@דער תהלים איד, ביטע זייט מסביר, אויב ווען עס קומט צו מעיאר וואלן אין די סיטי, וואס בעצם אין חינוך קען ער נישט קיין סאך העלפן ווייל ער האט אויבערהארן, מיט דעם אלעם, טוט מען אלעס אין די וועלט אריינצושטימן קאנדיטאטן וואס מען האלט אז 'אפשר' וועט עס זיי בעסער אונטער זיין קאנדענץ,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 7:42 pm @היימיש אויב מאמדאני קען נישט שאטן פאר חינוך ווייל די עדיוקעישן דעפארטמענט טוט ממילא וואס זי וויל, דעמאלס הער אויף די רגע צו רעדן פון אלע הבלים מיט וואס דו פליסט אן גאנץ אידטיש.
והבן ודו"ק.
דו גייסט נישט טוישן ניו יארק, און אלע קול קורא שטימען אינאיינעם גייען אויך נישט. כאפ א שטיקל גמרא אין די צייט ווייל פאר דברים בטלים וועט מען שמייסן.
דאן פארוואס פארשטייסטו נישט אז מען ברויך אלעס אין די וועלט פראבירן צו טוען צו שטימען פאר די קאנדידאטן וואס זענען 'קעגן' די אלע אומווערדיגע און רציחה בילס?
בפרט ווען מען רעדט פון אסעמבלי לייט און סענאט לייט וואס 'זיי' די וועלכע 'מאכן' די געזעצן,
אויב וואלט מען אריינגעוועלהט בלויז געציילטע ריפאבליקאנער אינעם סענאט, וואלטן די דעמאקראטן פארלוירן דעם סענאט און וואלטן נישט געקענט טוען ככל העולה על רוחם, און מען וואלט זיי אסאך מער געהאט אין די האנט
און מען וואלט נישט געמוזט זינגן דעם אלטן ניגון
אז מען קען סיי ווי נישט טוישן ניו יארק וכו' וכו'