גרינטליך האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 3:03 pmוואס אין די וועלט ווילט איר דא האבען?!
זענט איר @אהעם מיט א נייע ניק?
אדער פון די פאר פארביסענער יחידים וואס @על פי תורה און @סענס אף יומער האבען גערעט וועגען???!!!
אז איר שרייבט אזוי אויף פשוט און גראד, איז משמע אז איר דרייט זיך נישט אויף אידטיש, בלויז אין די ל"ט אשכול.
איז מעגליך אז איר האט נישט געכאפט די כללי המקום, און די אנגענומענע סטאנדארטן.
אידטיש איז א פארום וואו מען שמועסט זיך אויס על דא ועל הא, און ל"ט איז איינע פון די זאכן. טאקע א וויכטיגע, אבער בלויז איינס פון מערערע טעמעס.
דער טעמע איז געעפנט געווארן נאך בעפארן רעיד, פאר נייעס פורפוסעס, זיך אנטוויקלט צו דער איינציגער קראנטער נייעס קוואל דורכאויס די שווערע צייטן, און זינט דא רעדט מען זיך צונויף וועגן די נושא, האט מען אויסגענוצט דאס פלאץ צו אויפטרייבן די נויטיגע געלטער פאר די גרויסע הוצאות הצלה.
כהאף איר זענט שוין קלארער אין דעם ענין. ס'דא פלאץ פאר פאנדרעיזינג, ס'דא פלאץ פאר אפדעיטס און שמועסן, און ס'דא פלאץ פאר ניקס - בפרט די וואס זענען אקטיוו מיט מערערע פאוסטס, און קענען נישט נחשד ווערן אין זיין א טייל פון די ערב רב - צו אויסדרוקן זייער מיינונג, און אמאל פרוסטרירונג, איבער וויאזוי די שמועס דא ווערט געפירט.
סאלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:54 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 1:30 pmFwd
קומט יעצט אריין די ברעכנדע נייעס אז די קארט האט אין די איצטיגע מינוטן באשטעטיגט צו באפרייען משפחת חיים צבי מלכא אין איבערגעגעבן זיין איינציגסטער קינד אינטער די אחריות פון מרת קעניג/וויינגארטן אשת ר' מרדכי יואל קעניג פון מאנסי וואס איז איצט אין גואטעמאלא העלפנדיג ר' שמעון פאוזן מיטן אהערברענגען קינדערליך קיין אמעריקא...
דאס אז חיים צביס קינד גייט ארויס קיין אמעריקע איז א מורא'דיגע באווייז פאר יעדן דארט צו דאס נאכטוהן
אשתו?
די קינד (פון צוויי יאהר אלט) גייט ארויס גיין צוזאמען מיט חיים צביס ווייב אינטער די אחריות פון......
יאמי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 4:20 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 2:51 pmאין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א קינד פונעם שעלטער און געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן מיט די מאמע קיין אמעריקע.
די רעדע איז פון משפחת חיים צבי מלכא, וועלכע פארמאגט א קליין קינד אונטער צוויי יאר, און זיין ברודער מענדי מלכא צוזאמען מיט אשת מרדכי יואל מלכא זענען געקומען נעמען resource אויף דאס קינד, און וועלן אלע אינאיינעם ארויספארן פון גואטעמאלא בעז''ה.
די פאזיטיווע נייעס קומט נאכדעם וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג, נאכדעם וואס זייער קעיס איז ביז יעצט אויסגעשטאנען גרעסערע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס ווי די געווענליכע קעיסעס, אבער בס''ד האט מען מיט די ריכטיגע השתדלות באוויזן צו געווינען זייער באפרייאונג היינט אין געריכט.
השתדלות פון וועלכע עסקנים?
די זעלבע ראשי העסקנים וואס זענען שוין אקטיוו די לעצטערע חדשים. זיי זענען געווארן אריינגעמישט אויף די בקשה פון די משפחה וועלכע האט געברויכט הילף צושטאנד צוברענגען די באפרייאונג פון זייערע פאמיליע מיטגלידער.
