כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער איז הייליג און טייער גערעכט. הגם עס האט נישט ממש נאר מיט אים און די איצטיגע מצב. ער איז אביסל ווי חוני המעגל. ער האט נישט מיטגעהאלטן ווי די וועלט האט זיך דערקייקלט אין די יארן בעת ער איז געווען איינגעשלאסן אין בבל. דאס איז נחלת הכלל סיי וואו סיי ווער סיי ווען.
אבער יא, ער האט זייער א וואלידע טענה און בקשה.
אבער יא, ער האט זייער א וואלידע טענה און בקשה.
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@מנהיג אז דו האסט א השפעה אויף אים
זיי אים מסביר אז אויב איך גיי מיך אנטוען דינסטאג נאכמיטאג ווייסע זאקן מיט א קוטשמע גייט אויך זיין ווידיאויס
גיין אנגעטוען אינטערסאנט האט א פרייז
זיי אים מסביר אז אויב איך גיי מיך אנטוען דינסטאג נאכמיטאג ווייסע זאקן מיט א קוטשמע גייט אויך זיין ווידיאויס
גיין אנגעטוען אינטערסאנט האט א פרייז
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 145
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אהה... די רעגירונג גייט נישט אן די זאכן.
עס זענען דא מינימאלע רעכטן וואס עלטערן האבן נאך אויף זייערע קינדער, אין געוויסע סטעיטס מער און אין געוויסע ווייניגער.
קען זיין גייסט הערן אז אפאר משפחות האבן זיך אוועק געצויגן צו א געוויסע רעפאבליקאנע סטעיט, זאלסט נישט מאכן קיין איבריגע צעקות. קיין עכטע אביוז קענען זיי בס"ד נישט טוהן.
סך הכל וועלן זיי זוכן אויסצוניצן די ביסל מער פרייהייט וואס יענע סטעיט געט זיי לגבי חינוך, וכ'.
מלקות, יונג חתונה מאכן, און פארפאלגן מענטשן איז אום לעגאל איבעראל.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געוואלדיג פון דעם רעדט מעןנישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:28 pmאהה... די רעגירונג גייט נישט אן די זאכן.
עס זענען דא מינימאלע רעכטן וואס עלטערן האבן נאך אויף זייערע קינדער, אין געוויסע סטעיטס מער און אין געוויסע ווייניגער.
קען זיין גייסט הערן אז אפאר משפחות האבן זיך אוועק געצויגן צו א געוויסע רעפאבליקאנע סטעיט, זאלסט נישט מאכן קיין איבריגע צעקות. קיין עכטע אביוז קענען זיי בס"ד נישט טוהן.
סך הכל וועלן זיי זוכן אויסצוניצן די ביסל מער פרייהייט וואס יענע סטעיט געט זיי לגבי חינוך, וכ'.
מלקות, יונג חתונה מאכן, און פארפאלגן מענטשן איז אום לעגאל איבעראל.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 520
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין כמעט האלב אמעריקע (רוב פון זיי רויטע שטאט כמובן) קענען עלטערן חתונה מאכן מיינאר'ס.נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:28 pmאהה... די רעגירונג גייט נישט אן די זאכן.
עס זענען דא מינימאלע רעכטן וואס עלטערן האבן נאך אויף זייערע קינדער, אין געוויסע סטעיטס מער און אין געוויסע ווייניגער.
קען זיין גייסט הערן אז אפאר משפחות האבן זיך אוועק געצויגן צו א געוויסע רעפאבליקאנע סטעיט, זאלסט נישט מאכן קיין איבריגע צעקות. קיין עכטע אביוז קענען זיי בס"ד נישט טוהן.
סך הכל וועלן זיי זוכן אויסצוניצן די ביסל מער פרייהייט וואס יענע סטעיט געט זיי לגבי חינוך, וכ'.
