כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 3:03 pm וואס אין די וועלט ווילט איר דא האבען?!
זענט איר @אהעם מיט א נייע ניק?
אדער פון די פאר פארביסענער יחידים וואס @על פי תורה און @סענס אף יומער האבען גערעט וועגען???!!!
אז איר שרייבט אזוי אויף פשוט און גראד, איז משמע אז איר דרייט זיך נישט אויף אידטיש, בלויז אין די ל"ט אשכול.

איז מעגליך אז איר האט נישט געכאפט די כללי המקום, און די אנגענומענע סטאנדארטן.

אידטיש איז א פארום וואו מען שמועסט זיך אויס על דא ועל הא, און ל"ט איז איינע פון די זאכן. טאקע א וויכטיגע, אבער בלויז איינס פון מערערע טעמעס.

דער טעמע איז געעפנט געווארן נאך בעפארן רעיד, פאר נייעס פורפוסעס, זיך אנטוויקלט צו דער איינציגער קראנטער נייעס קוואל דורכאויס די שווערע צייטן, און זינט דא רעדט מען זיך צונויף וועגן די נושא, האט מען אויסגענוצט דאס פלאץ צו אויפטרייבן די נויטיגע געלטער פאר די גרויסע הוצאות הצלה.

כהאף איר זענט שוין קלארער אין דעם ענין. ס'דא פלאץ פאר פאנדרעיזינג, ס'דא פלאץ פאר אפדעיטס און שמועסן, און ס'דא פלאץ פאר ניקס - בפרט די וואס זענען אקטיוו מיט מערערע פאוסטס, און קענען נישט נחשד ווערן אין זיין א טייל פון די ערב רב - צו אויסדרוקן זייער מיינונג, און אמאל פרוסטרירונג, איבער וויאזוי די שמועס דא ווערט געפירט.

בברכת צלח רכב, כל הכבוד. -שאינו.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א קינד פונעם שעלטער און געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן מיט די מאמע קיין אמעריקע.

די רעדע איז פון משפחת חיים צבי מלכא, וועלכע פארמאגט א קליין קינד אונטער צוויי יאר, און זיין ברודער מענדי מלכא צוזאמען מיט אשת מרדכי יואל מלכא זענען געקומען נעמען resource אויף דאס קינד, און וועלן אלע אינאיינעם ארויספארן פון גואטעמאלא בעז''ה.

די פאזיטיווע נייעס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג, נאכדעם וואס זייער קעיס איז ביז יעצט אויסגעשטאנען גרעסערע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס ווי די געווענליכע קעיסעס, אבער בס''ד האט מען מיט די ריכטיגע השתדלות באוויזן צו געווינען זייער באפרייאונג היינט אין געריכט.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:57 pm
סאלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:54 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:30 pm Fwd
קומט יעצט אריין די ברעכנדע נייעס אז די קארט האט אין די איצטיגע מינוטן באשטעטיגט צו באפרייען משפחת חיים צבי מלכא אין איבערגעגעבן זיין איינציגסטער קינד אינטער די אחריות פון מרת קעניג/וויינגארטן אשת ר' מרדכי יואל קעניג פון מאנסי וואס איז איצט אין גואטעמאלא העלפנדיג ר' שמעון פאוזן מיטן אהערברענגען קינדערליך קיין אמעריקא
...

דאס אז חיים צביס קינד גייט ארויס קיין אמעריקע איז א מורא'דיגע באווייז פאר יעדן דארט צו דאס נאכטוהן
אשתו?
די קינד (פון צוויי יאהר אלט) גייט ארויס גיין צוזאמען מיט חיים צביס ווייב אינטער די אחריות פון......
די מציאות האט זיך שוין גענצליך געטוישט.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1221

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:05 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:57 pm
סאלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:54 pm

אשתו?
די קינד (פון צוויי יאהר אלט) גייט ארויס גיין צוזאמען מיט חיים צביס ווייב אינטער די אחריות פון......
די מציאות האט זיך שוין גענצליך געטוישט.
די מציאות פון וואס?
יאמי
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 8:20 pm
x 194

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאמי »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:51 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א קינד פונעם שעלטער און געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן מיט די מאמע קיין אמעריקע.

