פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
צ''ק נארמאל?!
איז אז יעדער מיינט אז דעס איז נארמאל דאס די פראבלעם ווען יעדער גייט אנהייבן לעבן פאר זיך דעמאלטס וועט קומען די ישועה אין אלע הינזיכטן נישט נאר ביי די קאנטרי פראבלעם.

איך האב געהערט נאכזאגן בשם הה"ר אפרים שמעון לייכטאג שליט"א (פון ב"פ) אז ווען קאנטרי (אין קעמפ) וואלט ווען געווען אין צייטן פון גמרא וואלט מען גוזר תענות געווען אויף די גזירה!
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
איך זעה נישט די פראבלעם מיט דעם
עס האט אסאך מעלות נאך דערצו פאר די שטאטישע איינוואוינער
קיינער צווינגט קיינעם נישט צו גיין.
עס האט אסאך מעלות נאך דערצו פאר די שטאטישע איינוואוינער
קיינער צווינגט קיינעם נישט צו גיין.
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
זאלן די סיטי מענטשן ווייטער וואוינען אין פיצקעלע דירות, און (אנט)לויפן אין קאנטרי פאר טייער געלט, און זאגן ווי געשמאק סיטי לייוו איז, ווען יעדער קרעכטס סוף זוממער אז מ'דארף שוין אהיימפארן, און זיך רעגן פארוואס די קאנטרי קען נישט זיין אפן פאר נאך איין וואך…
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:28 am
- x 18
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
אין די גאנצע וועלט, אין יעדע פלאץ ווי מענטשען וואוינען נאר, פון נוא יארק ביז קאליפארניע, פון מצרים ביז סאמאליע, און אפילו אויסטראליע. איבעראל איז דא א מין זאך וואס ווערט אנגערופן פיער פרעשער.
דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מענטשליכקייט נישט עקזעסטירן. טראכט אריין איין מינוט וויאזוי וואלט די גאסן אויס געקוקט אויב קיינער קערט נישט... אפגערעדט אז אן דעם וואלט אידישקייט, און אוודאי גויאישקייט נישט געקענט האבן א קיום.
יא פארשטייט זיך אז די סאסייאיטי ביי אונז, אין די סאסייאיטי אין קאליפארניע זענען אינגאנצן אנדערש. אבער אויב יעדער וועט טוען וואס עס פאלט אים נאר אריין איז זיין קאפ, גייט זיין צרות צרורות...
ליידער איז איינס פון די זאכן וואס קומט מיט, מיט פיער פרעשער, "קאנטרי"...
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 863
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1703
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
איז @כ'מיין אז נישט גערעכט? כ'מיין אז נישט.
עה, באמת יא. זייער געריכט,א שטארקע נקודה למחשבה, פיער פרעשור איז נישט א מחלה נאר עפעס וואס האלט די וועלט. א שטייגער ווי די ספה"ק זאגן אויף 'קנאה'.
אבער טאקע גענוי ווי קנאה דארף מען שווערליך קאנטראלירן נישט אנצוקומען צום שלעכטן זייט, די זעלבע מיט פיער פרעשור. ועל זה אנו דנין. איז קאנטרי א 'גוטע' פעיר פרעשור אדער נישט.
עה, באמת יא. זייער געריכט,א שטארקע נקודה למחשבה, פיער פרעשור איז נישט א מחלה נאר עפעס וואס האלט די וועלט. א שטייגער ווי די ספה"ק זאגן אויף 'קנאה'.
אבער טאקע גענוי ווי קנאה דארף מען שווערליך קאנטראלירן נישט אנצוקומען צום שלעכטן זייט, די זעלבע מיט פיער פרעשור. ועל זה אנו דנין. איז קאנטרי א 'גוטע' פעיר פרעשור אדער נישט.
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
גערעכט אבער אונזער פרעשור איז שוין אריבער די גבילים קיינמאל אין די היסטערי נישט געווען אזוי...כ'מיין אז נישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:12 amאין די גאנצע וועלט, אין יעדע פלאץ ווי מענטשען וואוינען נאר, פון נוא יארק ביז קאליפארניע, פון מצרים ביז סאמאליע, און אפילו אויסטראליע. איבעראל איז דא א מין זאך וואס ווערט אנגערופן פיער פרעשער.
דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מענטשליכקייט נישט עקזעסטירן. טראכט אריין איין מינוט וויאזוי וואלט די גאסן אויס געקוקט אויב קיינער קערט נישט... אפגערעדט אז אן דעם וואלט אידישקייט, און אוודאי גויאישקייט נישט געקענט האבן א קיום.
יא פארשטייט זיך אז די סאסייאיטי ביי אונז, אין די סאסייאיטי אין קאליפארניע זענען אינגאנצן אנדערש. אבער אויב יעדער וועט טוען וואס עס פאלט אים נאר אריין איז זיין קאפ, גייט זיין צרות צרורות...
ליידער איז איינס פון די זאכן וואס קומט מיט, מיט פיער פרעשער, "קאנטרי"...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:28 am
- x 18
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
שטייט שוין אין בן דוד בא עד שתכלה פריטה מן הכיס.מיילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 28, 2023 12:22 amגערעכט אבער אונזער פרעשור איז שוין אריבער די גבילים קיינמאל אין די היסטערי נישט געווען אזוי...כ'מיין אז נישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:12 amאין די גאנצע וועלט, אין יעדע פלאץ ווי מענטשען וואוינען נאר, פון נוא יארק ביז קאליפארניע, פון מצרים ביז סאמאליע, און אפילו אויסטראליע. איבעראל איז דא א מין זאך וואס ווערט אנגערופן פיער פרעשער.
דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מענטשליכקייט נישט עקזעסטירן. טראכט אריין איין מינוט וויאזוי וואלט די גאסן אויס געקוקט אויב קיינער קערט נישט... אפגערעדט אז אן דעם וואלט אידישקייט, און אוודאי גויאישקייט נישט געקענט האבן א קיום.
יא פארשטייט זיך אז די סאסייאיטי ביי אונז, אין די סאסייאיטי אין קאליפארניע זענען אינגאנצן אנדערש. אבער אויב יעדער וועט טוען וואס עס פאלט אים נאר אריין איז זיין קאפ, גייט זיין צרות צרורות...
ליידער איז איינס פון די זאכן וואס קומט מיט, מיט פיער פרעשער, "קאנטרי"...
נאך תשעה באב תשפ"ג בין איך שוין גרייט אויף אלעס...
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
אויב פרעשור מאכט זיך פאר'חובות'ן, איז נישט דא קיין מקום צו זאגן אז ס'איז א גיטע זאך.מיילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 28, 2023 12:22 amגערעכט אבער אונזער פרעשור איז שוין אריבער די גבילים קיינמאל אין די היסטערי נישט געווען אזוי...כ'מיין אז נישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:12 amאין די גאנצע וועלט, אין יעדע פלאץ ווי מענטשען וואוינען נאר, פון נוא יארק ביז קאליפארניע, פון מצרים ביז סאמאליע, און אפילו אויסטראליע. איבעראל איז דא א מין זאך וואס ווערט אנגערופן פיער פרעשער.
דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מענטשליכקייט נישט עקזעסטירן. טראכט אריין איין מינוט וויאזוי וואלט די גאסן אויס געקוקט אויב קיינער קערט נישט... אפגערעדט אז אן דעם וואלט אידישקייט, און אוודאי גויאישקייט נישט געקענט האבן א קיום.
יא פארשטייט זיך אז די סאסייאיטי ביי אונז, אין די סאסייאיטי אין קאליפארניע זענען אינגאנצן אנדערש. אבער אויב יעדער וועט טוען וואס עס פאלט אים נאר אריין איז זיין קאפ, גייט זיין צרות צרורות...
ליידער איז איינס פון די זאכן וואס קומט מיט, מיט פיער פרעשער, "קאנטרי"...
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
עס איז א גוטע זאך ווען עס איז געלעוועלט אבער יעצט אז עס איז שוין אריבער די בארדער ליין איז זייער נישט גוט...טראפקעלע האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 28, 2023 12:29 amאויב פרעשור מאכט זיך פאר'חובות'ן, איז נישט דא קיין מקום צו זאגן אז ס'איז א גיטע זאך.מיילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 28, 2023 12:22 amגערעכט אבער אונזער פרעשור איז שוין אריבער די גבילים קיינמאל אין די היסטערי נישט געווען אזוי...כ'מיין אז נישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:12 am
אין די גאנצע וועלט, אין יעדע פלאץ ווי מענטשען וואוינען נאר, פון נוא יארק ביז קאליפארניע, פון מצרים ביז סאמאליע, און אפילו אויסטראליע. איבעראל איז דא א מין זאך וואס ווערט אנגערופן פיער פרעשער.
דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מענטשליכקייט נישט עקזעסטירן. טראכט אריין איין מינוט וויאזוי וואלט די גאסן אויס געקוקט אויב קיינער קערט נישט... אפגערעדט אז אן דעם וואלט אידישקייט, און אוודאי גויאישקייט נישט געקענט האבן א קיום.
יא פארשטייט זיך אז די סאסייאיטי ביי אונז, אין די סאסייאיטי אין קאליפארניע זענען אינגאנצן אנדערש. אבער אויב יעדער וועט טוען וואס עס פאלט אים נאר אריין איז זיין קאפ, גייט זיין צרות צרורות...
ליידער איז איינס פון די זאכן וואס קומט מיט, מיט פיער פרעשער, "קאנטרי"...
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
ס'איז דא דריי סארט מהלכים איבער אוועקפארן, מנהג ברוקלין אוועקצופארן פאר צוויי חדשים, מנהג ענגלאנד אוועקצופארן פאר צוויי וואכן, מנהג אפסטיעט בכלל נישט אוועקצופארן
לענ''ד איז מנהג ענגלאנד די בעסטע מהלך, איך בין נאר נייגריג וויפיל עס קאסט זיי די צוויי וואכן?
לענ''ד איז מנהג ענגלאנד די בעסטע מהלך, איך בין נאר נייגריג וויפיל עס קאסט זיי די צוויי וואכן?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm
- x 57
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
אה מנהג יוראפ , אז נאכלויפן דעם יעדעם איז ווייט ווי אמעריקע, ווי ווייט איך ווייס פון נאנטע אין ענגלאנד, יעדער גייט לויט זיין בודזשעט, אבער אפילו די רייכע ספענדען ווייניגער וויפעל די ארימסטע ספענדען אין קאנטרי, זיי דינגען על פי רוב הייזער אויף עיר בי ענד בי און טראגן מיט עסן, לעצטענס אז די פולע הכנסות אורחים אין יוראפ שטעלן צו עסן אומזיסט אדער ביליג, איז דא וואס פארן קיין יוראפ , אונגארן אדער פוילן , טיקעטס זענען שפאט ביליג פאר 30 דאלאר א בילעט, און שטייען אן אין הכנסות אורחים אדער דינגען פון א גוי וכדומה, די אויסוואל איז ענדלעעס, שוין געהערט צענדליגע ביישפילן, אבער אלעס איז ביליג, עס נישט דא די רייץ דארט ווי דא, יעדער לויפט אין אנדערע ווינקלען , אנדערש ווי דא ווי יעדער וויל לויפן דוקא אין יענעמס נאז ארייןשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 1:55 pm ס'איז דא דריי סארט מהלכים איבער אוועקפארן, מנהג ברוקלין אוועקצופארן פאר צוויי חדשים, מנהג ענגלאנד אוועקצופארן פאר צוויי וואכן, מנהג אפסטיעט בכלל נישט אוועקצופארן
לענ''ד איז מנהג ענגלאנד די בעסטע מהלך, איך בין נאר נייגריג וויפיל עס קאסט זיי די צוויי וואכן?
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
א געזונטען זוומער פאר אלע סיטי אידן וואס לאזן זיך היינט ארויס אין קאנטרי פאר די קומענדיגע צוויי חדשים, אונז אפסטעיט אידן ווייסן נישט וואס דאס מיינט
די קאנטרי איז א געשמאקע זאך חוץ די פרייז וואס עס קאסט

- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5415
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
חוץ די פרייז
לייג צו..
פאקען - שלעפען - אויספאקען - טרעפיק - די מענער צו וואשן וועש, בתי כבוד, טרעפען געניצטע קאפס אויף די זעלבע פלאץ ווי האסט עס איבער געלאזט..
ביסיידס וואס די ביזט נישט אהער אדער אהין. וויקענד דארט, מידעל וויק אין שטאט. ס‘יענע חתונה
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 623
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 2182
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 11:52 pm געלט לייג אין א זייט, דאס אז פאר צוויי חדשים א יאר דארפן אלע פארפעלקער זיין סעפערעטעט (צושייד) איז יא נארמאל??