מלקות, יונג חתונה מאכן, און פארפאלגן מענטשן איז אום לעגאל איבעראל.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 507
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:24 pm @מנהיג אז דו האסט א השפעה אויף אים קען זיין, אבער איך פלאן נישט צוניצן השפעה, עס איז געזונטער ער זאל אליין זיך טוישן מיט די צייט.
זיי אים מסביר אז אויב איך גיי מיך אנטוען דינסטאג נאכמיטאג ווייסע זאקן מיט א קוטשמע גייט אויך זיין ווידיאויס אמת, ער איז אבער אין א מצב וואס ער האלט אז דאס איז הייליג און אידיש און ער ברויך בלויז צייט צו איינזעהן אז עס איז הבלים, אבער איך און דו וואס פארשטייען שוין יעצט, מעגן זיך צוריקהאלטן פון האבן פאן אויף יענעמס חשבון
גיין אנגעטוען אינטערסאנט האט א פרייז דערפאר בעט איך דא ברבים אז די פרייז לייגערס זאלן האבן פארשטענדעניש און לאזן אין גאנג א סעיל.....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 145
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז דא נאך א זאך וואס איך וויל אנמערקן.
איך זעה געוויסע יוצאים, חשובע איידעלע אינגערלייט, וואס גייען אנגעטוהן געהעריג מיט די היימישע לבוש אז די קענסט נישט דערקענען אז ער האט נארוואס געלאנדעט...
אבער זעהט אויס אז נאך די גאנצע שטאפיר האט מען פארגעסן צו פארזארגן פאר דעם אינגערמאן א פשוטע פליפ פאון...
יעצט ווען דער אינגערמאן דרייט זיך ארום מיט די גאנצע חסידיש-חניאקישע טראגע, לאנגע רעקל, פלאכע ביבער היט, גרויסע גארטל און שווארצע-ווייסע גלעזער, און ער האלט א סמארטפאון אין דער האנט זעהט עס אויס ווי א פאראדאקס... איך זעה ווי מענטשן וואס וואלטן קיינמאל נישט געטראכט אז עפעס איז מיט דעם מענטש, קוקן איהם נאך מיט גרויסע אויגן צוליב די סתירה'דיגע צוזאמשטעל פון די גלעזער מיט די כלי.
מען דארף דעם אינגערמאן פארזארגן מיט א פשוטע פליפ פאון, און אט זעהט ער אויס ווי א פולשטענדיגער היימישער אינגערמאן און קיינער וועט זיך ניטאמאל חלום'ען אז ער איז געווען אין גוואטאמאלא מיט אפאר וואכן צוריק.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רבותי! לייקס איז נישט גענוג, אט דאס איז הצלת נפשות ממש , נישט נאר פאר דעם יונגערמאן, עס האט א השפעה אויף אלע אנדערע, מען קען נישט משיג זיין וואס עס נעמט אריין, געלט, צייט ,כח (און קומט מיטן דארפן הערן נאך א טוץ מיינונגען פון פיינע אידען...) אזש מען קען משוגע ווערןמנהיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:12 pmהודו לה' פאר די זכי' וואס איך האב ב''ה באקומען!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 11:03 pm איינע פון די געטרייע עסקנים א צדיק וועלעכע געבט זיך אוועק בלב ובנפש האט מיר געבעטן צו לייגן דעם מעסידש:
הארציגע בקשה צו אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר
אין די יעצטיגע טעג שטראמען ארויס אונזערע ברודער פון לב טהור יעדער לויט זיין מצב אין מציאות
ביטע ביטע ביטע נעמט זיי אויף כמו שהוא, אלע וויכוחים נידונים און שאלות לאמיר לאזן פאר דריי חדשים ארום ווען זאכן וועלן זיין געפאלן אין פלאץ אי"ה.
פאר יעצט ווער ס'באגעגנט איינעם סיי ווי, זאל צוגיין מיט א ליבליכע שמייכל און אים פרעגן צו מ'קען אים העלפן מיט עפעס, אויב פילט איר אז איר קענט נישט, בעסער גייט בכלל נישט צו און זיכער נישט אויספארשן על לא דבר.
