שבת איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 8:21 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 4:13 am
מתא מחסיא האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 08, 2025 4:02 am
איך האב נישט קיין צייט צו קוואטען און ענטפערן יעדע שאלה, איך זאג איין זאך חכמים הזהרו בדבריכם, מען קען ראטעווען יודן בשעת וואס איר זיצט אויפן פאטעל און שרייבט
קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען
איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
ממש א מציל ומושיע, ממש לא אלמן ישראל.
'אבער' סארי.
אינז דערווייל טראסטען נאר בלום.
נישט גערעכט !
כלל ישראל טראסט נאך געטרייע עסקנים אזוי ווי ר' שמעון ישראל, הרב כירא וכד'
אלע עסקנים זענען בדעה אחת. הרב כאירא און ר’ שמעון זענען איינס מיט הצדיק ר’ אברהם גרינהוט והצדיק ר’ יהושע העשיל בלום. עס איז אלעס איין מערכה! איינער טוט די חלק המלחמה און איינער טוט די חלק פון שטעלן אויף די פיס די יוצאים (און די איינגעשפארטע).
עס זענען תרין רעין דלא מתפרשין. יא יא, מיר ווייסן גוט אז די לב טהור חברה וואלטן געוואלט עס אפטיילן אלץ כאילו צוויי פראקציעס און איבערצייגן הרב כאירא און הרב פאזען צו זיין מיט זיי בדעה אחת. די לב טהור חברה זוכן די וועלכע זענען נישט אזוי באקאנט מיט זייער נוכל’ישע ערמימיותדיגע התנהגות פון חוש’ן און מישן און שטילערהייט לייגן דאללער אויף דאללער בכדי צו קענען פון פריש זיך ארגאניזירן ערגעץ הינטער די הרי חושך און נאכאמאל רצחנען און מארדענען ווי אין די אלטע גוטע צייטן. אבער לא אלמן ישראל, הרב כאירא און הרב פאזען זענען פולשטענדיג אין שטיצע פון הרב בלום און הרב גרינהוט, ב”ה פאר דעם. די טריץ פון לב טהור אז זיי דיעלן נישט מיט בלום און גרינהוט קענען מיר אויכעט שלינגען... א געשעפט האבן מיר. אבער עס זאל קלאר זיין אז די אינטערשטע שורה ווען עס קומט הלכה למעשה בלייבט עס הרב בלום און הרב גרינהוט. זיי קענען די דרכי מלחמה. זיי וועלן בלייבן על המושמר אז דעי א”ג חבורה בלייבט צופאלן.
הלכה למעשה, כל זמן זיי זענען אין אמעריקע דארף מען זיי שטיצן מיט וואס שייך, בעיקר חפצים. געלט איז זייער פראבלעמאטיש. אבער באמת מען דארף רעדן צו אן עסקן און הערן ביי יעדע פאל עקסטער. דערווייל, א דירה, באצאלן סיי וואס ביי סיי וועלכע געשעפט וכו’ וכו’ דאס איז א מוז, זיי זענען אונזערע ברודער, און מיר האבן באמת נישט קיין טענות באופן אישי צו קיינעם. עס איז די כלליות’דיגע חשדות בליק וואס מיר האבן.
נאך זייער מנהיגס טויט האט מען אויכעט געמיינט אז סאיז דערנאך, מען טאר נישט אינטערשאצן מיט וועמען מען האנדלט דא. מען גייט אריין אין זייער א סענסיטיווע צייט. זיי קומען אהער, אבער סאיז בעל כרחם. יעצט העט ער שרייען אז ער איז גרייט פאר שטיצע אבער בלום און גרינהוט חס מלהזכיר... וואס מיינסטע וועט געשעהן? אויב די געלט וועט נישט אנקומען צו בלום און גרינהוט און סוועט נישט זיין אינטער זייער אויפזיכט, וואס גאראנטירט דיך וואו דאס געלט וועט גיין? וואס ווייסטו וואס עס וועט ווערן פון די געלט? דו ווילסט נישט האבן א יד אין גרינדן לב טמא פון פריש אין די הרי חושך.
עכ”פ, איך שמועס דא אויס מיינע מחשבות, געפילן, חששות. הלכה למעשה איז יעדער פון די 4 עסקנים איינס און די זעלבע. אז לב טמא וויל כאילו אפטיילן 2 עסקנים פון די אנדערע 2, נו נו, אויב דו פילסט בעסער אזוי, זאל זיין...