פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 11:59 pm
@היימיש עס זענען דא עטליכע סארטן פון קלאגעס וויאזוי מען קען גיין אין געריכט, (איך האף אז איך וועל עס קענען גענוג גוט מסביר זיין)
► Show Spoiler
איין וועג ווערט אנגערופן 'ארטיקל 78 פראסידינג', (די יעצטיגע פערלס אנקלאגע איז געווען די סארט קלאגע)
דהיינו ווען א רעגירונג אגענטור מאכט א געזעץ\רעגולאציע וכדו' און מען וויל אויפווייזן מכח סיי וועלכע לעגאלע טענה אז די געזעץ\רעגולאציע איז נישט אויסגעהאלטן, דאן קען מען אריינגעבן אן אנקלאגע וואס ווערט אנגערופן 'ארטיקל 78 פראסידינג', וואס דאס טוט טשאלענדזשען די עצם געזעץ\רעגולאציע אז עס נישט אויסגעהאלטן,
די סארט קלאגע פון ארטיקל 78 פראסידינג, האט א צייט לימיטעשאן ביז ווען מען קען עס קלאגן, וואס איז 120 טאג נאך די געזעץ\רעגולאיע איז אריין אין קראפט,
פאר מער קען מען זעהן דא
ארטיקל 78
דערנאך איז דא אן אנדערע סארט קלאגע, וואס הייס 'עז-עפלייד טשאלענדזש', וואס דאס איז ווען די רעגירונג טוט אויספירן א געזעץ\רעגולאציע אויף איינעם, און יענער האט א טענה פארוואס די רעגירונג האט נישט געהאט די רעכט צו נוצן די געזעץ ספעציפיש פאר איהם צי פאר יענע מצב, דאן טוט מען נישט טשאלענדזשען די עצם לעגאליטעט פונעם געזעץ\רעגולאציע, נאר מען טוט טשאלענדזשען די יעצטיגע מציאות וואס די רעגירונג האט געטון קעגן דיר.
די סארט קלאגע קען מען מאכן אפילו עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט פון ווען די געזעץ איז אריין אין קראפט, וויבאלד עס איז ערשט יעצט גענוצט געווארן אקעגן דיר קען מען נאך יעצט קלאגן.
זעהט מער דא
עז-עפלייד
(דערנאך איז דא היבש א לאנגע צייט ווילאנג מען קען אריינגעבן די סארט קלאגע, ערגעץ האב איך געזעהן אז פונעם טאג וואס דער תובע האט געהאט א שאדן דורכדעם וואס די רעגירונג האט גענוצט די געזעץ אויף איהם, קען מען נאך קלאגן ביז 6 יאר דערנאך)
@פארטריבן דאס פארענטפערט נישט מיין קשיא
א 'עס-אפלייעד' קלאגע, מיינט אז די עצם געזעץ, איז אלעס פיין און וואויל, נאר די סטעיט האט עפלייד דעם געזעץ/רעגולאציע, דאס הייסט
'ער האט עס גענוצט' קעגן מיר , אויף א וועג, וואס איך האלט אז עס נישט אויסגעהאלטן.
למשל עס זענען דא 2 סקולס וואס ביידע זענען נישט סאבסטענשיל עקוויוועלנד, און נאר פון איינעם האט די סיטי אוועקגענומען זייערע לעגאלע סטאטוס פון א סקול, דאס קען איך זאגן אז די סיטי האט 'אפלייד א געזעץ'' קעגן מיר, אויף א נישט ריכטיגע וועג.
טאמער אבער די סטעיט אדער סיטי וועלן וועלן אפהאקן פאנדינג פון א סקול אין צעהן יאר ארום, געבויט אויף די איצטיגע רעגולאציעס, און זיי וועלן עס טוען 100% לויט ווי עס שטייט אין די געזעץ אדער רעגולאציע,
דאן וויאזוי וועט דער מוסד קענען קלאגן די סיטי אין צעהן יאר ארום?
קלאגן דעם געזעץ קען מען שוין נישט ווייל עס איז שוין אפגעלאפן די צייט
און א 'עס-אפלייד' קלאגע, קען מען נאר אריינגעבן, אויב די סיטי/סטעיט, האבן טאקע אפלייד א געזעץ, נישט ווי אזוי די געזעץ שרייבט עס פאר.
אבער אויב די סיטי/סטעיט וועלן מאכן זיכער, אז אלעס ווערט געטוען לויט די פארשריפטן פון די רעגולאציעס, וואס ביז איצט זעהט אויס, אז זיי האבן טאקע פראבירט אכטונג צו געבן צו טוען אלעס נאר לויטן געזעץ, דאן וויאזוי וועלן די מוסדות קענען קלאגן די סטעיט/סיטי אין צעהן יאר ארום?
דאס איז געווען מיין שאלה