקצונעמען די בייק לעין און די מעיער שטערט עס, עפעס אזוי, דעס איז געווען ווען די מעיער איז געקומען קיין ווילי פאר א פרעס קאנפערענץ.
ווען האט ער דאס געזאגט?
ער וויל נישט אוועקנעמען די בייקלעין, ער האלט די רעגירונג זאל אויסגעבן געלט (וועמענס?) צו עדיוקעיטן אונזערע קינדער ווי אזוי אכטונג צו געבן ווען מען גייט אריבער.
איך נעם נישט קין שטעלונג איבער דעם (מאדנעם) פארשוין, צו ער איז גוט צו נישט. אבער צו קלארשטעלן. די בייקלעין וויל ער נישט אוועקנעמען.
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 174

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך תורה ויראה »

אקעי, מסכים! אלעס חוץ די בייק לעין.
מ'רעדט שוין אזויפיל פון דעם בייק לעין ווי כאילו ס'איז עפעס א גזירת שמד,ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער, מ'האט שוין געהערט אזאנס, די עסקנים טועהן כפי יכלתם, און מ'פרובירט ס'זאל העלפן, אבער לאמיר נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, און יא נישט אלעמאל קען מען אויפטוהן עד הסוף.
מ'גייט וועלן פאר השתדלות ע"פ תורה, נישט צו שטויסן דעם גוי (חוץ ביי עניני הדת כפי הוראת הרבנים), אונז זעמיר אין גלות ביי אים!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2330

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך הדסים »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 7:44 pm אקעי, מסכים! אלעס חוץ די בייק לעין.
מ'רעדט שוין אזויפיל פון דעם בייק לעין ווי כאילו ס'איז עפעס א גזירת שמד,ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער, מ'האט שוין געהערט אזאנס, די עסקנים טועהן כפי יכלתם, און מ'פרובירט ס'זאל העלפן, אבער לאמיר נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, און יא נישט אלעמאל קען מען אויפטוהן עד הסוף.
מ'גייט וועלן פאר השתדלות ע"פ תורה, נישט צו שטויסן דעם גוי (חוץ ביי עניני הדת כפי הוראת הרבנים), אונז זעמיר אין גלות ביי אים!
איר וואוינט ווארשיינליך נישט אויף די גאסן פונעם בייקלעין איז זייט וויסן אז ס'איז דא אידן וואס ס'איז זיי נוגע נאך אזוי שטארק ווי געלט פאר חלוקות אדער אנדערע זאכן וואס ער דעליווערט.

און עגעין איך זאג נישט אז מ'האט אים געדארפט ארויסוועלן (ס'איז ממילא נישט בידינו) אדער אז די עסקנים זענען קאראפטירט פון קאפ ביז פיס סך הכל אז ס'וואלט נישט געשאדט אז א פאליטיקאנט זאל ווילן צוקומען צו אונזערע וואוטס.
דעטס אלל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 718
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 671