נאך א וויכטיגע נקודה
די עסקנים ארבעטן זייער שווער מסדר צו זיין יעדעם איינעם איש על מחנהו ואיש על דגלו, אויב האט איר א לאקאלע עסקן מיט ווען איר זענט באקאנט גייט צו צו אים און פרעגט אים וואס איר קענט צוהעלפן.
די עסקנים זענען פארנומען ביז איבערן קאפ און זיי קענען נוצן יעדעמ'ס הילף בגוף ובממון.
ובזכות מצוות פדיון שבוים והצלת נפשות נזכה לכל הברכות האמורות בתורה!
איך בין געווארן א שותף מיט השי''ת צו העלפן זיינע ליבע קינדערלעך!!!
נעכטן נאכט האב איך בעז''ה אויפגעפיקט פון עירפארט א פארפאלק וואס איז ארויס מעבדות לחירות נישט לאנג צוריק, און ב''ה עס האלט מיר פארנומען שוין היינט דעם גאנצן טאג, ב''ה יעצט זענען זיי אנגעקומען צו א באקוועמע דירה וואס א איד האט בנדבת לבו געגעבן חנם אין כסף.
ווי פארשטענדליך, האט נאך דער פארפאלק א לאנגע וועג צו גיין זיך אויסצוטשוכען און ווערן א חלק פון אנ''ש, און ביזדערווייל גייען זיי נאך אנגעטוען און פירן זיך נאך מיט אסאך מנהגי ל''ט,
אבער היינט האט מיר דער יונגערמאן געזאגט א ווארט וואס איך פיל פאר א חוב צו מפרסם זיין כיהודה ועוד לקרא.
ער זאגט מיר בזה הלשון '' איבעראל נעמט מען בילדער און ווידעאס פון מיר, איך בין געווען נעבן.... (א געוויסע גרויסע היימישע געגנט) אויף שבת, איך בין געווען נאר אפאר מינוט אין די גאס און שוין איז ארומגעפארן איבעראל א ווידעא, ממש איך פיל איך קען נישט ארויס אין גאס, איך פרוביר צו בלייבן אינעווייניג אין שטוב, אבער איך האב דאס זייער נישט ליב, פארוואס טוען דאס מענטשן???
ווען איך האב אים פרובירט צו בארואיגן זאגנדיג אז מענטשן טראכטן נישט, זיי זעען עפעס וואס זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט, און איך פארשטיי אים און איך האלט אז ער איז א נארמאלער מענטש האט ער מיר געענטפערט ''ח''ו איך וויל נישט טראכטן קיין שלעכטס אויף אידן, אבער דאס איז דאך וואס איך זאג, איך בין א מענטש, לאז מיך לעבן פריוואט און לויף מיר נישט נאך צו מאכן א בילד ארומצושיקן''.
טייערע אידן, איך מיין אז עס פעלט נישט אויס מוסיף צו זיין, ווילסט אים העלפן? געב אים א גוט ווארט, שמייכל צו אים, גיב אים דעם טשענס פאר א לעבן וואס מען האט פון אים אוועקגענומען אזויפיל יאר, קום צו צו דעם עסקן וואס דו זעהסט זיך פארען פאר אים און פרעג וואס דו קענסט העלפן, גיב אים אויך א גוט ווארט, אז דו קענסט נישט העלפן? קיין פראבלעם, אבער שטער נישט!!! שטיי אוועק און לאז דעם איד במנוחה!!!
ממנו ילמדו וכן יעשו ,יעדע ביסל הילף טוט אויף א געוואלד
די סימן פון א מנהיג אמיתי איז אז מען העלפט אזוי א צווייטע איד...
