תורתך שעשועי סיום הש"ס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6765
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15777
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
צו געבן מיין באריכט פונעם סיום, איז שווער צו גיין מענין לענין פון די גאנצע סיום ווייל ס'איז א לאנגע איבערלעבעניש מיט גאר אסאך תוכן.
אבער כ'וועל טרייען צו מאכן כאטש עפעס קורץ.
ווען איך בין אנגעקומען האט גערעדט דער יו"ר הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א. כאטש איך האב נישט מיט אים קיין פערזענליכע באקאנטשאפט, האט אבער מיין הארץ יא באקאנטשאפט פאר דעם חשובער איד. איך האלט אביסל מיט דא דארט וויאזוי דער איד גיט זיך אוועק פארן כלל און פארן פרט, ער ראטעוועט אידן פון די שווערסטע מצבים, בגוף ונפש וברוח, און יעדע דבר טוב איז ער דא צו העלפן, הפנים, זיין רעדן טראגט ביי מיר א גרויסע באדייט! ס'איז נישט סתם גערעדט, ס'איז ווערטער פון א תלמוד חכם, א עוסק בתורה יארן לאנג, א איבערגעגעבענער און געלונגענער מענטש, מיט א הייליג אידיש הארץ.
זיינע ווערטער זענען געווען זייער שטארק, מהחל ועד כלה, קורץ און צום פינטל.
די דרשה פון רבי יצחק איז געווען א שטיק הארץ, ס'איז נישט געווען אז ר' יצחק'ס מויל האט גערעדט, נאר ר' יצחק האט גערעדט. כולו אומר כבוד. א איד וואס האט גוטע חלומות, און דערלעבט גוטע פירות, ווייל ער אינוועסטירט אין זיינע חלומות כל הונו ואונו, מיט לייב און לעבן, מקנא צו זיין דעם עולם הבא!
כ'האב שיעור פארגעסן, איך גיי דא טאטאל שלא על הסדר, אבער איך יאג מיך... כ'וויל א ווארט וועגן מיין התפעלות פונעם "ציבור".
מען רעדט דא פון קנאפע 4,000 בענקלעך, נישט לויט "פאליצייאישע שאצונגען" נאר אין ריעל נומבערס... בליעה"ר א ציבור עצום... ס'איז שווארץ פון מענטשן, און, דאס איז "א חלק" פון סאטמאר.... אומגלויבליך, אשרי עים ראתה, אשרי רבינו שכך זכה. אויפגעשטעלט א דור נאמן לה' ולתורתו.
די אויפטריטן פון די מסיימים פון פארשידענע שטעט זענען געווען גאר פאוערפול.
פאר מיר האט גאר שטארק געכאפט ר' יוסף מאיר סאאל פון קרית יואל, נישט נאר "וויאזוי" ער האט גערעדט מיט זיין זיסע שפראך... נאר אויך "וואס" ער האט געזאגט. ער דריווט א באס, 6 טעג א וואך, אן קיין האלידעיס, ביז 7 ביינאכט, פלאס זייטיגע סאבסיטוטינגס ביינאכט, און ער איז נישט קיין גרינגע אויפשטייער, און.... תורתך האט עס געמאכט מיט אים!
דער רבי שליט"א איז ערשינען בצהלת פניו, און אגב, די מוזיק איז דעמאלס געווען פארמאכט... דאס איז געווען א געוואאאאלדיגע ערשטמאליגע איידיע. די מוזיק עפנט זיך נאר ווען מען זינגט.