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

צמח האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 4:36 pm
רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am
דאבעל סייד פארקינג האט ווייטער זילטש מיט אידן צוטאן , סאיז אין אלע געגענטער אזוי ,
נאופס, ס'איז נישט לעגאל צו פארקן דאבל אין די צייט פון סטריט קלינונג, דאס איז נאר דא אין די היימישע געגענטער ווי די עסקנים האבן געשתדלט אז מ'זאל נישט געבן קיין טיקעטס אין די צייט פאר דאבל פארקט קארס.
אבער אינדרויסן פון די היימישע געגענטער גיבט מען פיין טיקעטס דערפאר.
און יא לינקאלן רעסטלער האט געווינען זיין ערשטע זיץ נאר דורך אונז היימישע אידן ! ביל דיבבלאזיא אלס מעיאר אויך, און נאך צענדליגע פאליטישענס די לעצטע 20 יאר וואס האבן שווארץ אויף ווייס מודה געווען אז זיי האבן געוואנען דורך די היימישע וואוטס אין וויליאמסבורג , און מיט דעם אלעם האסטו באקומען א שטויס !
סיריעסלי? פון די פיר פינף טויזענט וואוטס וואס אונז ברענג מיר ארויס?? מאכסטעך נעריש? לינקלען רעסלער דארף נישט צוקומען צו אונז, און אונז קען מער אים נישט ארויסשטויסן, און מיט דעם אלעם שטייט ער צו די עסקנים צו די רעכטע היינט.
די טשערי אויף די פיי עס צו פראווען ,איז די נערישע 3 בלאק בייק לעין!
כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט, רעסלער האט אפציעל געזאגט, אפאר וואכן צוריק, אז ער ארבעט שוין זייער לאנג אוועקצונעמען די בייק לעין און די מעיער שטערט עס, עפעס אזוי, דעס איז געווען ווען די מעיער איז געקומען קיין ווילי פאר א פרעס קאנפערענץ.
זיין זאך מיט די בייק לעין יעצט איז, ווייל ער וויל וועטער האבן א פראטעקטעד בייק לעין, אבער נישט אויף די גאסן.
עדעמס האט עס געוואלט לאזן אויף יענע גאסן אבער נישט פראטעקטעד, און ער אלץ ליבעראל האט א פראבלעם דערמיט.

סאיז דא צענדליגע גאסן אין הארץ פון וויליאמסבורג ווי מען קען בויען צענדליגע טויזענטער דירות, אבער עס ווערט נישט ריזאונט
מ'ארבעט גראדע שוין אפאר יאר דערויף, און די קומעדיגע פאר יאר גייט עס שוין זיין געטוישט.
וואס אגב, די פייזער הייזער האט מען אויכעט געדארפט ריזאונען, און ס'איז טאקע געקומען מיט די הילף פון די אריינגעוועלטע חברה.
טויזענטער פראזשעקטס דירות אין וויליאמסבורג גייט נאר פאר גוים
לדוגמא? די דורות אויף טראופ וואס ujo האט ערלעדיקט אז א גרויס חלק זאל גיין צו אונזערע איינוואוינער און אז די גרויסע דורות זאלן קענען האבן צוויי סינקס אין קאך מיט א וואש מאשין און דרייער און די הויז?
_____

ערלעדיגן אז ת"ב זאל אלטערנעסייד פארקינג זיין סאספענדיט און אז אסאך גאסן וואס פלעגן האבן פריע סטריט קלינונג געשטיפט צו אינמיטן טאג, ועוד ועוד וואס ליגט מיר נישט יעצט אויף שפיץ קאפ, מיינט לצנות געטריבן פון די עסקנים??
נישט נאר אין די היימישע געגנטער גיבט מען נישט קיין טיקעטס פאר דאבל פארקד קארס.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 194

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 7:44 pm אקעי, מסכים! אלעס חוץ די בייק לעין.
מ'רעדט שוין אזויפיל פון דעם בייק לעין ווי כאילו ס'איז עפעס א גזירת שמד,ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער, מ'האט שוין געהערט אזאנס, די עסקנים טועהן כפי יכלתם, און מ'פרובירט ס'זאל העלפן, אבער לאמיר נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, און יא נישט אלעמאל קען מען אויפטוהן עד הסוף.
מ'גייט וועלן פאר השתדלות ע"פ תורה, נישט צו שטויסן דעם גוי (חוץ ביי עניני הדת כפי הוראת הרבנים), אונז זעמיר אין גלות ביי אים!
צום וויפילטען מאל דארף מען ארויסברענגן, די פוינט איז נישט די בייק לעין , די פוינט איז אז ער האט גענומען א אישו וואס ער ווייסט ווי שטארק עס באדערט אונז און אונז געפיפן אין פנים אריין א וואך פאר די וואלן.
זיין היסטאריע, זיין ביז יעצטיגע הילף גארנישט קען פארענטפערן די חוצפה פון טון אזאנס, עס ווייזט אז ער קען אונז האבן שטארק אין בוידעם ווען ער וויל און מען קען נישט וויסן וואס איז נעקסט
בלק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 188

