קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

לעצטע מינוטיגע צוגרייטונגען צו מאכן די נייע ביהמ"ד אין שטעטל גרייט פאר שבועות - ערב שבועות תשפ"ה
פיילס
IMG-20250604-WA0027-large.jpg
IMG-20250604-WA0028-large.jpg
IMG-20250605-WA0024-large.jpg
פארגעהאלטן
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:16 pm
Location: brooklyn
x 56

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך פארגעהאלטן »

Coventry האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:44 am פרייליכע טענץ אינעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - מוצאי שבועות תשפ"ה
זעט אויס, אז די מחיצות, זענען נאך נישט פערטיג.
דעס איז מיין פאדקעסט
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:59 pm
Coventry האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 8:44 am פרייליכע טענץ אינעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - מוצאי שבועות תשפ"ה
זעט אויס, אז די מחיצות, זענען נאך נישט פערטיג.
אסאך זאכן זענען נאכנישט פערטיג, מ'האט עס נאר צייטווייליג גרייט געמאכט עס צו קענען נוצן יו"ט
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

קביעת מזוזות אינעם נייע ביהמ"ד אין שטעטל - ערב שבועות תשפ"ה
פיילס
IMG-20250609-WA0021-large.jpg
WhatsApp-Image-2025-06-06-at-00.20.58_6491deef-large.jpg
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14626

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@Coventry עפעס בילדער פון די מקווה?

נישט די בורות. די שאוערס, גרויסקייט וכדומה. ייש"כ.
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

קרית ברסלב שטעטל צייכענט אפ זעקס יאר זינט איר גרינדונג

פאוסט דורך Coventry »

קרעדיט: ברסלב סענטער

ערב שבת קודש פרשת בהלותך, ווערט אפגעצייכט זעקס יאר פון י"ז סיון תשע"ט ווען אנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אנגעהויבן אריינצוען אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט. דאן האט עס אויסגעזען ווי א ווייטע חלום, א שטעטל אינעם ווייטן און וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן מיט סעייתא דשמיא, שטייט מען היינט בלויז זעקס יאר שפעטער, און עס געפונט זיך דארט א הערליכע בליענדע שטעטל ווי קרוב צו צוויי הונדערט און פופציג משפחות יראים ושלמים לעבן אינעם שויס פונעם נאטור מיט'ן אויבערשטן, און אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט פאר'ן שטעטל ברוחניות ובגשמיות

עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט א לענגערע ארטיקל (אדער מערערע ארטיקלען) פאר יעדע איינע פון די אלע סערוויסעס וואס עס ווערן צוגעשטלעט, וואס מיר וועלן דא אויסרעכענען ממש אויפן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטענ'ס אין די צוקונפט טאקע צו קענען אפגעבן א געהעריגע אפהאנדלונג אויף יעדע באזונדער.

היינט צו טאגס פארמאגט דער שטעטל אלע רוחניות'דיגע געברויכן, מען דאווענט טעגליך אין די צוויי וואכן שולן, מיט די צענטראלע שול וואס מען האט נארוואס באנייט וואס דינט ווי א מנינים צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית מנחה און מעריב, אזוי אויך פארמאגט עס א גרויסע לופטיגע היכל התורה, דער שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסע תלמוד תורה און מיידל שולע ווי די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות, א גרויסע בית הדפוס, דער מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה - בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות, א מהודר'דיגע עירוב מיט א וועד העירובין, א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים.

אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען צוויי פרישע בנינים פאר'ן חדר און מיידל שולע, אזוי אויך ארבעט מען צו קענען גרינדן א בית החיים.

די חסד וואס עס טוט זיך דא איז אין לשער,כמעט יעדער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטירישע ארגאניזאציעס, ווי שעוות אסירים - צו גיין באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסות, ביקור חולים וועלכע שיקן אפ פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס וכדומה, וויפיל געבן זיך אוועק פאר הצלה, פייער דיפארטמענט, חברים, חביבים, אדער'ן בית התבשיל וואס פארטיילט בחנם צו עסן, פילע פרויען געבן אוועק צענדליגע שעות א וואך פאר איינע פון די צוויי באזארן - איינס פאר קליידער און איינס פאר פורניטשור - ווי מען פארקויפט אלעס פאר כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארן היים, פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" אז מען זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער פרויען און די קינדער.

פון א גשמיות'דיגע בליק פארמאגט די שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגענט צום צווייטן, די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות, די שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פון אלע געברויכן פון ספרים, קליידער, שפילצייגן, א גרויסע סופערמארקעט און נאך, אזוי אויך פילע טוען אין די קאנסטראקשן ליין, אזוי אויך זענען דא פילע האלסיעל און סערוויס ביזנעסער.

אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט בכמות, נאר באיכות, אינגעלייט בחורים קינדער, ווייבלעך און מיידלעך לעבן אלע מיט תכלית, זיי לעבן מיט ציל צו דינען דעם אויבערשטן, און נאר צו געפעלן פאר אים, מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוטע לעבן דארפן מען אויפבויען א גוטע רילעשנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב האט מען א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער, און מיט דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין, ביז משיח צדקינו.

אבן מאסו הבונים, היתה לראש פינה

אויפן בילד: מען פאררעכט די עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי עש"ק מטות מסעי תש"פ
פיילס
S7IOWMsDv3_WhatsAppImage2020-07-20at3.28.11PM-large.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

שיינע געיטס ארויף געלייגט ביי די טרעפ פון די נייע ביהמ"ד אין שטעטל - עש"ק בהעלותך תשפ"ה
פיילס
WhatsApp-Image-2025-06-13-at-22.57.11_552786ce-large.jpg
WhatsApp-Image-2025-06-13-at-22.57.16_0e21d0d1-large.jpg
WhatsApp-Image-2025-06-13-at-22.57.18_775bb900-large.jpg
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 878

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

קרית ברסלב האט אן אייגענע קימפעטארן היים? א אייגענע בית השחיטה?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14626

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 8:29 pm קרית ברסלב האט אן אייגענע קימפעטארן היים? א אייגענע בית השחיטה?
קימפעטארין היים האבן זיי, אויפן היכל הקודש שטייגער. א גרויסע הויז [היים] מיט ברייטע שלאף צימערן וכו'. בית השחיטה האבן זיי נישט וויפיל איך ווייס.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 878

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 9:50 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 8:29 pm קרית ברסלב האט אן אייגענע קימפעטארן היים? א אייגענע בית השחיטה?
קימפעטארין היים האבן זיי, אויפן היכל הקודש שטייגער. א גרויסע הויז [היים] מיט ברייטע שלאף צימערן וכו'. בית השחיטה האבן זיי נישט וויפיל איך ווייס.
ליין די באריכט דא אויבן. פיר שוחטים שרייבט ער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14626

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 11:19 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 9:50 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 8:29 pm קרית ברסלב האט אן אייגענע קימפעטארן היים? א אייגענע בית השחיטה?
קימפעטארין היים האבן זיי, אויפן היכל הקודש שטייגער. א גרויסע הויז [היים] מיט ברייטע שלאף צימערן וכו'. בית השחיטה האבן זיי נישט וויפיל איך ווייס.
ליין די באריכט דא אויבן. פיר שוחטים שרייבט ער
אינטערסאנט. זעמיר שוין עפעס געוואר געווארן היינט.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2223
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4290

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יעע, אויך א בית החיים זאגט ער ארבייטען זיי

בקיצור..
רזא דשבת
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 11

Re: קרית ברסלב שטעטל צייכענט אפ זעקס יאר זינט איר גרינדונג

פאוסט דורך רזא דשבת »

Coventry האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 6:36 pm קרעדיט: ברסלב סענטער



מען דאווענט טעגליך אין די צוויי וואכן שולן
ווי איז די צוויי וואכן שולן ?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 878

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 11:56 pm יעע, אויך א בית החיים זאגט ער ארבייטען זיי

בקיצור..
א בית החיים איז נישט אזא אונטערנעמונג, א בית השחיטה איז אינגאנצן עפעס אנדערש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3722
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6017

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך וואוילער »

דער ראש הישיבה וואוינט דארט?
אויב נישט, ווי אפט קומט ער?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
רזא דשבת
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 11

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך רזא דשבת »

די שטעטעל מאנט אסאך אז ממנו ילמדו , סאיז נישט צו גלייבן וואס מיינט א קהילה האט דעליווערט פאר זייערע מעמבערס, אין איין ווארט אז סאיז דא א רצון קען מען אלעס באווייזען
איך וויל זיין ערליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
Location: ישראל
x 77

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך איך וויל זיין ערליך »

רזא דשבת האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 12:14 pm די שטעטעל מאנט אסאך אז ממנו ילמדו , סאיז נישט צו גלייבן וואס מיינט א קהילה האט דעליווערט פאר זייערע מעמבערס, אין איין ווארט אז סאיז דא א רצון קען מען אלעס באווייזען
כח התפילה
רזא דשבת
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:40 am
x 11

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך רזא דשבת »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 9:45 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 11:56 pm יעע, אויך א בית החיים זאגט ער ארבייטען זיי

בקיצור..
א בית החיים איז נישט אזא אונטערנעמונג, א בית השחיטה איז אינגאנצן עפעס אנדערש
ווער דא געדענקט וויאזוי קרית יואל'ע בית השחיטה האט זיך געגרינדעט? נישט מער און נישט ווייניגער מען פלעגט שחט'ן טשיקענס אין בעק פון די בוטשער אין שאפינג סענטער אזוי ווי ערב יום כיפור, סאיז בכלל נישט אזוי שווער , קאהן'ס בוטשער אין וויליאמסבורג גייט אן אויף א קליינע פארנעם שחטן טשיקענס אין וויליאמסבורג אין א קליין געשעפט, סאיז די רצון פון אויספירן פאריעקטן ווי די שוועריקייטען באמת .

די נקודה איז בכלל נישט פון אנדערע קהילות בויען דירות אין די מאונטענס,סקווירא און וויזניץ קיימישע ענדיגן יעצט פרישע הייזער , ווי דאס אז עס זאל זיין גרויס און רחבות'דיג און ממש קאסט פרייז ! דאס איז שוין א חידוש, בויען קען יעדער , אבער זיין ביליג איז עפעס אנדערש , מען רעדט פון בויען איין פאמיליע ריזיגע שיינע הייזער פאר 400 אלפים א הויז , אפשר יעצט האלט עס ביי 500 אלפים
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14626

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 12:09 pm דער ראש הישיבה וואוינט דארט?
אויב נישט, ווי אפט קומט ער?
ער וואוינט אין וויליאמסבורג, און האלט זיך אויף אין ליבערטי אין די זומער חדשים. אויך איז ער דארט אויף שיינע שבתים, שבועות, בערך אזוי ארבעט עס.
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:32 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 12:09 pm דער ראש הישיבה וואוינט דארט?
אויב נישט, ווי אפט קומט ער?
ער וואוינט אין וויליאמסבורג, און האלט זיך אויף אין ליבערטי אין די זומער חדשים. אויך איז ער דארט אויף שיינע שבתים, שבועות, בערך אזוי ארבעט עס.
די פלאן איז אז היי יאר זומער ציעט ער זיך ענדגילטיג ארויס צוזאמען מיט די ישיבה
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

כיתה א' קינדער אין שטעטל פראווען שיינע חומש סעודה

פאוסט דורך Coventry »

קרעדיט: ברסלב סענטער

זונטאג פרשת קרח איז פארגעקומען א גאר הערליכע מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש אינעם ברסלב'ן שטעטל, ווען די זיסע קינדערלעך פון כתה א' האבן זוכה געווען צו פייערן זייער מעמד התחלת לימוד חומש.

די זאל אינעם תלמוד תורה איז געווען אנגעפילט מיט עלטערן טאטעס, מאמעס זיידעס און באבעס וועלכע זענען געקומען שעפן נחתן פון זייערע קינדער און אייניקלעך. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטאג צייט ווען די קינדער האבן אריינמארשירט אינעם זאל, ווי זיי האבן געזונגען שיינע ניגונים לכבוד היום.

ווי איינגעפירט האבן זיי געזאגט די ערשטע פסוקים פון חומש ויקרא, און דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פונעם מלמד וואס געבט זיך אזוי געטריי אפ מיט די קינדער, ער קוקט נישט נאר אויף "שארט טורם" נאר ער טראכט אויף שפעטער, די קינדער וועלן אויפוואקסן, און יעדער וועט שוין לאנג פארגעסן ווי קיוט ער פלעגט זינגען דער ניגון וואס דער מלמד האט אים אויסגעלערענט, און ווען די עכטע לעבן וועט זיך אנהייבן, וועט דער אויבערשטער זיין ביי זיי א זאך וואס מען נעמט ארויס איין אדער צוויי מאל א יאר ארויס פון שעלף, פסח ביים סדר, און פורים נאכמיטאג, אדער וועלן זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן טאג טעגליך.

סתם אזוי ווען מען קוקט אויף די קינדער, זעט מען זיסע לעכטיגע קינדער, אזוי ווי אלע קינדער, אבער ווען מען רעדט מיט זיי זעט מען די ארבעט פונעם מלמד, די קינדער לעבן מיט אזא תמימות, זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיי זענען אויפגעבויעט און אנגעפילט מיט אמונה.

דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט די זכי' צו זיין מלמד, און ער קען פארברענגען זיין צייט מיט אריינלייגן אמונה אין קינדער. אזוי אויך האט ער געדאנקט דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן אים געבן די געלעגענהייט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער.

דער ראש ישיבה שליט"א - וואס איז אויך געווען א זיידע פון איינע פון די קינדער, האט דערנאך אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז מען כאפט נישט די חשיבות פון א מלמד, וויפיל כחות ער לייגט אריין, ביז ווען ווען דער מלמד קען אמאל נישט קומען, און מען דארף א סאבסיטוט, דעמאלט קען מען זען די גרויסע כחות פון א מלמד.

דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך, ווי ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי דער מלמד האט באהאנדעלט א קינד, אזוי קלוג און איידל, זיך אפגעגעבן מיט אים, אין די צייט וואס מען וואלט זיך געקענט רעגן אויפן קינד און אים חלילה פארשעמען.

דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבער דעם וואס מען פירט זיך אז מען הייבט אן מיט קליינע קינדער לערנען חומש ביי "ויקרא" וואס האט א קליינע "אלף", ווייל דאס איז א חדר, מען לייגט אריין דעם "אלף" דער אויבערשטער וואס איז דער "אלופו של עולם" אין די קליינע קינדער.

מיר אלע - האט דער ראש ישיבה געזאגט - לערנען אויך אין חדר, דער הייליגער רבי איז אונזער מלמד, און ער לייגט אריין אין אונז דעם אלופו של עולם, ער לערנט אונז אויס צו בעטן דעם אויבערשטן יעדע זאך.

נאכ'ן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע ריקוד, און די קינדער האבן באקומען א פערזענליכע סידור, מיט זייער נאמען ארויפגעקריצט מיט גאלדענע אותיות.

נאך די חומש סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען קוקן נעבן די חדר ווי מען האט אראפ געווארפן אן אלטן געביידע וואס מען האט האט אפגעקויפט, צו מאכן דארט א פלעי גראונד די קינדער זאלן קענען שפילן.
פיילס
WhatsApp-Image-2025-06-22-at-12.45.00_567a6bfd.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

מיידלעך פון אכטע קלאס פראווען שיינע גראדועישאן אין שטעטל

פאוסט דורך Coventry »

קרעדיט: ברסלב סענטער

זונטאג פרשת קרח נאכמיטאג איז פארגעקומען אין שטעטל די גראדועישאן פון די מיידלעך פון די אכטע קלאס וואס גייען אריין אין היי סקול, די גראדועשאן איז געווען קאמבינירט פון די תלמידות פון ביידע בית פיגא סקולס, סיי פון וויליאמסבורג און סיי פון שטעטל.

דער ראש ישיבה האט זייער געוואלט מען זאל דאס מאכן אין די אוידיטאריום פונעם ליבערטי היי סקול, זאגענדיג אז דאס האט דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע געטון אנפאנג ווען מען האט אנגעהויבן מאכן גראדועישאנס ביי זיין מוסד.

פאריאר האט מען שוין געבעטן פון זיי דעם פלאץ, אבער זיי האבן זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט אלע מיני תירוצים, אבער ב"ה דאס יאר איז עס צושטאנד געקומען; און עס קומט זיך טאקע א גרויסן דאנק פארן געטרייען הנהלה מעמבער מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו וואס האט געארבעט דערויף זייער שווער, און נאכן בעטן דעם אייבערשטן האבן זיי דאס געגעבן.

צום באשטימטן זמן זענען זיך דארט צוזאם געקומען פילע מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען הנאה האבן פונעם הערליכן פראגראם, אזוי אויך פילע משפחות פון שטעטל זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטמאליגן מעמד פון א היי סקול גרעדועשאן אויף אזא הערליכע פארנעם.

עס האט אויפגעטרעטן די געטרייע פרינציפל מרת לעסער תחי', וואס האט ארויסגעברענגט פאר אלע פארזאמעלטע די מטרה פונעם סקול, פארוואס האבן צדיקים איינגעפירט אין אמעריקע אז מיידלעך זאלן קומען אין שולע און לערנען, און וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, מען גרייט זיי צו צום לעבן מיט די ריכטיגע טולס, זיי זאלן וויסן וואס איז חשוב, און וואס איז נאריש, און זיי זאלן זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט...

די מיידלעך האבן געזונגען א שיינע אידיש ליד אין גראמען וואס האט ארויסגעברענגט וואס מען לערנט מיט זיי אין סקול, און די אמונה וואס די טיטשערס און סטעף לייגן אריין אין זיי.

ווי מען געבט איבער איז דארט נישט געווען דארט קיין עיר קאנדישאן, (זעט אויס אז די פאבליק סקול דארפן עס נישט אזוי וויכטיג האבן) אבער טראצדעם זענען אלע פארזאמלטע געזיצן דארט פון אנהייב ביזן סוף, נישט וועלענדיג פארפאסן קיין איין רגע פונעם הערליכן מעמד
פיילס
WhatsApp-Image-2025-06-22-at-18.04.09_e038c57b.jpg
אוועיטער
Coventry
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 120

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך Coventry »

מען מאכט איבער די ראודס אויף האשקי אין שטעטל- ד' שלח תשפ"ה
פיילס
IMG-20250623-WA0126-large.jpg
IMG-20250623-WA0127-large.jpg
IMG-20250623-WA0128-large.jpg
קלוגער איד
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:09 pm
x 8

Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק

פאוסט דורך קלוגער איד »

Do the houses there have municipal sewer, or septic
שרייב פאוסט