כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
וואס דען
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 64

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 3:10 pm היינט איז פארגעקומען דריי געריכטן איבער לב טהור פאמיליעס אין גואטעמאלא.

די צווייטע געריכט איז געווען איבער משפחת מיכאל יודא גאלדמאן, און וויבאלד ער האט נישט געברענגט צום געריכט קיין שום קרוב אדער סיי וועמען וואס זאל נעמען קאסטעדי אויף זיינע קינדער, האט מען געהייסן די קינדער ווייטערפארבלייבן אינעם שעלטער, און באשטימט א פרישע געריכט דאטום.

די קינדער מוזן פארבלייבן אינעם שעלטער ביז די עלטערן זענען גרייט איבערצולאזן לב טהור און ארויספארן פון גואטעמאלא.
וואס איז זייערע פלענר בפרט פון מיכאל יודא ? ביז ווען פלאנט ער צו ווארטן?
קראקאדיל טרערען
פארוואס זאגט יואל הכורם "מיין פרוי איז שוין אויך נישט דא" ? זיי זענען צוקריקט? איז דא ארעדע וועגן א גט ח"ו? גייט א שטוב מיט קינדער חרוב ווערן?
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 523

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

אפשר האט איינער די ספרים פון דעם פריערדיגען מנהיג פון לב טהור אין חסידות און קען אהערברענגען
(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאכט זיך קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ספרים געהאט)
אפשר איינער פון אחינו היקרים עד למאוד פון לב טהור, (אויב רעד מען שוין אזוי אפעציעל אז מיר זיצן מיט זיי אינאיינעם)
פארשטייט זיך אז פריוואט איז אויכעט גוט
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 747
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 7791

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ברוך כבוד האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 5:44 pm
גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 2:59 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 2:56 pm ב''ה פארגאנגענע וואך איז אנגעקומען קיין שיקאגאו ר' אברהם משה יאזשעף הי''ו (א גר צדק) אינאיינעם מיט זיין ווייב בת ר' אוריאל יוסף גאלדמאן און בעבי וועלעכע זיי האבן ארויסגענומען פון שעלטער. ר' אברהם משה האט זיך איבערגעטוישט צו היימישע חסידשע מלבושים און זיך אנגעשלאסן אין א לאקאלע קהילה.
מיר כלל ישראל ווינטען איהם אהן פון טיפען הארצען הצלחה רבה מיט א סאך עכטער יודישער נחת!
אזוי אויכעט ווינטען מיר אלע יוצאים הצלחה רבה בניקל!
באופן כללי האלטן די רבנים וואס ליגן אין די פרשה אז מען קען זיך פארלאזן אז זייער גירות איז כשר? און די מקוה פאר די טבילת גרים איז כשר?
(אויב עס איז ח"ו דא א חשש אויף די מקוה טהרה איז זייער נישט אייגענעם אבער עס פסל'ט נישט קיין יחוס (נאר פגם) אבער גירות קען אפשר זיין הארבער)
100 פראצענט כשר'ע גרים
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 1165

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

לב טהור ווערט אויפגעלעזט

נייע אנווייזונגען ווערט ארויסגעגעבן פארן ציבור דורך די אלטע חברי הנהלה, פרישער געדאנק פון 'התאחדות היראים' ווערט פארגעשלאגן, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון דעם כת, וואס מענטשן דארפן אויסקלויבן א מהלך און מאכן א החלטה אין לעבן



אין די לעצטע טעג זענען פארגעקומען העפטיגע אקטיוויטעטן אינערהאלב לב-טהור, פארשידענע קלענערע אסיפות זענען פארגעקומען צווישן די חברי החבורה, וואו מען האט דן געווען איבער די עתיד פון די קהילה.

אזוי ווי באריכטעט, האט דער חכם געהאלטן, היפך פון דעת ההנהלה, אז מען זאל נישט ארויפקומען קיין אמעריקע וואו עס איז לדבריו פארהאן א גזירת שמד, און אויף די טענה אז איבערבלייבן אין גואטאמאלא מיינט פארלירן די קינדער, מיט א הויכע פראצענט אז די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אידיש און ערליך, האט דער חכם גע'טענה'ט אז סוף כל סוף האט דאס לב-טהור נישט געטון בידים, און זיי זענען נישט שולדיג אין די עתיד פון די קינדער.

דאס צוריקציען פונעם חכם, האט געכאפט די חברי הקהילה ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, וויבאלד עס איז געווען עטוואס אומפארשטענדליך די הוראה פונעם חכם, און כמעט אוממעגליך אויסצופירן. מענטשן האבן נישט געוואוסט ווי אזוי אויפצונעמען זיין הוראה און וואס מען דארף טון דערמיט. איין זאך איז געווען זיכער, אז דער חכם האט נישט ארויס וואס דא קומט פאר און אז ער פארשטייט נישט דעם אמת'ן מצב, און דעריבער איז נישט קלאר צי מען דארף פאלגן אזא הוראה, אדער בעסער געזאגט צי מען מעג בכלל פאלגן אזא הוראה פונעם חכם.

די הנהלה זענען געזעצן אסיפות מיט די זקנים, דער ריש-מתיבתא מיט די אב-בית-דין, וואו זיי האבן דן געווען בכובד ראש אין די דאזיגע שווערע שאלה. דער ענין איז אויך דורכגעשמועסט געווארן מיט משפחת וויינגארטן, וועלכע געפינען זיך אצינד אין טורמע אין די פאראייניגטע שטאטן. אויך זיי זענען בעובי הקורה און זיי האלטן מיט די אנטוויקלונגען און די ספיקות. די תוצאה איז געווען, אז עס איז קלאר אז דער חכם ליגט נישט אצינד בתוך הענינים, ער פארשטייט נישט דער מצב לאישורו און ער האט נישט ארויס דעם אמת'דיגן בילד איבער די פרשה. מען דארף פארשטיין אז דער חכם געפינט זיך אין תפיסה, אין א לאך, וואו ער קען באקומען באזוכער בלויז איין מאל אין וואך. אין די קורצע צייט איז שווער אים מיטצוטיילן אלעס אויף טריט און שריט, און דעריבער כאפט ער נישט באמת וואס עס גייט פאר אין לב טהור, און וואס עס פאסירט דא אצינד.

די שאלה איז געווען גאר א קאמפלעצירטער. די ספק איז נישט בלויז, צי די הוראה פונעם חכם איז גילטיק אין דער מצב, נאך וואס דער חכם ווייסט נישט באמת וואס עס קומט פאר. די שאלה איז, צי מען מעג בכלל פאלגן דעם חכם אין דעם יעצטיגן פאל.

דאס מיינט, אויב איינער וועט באשלוסן אז ער וויל טון די מערסטע ריכטיג, און ער וויל פאלגן דעם חכם, אפילו עס איז שווער. איז די שאלה צי מען מעג דאס בכלל פאלגן. פון איין זייט לייגט ער דאך אריין זיך מיט זיין גאנצע משפחה אין א באלדיגע זיכערע סכנה, בשעת ער פארלאזט זיך אויף א מפוקפק'דיגע מיינונג פון א חכם וואס זיצט אין לאך, און כאפט נישט באמת וואס די שאלה איז בכלל. די שאלה איז צי מען מעג בכלל פאלגן און טון וואס דער חכם הייסט. צווישן די זקנים איז געווען א צד צו זאגן, אז מען טאר נישט פאלגן דעם חכם אין דעם פאל, וויבאלד ער איז נישט אויסן צו פסק'ענען די שאלה. ווען ער וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף ארויסקומען פון תפיסה, און ער וועט מיטאלטן אין לב טהור, וועט ער קענען נעמען אויף זיך אזא האקעלע שאלה.