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך בלק »

היינט האט די פאליציי ארעסטירט א חשובע איד
ניטאמאל דעס קענען די עסקנים ערלעדיגן

attachment=0]Screenshot_20250701_014545_WhatsApp.jpg[/attachment]
רזא דשבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 15

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך רזא דשבת »

צמח האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 4:36 pm
רזא דשבת האט געשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:15 am
דאבעל סייד פארקינג האט ווייטער זילטש מיט אידן צוטאן , סאיז אין אלע געגענטער אזוי ,
נאופס, ס'איז נישט לעגאל צו פארקן דאבל אין די צייט פון סטריט קלינונג, דאס איז נאר דא אין די היימישע געגענטער ווי די עסקנים האבן געשתדלט אז מ'זאל נישט געבן קיין טיקעטס אין די צייט פאר דאבל פארקט קארס.
אבער אינדרויסן פון די היימישע געגענטער גיבט מען פיין טיקעטס דערפאר.
זעט אויס די פארסט נישט ארום אין אנדערע געגענטער, פלענטי אלל אווער די סיטי ווי מען פארקט לעגאל דאבעל פארק אן פארקינג טיקעטס ,
בכלל די רשעות פון צוויי מאל א וואך אין וויליאמסבורג אלטערנעט סייד פארקינג איז כמעט נאר אין וויליאמסבורג, די בזעם טראק קלינט נישט אויף גארנישט, סך הכל א פאנדרעיזער פאר די סיטי צו מאכן געלט, פארגעס נישט 18 אינטשעס פון די סיידוואלק באקום איך טיקעטס אין וויליאמסבורג יעדע שני וחמישי , סא פונקטליך טוט די בזעם טראק?

און יא לינקאלן רעסטלער האט געווינען זיין ערשטע זיץ נאר דורך אונז היימישע אידן ! ביל דיבבלאזיא אלס מעיאר אויך, און נאך צענדליגע פאליטישענס די לעצטע 20 יאר וואס האבן שווארץ אויף ווייס מודה געווען אז זיי האבן געוואנען דורך די היימישע וואוטס אין וויליאמסבורג , און מיט דעם אלעם האסטו באקומען א שטויס !
סיריעסלי? פון די פיר פינף טויזענט וואוטס וואס אונז ברענג מיר ארויס?? מאכסטעך נעריש? לינקלען רעסלער דארף נישט צוקומען צו אונז, און אונז קען מער אים נישט ארויסשטויסן, און מיט דעם אלעם שטייט ער צו די עסקנים צו די רעכטע היינט.
סיריעסלי מיר נישט ארויף אדער אראפ, דאס איז פובליק רעקארדס, זיין ערשטע ערוועלטע זיץ נישט אלס קאנסילמאן, נאר נאך פארדעם האט ער געווינען פון חסידי מהר"א וואוטס דורך נפתלי משה , קענסט עס נאכקוקן
די טשערי אויף די פיי עס צו פראווען ,איז די נערישע 3 בלאק בייק לעין!
כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט, רעסלער האט אפציעל געזאגט, אפאר וואכן צוריק, אז ער ארבעט שוין זייער לאנג אוועקצונעמען די בייק לעין און די מעיער שטערט עס, עפעס אזוי, דעס איז געווען ווען די מעיער איז געקומען קיין ווילי פאר א פרעס קאנפערענץ.
זיין זאך מיט די בייק לעין יעצט איז, ווייל ער וויל וועטער האבן א פראטעקטעד בייק לעין, אבער נישט אויף די גאסן.
עדעמס האט עס געוואלט לאזן אויף יענע גאסן אבער נישט פראטעקטעד, און ער אלץ ליבעראל האט א פראבלעם דערמיט.