אין די לעצטערע תקופה האבן אלע מיטגעהאלטן די דראמאטישע אנטוויקלונגען אין לב טהור, ווען אלע פארבליבענע פירער און הנהלה מיטגלידער האבן זיך פאראייניגט און אפגעשלאגן דעם אויסדרוקליכן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ אז קיינער זאל בשום אופן נישט איבערלאזן לב טהור אפגעזעהן די פרייז וואס עס גייט קאסטן, ארויסגעבנדיג א קלארע הוראה פאר אלע פארבליבענע מיטגלידער צו פארלאזן די כת און ארויספארן פון גואטעמאלא מיט די קינדער, דערביי פארשלאגנדיג עטליכע אויסוואהלן וויאזוי יעדער איינער פאר זיך קען זיך אויסשטעלן די ווייטערדיגע פלענער פארן לעבנס צוקונפט.
שטייענדיג נאך עטליכע חדשים וואס די חכם האט זיך געפינען אינעם תפיסה לאך (sollitary confinement) אין פארט דיקס, ניו דזשערסי, צוליב דעם וואס מ'האט געטראפן ביי אים א פריוואטע טעלעפאן אין טורמע צעל, איז ער אצינד אריבערגעפירט געווארן צו א העכערע שטאפל זיכערהייט טורמע אין אוטיסוויל ניו יארק. ביז היינט ווען ער האט זיך געפינען אינעם לאך כמעט זינט די אנהייב פון די יעצטיגע פרשה אין לב טהור, האט ער געהאט גאר שוואכע קאמיוניקאציע מיט די דרויסנדיגע וועלט, וויבאלד אונטער די דאזיגע אומשטענדן איז ער נישט געווען ערלויבט צו מאכן קיין שום טעלעפאן קאל צו די דרויסנדיגע וועלט. די איינציגסטע קשר וואס ער האט געהאט מיט א דרויסנדיגע מענטש איז נאר געווען דורך די קורצע באזוכן יעדע וואך מאנטאג, און מיט אזעלכע געצוימטע קאמיוניקאציע מעגליכקייטן זענען די וויזיטעישאנס ווי פארשטענדליך שטענדיג אויסגענוצט געווארן דורך זיינע אייגענע קינדער, און כמעט נאר פון זיי האט ער געקענט וויסן וואס ס'גייט פאר אין לב טהור. און וויבאלד זיינע קינדער האבן אים נישט געוואלט וויי טוהן און פארציילן די אמת'ע מצב וואס ס'גייט פאר אין גואטעמאלא, איז ער ממש נישט געווען באוואוסטזיניג צו די אמת'ע רעאליטעט מיט די סיטואציע איבער די עקזיסטענץ פונעם קולט, און דעריבער האט ער געמיינט אז אלעס גייט אן כמעט ווי געהעריג, און אויסער דאס אז מ'האט נישט די קינדער פארשטייט זיך, איז אבער יעדער איינער נאך ווייטער אנגעשלאסן אינעם קאמף און די מצב איז נישט אזוי שלעכט ווי ס'איז שוין באמת געווען.
אצינד ווען מ'האט אים אריבערגעפירט צו א נייע טורמע, וואס הגם די זיכערהייט רעגולאציעס דארטן זענען אויף פיל א העכערע שטאפל ווי אין פארט דיקס, און קיין טעלעפאן איז אוודאי נישט שייך אריינצוברענגען דארטן, איז ער אבער אריינגעפירט געווארן אין א געהעריגע צעל ווי א געווענליכע ארעסטאנט - נישט אינעם לאך, הגם וואס מ'טוהט אים ווייטער שטרענג נאכקוקן און אכטונג געבן ער זאל נישט נאכאמאל פארלעצן די רעגולאציעס, וויבאלד דעמאלטס וועט ער אוודאי ווידעראמאל ווערן אריינגעשליידערט אינעם לאך, און אין פיל ערגערע אומשטענדן ווי ביים ערשטן מאל, איז ער אבער לויט די פראטאקאלן בארעכטיגט אנצוהייבן אין דעם נייעם טורמע ווי א געהעריגע ארעסטאנט און פארמאגן די זעלבע גלייכע רעכטן ווי א געווענליכע ארעסטאנט. און פונקט ווי יעדע ארעסטאנט האט ער אויך באקומען א געצוימטע צאל מינוטן ווען ער איז ערלויבט ארויסצורופן פון די ספעציעלע טעלעפאן אין טורמע, און די ערשטע מאל אין לאנגע חדשים האט ער געהאט די מעגליכקייט צו מאכן קשר מיט נאך פארבינדעטע אין לב טהור, נאכדעם וואס זייענדיג אינעם לאך האט ער נישט געהאט די געלעגנהייט צו הערן די אמת'ע מציאות פון זייער זייט.