די רעדע איז פון משפחת חיים צבי מלכא, וועלכע פארמאגט א קליין קינד אונטער צוויי יאר, און זיין ברודער מענדי מלכא צוזאמען מיט אשת מרדכי יואל מלכא זענען געקומען נעמען resource אויף דאס קינד, און וועלן אלע אינאיינעם ארויספארן פון גואטעמאלא בעז''ה.

די פאזיטיווע נייעס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג, נאכדעם וואס זייער קעיס איז ביז יעצט אויסגעשטאנען גרעסערע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס ווי די געווענליכע קעיסעס, אבער בס''ד האט מען מיט די ריכטיגע השתדלות באוויזן צו געווינען זייער באפרייאונג היינט אין געריכט.
השתדלות פון וועלכע עסקנים?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:16 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:05 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:57 pm

די קינד (פון צוויי יאהר אלט) גייט ארויס גיין צוזאמען מיט חיים צביס ווייב אינטער די אחריות פון......
די מציאות האט זיך שוין גענצליך געטוישט.
די מציאות פון וואס?
פון וואס ער רעדט.

ע''פ תקנות המקום איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן קיין יחידים דא.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1221

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:23 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:16 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:05 pm
די מציאות האט זיך שוין גענצליך געטוישט.
די מציאות פון וואס?
פון וואס ער רעדט.

ע''פ תקנות המקום איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן קיין יחידים דא.
אבער באפרייט זענען זיי?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

יאמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:20 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:51 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א קינד פונעם שעלטער און געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן מיט די מאמע קיין אמעריקע.

די רעדע איז פון משפחת חיים צבי מלכא, וועלכע פארמאגט א קליין קינד אונטער צוויי יאר, און זיין ברודער מענדי מלכא צוזאמען מיט אשת מרדכי יואל מלכא זענען געקומען נעמען resource אויף דאס קינד, און וועלן אלע אינאיינעם ארויספארן פון גואטעמאלא בעז''ה.

די פאזיטיווע נייעס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג, נאכדעם וואס זייער קעיס איז ביז יעצט אויסגעשטאנען גרעסערע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס ווי די געווענליכע קעיסעס, אבער בס''ד האט מען מיט די ריכטיגע השתדלות באוויזן צו געווינען זייער באפרייאונג היינט אין געריכט.
השתדלות פון וועלכע עסקנים?
די זעלבע ראשי העסקנים וואס זענען שוין אקטיוו די לעצטערע חדשים. זיי זענען געווארן אריינגעמישט אויף די בקשה פון די משפחה וועלכע האט געברויכט הילף צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג פון זייערע פאמיליע מיטגלידער.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:32 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:23 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:16 pm

די מציאות פון וואס?
פון וואס ער רעדט.

ע''פ תקנות המקום איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן קיין יחידים דא.
אבער באפרייט זענען זיי?
אוודאי
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

טייערע אידן!!!

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סאמאטוכע צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן קאמפיינס, שרייבן גרויס און קאלירט וכו' וכו'.

אבער ליידער די מציאות איז, אז די לעצטע פאר טעג איז אריינגעקומען ווייניגער ווי 100 דאללער א טאג פון די קאמפיין דא, בשעת ווען ביי די פריערדיגע קאמפיינס וואס דערוילעם האט אראפגעשלינגען די קאלירטע גרויסע בוכשטאבן איז אריינגעקומען מער ווי 1000 דאללער א טאג....

לעומת זה די אויסגאבן פאר די יוצאים ווערט נאר מער און מער און אן כלל ישראל'ס השתתפות קענען מיר נישט אנגיין!!!! מיר פאלן צוזאם פון די שווערע לאסט!!!!!

3 מינוט צוריק קאלט מיר א חשוב'ע יוצא און פרעגט מיר ווען ער קען גיין מאכן א שבת ארדער, וואס זאל איך אים זאגן??????

זאלעך יא פרובירן צו לייגן די לינק נאכאמאל?
כ'מיין אז יא, ישראל קדושים הם!
https://toirem.org/23423
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
שקיעה
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:51 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א קינד פונעם שעלטער און געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן מיט די מאמע קיין אמעריקע.

די רעדע איז פון משפחת חיים צבי מלכא, וועלכע פארמאגט א קליין קינד אונטער צוויי יאר, און זיין ברודער מענדי מלכא צוזאמען מיט אשת מרדכי יואל מלכא זענען געקומען נעמען resource אויף דאס קינד, און וועלן אלע אינאיינעם ארויספארן פון גואטעמאלא בעז''ה.