דעם פארגאנגענעם שבת, האט מען שוין געוואוסט אין לב טהור, מער ווייניגער, וואס עס איז דער פסק פון די זקנים, עס איז נאר נישט געווען קלאר אויף וואספארא וועג מען וועט דאס אויספירן. מוצאי שבת ביי שלש-סעודות, האט דער ריש-מתיבתא געזאגט אז ער וועט נישט זאגן יעצט דברי-תורה, נאר עס וועט זיין אן אפיציעלע דרשה נאך הבדלה, וואו מען וועט רעדן ברבים, אזוי אז די אלע מענטשן וועלכע געפינען זיך אין די סיטי (פיל מענטשן געפינען זיך אין די סיטי, נעמענדיג דארט דירות כדאי די געריכט זאל גרינגער צוריקגעבן די קינדער פאר די משפחות וועלכע געפינען זיך יעצט נישט אין די קולט). במשך די גאנצע צייט איז די שפאנונג ביים עולם געוואקסן, נאך וואס דער ריש-מתיבתא האט אפגעשטיפט זיין דרשה אויף זונטאג אווענט.

זונטאג דורכ'ן טאג, האט עס געהייסן אז דער ריש-מתיבתא אדער ר' חיים צבי גייען רעדן אין אווענט שעות. למעשה האט קיינער נישט גערעדט, נאר עס איז געבליבן אז חיים צבי וועט רעדן אויף מער א פריוואטן פארמאט מיט יעדן איינעם אין די חבורה.

במשך די לעצטע טעג, זיצט ר' חיים צבי מיט קלענערע קבוצות אידן, זיכער מאכנדיג נישט אויסצולאזן קיין איין מענטש, וואו ער שמועסט זיך דורך מיטן עולם און ער זאגט וואס עס איז די שטעלונג פון די זקנים אין דעם יעצטיגן פאל.

אין זיינע שמועסן, לייגט חיים צבי אראפ דער מצב לאישורו, וואו מיר האלטן אצינד, וואס עס זענען די ברירות און וואס עס זענען די סכנות. חיים צבי זאגט דעם ערשטן מיינונג פון די הנהלה און די זקנים, וואס עס איז דער מיינונג פונעם חכם דערויף, ווי אזוי זיין מיינונג ווערט אנגעקוקט לאור די יעצטיגע געשעענישן, און וועלכע ברירות עס זענען פארבליבן פאר אונז צו טון.

אויף למעשה, מעלדט ר' חיים צבי קלאר אז "חבורת לב טהור איז פארשפארט", די קהילה איז פארמאכט, זי עקזיסטירט שוין נישט מער, זי איז א פארגאנגענהייט!

דאס איז נישט בלויז א מעלדונג, עס איז א פאקט וואס שטייט פאר די אויגן. לב-טהור עקזיסטירט שוין נישט מער, נישטא קיין חדר, ישיבה, מיידל חדר, די זקנים זענען ארעסטירט און די הנהלה זיצן צושפרייט און צעזייעט בד' כנפות הארץ, בשעת א חלק פון זיי זענען ארעסטירט. ווער רעדט נאך פונעם חכם אליין, וועלכער געפינט זיך נעבעך אין א באקס. בקיצור, לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, עס איז נישט פארהאן מער אזא מושג.

נו, אויב לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, וואס דארפן די חברים פון די געוועזענע לב-טהור טון דערצו?

די שטעלונג פון די הנהלה מיט די זקנים דערויף איז: עס זענען פארהאן דריי אפציעס וואס עס איז מעגליך צו טון, און יעדער יחיד אין לב-טהור דארף אויסקלויבן און אויסוועלן איינע פון די דריי פאלגענדע דירעקציעס, וועלכער וועג צו נעמען אין לעבן אויף לעתיד. דאס פאר זיך איז א חידוש עצום אין לב-טהור, אז מען גיבט פאר א מענטש אויסצוקלויבן וואס ער וויל טון. עס איז קיינמאל נישט געווען דער שטייגער אין לב-טהור, אז א מענטש זאל פארמאגן די ברירה צו טון עפעס על דעת עצמו. שטענדיג פלעגט די קהילה הייסן וואס מען דארף טון. אצינד איז פאראן א דורכברוך אין די קהילה, אז מען גיבט א ברירה פאר יעדן מענטש, אויסצוקלויבן איינע פון די דריי אפציעס, ווי פאלגענד:

1. פאלגן דעם חכם בלינד! - זיך פארמאכן די אויגן, נישט קוקן אויף גארנישט, נישט מאכן קיין חשבונות, פאלגן דעם חכם און בלייבן אין גואטאמאלא, אפגעזען וואס עס וועט פאסירן דערנאך. דער וועג איז א הויכער און אן עקסטרימער וועג, וואס איז שייך פאר הויכע עובדי ה' וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש ממש.

איינער וואס וויל אויסקלויבן דעם אפציע, דארף זיין גרייט צו גיין זיצן אין תפיסה און אויפגעבן אויף זיינע קינדערליך, מיט די ידיעה ברורה אז די קינדער קענען חלילה אויסוואקסן אין א גוי'אישע אטמאספערע און מעגליך אז זיי וועלן גאר אנקומען צו די ציונים און דינען אין מיליטער, בשעת זיי וועלן פיינט האבן זייערע פאנאנטישע עלטערן וועלכע געפינען זיך אין א פאנאטישע קולט אין גואטאמאלא.

ר' חיים צבי האט מדגיש געווען, אז א מענטש זאל זיך נישט לאזן נארן און ער זאל גוט אריינטראכטן וואס עס איז באמת דער רצון השם אין דעם פאל, און צי ער האלט טאקע דערביי ממש. ווייל טאמער ער האלט נישט דערביי, איז דאס אכזריות ממש און ער איז זיך מאבד עצמו לדעת אינאיינעם מיט זיינע קינדער און ווער זאגט אז ער פארמאגט די רעכטן דערויף? - דעריבער זאל מען גוט אריינטראכטן איידער מען נעמט די דאזיגע שריט, צי מען טוט טאקע ריכטיג און צי מען מעג דאס טאקע טון.

ביי די אסיפות איז ר' חיים צבי מדגיש זייער קלאר: "טאמער א מענטש פרעגט מיר, אז ער וויל גיין מיט די דאזיגע עקסטרעמע אפציע, קען איך אים נישט מייעץ זיין דערויף. איך קען נישט נעמען אויף מיין אחריות די בלוט פון זיינע קינדער און דורות, בגשמיות און ברוחניות. איך קען נישט שטיפן אזא דרך פון סכנת נפשות, בשעת מענטשן גייען ליידן און וויינען דערויף".באמת איז דאס שווער צו נוצן אפילו פאר אן אפציע, אבער וויבאלד דאס איז די מיינונג פונעם חכם, איז דאס אויך אן אפציע וואס עס איז שייך צו טון, אויב מען וויל גיין אויף די וועג, און ער האלט אויף די דרגא פון מסירת-נפש ממש

2. אפלאזן די חבורה, גיין אין די וועלט, זיך איינגלידערן אין א צווייטע קהילה, אדער טון וואס אימער מען האט צו טון, יעדער איינער לויט ווי אזוי ער פארשטייט פאר ריכטיג.

3. גיין אויף א מיטל וועג. מען איז מיסד א נייע געדאנק וואס וועט טראגן דעם נאמען "התאחדות היראים". דאס וועט דינען מער אלס אן אידילאגיע ווי איידער אלס פאראייניגטע קהילה אדער חבורה.


"התאחדות היראים" שטעלט מיט זיך פאר אן אידילאגיע און א וועג צו לעבן. באמת גלידערט מען זיך אריין אין אנדערע קהילות און מען לייגט אריין די קינדער אין אנדערע מוסדות התורה, אבער אינדערהיים איז מען מקפיד אויף געוויסע יסודות פון לב-טהור, לדוגמא דעם ענין פון הקפדה אויף כשרות, לבוש, חינוך, דרכי אבות און אנדערע אזעלכע זאכן. כמובן אז די פרינציפן וועלן נישט אנגיין מיט דעם דאזיגן שארפקייט און קיצוניות אזוי ווי עס איז געווען אין לב-טהור, נאר אויף אן אופן וואס עס איז שייך זיך צו פירן אין די היימישע אידישע וועלט. אזוי אויך וועט עס נישט קומען געצווינגענערהייט, נאר בלויז אויפן אייגענעם רצון, אן קיין עונשים ותיקונים ווי עס איז געווען איינגעפירט ביז אצינד.