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 547
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 808
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עקזעקלי, די אשת חבר איז געווען אין שאפינג צענטער ווען א פארפאלק האט דארט ארומשפאצירט זי מיט אירע ריזיגע ווייסע קליידער, יעצט קודם דא גייען פרויען סתם אזוי נישט מיט קיין ווייסע כלה קליידער אינדערוואכן וכ"ש נישט ביז די אויערן . אבער די פרוי האט זיך אנגערופן אז די גאנצע שטאט קוקט איר אן...
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 4:27 pm
- Location: ירושלים
- x 49
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די נקודה איז אמת ויציב
אבער אפשר איז כדאי זאלסט אים ווייזן די טו"ר גייד"ס אין ווילי שבת
זעט אויס אז אונז אידעלעך זענען אן אינטרעסאנט פאלק..
אבער אפשר איז כדאי זאלסט אים ווייזן די טו"ר גייד"ס אין ווילי שבת
זעט אויס אז אונז אידעלעך זענען אן אינטרעסאנט פאלק..
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 145
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אבער פארפאלגן מענטשן Human Trafficking איז איבעראל אין אמעריקא שטארק אינפארסירט.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:33 pmאין כמעט האלב אמעריקע (רוב פון זיי רויטע שטאט כמובן) קענען עלטערן חתונה מאכן מיינאר'ס.נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:28 pmאהה... די רעגירונג גייט נישט אן די זאכן.
עס זענען דא מינימאלע רעכטן וואס עלטערן האבן נאך אויף זייערע קינדער, אין געוויסע סטעיטס מער און אין געוויסע ווייניגער.
קען זיין גייסט הערן אז אפאר משפחות האבן זיך אוועק געצויגן צו א געוויסע רעפאבליקאנע סטעיט, זאלסט נישט מאכן קיין איבריגע צעקות. קיין עכטע אביוז קענען זיי בס"ד נישט טוהן.
סך הכל וועלן זיי זוכן אויסצוניצן די ביסל מער פרייהייט וואס יענע סטעיט געט זיי לגבי חינוך, וכ'.
מלקות, יונג חתונה מאכן, און פארפאלגן מענטשן איז אום לעגאל איבעראל.
און מיט דעם איז לב טהור -אלץ א קולט- א פארגאנגענהייט בס"ד.
אבער, "אַל תִּבְטְחוּ בִנְדִיבִים בְּבֶן אָדָם שֶׁאֵין לוֹ תְשׁוּעָה".
וואס דען? בִּטְחוּ בה'!
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חברים יקרים, אזעלכע יודען ווי @מנהיג זענען מפקיר זייער צייט און לעבן צו העלפן אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשבי'! אנשטאט אים געבן עצות והדרכות פונקטליך וויאזוי צו רעדן, זייט אזוי גוט און שיקט אריין אפאר דאלער צו העלפן! שרייבט חיזוק פאר דו וואס טוען און פאר די יוצאים!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 507
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב''ה מיר זענען נישט אזוי נאאיוו און מיר ווייסן אלע אז אין גוואטעמאלע געפינט זיך (בקרוב שוין נישט) א קולט וואס גייען אזוי אנגעטוען, און זיי זענען אויך נישט נאאיוו און זיי ווייסן זייער גוט אז זיי זעען אויס אנדערש ווי אלעמען, און זיי פארשטייען אויך אז ארומגיין אזוי וועט מאכן מענטשן קוקן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:48 pmעקזעקלי, די אשת חבר איז געווען אין שאפינג צענטער ווען א פארפאלק האט דארט ארומשפאצירט זי מיט אירע ריזיגע ווייסע קליידער, יעצט קודם דא גייען פרויען סתם אזוי נישט מיט קיין ווייסע כלה קליידער אינדערוואכן וכ"ש נישט ביז די אויערן . אבער די פרוי האט זיך אנגערופן אז די גאנצע שטאט קוקט איר אן...