נאכן זיך פארבינדן מיט די רעשטעלעך פארבליבענע לב טהור פירער אין גואטעמאלא, וואס האבן קלאר פארציילט פארן חכם די ריכטיגע פאקטן וואס עס קומט באמת פאר און וואס עס איז די יעצטיגע סיטואציע אין לב טהור, האט די חכם געכאפט א גאר אויפטרייסלנדע שאק הערנדיג אז די כת איז שוין גענצליך אויפגעלעזט, און אז רוב פון די הייפעלע פארבליבענע כת מיטגלידער וועלכע האלטן זיך נאך אויף אין גואטעמאלא ווארטן נאר אויס צוריקצובאקומען זייער קינדער און פלאנירן אויך ארויספארן תיכף דערנאך אזויווי די אלע אנדערע וואס האבן שוין פארלאזט די פלאץ, און די אנדערע טייל זענען געוועזענע פירער וואס זענען אויף בעיל און ווארטן אויס זייער געריכט.
נאך די גאר שאקירנדע אויפשאקלונג וואס האט געכאפט דעם חכם אין א גענצליכע איבערראשונג, האט די חכם געגעבן א אפיציעלע דרשה פאר די גאנצע ציבור אין גואטעמאלא דורכן טעלעפאן, און צו אלעמענס איבערראשונג - אדער אפשר גאר ערווארטונג - האט די חכם נישט געלאזט הערן קיין איין איינציג ווארט אפילו ברמז אז מ'זאל זיך ווייטער שלאגן און פרובירן אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם כת, ניטאמאל האט ער געהייסן אז די וואס זענען געצווינגען ארויסצוגיין זאלן זיך ווייטער האלטן מיט די פרינציפן פונעם כת ווי די מלבושים/עסן/וכדו', ער האט בלויז געגעבן חיזוק אויף א כלליות'דיגע פארנעם, זאגנדיג אז מ'דארף זיך מחזק זיין אין אזא שווערע זמן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר משיח וועט קומען וכו' וכו'.
נאך די דאזיגע דראמאטישע אנטוויקלונג קען מען שוין זאגן מיט א פולן מויל אז די כת לב טהור איז בסייעתא דשמיא בלויז א חלק פון היסטאריע, נאכדעם וואס אפילו די חכם וואס איז נאך געווען די איינציגסטע ביז היינט וואס האט נאכנישט געהאט אראפגעלייגט די לייצעס, האט שוין אויך אצינד אפיציעל אנערקענט אז די קאמף איז א פארלוירענער, און ס'איז בלויז געבליבן זיך צו מחזק זיין יעדער ביי זיך אין הארצן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח.
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:42 pmאין די לעצטערע תקופה האבן אלע מיטגעהאלטן די דראמאטישע אנטוויקלונגען אין לב טהור, ווען אלע פארבליבענע פירער און הנהלה מיטגלידער האבן זיך פאראייניגט און אפגעשלאגן דעם אויסדרוקליכן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ אז קיינער זאל בשום אופן נישט איבערלאזן לב טהור אפגעזעהן די פרייז וואס עס גייט קאסטן, ארויסגעבנדיג א קלארע הוראה פאר אלע פארבליבענע מיטגלידער צו פארלאזן די כת און ארויספארן פון גואטעמאלא מיט די קינדער, דערביי פארשלאגנדיג עטליכע אויסוואהלן וויאזוי יעדער איינער פאר זיך קען זיך אויסשטעלן די ווייטערדיגע פלענער פארן לעבנס צוקונפט.

דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
קוקט אויס אז דער עולם דאהי האט שוין געגעבן דאס זייערע, און עס איז צייט צו גיין אויף נאך פלעצער נאך געלט.
עס איז נישט די נקודה יא קאלירט צו נישט, די עצם זאך אז איינער איז זיך מנדב און שטייט און פרובירט צו צאם שאפן אפאר דאללר ביי די פלאץ ווי מען רעדט פון די יוצאים פאר די יוצאים אליין און ער פילט זיך ווי א איוואן אין די סוכה, אדער אזוי ווי די נער וואס קראצט צאם אפאר גראצעס, נעמט עס ארויס אינגאנצן די מיה און חשק צו גיין איין טריט ווייטער.