אינאיינעם דערמיט ווערט פארגעשטעלט פארשידענע גרינגערע מהלכים פון לעבן. לדוגמא, אין די לעצטע טעג ארבעט יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל, בירורים ווערן געמאכט דערויף און מען פלאנט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג דערוועגן. אזוי אויך ווערן פארמירט אנדערע רעפארמען אין די שארפע קיצוניות אין לב-טהור, וואו מען וועט אראפקריכן פון בוים און קענען אנגיין אויף א נארמאלערע פרומע וועג, אינדרויסן פון לב-טהור.

(רעדנדיג מיט העסקן הרב י.י.ה. בלום שליט"א, און פרעגנדיג אים ווי עס וועט זיין נוגע דער 'התאחדות היראים', ענטפערט ער מיר, אז ס'איז נוגע אויב איינער וויל עפענען אן אקאונט אין טשעיס...)

אינאיינעם מיט די דריי אפציעס, וואס עס איז פארגעשטעלט געווארן פאר די חברי הקהילה, איז אויך צוגעלייגט געווארן אנווייזונגען ווי אזוי אויסצוקלויבן די אפציעס.

1. א מאן קען נישט צווינגען די פרוי און א פרוי קען נישט צווינגען די מאן, צו גיין א סטאנדארט העכער פון וואס ער/זי וויל גיין.
2. די פרוי מוז נאכקומען די סטאנדארטן פון די מאן, אין פאל אז דאס איז א דרגא ווייניגער פון וואס זי האט געוואלט. זי מוז מיטגיין מיט אים.
3. אויב דער מאן וויל א העכערע סטאנדארט און די פרוי וויל א נידעריגע סטאנדארט, מוז דער מאן לאזן א געלעגנהייט פאר די פרוי, זיך צו פירן לויט איר באגער, בשעת ער וועט קענען זיין אויפן העכערן סטאנדארט, אויף אן אופן וואס עס וועט נישט אפעקטירן די פרוי'ס סטאנדארט אין לעבן.

אן אינטערעסאנטער צוטאט דארף מען צולייגן: אין איין פאל נעכטן איז געווען, בשעת א מאן (וועלכער געפינט זיך שוין אמעריקע) האט געמאלדן פאר זיין פרוי אין גואטאמאלא, אז אויב זי וועט אננעמען דעם ערשטן אפצע פון מסירת-נפש, וועט ער איר שטיצן מיט די החלטה. דערויף האט מען אים געענטפערט, אז ער פארמאגט נישט די רעכט צו לאזן פאלן אזעלכע ווערטער. זיי דארפן זיצן צוזאמען און מחליט זיין אינאיינעם וואס עס איז באמת ריכטיג און וואס עס איז די טובה פון די משפחה.

די נייע מהלך פון די קהילה (מיר קענען דאס שוין נישט אנרופן "לב טהור", וויבאלד לב-טהור עקזיסטירט שוין מער נישט טעכניש), איז א ריזיגע טראנספארם און א דורכברוך אין די חבורה. עס פארמאגט חידושים וואס עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע פון די קהילה.

1. אז מען גיבט א ברירה פאר א מענטש צו טראכטן און אויסקלויבן. א זאך וואס עס איז קיינמאל פריער נישט געווען.
2. אז עס איז פארהאן א דרך הממוצע. ביז היינט איז אין לב-טהור נישט געווען אזא זאך ווי א מיטל-וועג; אדער איז דאס געווען א צדיק, הייליג און שיין, אדער א רשע, אפיקורס און א טמא. דאס אז עס איז פארהאן א מיטל-וועג און א מהלך פון עפעס אינדערמיטן, דאס איז א חידוש עצום אין לב-טהור, א זאך וואס עס איז קיינמאל פריער נישט דערהערט געווארן.
3. דער פאקט אז א מאן קען נישט צווינגען א פרוי און פארקערט. דאס איז א חידוש עצום אין לב-טהור.
4. אז עס קען זיין א מעגליכקייט, אז א מאן איז אין די חבורה פון 'התאחדות היראים' און די פרוי איז נישט אין די חבורה, אדער פארקערט. דאס איז א זאך וואס עס איז קיינמאל נישט געווען אין די חבורה. מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א מאן באלאנגט אין לב טהור, אבער די פרוי איז אינדרויסן פון לב-טהור און עם כל זה קומען זיי זיך אויס און זיי לעבן צוזאמען באהבה ואחוה ושלום ורעות. אצינד איז פארהאן אזא אפציע, 'התאחדות היראים' שטעלט פאר א מהלך, אז עס איז נישט אפגעפרעגט צו לעבן א לעבן, טראצדעם וואס איין שותף אין לעבן גייט מיט די מהלך פון התאחדות היראים.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז די אסיפות, וועלכע האלטן נאך אינמיטן פארקומען, ווירקט שווער אויפן עולם, וויסנדיג אז עס ליגט אויף זייערע פלייצעס א גורל'דיגע החלטה אויפן לעבן. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס ליגן אין בעט מיט קאפ-ווייטאג, אריינקלערנדיג טיף וועלכע דירעקציע אין לעבן צו נעמען. עס איז אונזער פליכט אצינד צו מתפלל זיין אויף זיי און בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זיי חונן דעת זיין צו גיין על דרך הישר והטוב, אזוי ווי עס איז גוט און באקוועם פאר זיי.

דאס אלעס איז אסיפות און החלטות פון די לעצטע פאר טעג, מיט וואס די חבורה פלאנט אנצוגיין. לויט ווי עס קוקט אויס אויפן מינוט, איז דאס די נייע בליק און מהלך אויפן עתיד פון די חבורה. מען דארף געדענקען אז זאכן זענען נאך שטארק אומסטאביל, יעדן טאג קומען פאר נאך נייעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן די געלעגנהייט אז זאכן וועלן זיך נאך טוישן און די מציאות וועט לאזן אירע פינגער אפדרוקן אויף ווייטער.
ישיבה בחור פון ירושלים
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:52 pm
Location: ברוקלין
x 26

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ישיבה בחור פון ירושלים »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 8:52 am
לב טהור ווערט אפגעלעזט

נייע אנווייזונגען ווערט ארויסגעגעבן פארן ציבור דורך די אלטע חברי הנהלה, פרישער געדאנק פון 'התאחדות היראים' ווערט פארגעשלאגן, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון דעם כת, וואס מענטשן דארפן אויסקלויבן א מהלך און מאכן א החלטה אין לעבן



אין די לעצטע טעג זענען פארגעקומען העפטיגע אקטיוויטעטן אינערהאלב לב-טהור, פארשידענע קלענערע אסיפות זענען פארגעקומען צווישן די חברי החבורה, וואו מען האט דן געווען איבער די עתיד פון די קהילה.

אזוי ווי באריכטעט, האט דער חכם געהאלטן, היפך פון דעת ההנהלה, אז מען זאל נישט ארויפקומען קיין אמעריקע וואו עס איז לדבריו פארהאן א גזירת שמד, און אויף די טענה אז איבערבלייבן אין גואטאמאלא מיינט פארלירן די קינדער, מיט א הויכע פראצענט אז די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אידיש און ערליך, האט דער חכם גע'טענה'ט אז סוף כל סוף האט דאס לב-טהור נישט געטון בידים, און זיי זענען נישט שולדיג אין די עתיד פון די קינדער.

דאס צוריקציען פונעם חכם, האט געכאפט די חברי הקהילה ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, וויבאלד עס איז געווען עטוואס אומפארשטענדליך די הוראה פונעם חכם, און כמעט אוממעגליך אויסצופירן. מענטשן האבן נישט געוואוסט ווי אזוי אויפצונעמען זיין הוראה און וואס מען דארף טון דערמיט. איין זאך איז געווען זיכער, אז דער חכם האט נישט ארויס וואס דא קומט פאר און אז ער פארשטייט נישט דעם אמת'ן מצב, און דעריבער איז נישט קלאר צי מען דארף פאלגן אזא הוראה, אדער בעסער געזאגט צי מען מעג בכלל פאלגן אזא הוראה פונעם חכם.