דא אבער האט מען גערעדט פון גיין א טריט ווייטער און אין יענעמס פנים אריין זיך שטעלן מאכן בילדער/קליפס וואס באדערט יעדן אז מ'טוט עס,
דו זעהסט א יוצא ל''ט? ס'קוקט אויס אינטערעסאנט? מסכים. אבער געדענק אז אינטער די בגדים געפינט זיך אן אומשולדיג אידיש קינד וועמען מ'האט געצאפט דאס בלוט פאר יארן, און דו ווילסט נישט זיין פון די ממשיכים אין די עבודת השחיטה!!!!!
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 570
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5932
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מען זאגט נישט אז עפעס איז פאני מיט די ווידיאו כאפער, מען בעט נאר א טובה, אויב מיינט איר די טובה פון די זאך דאן שטעלט אייך ''נישט'' אפ באטראכטן פון קאפ ביז פוס, כאטשיג עס איז אייך א חידוש.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 570
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5932
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15265
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עקזעקטלי.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:58 pmמען זאגט נישט אז עפעס איז פאני מיט די ווידיאו כאפער, מען בעט נאר א טובה, אויב מיינט איר די טובה פון די זאך דאן שטעלט אייך ''נישט'' אפ באטראכטן פון קאפ ביז פוס, כאטשיג עס איז אייך א חידוש.
איך האב געהאט א קרוב משפחה וואס איז געווען זייער נידריג געוואקסן. איז אויסגעקומען אז אונז זעמיר געווען אין ירושלים, אויפן וועג אהיים האט ער זיך אנגערופן "ס'איז די ערשטע מאל וואס איך גיי אין ביהמ"ד באקוועם! קיינער קוקט מיך נישט אן!".
אוי האט עס געציפט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 145
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פאר ווער ס'איז אינטערעסירט, איבער די עלטער ווען עלטערן קענען חתונה מאכן די קינדער אין די סטעיטס.
https://www.findlaw.com/family/marriage ... -laws.html
אבער דאס ערגסטע וואס לב טהור האט געטוהן איז נישט דאס אינג חתונה מאכן....
עס זענען דא נאך מנהיגים וואס טוהן דאס, און הגם ס'שמעקט טאקע נישט פאר מענטשן האב איך אבער נאכנישט געזעהן אז מען זאל ארויסקומען צו כלל ישראל און רעיזן צוויי מיליון דאללער כדי צו ארויסראטעווען מענטשן פון דארט.
https://www.findlaw.com/family/marriage ... -laws.html
אבער דאס ערגסטע וואס לב טהור האט געטוהן איז נישט דאס אינג חתונה מאכן....
עס זענען דא נאך מנהיגים וואס טוהן דאס, און הגם ס'שמעקט טאקע נישט פאר מענטשן האב איך אבער נאכנישט געזעהן אז מען זאל ארויסקומען צו כלל ישראל און רעיזן צוויי מיליון דאללער כדי צו ארויסראטעווען מענטשן פון דארט.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב האט איר אכסניות/דירות, ביטע מעלד אייך
אויב קענט איר נעמען די מיה און טוהן פאר די טייערע יודישע נפשות, ביטע לאזט וויסן, די עסקנים ברענען פשוט אויס!