ווען די רעגירונג זאל ווען מאכן אזא געזעץ אוי ואבוי!
וכבר צווחו על זה חז"ל במסכת עירובין (נה: ועי"ש ברש"י ד"ה שאין)
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
וכן שיבחו רווק הדר בכרך ואינו חוטא, משמע...Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 4:45 amאבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 11:52 pm געלט לייג אין א זייט, דאס אז פאר צוויי חדשים א יאר דארפן אלע פארפעלקער זיין סעפערעטעט (צושייד) איז יא נארמאל??
ווען די רעגירונג זאל ווען מאכן אזא געזעץ אוי ואבוי!
וכבר צווחו על זה חז"ל במסכת עירובין (נה: ועי"ש ברש"י ד"ה שאין)
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
מנהג אפסטעיט צו פארן פאר אדער א וואך, אדער פאר א וויקענד, אדער נאר וואכן טעג.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 1:55 pm ס'איז דא דריי סארט מהלכים איבער אוועקפארן, מנהג ברוקלין אוועקצופארן פאר צוויי חדשים, מנהג ענגלאנד אוועקצופארן פאר צוויי וואכן, מנהג אפסטיעט בכלל נישט אוועקצופארן
לענ''ד איז מנהג ענגלאנד די בעסטע מהלך, איך בין נאר נייגריג וויפיל עס קאסט זיי די צוויי וואכן?
והעיקר, אז יעדער פארט ווען ער וויל, ווי ער וויל, און פאר ווי לאנג ער וויל.
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
אינעם אנדערן וועלטעל טוט א אנטווערפענער איד אראפלייגן וויאזוי עס קוקט אויס די יעצטיגע וואקאנס טעג דארט
מי יתן והיה מען זאל דאס איינפירן אויך דא אין אמעריקא סיי אין ברוקלין סיי אין אפסטעיט
געענדיגט אין ברוקלין מיט די צוויי חדשים קאנטריס געענדיגט אין אפסטעיט מיט די געהעריגע סדר א גאנץ יאר אן קיין שום געהעריגע אפשטעל זיך אויסצולופטערן
אין די יעצטיגע וואקאנס טעג טוט זיך אנטווערפען אויסליידיגן דורך מאסן פאמיליעס וואס טוען ארויסוואנדערן מיט די גאנצע האב און גוטס זיך צו אויסריען און שעפן פרישע כוחות, ווי דער מנהג שוין דורי דורות צו פארן אויף וואקאנס בימי הנופש אין די 3 וואכן אום חודש אב.
80% פון די שטאט קומט אצינד צו א האסטיגע אפשטעל, גראסערי'ס און קליידער געשעפטן פארמאכט, בעקערייען געשלאסן, רובא דרובא ביזנעסער זענען פארמאכט די קומענדיגע 2 וואכן, עטליכע רעסטאוראנטן זענען אפן פאר געצוימטע שעות, בתי מדרשים דעזערטירט, ס'איז דא אצינד גענוג און נאך פארקינג אין די אידישע גאסן.
צענדליגער באסע'ס ווערן הייינט אנגעלאדנט, גאנצעטע פאמיליעס לאזן זיך ארויס אויפ א לאנגע רייזע צו פאשידענע דעסטינאציעס טייל וועלן זיצן אין די באסעס פאר איבער 12 שעה.
דער ציבור שפרייט זיך אויס איבער גאנץ אייראפע - א מערהייט וועלן וויילן אין די פאנאראמישע אלפן בערג אין שווייץ, עסטרייך, פראנקרייך, איטאליע, וכו' אנדערע פארן צו די ים רעזארטן אין בעלגיע, פראנקרייך, שפאניע, וכו', חברה פארן קיין גיבראלטאר, פוילן, אונגארן, ראמעניע, קראטאטיע, וועילס, סקאטלאנד, בולגאריע, וכו' און א טייל פארן לאקאל קיין האללאנד אדער צו די בעלגישע ארדענען בערג, על פי ד' יחנו ועל פי ד' יסעו.
פארנט פון אלע אידישע שטובער זעהט זיך אן די סצענעס ווי די גאנצע פאמיליע איז איינגעשפאנט און טוען איבערפילן די געדינגענע מיניווענ'ס מיט כל טוב וטוב, די גאר אהערגעשטעלטע זענען נאך מחבר א טרעקל פון אונטן ווי מ'לאדנט אן ממש אלסדינג אריינגערעכנט פריזער'ס, וועלא'ס, וואש מאשינען, און אלערליי באדערפענישן על כל צרה שלא תבוא.