די הנהלה זענען געזעצן אסיפות מיט די זקנים, דער ריש-מתיבתא מיט די אב-בית-דין, וואו זיי האבן דן געווען בכובד ראש אין די דאזיגע שווערע שאלה. דער ענין איז אויך דורכגעשמועסט געווארן מיט משפחת וויינגארטן, וועלכע געפינען זיך אצינד אין טורמע אין די פאראייניגטע שטאטן. אויך זיי זענען בעובי הקורה און זיי האלטן מיט די אנטוויקלונגען און די ספיקות. די תוצאה איז געווען, אז עס איז קלאר אז דער חכם ליגט נישט אצינד בתוך הענינים, ער פארשטייט נישט דער מצב לאישורו און ער האט נישט ארויס דעם אמת'דיגן בילד איבער די פרשה. מען דארף פארשטיין אז דער חכם געפינט זיך אין תפיסה, אין א לאך, וואו ער קען באקומען באזוכער בלויז איין מאל אין וואך. אין די קורצע צייט איז שווער אים מיטצוטיילן אלעס אויף טריט און שריט, און דעריבער כאפט ער נישט באמת וואס עס גייט פאר אין לב טהור, און וואס עס פאסירט דא אצינד.

די שאלה איז געווען גאר א קאמפלעצירטער. די ספק איז נישט בלויז, צי די הוראה פונעם חכם איז גילטיק אין דער מצב, נאך וואס דער חכם ווייסט נישט באמת וואס עס קומט פאר. די שאלה איז, צי מען מעג בכלל פאלגן דעם חכם אין דעם יעצטיגן פאל.

דאס מיינט, אויב איינער וועט באשלוסן אז ער וויל טון די מערסטע ריכטיג, און ער וויל פאלגן דעם חכם, אפילו עס איז שווער. איז די שאלה צי מען מעג דאס בכלל פאלגן. פון איין זייט לייגט ער דאך אריין זיך מיט זיין גאנצע משפחה אין א באלדיגע זיכערע סכנה, בשעת ער פארלאזט זיך אויף א מפוקפק'דיגע מיינונג פון א חכם וואס זיצט אין לאך, און כאפט נישט באמת וואס די שאלה איז בכלל. די שאלה איז צי מען מעג בכלל פאלגן און טון וואס דער חכם הייסט. צווישן די זקנים איז געווען א צד צו זאגן, אז מען טאר נישט פאלגן דעם חכם אין דעם פאל, וויבאלד ער איז נישט אויסן צו פסק'ענען די שאלה. ווען ער וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף ארויסקומען פון תפיסה, און ער וועט מיטאלטן אין לב טהור, וועט ער קענען נעמען אויף זיך אזא האקעלע שאלה.

דעם פארגאנגענעם שבת, האט מען שוין געוואוסט אין לב טהור, מער ווייניגער, וואס עס איז דער פסק פון די זקנים, עס איז נאר נישט געווען קלאר אויף וואספארא וועג מען וועט דאס אויספירן. מוצאי שבת ביי שלש-סעודות, האט דער ריש-מתיבתא געזאגט אז ער וועט נישט זאגן יעצט דברי-תורה, נאר עס וועט זיין אן אפיציעלע דרשה נאך הבדלה, וואו מען וועט רעדן ברבים, אזוי אז די אלע מענטשן וועלכע געפינען זיך אין די סיטי (פיל מענטשן געפינען זיך אין די סיטי, נעמענדיג דארט דירות כדאי די געריכט זאל גרינגער צוריקגעבן די קינדער פאר די משפחות וועלכע געפינען זיך יעצט נישט אין די קולט). במשך די גאנצע צייט איז די שפאנונג ביים עולם געוואקסן, נאך וואס דער ריש-מתיבתא האט אפגעשטיפט זיין דרשה אויף זונטאג אווענט.

זונטאג דורכ'ן טאג, האט עס געהייסן אז דער ריש-מתיבתא אדער ר' חיים צבי גייען רעדן אין אווענט שעות. למעשה האט קיינער נישט גערעדט, נאר עס איז געבליבן אז חיים צבי וועט רעדן אויף מער א פריוואטן פארמאט מיט יעדן איינעם אין די חבורה.

במשך די לעצטע טעג, זיצט ר' חיים צבי מיט קלענערע קבוצות אידן, זיכער מאכנדיג נישט אויסצולאזן קיין איין מענטש, וואו ער שמועסט זיך דורך מיטן עולם און ער זאגט וואס עס איז די שטעלונג פון די זקנים אין דעם יעצטיגן פאל.

אין זיינע שמועסן, לייגט חיים צבי אראפ דער מצב לאישורו, וואו מיר האלטן אצינד, וואס עס זענען די ברירות און וואס עס זענען די סכנות. חיים צבי זאגט דעם ערשטן מיינונג פון די הנהלה און די זקנים, וואס עס איז דער מיינונג פונעם חכם דערויף, ווי אזוי זיין מיינונג ווערט אנגעקוקט לאור די יעצטיגע געשעענישן, און וועלכע ברירות עס זענען פארבליבן פאר אונז צו טון.

אויף למעשה, מעלדט ר' חיים צבי קלאר אז "חבורת לב טהור איז פארשפארט", די קהילה איז פארמאכט, זי עקזיסטירט שוין נישט מער, זי איז א פארגאנגענהייט!

דאס איז נישט בלויז א מעלדונג, עס איז א פאקט וואס שטייט פאר די אויגן. לב-טהור עקזיסטירט שוין נישט מער, נישטא קיין חדר, ישיבה, מיידל חדר, די זקנים זענען ארעסטירט און די הנהלה זיצן צושפרייט און צעזייעט בד' כנפות הארץ, בשעת א חלק פון זיי זענען ארעסטירט. ווער רעדט נאך פונעם חכם אליין, וועלכער געפינט זיך נעבעך אין א באקס. בקיצור, לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, עס איז נישט פארהאן מער אזא מושג.

נו, אויב לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, וואס דארפן די חברים פון די געוועזענע לב-טהור טון דערצו?

די שטעלונג פון די הנהלה מיט די זקנים דערויף איז: עס זענען פארהאן דריי אפציעס וואס עס איז מעגליך צו טון, און יעדער יחיד אין לב-טהור דארף אויסקלויבן און אויסוועלן איינע פון די דריי פאלגענדע דירעקציעס, וועלכער וועג צו נעמען אין לעבן אויף לעתיד. דאס פאר זיך איז א חידוש עצום אין לב-טהור, אז מען גיבט פאר א מענטש אויסצוקלויבן וואס ער וויל טון. עס איז קיינמאל נישט געווען דער שטייגער אין לב-טהור, אז א מענטש זאל פארמאגן די ברירה צו טון עפעס על דעת עצמו. שטענדיג פלעגט די קהילה הייסן וואס מען דארף טון. אצינד איז פאראן א דורכברוך אין די קהילה, אז מען גיבט א ברירה פאר יעדן מענטש, אויסצוקלויבן איינע פון די דריי אפציעס, ווי פאלגענד:

1. פאלגן דעם חכם בלינד! - זיך פארמאכן די אויגן, נישט קוקן אויף גארנישט, נישט מאכן קיין חשבונות, פאלגן דעם חכם און בלייבן אין גואטאמאלא, אפגעזען וואס עס וועט פאסירן דערנאך. דער וועג איז א הויכער און אן עקסטרימער וועג, וואס איז שייך פאר הויכע עובדי ה' וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש ממש.