די סקרינס אין די זייטן ווייס איך נישט פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אזוי שטארק... אז מ'מאכט נישט קיין ווידיא וואס גיט שוין צו דאס אז מ'זעט די ווערטער פונעם זינגער, שוין, מילא. (אגב, מיין מיינונג איז אז גראמען האט א פיל שטארקערע אפעקט ווען מען האט נישט קיין צעטלעך און מען הערט עס בעל פה, אויב זאגט דער בדחן זיינע ווערטער גענוג קלאר. ואכמ"ל. כ'האב זיך שוין גע'טענה'ט מיט גראמער און פרעזענטירער דערויף... זיי האלטן אנדערש ווי מיר, און איך געב גערן נאך)
די דברות קודש פון רבי'ן איז געווען שטארקער ווי שטארק, די שמחת הסיום, דער חתם סופר איבער סיום כתיבת ס"ת צוגעשטעלט אהער צו א סיום הש"ס, די טייטש פון קורין את שמע בערבית, א הערליכער חידוש אז ביינאכט איז שוין יעדנס קרי"ש אנדערש לויט די טאג וואס ער האט געפראוועט, און דאס ארויסברענגען אז "די שמחה איז אסאך גרעסער" ווען עס ענדיגט ש"ס איינער וואס איז נישט קיין יושב אהל נאר ער האט נסיונות אגאנצן טאג, און דאך שטייט ער ביי און ער האלט ביי דעם צו ענדיגן ש"ס.
און אודאי די דברי מוסר אז יעצט דארף שוין א דאווענען אויסזען אנדערש, די שטוב אנדערש, דאס עסן און דאס אויפפירן. "די תורה נעמט ארויס פון מחנה מגושמים אריין צום מחנה אלקים". חזק מאוד.
די חרוזים און נגינה פון ישראל אדלער, עפעס משוגע צו ווערן. ממש צום צוגיין. די קריעיטיוועטי, די שטארקע שטימע, די שיינקייט און זיסקייט, די תוכן, די טיהר רבי ישמעאל אוועקגעדרייט צו א אנדערע מימרא... סופער פלאס!!! דאס יא, אזוי ווי אסאך זאכן אינעם פראגראם איז עס געווען צולאנג אז ס'האט אביסל אוועקגענומען פונעם הנאה וואס כ'האב געהאט פון אים. 3 מאל נאכ'ן מיינען אז ער ענדיגט איז עס נאך געגאנגען פריש ווייטער...
אבער עכ"ז. שטארק איז שטארק.
די ריקודין נאכ'ן סיום... אקעי איך מוז ארויסלויפן. המשך יבא.

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2367
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4715
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
סתם א אבזערוואציע..
די מסיימים האבען נישט געפילט אז די פראגראם איז לאנג - מתחילים יא
די מסיימים האבען נישט געפילט אז די פראגראם איז לאנג - מתחילים יא
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
סתם להערה (נישט אז עס זעהט אויס עס אינטערעסירט דיר, ווי יענער מלמד האט געזאגט: זאג מיר נישט קיין תירוצים, אבער פארוואס ביסטו געקומען שפעט...)חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 5:06 pmביים מיטהאלטן די רקודים נאכן סיוםלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:37 pmאיך האב געפרעגט וואס עס איז געווען, נישט אייער מיינונג
די פרויען האבן געענדיגט פאר די מענער במילא ביי די ריקודים נאכן בענטשן זענען שוין די פרויען געווען אויפן וועג אהיים...
נעקסט...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6765
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15777
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
לאמיר גיין ווייטער.
די ריקודין זענען בלי ספק געווען דער הויכפונקט פונעם מעמד. אמת'ע דערהויבענע ריקודין, אויסטערליש! א שמחת התורה האט זיך געשפירט אין די לופט! עס האט זיך געטאנצן וויפון זיך אליינס, ארויף אראפ, אהער אהין, רינגען, וויאזוי דו ווילסט. אבער עס טאנצט זיך.
די ערשטע ניגון "שישו ושמחו" האט געקלאפט גאר גוט, יואלי קליין האט מאנערווירט שטיט און שנעל כדרכו און דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן. די צווייטע ניגון "נגיל ונשיש בזאת התורה" אויף די 6'סטע הקפה ניגון וויל איך נאך וויסן וועמענס געדאנק דאס איז, יואלי קליין אדער אהרעלע סאמעט, ווייל ס'איז אייזן אייזן. ס'האט אויסטערליש געקלאפט.
אויך די סאונד איז געווען סופער פלאס, כ'ווייס נישט ווער ס'איז געווען. אפשר די בעיס א טראפ צו שטארק, נישט די שארפקייט (HIGH) וואס איך גלייך, אבער אויסטערליש קלאר און זעצעדיג, די זינעגרס (עכ"פ די מעין) און די אינסטראמענטס אלעס האט זיך געהערט פעסט און מעכטיג.
די ניגונים פון דארט און ווייטער, זענען שוין געווען אביסל נישט וואס אזא ציבור האט געדארפט האבן אין אזא מינוט, עכ"פ לדעתי, אפשר גוט געווען די פרישקייט אבער סיי מ'האט נישט געקענט די ניגונים און סיי ס'האט נישט ממש גערעדט צו די נשמה, וואס זאל איך טון ווען מ'מאכט שטייט "מצות מצות מצות ה'", כ'ווייס נישט גענוי פארוואס זיך צו הייבן אויף די ווערטער יעצט אויפ'ן מינוט, ויש ליישב. לא ימושו מפיך די הויכע פאל געטוישט צו זיין ווידער אויף לא ימושו, וואלט איך אויך נישט געטון, ענדרשט לאזן די אידישע ווערטער פונעם ניגון און עס מאכן אלס כללי "די הייליגע תנאים". אבער אבער, ווי פריער געזאגט, די שטימונג איז געווען אזוי געהויבן אז ס'האט זיך מילא געטאנצן ווי פון זיך אליינס.
איך געדענק שוין נישט וועלכע ניגון ס'איז געווען די לעצטע, אבער ס'האט זיך געגעבן א שטעל אפ, פונקט ווען ס'האט זיך געענדיגט מסדר זיין צענדליגער רינגען ארום די טישן. כ'ווייס נישט פארוואס. אפשר סתם כדי ס'זאל זיך האבן געענדיגט מיט א "נאך" טעם ווי איידער פארקערט? כ'ווייס נישט, איך האב געשפירט אז צו טאנצן וואלט דער עולם גרייט געווען פאר נאך 15 מינוט עטליעסט. באט שוין, נאך אלעם איז געווען גוט שפעט.
די פלייש האט מען טאקע שוין געטיילט נאכ'ן טאנצן וועןמ'האט שוין כמעט געהאט פארגעסן אז מ'האט זיך געוואשן... איך האב שוין נישט גענומען א פארציע ווייל כ'האב זיך אביסל געיאגט און געבענטשט. הרב וואקסמאן'ס דרשה וועל איך שוין מוזן הערן אויפן טעלעפאן. איך הער אז ס'איז אויך געווען גאר שטארק.
אלנפאלס, די שטימונג איז געווען אויסטערליש, די חיזוק איז געווען עד לב השמים, די מחזה איז געווען נורא, טויזנטער טויזנטער אידן זענען דא פאר תורה, לעבן מיט תורה, ווילן תורה, זענען מסיים ש"ס, הייבן אן ש"ס, אה, אשרינו אשרינו.
כ'האב טאקע פארגעסן (צווישן אנדערע פארגעסונגען..) די גוטע געפיל ווען ר' יצחק אליינס גייט פון מענטש צו מענטש געבן לחיים, מיט א ברייטן שמייכל אבער מיט אן ערנסטקייט, דער אויבערשטער זאל אים העלפן עוד רבות בשנים זאל ער קענען אויפטון גוטע זאכן און זען הצלחה.
אה, פון די צווייטע מאל דברות קודש האב איך אויך פארגעסן. אזא זיסקייט און ארגינעלקייט. יא, בעלזער רב האט געזאגט "א חוצפא צו לערנען תורה אנע בארד און פיאות"... ב"ה אז דא דארף מען זיך נישט שעמען.
סך הכל, א אויסטערלישער טאג פון התרוממות קרן התורה, א נחת רוח פאר'ן מייסד הקהלה ומציל היהדות החרדית זי"ע!

- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 422
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
@דער תהלים איד איינע פון מיינע הויכפונקטן האסטו פארגעסן, די קורצע אבער גאר רייכע "התחלת הש"ס" ע"י הגה"ח רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
הגם איך בין נישט קיין מסיים אבער ביי רב וואקסמאן’ס דרשה איז די זאל שוין געווען דריי פורטל ליידיג, זעהט אויס פאר די מסיימים איז עס שוין אויך געווען צו לאנג. איך בין גראדע יא געווען ביז נאכן בענטשעןפשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 5:16 pm סתם א אבזערוואציע..
די מסיימים האבען נישט געפילט אז די פראגראם איז לאנג - מתחילים יא
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 438
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
ווער רעדט נאך די פשטות פון טייטשן מאימתי מיט פארכט דארף מען ליינען קרי"ש ווי כאילו סאיז פשוט פשט...לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 6:50 pm @דער תהלים איד איינע פון מיינע הויכפונקטן האסטו פארגעסן, די קורצע אבער גאר רייכע "התחלת הש"ס" ע"י הגה"ח רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 438
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502
אדער ביי די לינק
https://www.jumbomail.me/en/gallery/6B7 ... 3838673D3D
קרעדיט @קול סאטמאר

- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 708
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 1105
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מ'רעדט פון נאכן סיום דאס מיינט הדרן וואס די פרויען האבן מיטגעהאלטן, און אז די ווייסט נישט רעד נישט. נעקסטפינטל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 6:01 pmסתם להערה (נישט אז עס זעהט אויס עס אינטערעסירט דיר, ווי יענער מלמד האט געזאגט: זאג מיר נישט קיין תירוצים, אבער פארוואס ביסטו געקומען שפעט...)חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 5:06 pmביים מיטהאלטן די רקודים נאכן סיוםלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:37 pm
איך האב געפרעגט וואס עס איז געווען, נישט אייער מיינונג
די פרויען האבן געענדיגט פאר די מענער במילא ביי די ריקודים נאכן בענטשן זענען שוין די פרויען געווען אויפן וועג אהיים...
נעקסט...
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 708
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 1105
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
נגיל ונשיש האט מען שוין געזינגען ביי דרשודער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 6:02 pm
די ערשטע ניגון "שישו ושמחו" האט געקלאפט גאר גוט, יואלי קליין האט מאנערווירט שטיט און שנעל כדרכו און דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן. די צווייטע ניגון "נגיל ונשיש בזאת התורה" אויף די 6'סטע הקפה ניגון וויל איך נאך וויסן וועמענס געדאנק דאס איז, יואלי קליין אדער אהרעלע סאמעט, ווייל ס'איז אייזן אייזן. ס'האט אויסטערליש געקלאפט.
די ניגונים פון דארט און ווייטער, זענען שוין געווען אביסל נישט וואס אזא ציבור האט געדארפט האבן אין אזא מינוט, עכ"פ לדעתי, אפשר גוט געווען די פרישקייט אבער סיי מ'האט נישט געקענט די ניגונים און סיי ס'האט נישט ממש גערעדט צו די נשמה, וואס זאל איך טון ווען מ'מאכט שטייט "מצות מצות מצות ה'", כ'ווייס נישט גענוי פארוואס זיך צו הייבן אויף די ווערטער יעצט אויפ'ן מינוט, ויש ליישב. לא ימושו מפיך די הויכע פאל געטוישט צו זיין ווידער אויף לא ימושו, וואלט איך אויך נישט געטון, ענדרשט לאזן די אידישע ווערטער פונעם ניגון און עס מאכן אלס כללי "די הייליגע תנאים". אבער אבער, ווי פריער געזאגט, די שטימונג איז געווען אזוי געהויבן אז ס'האט זיך מילא געטאנצן ווי פון זיך אליינס.
איך געדענק שוין נישט וועלכע ניגון ס'איז געווען די לעצטע, אבער ס'האט זיך געגעבן א שטעל אפ, פונקט ווען ס'האט זיך געענדיגט מסדר זיין צענדליגער רינגען ארום די טישן. כ'ווייס נישט פארוואס. אפשר סתם כדי ס'זאל זיך האבן געענדיגט מיט א "נאך" טעם ווי איידער פארקערט? כ'ווייס נישט, איך האב געשפירט אז צו טאנצן וואלט דער עולם גרייט געווען פאר נאך 15 מינוט עטליעסט. באט שוין, נאך אלעם איז געווען גוט שפעט.
!
די ניגונים דארט - תורת השם תמימה - זענען זייער באקאנט אין ארץ ישראל, אינטרעסאנט די עולם דא קען עס נישט אזוי
שלמה שטיינמעץ האט געפירט די פראגראם און אלעס האט געדארפט קלאפן ווי א שווייצע זייגער, זעה דא סוף פונעם ווידעא אינמיטן טאנצן ווי ער ווייזט אז מ'זאל שוין ענדיגן..
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 438
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
עס האט גראדע א שטיקל ניוס אין בעקגראונד האפענטליך וועט נאך ארויסקומען פון די סאונד א בעסערע ווערזשען222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:49 pm מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502
אדער ביי די לינק
https://www.jumbomail.me/en/gallery/6B7 ... 3838673D3D
קרעדיט @קול סאטמאר
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
- Location: Spring valley
- x 2
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
איינער האט אפשר די לינק וואס איז היינט ארומגעפארן פון די נייע טעגליכע שיעור אין ראם פון תורתך שעשועי דורך הרה"ג רבי יעקב ווייס אב"ד ישמח משה מאנסי?
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
ווערט אויך ארויסגעשיקט אויף די אימעיל.בן נביאים האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:37 pmhttps://chat.whatsapp.com/Hkq8lTHOVsa7ytYBQymxOp
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
- Location: Spring valley
- x 2
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
יישר כוח
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
וואס דארף מען צו זעהן אויף די בילד ?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 5:06 pmביים מיטהאלטן די רקודים נאכן סיוםלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:37 pmאיך האב געפרעגט וואס עס איז געווען, נישט אייער מיינונג
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 438
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
קלארער222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:49 pm מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502
אדער ביי די לינק
https://www.jumbomail.me/en/gallery/6B7 ... 3838673D3D
קרעדיט @קול סאטמאר
https://www.dropbox.com/scl/fo/92j561i1 ... vdq38&dl=0
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
קרעדיט @ ?222555 האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:49 pmקלארער222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:49 pm מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502
אדער ביי די לינק
https://www.jumbomail.me/en/gallery/6B7 ... 3838673D3D
קרעדיט @קול סאטמאר
https://www.dropbox.com/scl/fo/92j561i1 ... vdq38&dl=0
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 156
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 216
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
עטליכע האבן דא געזאגט אז מ'האט ווייניג געטאנצן, איך זע דא אז מ'האט געטאנצן פאר 18 מינוט!!222555 האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:49 pmקלארער222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:49 pm מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502
אדער ביי די לינק
https://www.jumbomail.me/en/gallery/6B7 ... 3838673D3D
קרעדיט @קול סאטמאר
https://www.dropbox.com/scl/fo/92j561i1 ... vdq38&dl=0
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 438
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
Sound companyזרש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:55 pmקרעדיט @ ?222555 האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:49 pmקלארער222555 האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 7:49 pm מקען איבערהערן די מעמד אויף קול סאטמאר 6056157777 עקטענשאן 502