די פאזיטיווע נייעס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג, נאכדעם וואס זייער קעיס איז ביז יעצט אויסגעשטאנען גרעסערע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס ווי די געווענליכע קעיסעס, אבער בס''ד האט מען מיט די ריכטיגע השתדלות באוויזן צו געווינען זייער באפרייאונג היינט אין געריכט.
ביי וועם איז חיים צבי מלכא אן איידעם ?
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:11 pm

מיכאל ארי גולדמאן ( ארגענטינא)
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:10 pm טייערע אידן!!!

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סאמאטוכע צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן קאמפיינס, שרייבן גרויס און קאלירט וכו' וכו'.

אבער ליידער די מציאות איז, אז די לעצטע פאר טעג איז אריינגעקומען ווייניגער ווי 100 דאללער א טאג פון די קאמפיין דא, בשעת ווען ביי די פריערדיגע קאמפיינס וואס דערוילעם האט אראפגעשלינגען די קאלירטע גרויסע בוכשטאבן איז אריינגעקומען מער ווי 1000 דאללער א טאג....

לעומת זה די אויסגאבן פאר די יוצאים ווערט נאר מער און מער און אן כלל ישראל'ס השתתפות קענען מיר נישט אנגיין!!!! מיר פאלן צוזאם פון די שווערע לאסט!!!!!

3 מינוט צוריק קאלט מיר א חשוב'ע יוצא און פרעגט מיר ווען ער קען גיין מאכן א שבת ארדער, וואס זאל איך אים זאגן??????

זאלעך יא פרובירן צו לייגן די לינק נאכאמאל?
כ'מיין אז יא, ישראל קדושים הם!
https://toirem.org/23423
איר שפירט אז אויב גייט מען שרייבן ריזיג און קאלירט גייט מען דא מאכן $1000 פער טאג פאר די קומענדיגע 12 יאר??

קוקט אויס אז דער עולם דאהי האט שוין געגעבן דאס זייערע, און עס איז צייט צו גיין אויף נאך פלעצער נאך געלט.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין די לעצטערע תקופה האבן אלע מיטגעהאלטן די דראמאטישע אנטוויקלונגען אין לב טהור, ווען אלע פארבליבענע פירער און הנהלה מיטגלידער האבן זיך פאראייניגט און אפגעשלאגן דעם אויסדרוקליכן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ אז קיינער זאל בשום אופן נישט איבערלאזן לב טהור אפגעזעהן די פרייז וואס עס גייט קאסטן, ארויסגעבנדיג א קלארע הוראה פאר אלע פארבליבענע מיטגלידער צו פארלאזן די כת און ארויספארן פון גואטעמאלא מיט די קינדער, דערביי פארשלאגנדיג עטליכע אויסוואהלן וויאזוי יעדער איינער פאר זיך קען זיך אויסשטעלן די ווייטערדיגע פלענער פארן לעבנס צוקונפט.

שטייענדיג נאך עטליכע חדשים וואס די חכם האט זיך געפינען אינעם תפיסה לאך (sollitary confinement) אין פארט דיקס, ניו דזשערסי, צוליב דעם וואס מ'האט געטראפן ביי אים א פריוואטע טעלעפאן אין טורמע צעל, איז ער אצינד אריבערגעפירט געווארן צו א העכערע שטאפל זיכערהייט טורמע אין אוטיסוויל ניו יארק. ביז היינט ווען ער האט זיך געפינען אינעם לאך כמעט זינט די אנהייב פון די יעצטיגע פרשה אין לב טהור, האט ער געהאט גאר שוואכע קאמיוניקאציע מיט די דרויסנדיגע וועלט, וויבאלד אונטער די דאזיגע אומשטענדן איז ער נישט געווען ערלויבט צו מאכן קיין שום טעלעפאן קאל צו די דרויסנדיגע וועלט. די איינציגסטע קשר וואס ער האט געהאט מיט א דרויסנדיגע מענטש איז נאר געווען דורך די קורצע באזוכן יעדע וואך מאנטאג, און מיט אזעלכע געצוימטע קאמיוניקאציע מעגליכקייטן זענען די וויזיטעישאנס ווי פארשטענדליך שטענדיג אויסגענוצט געווארן דורך זיינע אייגענע קינדער, און כמעט נאר פון זיי האט ער געקענט וויסן וואס ס'גייט פאר אין לב טהור. און וויבאלד זיינע קינדער האבן אים נישט געוואלט וויי טוהן און פארציילן די אמת'ע מצב וואס ס'גייט פאר אין גואטעמאלא, איז ער ממש נישט געווען באוואוסטזיניג צו די אמת'ע רעאליטעט מיט די סיטואציע איבער די עקזיסטענץ פונעם קולט, און דעריבער האט ער געמיינט אז אלעס גייט אן כמעט ווי געהעריג, און אויסער דאס אז מ'האט נישט די קינדער פארשטייט זיך, איז אבער יעדער איינער נאך ווייטער אנגעשלאסן אינעם קאמף און די מצב איז נישט אזוי שלעכט ווי ס'איז שוין באמת געווען.