איינער וואס וויל אויסקלויבן דעם אפציע, דארף זיין גרייט צו גיין זיצן אין תפיסה און אויפגעבן אויף זיינע קינדערליך, מיט די ידיעה ברורה אז די קינדער קענען חלילה אויסוואקסן אין א גוי'אישע אטמאספערע און מעגליך אז זיי וועלן גאר אנקומען צו די ציונים און דינען אין מיליטער, בשעת זיי וועלן פיינט האבן זייערע פאנאנטישע עלטערן וועלכע געפינען זיך אין א פאנאטישע קולט אין גואטאמאלא.

ר' חיים צבי האט מדגיש געווען, אז א מענטש זאל זיך נישט לאזן נארן און ער זאל גוט אריינטראכטן וואס עס איז באמת דער רצון השם אין דעם פאל, און צי ער האלט טאקע דערביי ממש. ווייל טאמער ער האלט נישט דערביי, איז דאס אכזריות ממש און ער איז זיך מאבד עצמו לדעת אינאיינעם מיט זיינע קינדער און ווער זאגט אז ער פארמאגט די רעכטן דערויף? - דעריבער זאל מען גוט אריינטראכטן איידער מען נעמט די דאזיגע שריט, צי מען טוט טאקע ריכטיג און צי מען מעג דאס טאקע טון.

ביי די אסיפות איז ר' חיים צבי מדגיש זייער קלאר: "טאמער א מענטש פרעגט מיר, אז ער וויל גיין מיט די דאזיגע עקסטרעמע אפציע, קען איך אים נישט מייעץ זיין דערויף. איך קען נישט נעמען אויף מיין אחריות די בלוט פון זיינע קינדער און דורות, בגשמיות און ברוחניות. איך קען נישט שטיפן אזא דרך פון סכנת נפשות, בשעת מענטשן גייען ליידן און וויינען דערויף". אבער נאכן מיינונג פונעם חכם, איז דאס אויך אן אפציע וואס עס איז שייך צו טון, אויב מען וויל גיין אויף די וועג.

2. אפלאזן די חבורה, גיין אין די וועלט, זיך איינגלידערן אין א צווייטע קהילה, אדער טון וואס אימער מען האט צו טון, יעדער איינער לויט ווי אזוי ער פארשטייט פאר ריכטיג.

3. גיין אויף א מיטל וועג. מען איז מיסד א נייע געדאנק וואס וועט טראגן דעם נאמען "התאחדות היראים". דאס וועט דינען מער אלס אן אידילאגיע ווי איידער אלס פאראייניגטע קהילה אדער חבורה.


"התאחדות היראים" שטעלט מיט זיך פאר אן אידילאגיע און א וועג צו לעבן. באמת גלידערט מען זיך אריין אין אנדערע קהילות און מען לייגט אריין די קינדער אין אנדערע מוסדות התורה, אבער אינדערהיים איז מען מקפיד אויף געוויסע יסודות פון לב-טהור, לדוגמא דעם ענין פון הקפדה אויף כשרות, לבוש, חינוך, דרכי אבות און אנדערע אזעלכע זאכן. כמובן אז די פרינציפן וועלן נישט אנגיין מיט דעם דאזיגן שארפקייט און קיצוניות אזוי ווי עס איז געווען אין לב-טהור, נאר אויף אן אופן וואס עס איז שייך זיך צו פירן אין די היימישע אידישע וועלט. אזוי אויך וועט עס נישט קומען געצווינגענערהייט, נאר בלויז אויפן אייגענעם רצון, אן קיין עונשים ותיקונים ווי עס איז געווען איינגעפירט ביז אצינד.

אינאיינעם דערמיט ווערט פארגעשטעלט פארשידענע גרינגערע מהלכים פון לעבן. לדוגמא, אין די לעצטע טעג ארבעט יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל, בירורים ווערן געמאכט דערויף און מען פלאנט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג דערוועגן. אזוי אויך ווערן פארמירט אנדערע רעפארמען אין די שארפע קיצוניות אין לב-טהור, וואו מען וועט אראפקריכן פון בוים און קענען אנגיין אויף א נארמאלערע פרומע וועג, אינדרויסן פון לב-טהור.

אינאיינעם מיט די דריי אפציעס, וואס עס איז פארגעשטעלט געווארן פאר די חברי הקהילה, איז אויך צוגעלייגט געווארן אנווייזונגען ווי אזוי אויסצוקלויבן די אפציעס.

1. א מאן קען נישט צווינגען די פרוי און א פרוי קען נישט צווינגען די מאן, צו גיין א סטאנדארט העכער פון וואס ער/זי וויל גיין.
2. די פרוי מוז נאכקומען די סטאנדארטן פון די מאן, אין פאל אז דאס איז א דרגא ווייניגער פון וואס זי האט געוואלט. זי מוז מיטגיין מיט אים.
3. אויב דער מאן וויל א העכערע סטאנדארט און די פרוי וויל א נידעריגע סטאנדארט, מוז דער מאן לאזן א געלעגנהייט פאר די פרוי, זיך צו פירן לויט איר באגער, בשעת ער וועט קענען זיין אויפן העכערן סטאנדארט, אויף אן אופן וואס עס וועט נישט אפעקטירן די פרוי'ס סטאנדארט אין לעבן.

אן אינטערעסאנטער צוטאט דארף מען צולייגן: אין איין פאל נעכטן איז געווען, בשעת א מאן (וועלכער געפינט זיך שוין אמעריקע) האט געמאלדן פאר זיין פרוי אין גואטאמאלא, אז אויב זי וועט אננעמען דעם ערשטן אפצע פון מסירת-נפש, וועט ער איר שטיצן מיט די החלטה. דערויף האט מען אים געענטפערט, אז ער פארמאגט נישט די רעכט צו לאזן פאלן אזעלכע ווערטער. זיי דארפן זיצן צוזאמען און מחליט זיין אינאיינעם וואס עס איז באמת ריכטיג און וואס עס איז די טובה פון די משפחה.

די נייע מהלך פון די קהילה (מיר קענען דאס שוין נישט אנרופן "לב טהור", וויבאלד לב-טהור עקזיסטירט שוין מער נישט טעכניש), איז א ריזיגע טראנספארם און א דורכברוך אין די חבורה. עס פארמאגט חידושים וואס עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע פון די קהילה.

1. אז מען גיבט א ברירה פאר א מענטש צו טראכטן און אויסקלויבן. א זאך וואס עס איז קיינמאל פריער נישט געווען.
2. אז עס איז פארהאן א דרך הממוצע. ביז היינט איז אין לב-טהור נישט געווען אזא זאך ווי א מיטל-וועג; אדער איז דאס געווען א צדיק, הייליג און שיין, אדער א רשע, אפיקורס און א טמא. דאס אז עס איז פארהאן א מיטל-וועג און א מהלך פון עפעס אינדערמיטן, דאס איז א חידוש עצום אין לב-טהור, א זאך וואס עס איז קיינמאל פריער נישט דערהערט געווארן.
3. דער פאקט אז א מאן קען נישט צווינגען א פרוי און פארקערט. דאס איז א חידוש עצום אין לב-טהור.
4. אז עס קען זיין א מעגליכקייט, אז א מאן איז אין די חבורה פון 'התאחדות היראים' און די פרוי איז נישט אין די חבורה, אדער פארקערט. דאס איז א זאך וואס עס איז קיינמאל נישט געווען אין די חבורה. מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א מאן באלאנגט אין לב טהור, אבער די פרוי איז אינדרויסן פון לב-טהור און עם כל זה קומען זיי זיך אויס און זיי לעבן צוזאמען באהבה ואחוה ושלום ורעות. אצינד איז פארהאן אזא אפציע, 'התאחדות היראים' שטעלט פאר א מהלך, אז עס איז נישט אפגעפרעגט צו לעבן א לעבן, טראצדעם וואס איין שותף אין לעבן גייט מיט די מהלך פון התאחדות היראים.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז די אסיפות, וועלכע האלטן נאך אינמיטן פארקומען, ווירקט שווער אויפן עולם, וויסנדיג אז עס ליגט אויף זייערע פלייצעס א גורל'דיגע החלטה אויפן לעבן. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס ליגן אין בעט מיט קאפ-ווייטאג, אריינקלערנדיג טיף וועלכע דירעקציע אין לעבן צו נעמען. עס איז אונזער פליכט אצינד צו מתפלל זיין אויף זיי און בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זיי חונן דעת זיין צו גיין על דרך הישר והטוב, אזוי ווי עס איז גוט און באקוועם פאר זיי.