אפשר פארקערט זאלט איר זיין דער וואס פרובירט צו צאם שאפן און דעמאלטס וועט איר פארשטיין ווי אזוי פילט מען ביי די זיסע ארבעט
נישט אזוי@מנהיג
ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:19 pm
► Show Spoiler
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 5:42 pmאין די לעצטערע תקופה האבן אלע מיטגעהאלטן די דראמאטישע אנטוויקלונגען אין לב טהור, ווען אלע פארבליבענע פירער און הנהלה מיטגלידער האבן זיך פאראייניגט און אפגעשלאגן דעם אויסדרוקליכן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ אז קיינער זאל בשום אופן נישט איבערלאזן לב טהור אפגעזעהן די פרייז וואס עס גייט קאסטן, ארויסגעבנדיג א קלארע הוראה פאר אלע פארבליבענע מיטגלידער צו פארלאזן די כת און ארויספארן פון גואטעמאלא מיט די קינדער, דערביי פארשלאגנדיג עטליכע אויסוואהלן וויאזוי יעדער איינער פאר זיך קען זיך אויסשטעלן די ווייטערדיגע פלענער פארן לעבנס צוקונפט.
שטייענדיג נאך עטליכע חדשים וואס די חכם האט זיך געפינען אינעם תפיסה לאך (sollitary confinement) אין פארט דיקס, ניו דזשערסי, צוליב דעם וואס מ'האט געטראפן ביי אים א פריוואטע טעלעפאן אין טורמע צעל, איז ער אצינד אריבערגעפירט געווארן צו א העכערע שטאפל זיכערהייט טורמע אין אוטיסוויל ניו יארק. ביז היינט ווען ער האט זיך געפינען אינעם לאך כמעט זינט די אנהייב פון די יעצטיגע פרשה אין לב טהור, האט ער געהאט גאר שוואכע קאמיוניקאציע מיט די דרויסנדיגע וועלט, וויבאלד אונטער די דאזיגע אומשטענדן איז ער נישט געווען ערלויבט צו מאכן קיין שום טעלעפאן קאל צו די דרויסנדיגע וועלט. די איינציגסטע קשר וואס ער האט געהאט מיט א דרויסנדיגע מענטש איז נאר געווען דורך די קורצע באזוכן יעדע וואך מאנטאג, און מיט אזעלכע געצוימטע קאמיוניקאציע מעגליכקייטן זענען די וויזיטעישאנס ווי פארשטענדליך שטענדיג אויסגענוצט געווארן דורך זיינע אייגענע קינדער, און כמעט נאר פון זיי האט ער געקענט וויסן וואס ס'גייט פאר אין לב טהור. און וויבאלד זיינע קינדער האבן אים נישט געוואלט וויי טוהן און פארציילן די אמת'ע מצב וואס ס'גייט פאר אין גואטעמאלא, איז ער ממש נישט געווען באוואוסטזיניג צו די אמת'ע רעאליטעט מיט די סיטואציע איבער די עקזיסטענץ פונעם קולט, און דעריבער האט ער געמיינט אז אלעס גייט אן כמעט ווי געהעריג, און אויסער דאס אז מ'האט נישט די קינדער פארשטייט זיך, איז אבער יעדער איינער נאך ווייטער אנגעשלאסן אינעם קאמף און די מצב איז נישט אזוי שלעכט ווי ס'איז שוין באמת געווען.