אצינד ווען מ'האט אים אריבערגעפירט צו א נייע טורמע, וואס הגם די זיכערהייט רעגולאציעס דארטן זענען אויף פיל א העכערע שטאפל ווי אין פארט דיקס, און קיין טעלעפאן איז אוודאי נישט שייך אריינצוברענגען דארטן, איז ער אבער אריינגעפירט געווארן אין א געהעריגע צעל ווי א געווענליכע ארעסטאנט - נישט אינעם לאך, הגם וואס מ'טוהט אים ווייטער שטרענג נאכקוקן און אכטונג געבן ער זאל נישט נאכאמאל פארלעצן די רעגולאציעס, וויבאלד דעמאלטס וועט ער אוודאי ווידעראמאל ווערן אריינגעשליידערט אינעם לאך, און אין פיל ערגערע אומשטענדן ווי ביים ערשטן מאל, איז ער אבער לויט די פראטאקאלן בארעכטיגט אנצוהייבן אין דעם נייעם טורמע ווי א געהעריגע ארעסטאנט און פארמאגן די זעלבע גלייכע רעכטן ווי א געווענליכע ארעסטאנט. און פונקט ווי יעדע ארעסטאנט האט ער אויך באקומען א געצוימטע צאל מינוטן ווען ער איז ערלויבט ארויסצורופן פון די ספעציעלע טעלעפאן אין טורמע, און די ערשטע מאל אין לאנגע חדשים האט ער געהאט די מעגליכקייט צו מאכן קשר מיט נאך פארבינדעטע אין לב טהור, נאכדעם וואס זייענדיג אינעם לאך האט ער נישט געהאט די געלעגנהייט צו הערן די אמת'ע מציאות פון זייער זייט.

נאכן זיך פארבינדן מיט די רעשטעלעך פארבליבענע לב טהור פירער אין גואטעמאלא, וואס האבן קלאר פארציילט פארן חכם די ריכטיגע פאקטן וואס עס קומט באמת פאר און וואס עס איז די יעצטיגע סיטואציע אין לב טהור, האט די חכם געכאפט א גאר אויפטרייסלנדע שאק הערנדיג אז די כת איז שוין גענצליך אויפגעלעזט, און אז רוב פון די הייפעלע פארבליבענע כת מיטגלידער וועלכע האלטן זיך נאך אויף אין גואטעמאלא ווארטן נאר אויס צוריקצובאקומען זייער קינדער און פלאנירן אויך ארויספארן תיכף דערנאך אזויווי די אלע אנדערע וואס האבן שוין פארלאזט די פלאץ, און די אנדערע טייל זענען געוועזענע פירער וואס זענען אויף בעיל און ווארטן אויס זייער געריכט.

נאך די גאר שאקירנדע אויפשאקלונג וואס האט געכאפט דעם חכם אין א גענצליכע איבערראשונג, האט די חכם געגעבן א אפיציעלע דרשה פאר די גאנצע ציבור אין גואטעמאלא דורכן טעלעפאן, און צו אלעמענס איבערראשונג - אדער אפשר גאר ערווארטונג - האט די חכם נישט געלאזט הערן קיין איין איינציג ווארט אפילו ברמז אז מ'זאל זיך ווייטער שלאגן און פרובירן אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם כת, ניטאמאל האט ער געהייסן אז די וואס זענען געצווינגען ארויסצוגיין זאלן זיך ווייטער האלטן מיט די פרינציפן פונעם כת ווי די מלבושים/עסן/וכדו', ער האט בלויז געגעבן חיזוק אויף א כלליות'דיגע פארנעם, זאגנדיג אז מ'דארף זיך מחזק זיין אין אזא שווערע זמן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר משיח וועט קומען וכו' וכו'.