דאס אלעס איז אסיפות און החלטות פון די לעצטע פאר טעג, מיט וואס די חבורה פלאנט אנצוגיין. לויט ווי עס קוקט אויס אויפן מינוט, איז דאס די נייע בליק און מהלך אויפן עתיד פון די חבורה. מען דארף געדענקען אז זאכן זענען נאך שטארק אומסטאביל, יעדן טאג קומען פאר נאך נייעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן די געלעגנהייט אז זאכן וועלן זיך נאך טוישן און די מציאות וועט לאזן אירע פינגער אפדרוקן אויף ווייטער.
יישר כח מורא'דיג שיין און קלאר ארויס געברענגט !
זייט געבענטשט ר' שמואל!!
די עולם האט הנאה פון אייערע פאסטס
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

Wow...

ייש”כ ר’ שמואל פאר די קלארע באריכט. דאס שיינט צו זיין דאס מערסטע ריכטיג אראפגעגעבן די זאך פון זייער פרעספעקטיוו. ויה”ר אז די צער א יסורים זאל זיך שוין ענדיגן און די אידן, בתוך גאנץ כלל ישראל, זאלן זוכה זיין צו אמת’דיג דינען דעם אויבערשטן בשמחה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 184

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

► Show Spoiler
נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

אבער די אנטוויקלונג לעצמו איז מורא'דיג, ב"ה!!

ספעשל שאראוט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
שוין איינמאל אינטערעסירט...
פרשת בראשית
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 12:43 am
Location: מאנטריאל
x 46

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרשת בראשית »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 8:52 am
לב טהור ווערט אויפגעלעזט

נייע אנווייזונגען ווערט ארויסגעגעבן פארן ציבור דורך די אלטע חברי הנהלה, פרישער געדאנק פון 'התאחדות היראים' ווערט פארגעשלאגן, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון דעם כת, וואס מענטשן דארפן אויסקלויבן א מהלך און מאכן א החלטה אין לעבן


► Show Spoiler


ר' שמואל אייערע ווערטער זענען ברוך ה' אויסערגעווענליך קלאר און פארשטענדליך נישט אזוי ווי אנדערע וואס זאגן זאכן און די עולם בלייבט פיל מיט ספיקות וואס גייט פאהר.
א ריזיגע ישר כח פארן אוועק געבן אזויפיל צייט און שרייבן אזא הערליכע אפדעיט, ערשטע מאל וואס קומט ארויס אזא קלארע באריכט
הייליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 101

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הייליג »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:12 am Wow...

ייש”כ ר’ שמואל פאר די קלארע באריכט. דאס שיינט צו זיין דאס מערסטע ריכטיג אראפגעגעבן די זאך פון זייער פרעספעקטיוו. ויה”ר אז די צער א יסורים זאל זיך שוין ענדיגן און די אידן, בתוך גאנץ כלל ישראל, זאלן זוכה זיין צו אמת’דיג דינען דעם אויבערשטן בשמחה.
גא"מ מיט א שטארקע הכרת הטוב פאר ר' שמואל, כה לחי!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
1. נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

2. ספעשיל שאראו"ט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
1. גערעכט. אבער וואס דען זאל מען טון? זאג דו. עס איז באין ברירה.

2. גם אני מצטרף, מהאט אראפגעריסן ר’ שמואל זז”ג אלץ איינער פון לב טהור וכו’ למעשה האט ער דאס מערסטע א טיעפע פארשטאנד צו זיי. דעריבער קען ער מער אויפטון, במידת מה אפילו מער ווי אונז דערויסענדיגע ביי וועמען די גאנצע לב טהור איז חזיר טריף. אויב איינער פון זיי האט א מהלך פון יהדות אן קיין רציחות און נארמאלערהייט בכי טוב מסדר זיין די נושא, און דערצו נאך לאזן די וועלכע ווילן ממשיך זיין אויף די פרומע שטייגער, מה אומר? כל הכבוד לו ולהמסייעים בידו! ב”ה פאר דעם!

די מלחמה איז גוט געווען כל זמן מהאט נישט געהאט קיין צווייטע מהלך. אבער אז עס איז דא א צווייטע מהלך דארפן די לוחמים אויכעט אראפקומען פון בוים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
א סוכה א קליינע
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 10:14 pm
Location: ניו יארק
x 81

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך א סוכה א קליינע »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

אבער די אנטוויקלונג לעצמו איז מורא'דיג, ב"ה!!

ספעשיל שאראו"ט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
נאר וואס ווילסטו
יעצט אויכעט נישט מאכן קיין אייגענע החלטות
פרשת בראשית
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 12:43 am
Location: מאנטריאל
x 46

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרשת בראשית »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:20 am
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
1. נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

2. ספעשיל שאראו"ט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
1. גערעכט. אבער וואס דען זאל מען טון? זאג דו. עס איז באין ברירה.

2. גם אני מצטרף, מהאט אראפגעריסן ר’ שמואל זז”ג אלץ איינער פון לב טהור וכו’ למעשה האט ער דאס מערסטע א טיעפע פארשטאנד צו זיי. דעריבער קען ער מער אויפטון, במידת מה אפילו מער ווי אונז דערויסענדיגע ביי וועמען די גאנצע לב טהור איז חזיר טריף. אויב איינער פון זיי האט א מהלך פון יהדות אן קיין רציחות און נארמאלערהייט בכי טוב מסדר זיין די נושא, און דערצו נאך לאזן די וועלכע ווילן ממשיך זיין אויף די פרומע שטייגער, מה אומר? כל הכבוד לו ולהמסייעים בידו! ב”ה פאר דעם!

די מלחמה איז גוט געווען כל זמן מהאט נישט געהאט קיין צווייטע מהלך. אבער אז עס איז דא א צווייטע מהלך דארפן די לוחמים אויכעט אראפקומען פון בוים.
100% גערעכט די לוחמים דארפן אויכעט אויף הערן מיט די וועג פון פארגיסן בלוט (אפי' עס איז געווען לשם שמים), און לאזן די זאך פארן ווייטער אויף א זיסע וועג, זיי האבן שוין גענוג געליטן.

אחים היקרים נישט פארגעסן פון ווי וועלן זיי יעצט האבן די הון תועפות וואס וועט אפקאסטן זייער גאנצע אריבער קומען און הייזער וכו' וכו' וכו'
לויט ווי עס זעהט מיר אויס וועלן יעצט ארויס פליען חברה קיין אמעריקע משפּחה נאך משפחה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

א סוכה א קליינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:22 am
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

אבער די אנטוויקלונג לעצמו איז מורא'דיג, ב"ה!!

ספעשיל שאראו"ט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
נאר וואס ווילסטו
יעצט אויכעט נישט מאכן קיין אייגענע החלטות
האקט.

אט אזוי... סתם מוויל יענעם האלטן אין די פראבלעם... כפארשטיי באמת נישט די טענה. מאי דהוה הוה. ממוז זיך קענען ריקן פאראויס. סתם שרייען אויף די עבר מאכט נישט קיין טראפ סענס. מדארף קוקן פראקטיש יעצט וואס מען קען טון.