סאיז דא צענדליגע גאסן אין הארץ פון וויליאמסבורג ווי מען קען בויען צענדליגע טויזענטער דירות, אבער עס ווערט נישט ריזאונט
מ'ארבעט גראדע שוין אפאר יאר דערויף, און די קומעדיגע פאר יאר גייט עס שוין זיין געטוישט.
וואס אגב, די פייזער הייזער האט מען אויכעט געדארפט ריזאונען, און ס'איז טאקע געקומען מיט די הילף פון די אריינגעוועלטע חברה.
ביטע עפן נישט אויף א קאנע ווערם, פייזער האט די דעוועלעפער באקומען די פראפערטי פאר כמעט אומזיסט דורך פאליטאשענס , און מיט די הילף פון פאליטאשענס ריזאונט און פארקויפט און פאר דינגען פאר ביטערע פרייזן, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן
טויזענטער פראזשעקטס דירות אין וויליאמסבורג גייט נאר פאר גוים
לדוגמא? די דורות אויף טראופ וואס ujo האט ערלעדיקט אז א גרויס חלק זאל גיין צו אונזערע איינוואוינער און אז די גרויסע דורות זאלן קענען האבן צוויי סינקס אין קאך מיט א וואש מאשין און דרייער און די הויז?
וויפעל דירות האו מען געבויעט אויף טרופ? און וויפעל זענען אידן? דאכט זיך אז דארט איז כמעט קיין אידן נישט אנגעקומען דארט צום סוף , סאיז דא טויזענטער דירות אין די פראזשעקטס אין אונזער געגענט וואס ווערט נאר געגעבן פאר גוים

_____

ערלעדיגן אז ת"ב זאל אלטערנעסייד פארקינג זיין סאספענדיט און אז אסאך גאסן וואס פלעגן האבן פריע סטריט קלינונג געשטיפט צו אינמיטן טאג, ועוד ועוד וואס ליגט מיר נישט יעצט אויף שפיץ קאפ, מיינט לצנות געטריבן פון די עסקנים??
רזא דשבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 15

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך רזא דשבת »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 7:44 pm אקעי, מסכים! אלעס חוץ די בייק לעין.
מ'רעדט שוין אזויפיל פון דעם בייק לעין ווי כאילו ס'איז עפעס א גזירת שמד,ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער, מ'האט שוין געהערט אזאנס, די עסקנים טועהן כפי יכלתם, און מ'פרובירט ס'זאל העלפן, אבער לאמיר נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, און יא נישט אלעמאל קען מען אויפטוהן עד הסוף.
מ'גייט וועלן פאר השתדלות ע"פ תורה, נישט צו שטויסן דעם גוי (חוץ ביי עניני הדת כפי הוראת הרבנים), אונז זעמיר אין גלות ביי אים!
טאמער קענסטו נישט האבן גארנישט פון וואוטן, איז אן עבירה פון גיין וואוטען! א וואוט אין ניו יארק סיטי איז גארנישט ווערט !
קיינער קען נישט ברענגן דא קיין איין זאך וואס וואוטן אין וויליאמסבורג האט געהאלפן די לעצטע 20 יאר !
אויסער די אלטערנעט סייד תשעה באב :lol: :lol: נישטא ווער עס זאל וויינען
רזא דשבת
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 15

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך רזא דשבת »

אגב זאלן די חדר אינגלעך דא וויסן, ריזאונען איז א חלק פון יעדע גאווערמענט אין די גאנצע וועלט, ריזאונען האט גארנישט מיט וואוטען דווקא, סאיז א פראסעס וואס יעדע בילדינג דעפארטמענט האט, און יעדע פאליטישאן האט א כח צו צו העלפן מיט ריזאונען,
וואס עסקנים נוצן פאר א אויסרייד זאלסטו וויסן איז פעיק נויז כידועה בעולם הפאליטיק,
שוין איבער 20 יאר וואס מען האט נישט ריזאונט קיין גאסן אין וויליאמסבורג, און קיין איין פאליטישאן האט דיר גארנישט געהאלפן , און די זעלבע צייט וואס צענדליגע גאסן לענגאויס ניו יארק סיטי וואס ווערט יא ריזאונט
שרייב פאוסט