נאך די דאזיגע דראמאטישע אנטוויקלונג קען מען שוין זאגן מיט א פולן מויל אז די כת לב טהור איז בסייעתא דשמיא בלויז א חלק פון היסטאריע, נאכדעם וואס אפילו די חכם וואס איז נאך געווען די איינציגסטע ביז היינט וואס האט נאכנישט געהאט אראפגעלייגט די לייצעס, האט שוין אויך אצינד אפיציעל אנערקענט אז די קאמף איז א פארלוירענער, און ס'איז בלויז געבליבן זיך צו מחזק זיין יעדער ביי זיך אין הארצן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח.
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

רבונו של עולם טויזענטער יודן קוקן דא טאג נאך טאג און צווישן אלע קען מען נישט ארויס קומען מיט די קליינע סכומים באמת
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2826
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6147

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:10 pm טייערע אידן!!!

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סאמאטוכע צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן קאמפיינס, שרייבן גרויס און קאלירט וכו' וכו'.

אבער ליידער די מציאות איז, אז די לעצטע פאר טעג איז אריינגעקומען ווייניגער ווי 100 דאללער א טאג פון די קאמפיין דא, בשעת ווען ביי די פריערדיגע קאמפיינס וואס דערוילעם האט אראפגעשלינגען די קאלירטע גרויסע בוכשטאבן איז אריינגעקומען מער ווי 1000 דאללער א טאג....

לעומת זה די אויסגאבן פאר די יוצאים ווערט נאר מער און מער און אן כלל ישראל'ס השתתפות קענען מיר נישט אנגיין!!!! מיר פאלן צוזאם פון די שווערע לאסט!!!!!

3 מינוט צוריק קאלט מיר א חשוב'ע יוצא און פרעגט מיר ווען ער קען גיין מאכן א שבת ארדער, וואס זאל איך אים זאגן??????

זאלעך יא פרובירן צו לייגן די לינק נאכאמאל?
כ'מיין אז יא, ישראל קדושים הם!
https://toirem.org/23423
פון וויפיל געלט רעדט מען?
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:52 pm

לויט די חשבון וואס מען האט גערעדט אנהייב וואך פעלט ארום 6500$
@מנהיג ריכטיג?

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:54 pm

איך רעד פון די ארדער
@מנהיג ?
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

א פשוטע שבת ארדער גייט אויסקומען לערך $300

https://toirem.org/23423
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 623

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ChatGPT »

► Show Spoiler
דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

כבוד מלכים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:32 pm
מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:10 pm טייערע אידן!!!

איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע סאמאטוכע צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן קאמפיינס, שרייבן גרויס און קאלירט וכו' וכו'.

אבער ליידער די מציאות איז, אז די לעצטע פאר טעג איז אריינגעקומען ווייניגער ווי 100 דאללער א טאג פון די קאמפיין דא, בשעת ווען ביי די פריערדיגע קאמפיינס וואס דערוילעם האט אראפגעשלינגען די קאלירטע גרויסע בוכשטאבן איז אריינגעקומען מער ווי 1000 דאללער א טאג....

לעומת זה די אויסגאבן פאר די יוצאים ווערט נאר מער און מער און אן כלל ישראל'ס השתתפות קענען מיר נישט אנגיין!!!! מיר פאלן צוזאם פון די שווערע לאסט!!!!!

3 מינוט צוריק קאלט מיר א חשוב'ע יוצא און פרעגט מיר ווען ער קען גיין מאכן א שבת ארדער, וואס זאל איך אים זאגן??????

זאלעך יא פרובירן צו לייגן די לינק נאכאמאל?
כ'מיין אז יא, ישראל קדושים הם!
https://toirem.org/23423
איר שפירט אז אויב גייט מען שרייבן ריזיג און קאלירט גייט מען דא מאכן $1000 פער טאג פאר די קומענדיגע 12 יאר??