אצינד ווען מ'האט אים אריבערגעפירט צו א נייע טורמע, וואס הגם די זיכערהייט רעגולאציעס דארטן זענען אויף פיל א העכערע שטאפל ווי אין פארט דיקס, און קיין טעלעפאן איז אוודאי נישט שייך אריינצוברענגען דארטן, איז ער אבער אריינגעפירט געווארן אין א געהעריגע צעל ווי א געווענליכע ארעסטאנט - נישט אינעם לאך, הגם וואס מ'טוהט אים ווייטער שטרענג נאכקוקן און אכטונג געבן ער זאל נישט נאכאמאל פארלעצן די רעגולאציעס, וויבאלד דעמאלטס וועט ער אוודאי ווידעראמאל ווערן אריינגעשליידערט אינעם לאך, און אין פיל ערגערע אומשטענדן ווי ביים ערשטן מאל, איז ער אבער לויט די פראטאקאלן בארעכטיגט אנצוהייבן אין דעם נייעם טורמע ווי א געהעריגע ארעסטאנט און פארמאגן די זעלבע גלייכע רעכטן ווי א געווענליכע ארעסטאנט. און פונקט ווי יעדע ארעסטאנט האט ער אויך באקומען א געצוימטע צאל מינוטן ווען ער איז ערלויבט ארויסצורופן פון די ספעציעלע טעלעפאן אין טורמע, און די ערשטע מאל אין לאנגע חדשים האט ער געהאט די מעגליכקייט צו מאכן קשר מיט נאך פארבינדעטע אין לב טהור, נאכדעם וואס זייענדיג אינעם לאך האט ער נישט געהאט די געלעגנהייט צו הערן די אמת'ע מציאות פון זייער זייט.
נאכן זיך פארבינדן מיט די רעשטעלעך פארבליבענע לב טהור פירער אין גואטעמאלא, וואס האבן קלאר פארציילט פארן חכם די ריכטיגע פאקטן וואס עס קומט באמת פאר און וואס עס איז די יעצטיגע סיטואציע אין לב טהור, האט די חכם געכאפט א גאר אויפטרייסלנדע שאק הערנדיג אז די כת איז שוין גענצליך אויפגעלעזט, און אז רוב פון די הייפעלע פארבליבענע כת מיטגלידער וועלכע האלטן זיך נאך אויף אין גואטעמאלא ווארטן נאר אויס צוריקצובאקומען זייער קינדער און פלאנירן אויך ארויספארן תיכף דערנאך אזויווי די אלע אנדערע וואס האבן שוין פארלאזט די פלאץ, און די אנדערע טייל זענען געוועזענע פירער וואס זענען אויף בעיל און ווארטן אויס זייער געריכט.
נאך די גאר שאקירנדע אויפשאקלונג וואס האט געכאפט דעם חכם אין א גענצליכע איבערראשונג, האט די חכם געגעבן א אפיציעלע דרשה פאר די גאנצע ציבור אין גואטעמאלא דורכן טעלעפאן, און צו אלעמענס איבערראשונג - אדער אפשר גאר ערווארטונג - האט די חכם נישט געלאזט הערן קיין איין איינציג ווארט אפילו ברמז אז מ'זאל זיך ווייטער שלאגן און פרובירן אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם כת, ניטאמאל האט ער געהייסן אז די וואס זענען געצווינגען ארויסצוגיין זאלן זיך ווייטער האלטן מיט די פרינציפן פונעם כת ווי די מלבושים/עסן/וכדו', ער האט בלויז געגעבן חיזוק אויף א כלליות'דיגע פארנעם, זאגנדיג אז מ'דארף זיך מחזק זיין אין אזא שווערע זמן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר משיח וועט קומען וכו' וכו'.
נאך די דאזיגע דראמאטישע אנטוויקלונג קען מען שוין זאגן מיט א פולן מויל אז די כת לב טהור איז בסייעתא דשמיא בלויז א חלק פון היסטאריע, נאכדעם וואס אפילו די חכם וואס איז נאך געווען די איינציגסטע ביז היינט וואס האט נאכנישט געהאט אראפגעלייגט די לייצעס, האט שוין אויך אצינד אפיציעל אנערקענט אז די קאמף איז א פארלוירענער, און ס'איז בלויז געבליבן זיך צו מחזק זיין יעדער ביי זיך אין הארצן און גלייבן אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח.
דאס אריבערפירן קיין אוטיסוויל איז א חלק פון די "דיזעל טערעפי"?
ניין, נאך די דיזעל טעראפי פראגראם וואס קען נעמען פון איין טאג ביז זעקס חדשים גייט מען אריין אין די שטרענגערע טורמע.
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:30 pm

ווען הייבט ער אן דיזער טערעפי?
און וואס הייסט דיזעל טערעפי פאר איין טאג? מפירט ארום פון איין תפיסה צום צוויטן אלעס אין איין טאג?