ב"ה משפחות קומען בעז"ה אין די קומענדיגע טעג און וואכן, מען דארף הילף מיט פשוט מסדר זיין דירות, עסן, קליידונג, ארויסנעמען קינדער פארברענגען, וכו' וכו'
רופט אריין/טעקסט די קאמענד סענטער 347-444-4563 און זאגט מיט וואס איר קענט העלפען
מען דארף געלט געלט געלט פאר
טיקעטס
פאספארטן
סיטיזענשיפ
צורכי רפואה
קאר סערוויסעס
עסן
דירות
אויסרישן דירות
קליידונג
טעלעפאנען
וכו' וכו'
אויב זענט איר ביכולת, נעמט א משפחה אויף אייער הענט, עס וועט אייך באגלייטן לנצח נצחים

- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 4:42 pm
- Location: monsey
- x 11
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גערעכט, איך הער אין די שטימע א געוויסע פנימיות און אמת’דיגקייט. ער איז מיט אן אמת געווען פארגלייבט וכו', אבער ער הערט זיך ווי אן איש צדיק.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pmביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 31
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בשמים הודו האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 11:57 amשמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 10:41 amביטע לייגן אויך די טעלעפאן נומבער מיט אינסטראקשענס צו קענען מזכה זיין אנדערע אויך מיט א פאון דאנעישאןבשמים הודו האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 11:19 pm ב"ה סאיז גיטע נייעס, א מאמע מיט א יונגע בעבי צען חדשים אלט, וואס האט פארברענגט מער צייט אין זיין לעבן אין שעלטער ביי פרעמדע ווי מיט די אייגן מאמע, איז היינט צירוק פאראייניגט געווארן מיט די עלטערן אין זיי אלע קומען אי"ה קיין ניו יארק.
אבער ווי אהין??
די משפחה ארבעט יעצט צי אויסשטאפירן א דירה, די קאפל קומט אהער און מדארף איינקויפען קליידער (מענער שטאפיר/שטריימל/פרויען קליידער/בעסיק מעיבל מיט אפלייענסעס) הילף מיט סעטלען דא אז מזאל קענען אליין ברענגען פרנסה אין נאך.
זי האט קרובים דא אויפן גרופ מיט אונז וואס זענען אקטיוו מיטיילן מיטן ציבור מהעבר ומהווה אין לב טהור, לאמיר זיי יעצט העלפן מיט שטיצן דורך אריין ווארפן $18 (ווער סקען מער, אדרבה).
מיט איבער 500 מעמבערס דא, קען מען דעקן גאר אסאך.
לאמיר זיי שטיצן און ארויס ווייזן אז אונז זענען דא צי העלפן.
(נב, אויב איינער ווייסט פון א יוד וואס קען אוועק געבן א דירה און מאנסי פאר אפאר חדשים אדער איינער וואס קען זיך אונטער נעמען אפאר חדשים רענט, קען זיך מעלדן צי מיר)
לייגט אריין די געלט און מענדי מלכא'ס פעידזש
ער איז דער וואס האט גענומען היינט די אחריות אויף די פאמיליע,
ח"י דאללר טייערע ברודער'לעך
https://www.dryveup.com/mission/25461Call our automated phone system and enter the dryver's extension
phone
929-930-6588
Ext 25461
נא רבותי אחים היקרים לאמיר ארויס העלפן די צדיקים לבית מלכא זיי זאלן נישט פאלן, לאמיר ארויס ווייזן אונזער הכרת הטוב מיט זיי אריינווארפן בלויז 18$
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 31
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב"ה יודן געבן אבער סאיז ווייט פון גענוג.בשמים הודו האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 11:57 amשמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 10:41 amביטע לייגן אויך די טעלעפאן נומבער מיט אינסטראקשענס צו קענען מזכה זיין אנדערע אויך מיט א פאון דאנעישאןבשמים הודו האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 11:19 pm ב"ה סאיז גיטע נייעס, א מאמע מיט א יונגע בעבי צען חדשים אלט, וואס האט פארברענגט מער צייט אין זיין לעבן אין שעלטער ביי פרעמדע ווי מיט די אייגן מאמע, איז היינט צירוק פאראייניגט געווארן מיט די עלטערן אין זיי אלע קומען אי"ה קיין ניו יארק.
אבער ווי אהין??
די משפחה ארבעט יעצט צי אויסשטאפירן א דירה, די קאפל קומט אהער און מדארף איינקויפען קליידער (מענער שטאפיר/שטריימל/פרויען קליידער/בעסיק מעיבל מיט אפלייענסעס) הילף מיט סעטלען דא אז מזאל קענען אליין ברענגען פרנסה אין נאך.