ריזיגע טראקס פארן ארויס מיט שפייז און עסנווארג, ספרי תורה, מקוואות און וואס נישט - אלעס וואס א איד דארף.
וקווי ד' יחליפו כח!

מילא פאר אפסטעיט פארשטיי איך, אבער וואס איז עס בעסער פון ברוקלין וואו סיי מ'גייט וואקאציע און סיי דאס לעבן גייט אן, חדר, קעמפס וכדו'?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- בודקע
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 724
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 1720
Re: פארן אין קאנטרי צוויי פילע חדשים; איז דאס נארמאל?
יוי.. פליז נישט יעצט, די אידישע אקענאמיע איז שוין אזוי אויך טיף אין די אדמה.. לאז כאטשיג די אפסטעיט אידן בלייבן מיט די ביסל געלט..שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 11:26 am אינעם אנדערן וועלטעל טוט א אנטווערפענער איד אראפלייגן וויאזוי עס קוקט אויס די יעצטיגע וואקאנס טעג דארט
מי יתן והיה מען זאל דאס איינפירן אויך דא אין אמעריקא סיי אין ברוקלין סיי אין אפסטעיט
געענדיגט אין ברוקלין מיט די צוויי חדשים קאנטריס געענדיגט אין אפסטעיט מיט די געהעריגע סדר א גאנץ יאר אן קיין שום געהעריגע אפשטעל זיך אויסצולופטערן
אין די יעצטיגע וואקאנס טעג טוט זיך אנטווערפען אויסליידיגן דורך מאסן פאמיליעס וואס טוען ארויסוואנדערן מיט די גאנצע האב און גוטס זיך צו אויסריען און שעפן פרישע כוחות, ווי דער מנהג שוין דורי דורות צו פארן אויף וואקאנס בימי הנופש אין די 3 וואכן אום חודש אב.
80% פון די שטאט קומט אצינד צו א האסטיגע אפשטעל, גראסערי'ס און קליידער געשעפטן פארמאכט, בעקערייען געשלאסן, רובא דרובא ביזנעסער זענען פארמאכט די קומענדיגע 2 וואכן, עטליכע רעסטאוראנטן זענען אפן פאר געצוימטע שעות, בתי מדרשים דעזערטירט, ס'איז דא אצינד גענוג און נאך פארקינג אין די אידישע גאסן.
צענדליגער באסע'ס ווערן הייינט אנגעלאדנט, גאנצעטע פאמיליעס לאזן זיך ארויס אויפ א לאנגע רייזע צו פאשידענע דעסטינאציעס טייל וועלן זיצן אין די באסעס פאר איבער 12 שעה.
דער ציבור שפרייט זיך אויס איבער גאנץ אייראפע - א מערהייט וועלן וויילן אין די פאנאראמישע אלפן בערג אין שווייץ, עסטרייך, פראנקרייך, איטאליע, וכו' אנדערע פארן צו די ים רעזארטן אין בעלגיע, פראנקרייך, שפאניע, וכו', חברה פארן קיין גיבראלטאר, פוילן, אונגארן, ראמעניע, קראטאטיע, וועילס, סקאטלאנד, בולגאריע, וכו' און א טייל פארן לאקאל קיין האללאנד אדער צו די בעלגישע ארדענען בערג, על פי ד' יחנו ועל פי ד' יסעו.
פארנט פון אלע אידישע שטובער זעהט זיך אן די סצענעס ווי די גאנצע פאמיליע איז איינגעשפאנט און טוען איבערפילן די געדינגענע מיניווענ'ס מיט כל טוב וטוב, די גאר אהערגעשטעלטע זענען נאך מחבר א טרעקל פון אונטן ווי מ'לאדנט אן ממש אלסדינג אריינגערעכנט פריזער'ס, וועלא'ס, וואש מאשינען, און אלערליי באדערפענישן על כל צרה שלא תבוא.
ריזיגע טראקס פארן ארויס מיט שפייז און עסנווארג, ספרי תורה, מקוואות און וואס נישט - אלעס וואס א איד דארף.
וקווי ד' יחליפו כח!
(איינער דארף דאך קענען שטיצן די סיטי איינוואוינער..)