עקסטער איז עס א געוואלדיגע גוטע נייעס איבער די סארט פיש וואס מ’ארבעט מתיר צו זיין צו עסן. אפילו די וועלכע קומען קיין אמעריקע און ווילן אנהאלטן זייער מהלך זאלן נישט מוזן ממש הונגערן. סוכ”ס קומט זיך א הכרת הטוב פאר די זעלבע הנהלה וואס האט עס גע’אסר’ט אז זיי אליינס ארבעטן אויף א מהלך אז מזאל קענען עפעס עסן מינימאל. ובפרט אז מפארלאזט דאס פלאץ מיט א קלארע מהלך צו קענען לעבן און ממשיך זיין מיט די ענינים און נישט זיין געצווינגען עס אינגאנצן אפצולאזן. גראדע עס זענען פארהאנען פילע בילדער פון אנשי בבל מיט די בגדים אין קרית יואל און מאנסי נאר היות מרעדט פון פריוואטע מענטשן שיק איך נישט ווייטער און איך לייג עס נישט ארויף. איך האב זייער פיינט די צוגאנג פון צווינגען א צווייטן זיך צו טוישן, מיך, און איך גלייב רוב היימישע אידן, בעיקר קרענקט אונז די רציחות און יסורים און הונגער, אבער אלעס אנדערש זעה איך נישט די רעכט זיך צו מישן אין יענעמס ענינים. ברוך השם אז דער עולם דא פארשטייט דאס און לאזט זיי צו רוה. מפארשטייט אז מדארף עפענען די טאש און גיבן געלט זיך צו שטעלן אויף די פוס אבער נישט משוגע מאכן יענעם זיך צו טוישן, דאס איז אידיש און ריכטיג.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 399
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 4051

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ברעכנדע נייעס!!!

גאר פרייליכע איבערראשנדע נייעס קומט אריין, אז מרת ראזנער, אשת מאיר יששכר ובת אבד"ק שארמאש זצ''ל, האט נעכטן ביינאכט פארלאזט גואטעמאלא און ארויסגעפארן קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג דעם קולט אין וועלכע זי איז געווען אנגעשלאסן די פארגאנגענע דרייסיג יאר!!!

די גאר היסטארישע דורכברוך האט געכאפט אין איבערראשונג אלע עסקנים, יוצאים, משפחה מיטגלידער, אנערקענענדיג ביי וועלכן ווייטן שטאפל מ'האלט שוין אצינד, ווען נאך איינע פון די ערשטע און העכסט ראנקיגע לב טהור מיטגלידער און די ווייב פון איינע פון די סאמע העכסטע קולט פירער וועלכע זיצט שוין אין תפיסה, האט ענדגילטיג איבערגעלאזט די קולט און זיך צוריקגעקערט קיין ניו יארק נאך איבער דרייסיג יאר זיין אפגעשיידט פון איר בענקעדיגע פאמיליע!!!
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 1165

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

הוספה צו די פריעדיגע באריכט
על פי בקשת העסקנים

(הן מצד לב טהור והן מצד עסקני ארה"ב)
איבער די מיטל-וועג, די אפציע פון 'התאחדות היראים', איז כדאי אביסל צו ערקלערן וואס עס איז די געדאנק דערפון און וואס מען וויל אויפטון:

עס איז זייער שווער פאר איינער וואס איז געווען אין לב-טהור, אים צו זאגן "אדער גייסטו אויף מסירת נפש מיטן ערשטן אפציע, אדער גייסטו ארויס פון די קהילה". דאס איז ביי א לב-טהור איד ממש ווי זעלבסמארד. שטעלט אייך פאר ווען מען זאגט אייך: "אדער ווערסטו א מזרחי'סט, א מגולח מיט דזשינס הויזן, אדער נעמט מען דיר צו די קינדער און מען לייגט דיר אוועק אין תפיסה. א לב טהור איד וואס איז נתחנך געווארן אלע יארן, אז אינדרויסן פון לב-טהור איז שמד, און אז נאר צו זיי וועט משיח קומען, קען נישט דערהערן אזעלכע ווערטער און אזעלכע אפציעס פון אפלאזן די חבורה. די סברה זאגט, אז אין פאל פון אזא אויסוואל, וואלט מען ליבערשט אויסגעוועלט דעם ערשטן מהלך פון מסירת-נפש.

דעריבער האט מען ענפינדן דעם מיטל וועג פון 'התאחדות היראים'. דאס גייט נישט זיין קיין פאקטישע ארגאניזאציע, עס גייט נישט פארמאגן קיין שוהל, בתי חינוך אדער יעדע סארט צוזאמענקום פארמאט. עס גייט נישט פארמאגן קיין הנהלה און מען גייט נישט ארויסגעבן קיין ארדערס, פארלאנגענדיג זאכן. דאס איז בלויז א וועג, ווי אזוי א איד פון לב-טהור זאל זיך שפירן באקוועם מיט זיך און אז ער זאל נישט שפירן אז ער האט פאקטיש געגעבן א שטויס און כל מה שקדוש אליו, און אוועקווארפן אלעס וואס מען האט אים מחנך געווען במשך די יארן.

אויף דעם מיטל וועג, וועט זיין גרינגער פאר א יוצא לב-טהור, זיך צו שפירן באקוועם אפילו אין אמעריקע. ער וועט זיך נישט דארפן שעמען פון קיינעם, ער וועט פארמאגן אן אייגענעם אידענטיטעט, וואס אידן אין אמעריקע וועלן אקעפצירן, ער איז 'התאחדות היראים', וואס דאס מיינט אין קורצן "א יוצא לב-טהור", נאר אויף א שענערן נוסח.

דרך אגב, די געדאנק איז בעצם גענומען געווארן פון דער פריעדיגע רבי. צום סוף פון זיין ספר 'דרך הצלה', רעדט ער ארום איבער אזא סארט געדאנק, פאר א איד וואס קען נישט שטיין אין אזעלכע הויכע מדריגות וואס דער ספר 'דרך הצלה' פאדערט, און ער בויט אויס א מיטל וועג, כפי דרכו אינעם ספר, דאס אנרופנדיג מיטן נאמען "התאחדות היראים". אויף דעם פארעם האט מען אצינד אריינגעברענגט די געדאנק פון "התאחדות היראים", וואס דאס איז אין אנדערע ווערטער, א באקוועמע לייטער אראפ פון בוים.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

פרשת בראשית האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:30 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:20 am
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
1. נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

2. ספעשיל שאראו"ט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
1. גערעכט. אבער וואס דען זאל מען טון? זאג דו. עס איז באין ברירה.

2. גם אני מצטרף, מהאט אראפגעריסן ר’ שמואל זז”ג אלץ איינער פון לב טהור וכו’ למעשה האט ער דאס מערסטע א טיעפע פארשטאנד צו זיי. דעריבער קען ער מער אויפטון, במידת מה אפילו מער ווי אונז דערויסענדיגע ביי וועמען די גאנצע לב טהור איז חזיר טריף. אויב איינער פון זיי האט א מהלך פון יהדות אן קיין רציחות און נארמאלערהייט בכי טוב מסדר זיין די נושא, און דערצו נאך לאזן די וועלכע ווילן ממשיך זיין אויף די פרומע שטייגער, מה אומר? כל הכבוד לו ולהמסייעים בידו! ב”ה פאר דעם!

די מלחמה איז גוט געווען כל זמן מהאט נישט געהאט קיין צווייטע מהלך. אבער אז עס איז דא א צווייטע מהלך דארפן די לוחמים אויכעט אראפקומען פון בוים.
100% גערעכט די לוחמים דארפן אויכעט אויף הערן מיט די וועג פון פארגיסן בלוט (אפי' עס איז געווען לשם שמים), און לאזן די זאך פארן ווייטער אויף א זיסע וועג, זיי האבן שוין גענוג געליטן.

אחים היקרים נישט פארגעסן פון ווי וועלן זיי יעצט האבן די הון תועפות וואס וועט אפקאסטן זייער גאנצע אריבער קומען און הייזער וכו' וכו' וכו'
לויט ווי עס זעהט מיר אויס וועלן יעצט ארויס פליען חברה קיין אמעריקע משפּחה נאך משפחה
קלאר, דער עולם טאר נישט פארגעסן אז מיר זענען אידן. מלחמה איז א בדיעבד ווען מהאט נישט קיין ברירה. אויפגעבן דארף קומען פון ביידע זייטן אייניג. איינמאל עס איז נישטא מער די סיבה פון די מלחמה דארף מען נעמען די עבר און עס באגראבן טיעף טיעף אינטער דער ערד. מיר מוזן אריבערצומישן א בלאט און מיר טארן נישט פארגעסן אז מיר זענען איין משפחה, מיר דארפן זיך אויפפירן אזוי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 23

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

די נאמען התאחדות היראים איז נישט ניי אין לב טהור. די רבי ז"ל האט עס מייסד געוועהן אלס א ארגאנאזאציע צו קעמפן קעגן ציונות לאו דוקא פאר חברי קהילת לב טהור, און ער האט אונטער דעם נאמען ארויסגעגעבן זיין ספר דרך הצלה קעגן ציונות והמדינה.