קוקט אויס אז דער עולם דאהי האט שוין געגעבן דאס זייערע, און עס איז צייט צו גיין אויף נאך פלעצער נאך געלט.
עס איז נישט די נקודה יא קאלירט צו נישט, די עצם זאך אז איינער איז זיך מנדב און שטייט און פרובירט צו צאם שאפן אפאר דאללר ביי די פלאץ ווי מען רעדט פון די יוצאים פאר די יוצאים אליין און ער פילט זיך ווי א איוואן אין די סוכה, אדער אזוי ווי די נער וואס קראצט צאם אפאר גראצעס, נעמט עס ארויס אינגאנצן די מיה און חשק צו גיין איין טריט ווייטער.
אפשר פארקערט זאלט איר זיין דער וואס פרובירט צו צאם שאפן און דעמאלטס וועט איר פארשטיין ווי אזוי פילט מען ביי די זיסע ארבעט
נישט אזוי@מנהיג
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:19 pm
► Show Spoiler
דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
ניין, נאך די דיזעל טעראפי פראגראם וואס קען נעמען פון איין טאג ביז זעקס חדשים גייט מען אריין אין די שטרענגערע טורמע.
אוועיטער
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 623

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ChatGPT »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:30 pm
ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:19 pm
► Show Spoiler
דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
ניין, נאך די דיזעל טעראפי פראגראם וואס קען נעמען פון איין טאג ביז זעקס חדשים גייט מען אריין אין די שטרענגערע טורמע.
ווען הייבט ער אן דיזער טערעפי?
און וואס הייסט דיזעל טערעפי פאר איין טאג? מפירט ארום פון איין תפיסה צום צוויטן אלעס אין איין טאג?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

יום ה' שלח תשפ"ה לפ"ק.

עס איז דא א משפחה אין לב טהור, נישט קיין קרוב מיינער, וואס דארף ארויס קומען קיין אמעריקא, אבער זיי דארפן באצאלן פאר די גואטעמאלא רעגירונג $2,500 multa קנס צו קענען ארויסגיין פון לאנד, (מאלטא איז א קנס ווען איינער בלייבט אין לאנד לענגער ווי זיין ערלויבטע וויזע), בנוסף וואס זיי וועלן דארפן אסאך הילף און שטיצע שוין נאכן ארויסקומען, ביז זיי וועלן זיך מסדר זיין מיט א געהעריגע הכנסה. זייענדיג די וואך אין גואטעמאלא, איז די טאטע געקומען וויינען צו מיר פאר הילף, זיי קוקן שוין אזוי שטארק ארויס צו פארגעסן פון זייער ביטערע עבר, און ווארטן בכליון עינים אויף א נייע לעכטיגע עתיד בס"ד. מען רעדט פון א שטארק מיטגעמאכטע משפחה, זיי האבן נעבעך נישט ווער עס זאל זיי העלפן, און ליידער פון די גרויסע קאמפיין איז שוין גארנישט געבליבן מער. ממילא בעט איך דא פערזענליך פון אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים, ישראל נתבעים ונותנים, ווער עס קען געבן געלט פאר די צובראכענע משפחה, אפילו קליין געלט, און אוודאי װער עס קען געבן גרעסערע סכומים איז אשרי חלקם, די גאנצע געלט וועט גיין בלויז צו העלפן אוועקשטעלן די דאזיגע משפחה.

הק' יואל יהושע העשיל בלום
פה גואטעמאלא

אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5711

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:43 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:30 pm
ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:19 pm
► Show Spoiler
דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
ניין, נאך די דיזעל טעראפי פראגראם וואס קען נעמען פון איין טאג ביז זעקס חדשים גייט מען אריין אין די שטרענגערע טורמע.
ווען הייבט ער אן דיזער טערעפי?
און וואס הייסט דיזעל טערעפי פאר איין טאג? מפירט ארום פון איין תפיסה צום צוויטן אלעס אין איין טאג?
די דיזעל טעראפי איז א צייטווייליגע פראגראם וואס ווערט דורכגעפירט אויפן ארעסטאנט וואנדערנדיג צווישן איין טורמע צום צווייטן. די מאקסימום ווילאנג מ'קען האלטן אן ארעסטאנט אונטער די פראגראם איז זעקס חדשים, אבער ס'קען זיין אסאך ווייניגער אדער בכלל נישט, נאר גלייך אריבערגיין צום צווייטן טורמע, ס'ווענדט זיך אין די טורמע באאמטע וואס זיי ווילן טוהן מיט דעם ארעסטאנט, און אין דעם פאל האבן זיי אים נאך א קורצע צייט ענדגילטיג אריבערגעפירט צום שטרענגערן טורמע.
שרייב פאוסט