זי האט קרובים דא אויפן גרופ מיט אונז וואס זענען אקטיוו מיטיילן מיטן ציבור מהעבר ומהווה אין לב טהור, לאמיר זיי יעצט העלפן מיט שטיצן דורך אריין ווארפן $18 (ווער סקען מער, אדרבה).
מיט איבער 500 מעמבערס דא, קען מען דעקן גאר אסאך.
לאמיר זיי שטיצן און ארויס ווייזן אז אונז זענען דא צי העלפן.
(נב, אויב איינער ווייסט פון א יוד וואס קען אוועק געבן א דירה און מאנסי פאר אפאר חדשים אדער איינער וואס קען זיך אונטער נעמען אפאר חדשים רענט, קען זיך מעלדן צי מיר)
לייגט אריין די געלט און מענדי מלכא'ס פעידזש
ער איז דער וואס האט גענומען היינט די אחריות אויף די פאמיליע,
ח"י דאללר טייערע ברודער'לעך
https://www.dryveup.com/mission/25461Call our automated phone system and enter the dryver's extension
phone
929-930-6588
Ext 25461
נא רבותי אחים היקרים לאמיר ארויס העלפן די צדיקים לבית מלכא זיי זאלן נישט פאלן, לאמיר ארויס ווייזן אונזער הכרת הטוב מיט זיי אריינווארפן בלויז 18$
ווארפט אריין חי דאללער צי העלפן סעטלען די משפחה.
אויך, אויב ווייסט איר פון א דירה\הכנסת אורחים פאר א שטיק צייט\ א נדבן וואס קען אויסצאלן א חודש (אדער מער...) פאר רענט, ביטע מעלדט זיך אין אישי.
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1025
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1418
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@על פי תורה ביטע באשטעטיגט די ניקברוך אברהם האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 6:27 pmב"ה יודן געבן אבער סאיז ווייט פון גענוג.בשמים הודו האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 11:57 amשמועות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 10:41 am
ביטע לייגן אויך די טעלעפאן נומבער מיט אינסטראקשענס צו קענען מזכה זיין אנדערע אויך מיט א פאון דאנעישאןCall our automated phone system and enter the dryver's extension
phone
929-930-6588
Ext 25461
נא רבותי אחים היקרים לאמיר ארויס העלפן די צדיקים לבית מלכא זיי זאלן נישט פאלן, לאמיר ארויס ווייזן אונזער הכרת הטוב מיט זיי אריינווארפן בלויז 18$
ווארפט אריין חי דאללער צי העלפן סעטלען די משפחה.
אויך, אויב ווייסט איר פון א דירה\הכנסת אורחים פאר א שטיק צייט\ א נדבן וואס קען אויסצאלן א חודש (אדער מער...) פאר רענט, ביטע מעלדט זיך אין אישי.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 2:21 pm
- x 24
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זייער אינספירירנד און געהויבן.
איך פארשטיי נאר נישט וואס איז דער ציל פון דאס ברענגן דא, סגעבט עפעס א פאזיטיווע בליק, כהאב מורא אז א לב טהור ניק האט דאס געפאוסט.
ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי דער זאגט, ס'איז נישט אזוי ווייס ווי יענער זאגט, דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס מאכט קלארער די בילד. עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין ווי אזוי דאס האט געהארבעט, מיט וועלכע זיסקייט מען האט געשלעפט אהין דעם עולם, לאידך גיסא איז דא די אנדערע זייט פון די שטראפן און ווי אזוי מבאציט זיך צו די מורדים , יעדע אזא זאך ברענגט אריין נאך אסאך נדבות פאר דע הייליגע מערכת הצלההלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 6:39 pmזייער אינספירירנד און געהויבן.
איך פארשטיי נאר נישט וואס איז דער ציל פון דאס ברענגן דא, סגעבט עפעס א פאזיטיווע בליק, כהאב מורא אז א לב טהור ניק האט דאס געפאוסט.