נ.ב. דאס האב איך געשריבן איידער איך האב געזעהן ר' שמואל'ס לעצטע פאוסט. ומשנה לא זזה ממקומה
סאלי
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 117

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

wow wow
keep up rab shmiel
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:39 am
► Show Spoiler

קלאר, דער עולם טאר נישט פארגעסן אז מיר זענען אידן. מלחמה איז א בדיעבד ווען מהאט נישט קיין ברירה. אויפגעבן דארף קומען פון ביידע זייטן אייניג. איינמאל עס איז נישט מער די סיבה פון די מלחמה דארף מען נעמען די עבר און עס באגראבן טיעף טיעף אינטער דער ערד. מיר מוזן אריבערצומישן א בלאט און מיר טארן נישט פארגעסן אז מיר זענען איין משפחה, מיר דארפן זיך אויפפירן אזוי.


איך האב א שאלה @סענס אף יומער לאור די באריכט זעהט מיר אויס אז חיים צבי מלכא איז דער וואס קלערט אויף די עולם, און ער איז דער וואס למעשה האט געגעבן דא א שטארקע ריק פאר די גאנצע הלוך ילך,
ביז יעצט איז ער געווען די ימח שמו'ניק און טמא'ניאק
אוו בכלל לויט וואס מיר ווייסן ווארט ער אפצוזיצן ח"ו .
וואס פעלט דאס אויס אזא יונגע יונגערמאן נאך נישט אנגעהויבן זיין לעבן זאל אפ שמאכטן
מיר זעהט אויס ער איז א וויקטעם פונקט ווי יעדן!!!!
ער איז דארט געבוירן דארט נתחנך געווארן וואס וויל מען פון אזא קליינער יונגערמאנשיק.
קיינער וועט נישט פארדינען פון דעם, איך מיין ממש פארקערט קוק וואס ער האט דא למעשה יעצט אנגעדרייט א געוואלד.
לאמיר זעהן ווי אזוי גייט די זאך פארן יעצט, וויפיל מען האט אנגעקומען מיט געוואלד (בייזען) אפי' עס איז געווען בהכרח גייט מען 100 מאל מער אנקומען מיט שיינעם (גוט'ן).
אפשר לאמיר זיין כאטש אזוי גוט צו אים און די זעלבע עסקנים@סענס אף יומער אים צוריק צאלן אז זיצן זאל ער נישט זיצן, נישט ער און נישט זיינע חברים און הכל על מקומו יבוא בשלום.
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 532

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

20250618_110721.jpg
20250618_110721.jpg (122.68 KiB) געזען געווארן 1500 מאל
פיילס
20250618_110731.jpg
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:00 am
► Show Spoiler

קלאר, דער עולם טאר נישט פארגעסן אז מיר זענען אידן. מלחמה איז א בדיעבד ווען מהאט נישט קיין ברירה. אויפגעבן דארף קומען פון ביידע זייטן אייניג. איינמאל עס איז נישט מער די סיבה פון די מלחמה דארף מען נעמען די עבר און עס באגראבן טיעף טיעף אינטער דער ערד. מיר מוזן אריבערצומישן א בלאט און מיר טארן נישט פארגעסן אז מיר זענען איין משפחה, מיר דארפן זיך אויפפירן אזוי.


איך האב א שאלה @סענס אף יומער לאור די באריכט זעהט מיר אויס אז חיים צבי מלכא איז דער וואס קלערט אויף די עולם, און ער איז דער וואס למעשה האט געגעבן דא א שטארקע ריק פאר די גאנצע הלוך ילך,
ביז יעצט איז ער געווען די ימח שמו'ניק און טמא'ניאק
אוו בכלל לויט וואס מיר ווייסן ווארט ער אפצוזיצן ח"ו .
וואס פעלט דאס אויס אזא יונגע יונגערמאן נאך נישט אנגעהויבן זיין לעבן זאל אפ שמאכטן
מיר זעהט אויס ער איז א וויקטעם פונקט ווי יעדן!!!!
ער איז דארט געבוירן דארט נתחנך געווארן וואס וויל מען פון אזא קליינער יונגערמאנשיק.
קיינער וועט נישט פארדינען פון דעם, איך מיין ממש פארקערט קוק וואס ער האט דא למעשה יעצט אנגעדרייט א געוואלד.
לאמיר זעהן ווי אזוי גייט די זאך פארן יעצט, וויפיל מען האט אנגעקומען מיט געוואלד (בייזען) אפי' עס איז געווען בהכרח גייט מען 100 מאל מער אנקומען מיט שיינעם (גוט'ן).
אפשר לאמיר זיין כאטש אזוי גוט צו אים און די זעלבע עסקנים@סענס אף יומער אים צוריק צאלן אז זיצן זאל ער נישט זיצן, נישט ער און נישט זיינע חברים און הכל על מקומו יבוא בשלום.
איך מיין אז קיינער האלט נישט אנדערש ווי דיר. כמובן איינמאל אלעס איז מסודר און קלאר מער נישט קיין סכנה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
איך וויל זיין ערליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
Location: ישראל
x 85

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איך וויל זיין ערליך »

מ'האט דאך דא באשלאסן אז מ'רעדט נישט פון יחידים
ממילא מיין איך אז ס'פעלט נישט אויס א ענטפער אויף דיין שאלה
אוועיטער
בשמים הודו
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
Location: ניו יארק
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בשמים הודו »

גדליה האט געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 5:08 pm טייערע אידן מיין הארץ וויינט!

כ'האב נארוואס געהאט א לענגערע שמועס מיט איינע פון די לעכטיגע יוצאי לב טהור, א זיסע געשמאקע בחור'ל (אינגערמאן), און צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגערעדט זיין גרויס ווייטאג אז היתכן די הנהלה פון לב טהור חיים צבי מלכא און פסח אברהם יואל גאלדמאן
► Show Spoiler


דא האט מען געווען פארנומען אייער נעכטן אים צו באגראבן
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:11 am
► Show Spoiler
איך מיין אז קיינער האלט נישט אנדערש ווי דיר. כמובן איינמאל אלעס איז מסודר און קלאר מער נישט קיין סכנה.
אויב אזוי איז מורא'דיג
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:11 am מ'האט דאך דא באשלאסן אז מ'רעדט נישט פון יחידים
ממילא מיין איך אז ס'פעלט נישט אויס א ענטפער אויף דיין שאלה
סאיז בעצם א כלליות’דיגע שאלה נוגע פאר די גאנצע ביז יעצטיגע לב טהור הנהלה און עס איז וויכטיג אז זיי זאלן וויסן אז מיר אלץ היימישע אידן זענען נישט קיין נוקמים ונוטרים. מיר זעצן נישט איין קיין אידן סתם לשם נקמה, חס ושלום! ביז יעצט איז געווען די ציל צו אפשטעלן די רציחות ושפיכת דמים, אבער איינמאל דאס איז געענדיגט, טארן די אידן נישט גיין זיצן. עכ”פ מיר דארפן פרובירן דאס בעסטע שייך אז זיי זאלן נישט זיצן און זיי פארגרינגערן. כמובן אז מיר רעדן פון די חברה וועלכע זענען מער נישט קיין סכנה. מיר טוען נישט אין קיין תיקונים און אין קיין נקמה ח”ו, עס איז זייער פריוואטע חשבון מיטן אויבערשטן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט