נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 670
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:21 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:20 pm אויף וואס האט מען געוואוט היינט?
פאר ר' אברהם ווידער.
וואס איז זיין אויפגאבע?
בלק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 188

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלק »

הימל האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:45 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:21 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:20 pm אויף וואס האט מען געוואוט היינט?
פאר ר' אברהם ווידער.
וואס איז זיין אויפגאבע?
ראש הקהל
ליכטעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:45 pm
x 166

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ליכטעלע »

מעיאר און צוויי טראסטי'ס.
ר' אברהם ווידער איז ווידער ערוועלט געווארן פאר מעיאר, און ר' שמואל אהרן לאנדא און ר' יעקב אלי' רייזמאן זענען ווידער ערוועלט געווארן פאר טראסטי'ס.
זיי זענען אריינגעקומען מיט אן איבערוויגענדער מערהייט פון הונדערט פראצענט שטימען קעגן דעם קעגנער מר. קיינער נישט...
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 754
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 830

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:24 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:21 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:20 pm אויף וואס האט מען געוואוט היינט?
פאר ר' אברהם ווידער.
פריימערי ?

טראסטיס אויך?

גדלי לויפט אמאל?
גדלי' איז אדמיניסטראטאר, כנראה אז ער לויפט נישט, עס איז א אדמיניסטראטיווע פאזיציע, ווי א סעקרעטאר וכדו'
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 754
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 830

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

איינער ווייסט וואס גייט פאר מיט בעיקערטאון ראוד קאנסטרוקציע? אנגעהויבן בויען בעפאר פסח, אפאר טעג בעפארן יו"ט פסח האט מען זיך אפגעשטעלט און נאך נישט צוריק אנגעהויבן.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 315
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 595

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:09 am מעיאר און צוויי טראסטי'ס.
ר' אברהם ווידער איז ווידער ערוועלט געווארן פאר מעיאר, און ר' שמואל אהרן לאנדא און ר' יעקב אלי' רייזמאן זענען ווידער ערוועלט געווארן פאר טראסטי'ס.
זיי זענען אריינגעקומען מיט אן איבערוויגענדער מערהייט פון הונדערט פראצענט שטימען קעגן דעם קעגנער מר. קיינער נישט...
מער דיטעלס? נישט געזען אין ערגעץ אז עס גייט זיין אדער איז געווען חוץ דא
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2933
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6774

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 10:05 am
ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:09 am מעיאר און צוויי טראסטי'ס.
ר' אברהם ווידער איז ווידער ערוועלט געווארן פאר מעיאר, און ר' שמואל אהרן לאנדא און ר' יעקב אלי' רייזמאן זענען ווידער ערוועלט געווארן פאר טראסטי'ס.
זיי זענען אריינגעקומען מיט אן איבערוויגענדער מערהייט פון הונדערט פראצענט שטימען קעגן דעם קעגנער מר. קיינער נישט...
מער דיטעלס? נישט געזען אין ערגעץ אז עס גייט זיין אדער איז געווען חוץ דא
איך האב יא געזען אין אימעיל עפעס א פאשקעוויל.... לכאורה פון די לייפניקע פארפירער... און איך האב זיך דערמאנט צו לויבן דעם הייליגן באשעפער אז עס קומט מער נישט פאר יעדע צוויי יאר וואלן....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6925
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 16223

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צום גרויסן פרייד פון תושבי קרית יואל איז ענדליך אינסטאלירט געווארן א "פול סטאפ סיין" ביים אינטערסעקשאן פון "סעווען ספרינגס מאונטעין ראוד, קאונטי רוט 44" און "סקאנעמאנק, פארעסט ראוד", וואו עס פלעגט כסדר פארקומען שווערע עקסידענטן, ביז די קאונטי האט יעצט אפיציעל געשיקט א מעלדונג פאר'ן קרית יואל ווילעדזש און אלע ארומיגע טאון'ס וועלכע האבן עס געהאט געפאדערט אז דער סטאפ סיין איז אפראווד און אינסטאלירט.

SS Intersection.jpg
SS Intersection.jpg (291.78 KiB) געזען געווארן 985 מאל

די רעדע איז פונעם ראוד וואס תושבי קרית יואל קענען אלס די "ראוד וואס פירט ארויס צו וואודבורי נאך טעטש קאורט (אדער נאך קאריץ)". יענע ראוד וואס איז א קאונטי ראוד (עס איז די זעלבע קאונטי ראוד וואס פארט פון עצי תמרים/בלומינגראוו 208, וואס קרית יואל בויט יעצט איבער) איז דער ראוד אויפ'ן וועג ארויס געפארן גלייך און איגנארירט א אינטערסאקשן אינדערמיט, וואו ס'טרעפט זיך מיט "סקאנעמאנק, פארעסט ראוד". די פון סקאנעמאנק/פארעסט האבן געהאט א סטאפ סיין, אבער האבן נישט געוויסט אז/אויב די וואס פארן אויפ'ן קאונטי ראוד סעווען ספרינגס האבן נישט קיין סטאפ זיין און שטעלן זיך בכלל נישט אפ נאר שמייסן אריבער דעם אינטערסעקשאן מיט א שנעלקייט. אזוי האט זיך כסדר געמאכט אז דרייווער האבן זיך אפגעשטעלט ביים סטאפ סיין, און זעענדיג אז די אנדערע זייט שטייט נישט קיינער איז מען געפארן ווייטער, ווען אינדערמיט קומט צו פליען א קאר אדער טראק אויפ'ן קאונטי ראוד גאר שנעל אן קיין אפשטעל.

צו ארלעדיגן א סטאפ סיין האט זיך אויסגעפעלט 2 זאכן. איינס איז שתדלען ביי די קאונטי. די צווייטע איז אז די לאקאלע טאון, וואס איז אין דעם פאל די טאון אף וואודבורי, זאלן עס פאדערן.

מצד די קאונטי האט די קרית יואל ווילעדזש כסדר געארבעט זיי אויפצוקלערן אז דער ראוד איז מער נישט קיין "קאנטרי ראוד", עס איז אזוי שטארק באוואוינט פון אלע זייטן אז מען מוז זיך דא רעכענען מיט די ארומיגע טרעפיקס און אונטערסעקשאנס. פאר קרית יואל ווינלעדזש זעלבסט איז די טעמע שטארק נוגע געווען צוליב די ווייטערדיגע חלק פונעם ראוד ביי עצי תמרים וואו די קאונטי האט געדארפט מסכים זיין צו די אלע אימפראוומענטס.

ווי דער שטייגער איז, נעמט אסאך צייט ביז די קאונטי ווערט "אפדעיטעד" און הויבט אן צו מיטארבעטן מיט'ן נייעם מציאות. דא איז במשך די לעצטערע יארן ב"ה געווארן אויפגעלאזט די אייז און עס איז שוין דא א שטארקע פארשטענדליכקייט באופן כללי, ווי יעדער זעט ב"ה ביי די יעצטיגע ריזן פראיעקט אויפ'ן ראוד נעבן עצי תמרים.

דא איז אבער אריינגעקומען דער צווייטער חלק, די טאון אף וואודבורי.

וויבאלד דאס איז אין זייער טאון, האבן זיי געדארפט שיקן אן אפיציעלער פארלאנג דערפאר כדי די קאונטי זאל עס טאקע טון אויף למעשה. היות אבער די וואודבורי טאון זענען געווען פון די גרויסע "פן ירבה" אקטיוויסטן, האבן זיי בדוקא נישט געוואלט באקוועם מאכן דעם פאקט אז די געגנט ווערט פארנומען און שטארק באוואוינט. ס'איז נישט געווען קיין מעגליכקייט זיי זאלן שיקן דעם פארלאנג.

מיט ארום 2 יאר צוריק איז ב"ה געווארן א ריזיגער שינוי לטובה, נאכדעם וואס די עסקני אנשי שלומינו תושבים פון וואודבורי, ה"ה הר"ר וואלף בער וויזענפעלד און הר"ר מרדכי ישעי' קעלנער, וואס זיי האבן ביי די לעצטע טאון-וואלן בס"ד סוקסעספול אריינגעברענגט אין אמט א פרידליכער טאון סופערווייזער אינעם וואודבורי טאון. דאס האט ערמעגליכט א נייע בלאט פון נארמאלע באציאונגען צווישן די היימישע עסקנים תושבי וואודבורי מיט די לאקאלע באאמטע.

צווישן די פילע פראבלעמען איבער וואס די 2 געטרייע עסקנים לש"ש האבן געארבעט לטובת די ארטיגע אינוואוינער, איז אויך געווען אז זיי האבן ארלעדיגט אן אפיציעלער ביטע וואס דער נייער סופערווייזער האט געשיקט צו די קאונטי וועגן אינסטאלירן א סטאפ סיין, און דערמיט איז געווארן דער גרעסטער דורכברוך צו קענען דערגרייכן די פארשריט.

אבער, ביים ערשטן מאל בעטן האט די קאונטי צוריקגעענטפערט אז דאס איז זייער א שווערע זאך, ווייל היות דאס איז אינמיטן א בארג, און א געדרייטע ראוד, וועלן די טראקס און קאר'ס וועלכע פארן אויפן קאונטי רוט נישט קענען באמערקן גענוג באצייטנס דעם סטאפ סיין און עס וועט זיי זיין צו שווער זיך אפצושטעלן.

דא האט זיך אויסגעפעלט אז דער טאון סופערווייזער זאל כסדר נאכאמאל אויפברענגען די אישו פאר'ן קאונטי. איין איינוואוינער אין וואודבורי ווילעדזש וואס נאכ'ן ערוויילונג פונעם נייעם פרידליכער וואודבורי טאון סופערווייזער האט ער זיך באקענט מיט אים, האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שטיין כסדר אין קאנטאקט מיט'ן סופערווייזער און דערמאנען ער זאל שיקן אן אפיציעלער אימעיל צו די קאונטי איבער דעם, איינמאל און נאכאמאל.

ב"ה אז יעצט האבן אלע פעולות עושה רושם געווען און דער גאר וויכטיגער סטאפ סיין איז געווארן א פאקט, וואס וועט בעז"ה אפשפארן אסאך געלט, אסאך עגמת נפש, און אפילו ארגערס ל"ע, דורכדעם וואס דער סכנה'דיגער אינטערסעקשאן איז געווארן מער פארזיכערט.

בייגעלייגט איז דער אפיציעלער מעלדונג פון די קאונטי געשיקט צו אלע טאונס וועלכע האבן געהאט אן אינטערעסט אינעם סטאפ סיין:

County Letter.jpg
County Letter.jpg (218.84 KiB) געזען געווארן 985 מאל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 754
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 830

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:20 pm
דא האט זיך אויסגעפעלט אז דער טאון סופערווייזער זאל כסדר נאכאמאל אויפברענגען די אישו פאר'ן קאונטי. איין איינוואוינער אין וואודבורי ווילעדזש וואס נאכ'ן ערוויילונג פונעם נייעם פרידליכער וואודבורי טאון סופערווייזער האט ער זיך באקענט מיט אים, האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שטיין כסדר אין קאנטאקט מיט'ן סופערווייזער און דערמאנען ער זאל שיקן אן אפיציעלער אימעיל צו די קאונטי איבער דעם, איינמאל און נאכאמאל.
איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 670
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

בלק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:17 am
הימל האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:45 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 10:21 pm

פאר ר' אברהם ווידער.
וואס איז זיין אויפגאבע?
ראש הקהל
זייט ווען האט די קהילה וואלן?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 1418

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:20 pm
דא האט זיך אויסגעפעלט אז דער טאון סופערווייזער זאל כסדר נאכאמאל אויפברענגען די אישו פאר'ן קאונטי. איין איינוואוינער אין וואודבורי ווילעדזש וואס נאכ'ן ערוויילונג פונעם נייעם פרידליכער וואודבורי טאון סופערווייזער האט ער זיך באקענט מיט אים, האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שטיין כסדר אין קאנטאקט מיט'ן סופערווייזער און דערמאנען ער זאל שיקן אן אפיציעלער אימעיל צו די קאונטי איבער דעם, איינמאל און נאכאמאל.
איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
יא אבער מ'קען אים נישט שרייבן קיין שכח ווייל ער האט פארפירט קעגן די מגן חינוך הטהור סקאופיס
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 291

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חיים יוסף »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:20 pm
דא האט זיך אויסגעפעלט אז דער טאון סופערווייזער זאל כסדר נאכאמאל אויפברענגען די אישו פאר'ן קאונטי. איין איינוואוינער אין וואודבורי ווילעדזש וואס נאכ'ן ערוויילונג פונעם נייעם פרידליכער וואודבורי טאון סופערווייזער האט ער זיך באקענט מיט אים, האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שטיין כסדר אין קאנטאקט מיט'ן סופערווייזער און דערמאנען ער זאל שיקן אן אפיציעלער אימעיל צו די קאונטי איבער דעם, איינמאל און נאכאמאל.
איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
אינטערעסאנט אז מען האט עם נישט געלייגט אויף די אימעיל
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1516

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

מ'דארף זייער וויכטיג אויך צו לייגן סטאפ סיינס/רויט לייטס
אויף סעווען ספרינגס מאונטעין ראוד / קאונטי רוט 44 ביי סעווען ספרינגס ראוד (אקעגן די געזאגע פארק)
אויף סעווען ספרינגס מאונטעין ראוד / קאונטי רוט 44 ביי די קראסוואלק ביי רודאמסק
ביים אינטערסעקשאן פון סעווען ספרינגס ראוד / פארעסט / סקאנימאנק (נאכן בית החיים)
קאונטי רוט 105 ביי עיקערס
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1516

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:43 pm
איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
LOL
ביל וועבער האט ארויסגעהאלפן לייגן די סטאפ סיין?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8049

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:06 pm מ'דארף זייער וויכטיג אויך צו לייגן סטאפ סיינס/רויט לייטס
אויף סעווען ספרינגס מאונטעין ראוד / קאונטי רוט 44 ביי סעווען ספרינגס ראוד (אקעגן די געזאגע פארק)
אויף סעווען ספרינגס מאונטעין ראוד / קאונטי רוט 44 ביי די קראסוואלק ביי רודאמסק
ביים אינטערסעקשאן פון סעווען ספרינגס ראוד / פארעסט / סקאנימאנק (נאכן בית החיים)
קאונטי רוט 105 ביי עיקערס
איך ווייס נישט אויב דו שרייבסט ערנסט אדער סארקאסטיש, אבער בעיסיקלי ווילסטו א סטאפסיין איבעראל וואו דו ווילסט זיך איינדרייען און עס נעמט א מינוט לענגער.

איך פאר געווענליך גראד, סאו איך דארף נישט די סטאפסיינס דארט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1516

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:07 pm

די האלטסט טאקע אז ס'פעלט נישט אויס קיין סטאפ סיינס אדער רויט לייטס ביי פארנימענע אינטערסעקשאנס?
די האלטסט אז מ'וואלט ווען געדארפט אראפ נעמען אלע סטאפ סיינס פון די גאסן אז די זאלסט אייביג קענען פארן גראד?

די סיבה פארן לייגן א סטאפ סיין איז נישט ווייל מ'ווארט אפשר איין מינוט לענגער
די אויבן דערמאנטער אינטערסעקשאנס פארט מען דרוך מיט זייער א שנעלע ספיד און אויך איז זייער שווער צו זען א קאר קומען. און דעס פירט צו עקסידענטן יעדע שני וחמישי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6925
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 16223

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 9:11 am איינער ווייסט וואס גייט פאר מיט בעיקערטאון ראוד קאנסטרוקציע? אנגעהויבן בויען בעפאר פסח, אפאר טעג בעפארן יו"ט פסח האט מען זיך אפגעשטעלט און נאך נישט צוריק אנגעהויבן.

כ'האב געפרעגט, און די תשובה איז אז די ערשטע שלב פון די ארבעט איז געווען צו גראבן און מאכן "טעסט פיטס" הנקרא באררינג טעסטס, וואס לויט די רעזולטאטן פון דעם קען מען פיינעלייזן די פולע ארכיטעקט פלאן.

דא אויף בעיקערטאון האט מען געדארפט אזויפיל ווי 40 באררינג טעסטס, ווייל דא ליגט א ברידזש וואס טראגט די דרעינידזש פון ראצפערט אונטערן ראוד אריין צום וועטלענד לאט נעבן אהל פיגא, און ווייטער ביז די מירון וואסערל, און ס'לויפט ווייטער ביז אונטערן רוט 17. דער אונטערן-ראוד בריקל איז יעצט 30 פיס און ס'דארף ווערן 60 פיס. דאס איז א גרויסע חלק דא אינעם ארבעט.

ביי די טעסטס טוישן זיך זאכן, למשל די פלעצער וואו מען דארף איבערהיפן יוטילעטי ליינס, און אויך וועלכע מאטעריאלן מ'דארף נוצן, לויט וועלכע מין ערד ס'איז, א ווייכערע אדער הארטערע. ד"ה אז יעצט הערשט זעט מען ווי שטארק ס'דארף זיין די ברידזש מאטעריאל אא"וו.

יעצט האלט מען שוין נאך די רעזאלטס, און נאכ'ן רי-דעזיינען די דרעינעדזש בריקל, און יעצט ווארט מען אויף דעם סיסטעם מאנופעקטשורינג. ס'דארף אנצוקומען אין בערך 2 וואכן, און ביזדערווייל ארבעט מען נאר אויף די אנדערע חלק פראיעקט, די איבערגעמאכטע קאונטי רוט 44.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1516

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:07 pm
איך פאר געווענליך גראד, סאו איך דארף נישט די סטאפסיינס דארט...
ביים אינטערסעקשאן פון סעווען ספרינגס ראוד / פארעסט / סקאנימאנק (נאכן בית החיים) איז נאר דא אויף די גראדע זייט א סטאפ סיין
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8049

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:14 pm די האלטסט טאקע אז ס'פעלט נישט אויס קיין סטאפ סיינס אדער רויט לייטס ביי פארנימענע אינטערסעקשאנס?

די האלטסט אז מ'וואלט ווען געדארפט אראפ נעמען אלע סטאפ סיינס פון די גאסן אז די זאלסט אייביג קענען פארן גראד
הייסט אז איר מיינט עס יא ערנסט.

אקעי: איך האלט אזוי און דו האלסט אנדערש, פראטאקאלירט.

מעגסט האבן דיין מיינונג און איך בין בארעכטיגט פאר מיין מיינונג ושלום על ישראל.

און כ'האב נישט כרגע קיין נערוון און צייט פאר קארנפלעקסמיטמילעך וואס איז סייווי נישט נוגע למעשה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1516

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:29 pm קארנפלעקסמיטמילעך
???
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 57

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:20 pm
דא האט זיך אויסגעפעלט אז דער טאון סופערווייזער זאל כסדר נאכאמאל אויפברענגען די אישו פאר'ן קאונטי. איין איינוואוינער אין וואודבורי ווילעדזש וואס נאכ'ן ערוויילונג פונעם נייעם פרידליכער וואודבורי טאון סופערווייזער האט ער זיך באקענט מיט אים, האט גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו שטיין כסדר אין קאנטאקט מיט'ן סופערווייזער און דערמאנען ער זאל שיקן אן אפיציעלער אימעיל צו די קאונטי איבער דעם, איינמאל און נאכאמאל.
איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
יאפ ער האט געארבייט מיט די לאקאלע טאון אוו וואדבארי, און האט ב"ה גוטע קאנעקשאנס מיט די באערדע.
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 57

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:48 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:04 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:43 pm

איז דאס ר' פנחס נחמן גלויבער? איך זעה איינער האט געמאכט א פאוסעטער מיט א שכח פאר אים.
יא אבער מ'קען אים נישט שרייבן קיין שכח ווייל ער האט פארפירט קעגן די מגן חינוך הטהור סקאופיס

ער מאכט אליינס דאנק עדס פאר זיך, ער דארף נישט מיינס.
יעדער האט זיך זיינע באצאלטע שרייבערס\גראפיקערס
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8049

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:52 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:29 pm קארנפלעקסמיטמילעך
???
א זאך וואס ענדיגט זיך נישט עס גייט איבער און איבער א שטייגער ווי ווען די קארנפלעקס ענדיגט זיך און עס איז נאך דא מילעך לייגט מען צו מילעך ווען די מילעך איז שוין טרוקן און עס איז געבליבן קארנפלעקס גיסט מען צו אביסל מילעך און ווען די קארנפלעקס ענדיגט זיך און עס איז נאך דא מילעך לייגט מען צו מילעך ווען די מילעך איז שוין טרוקן און עס איז געבליבן קארנפלעקס גיסט מען צו אביסל מילעך און ווען די קארנפלעקס ענדיגט זיך און עס איז נאך דא מילעך לייגט מען צו מילעך ווען די מילעך איז שוין טרוקן און עס איז געבליבן קארנפלעקס גיסט מען צו אביסל מילעך און ווען די קארנפלעקס ענדיגט זיך און עס איז נאך דא מילעך לייגט מען צו מילעך ווען די מילעך איז שוין טרוקן און עס איז געבליבן קארנפלעקס גיסט מען צו אביסל מילעך און ווען די קארנפלעקס ענדיגט זיך און עס איז נאך דא מילעך לייגט מען צו מילעך ווען די מילעך איז שוין טרוקן און עס איז געבליבן קארנפלעקס גיסט מען צו אביסל מילעך און...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6925
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 16223

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האסלער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:54 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:48 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:04 pm

יא אבער מ'קען אים נישט שרייבן קיין שכח ווייל ער האט פארפירט קעגן די מגן חינוך הטהור סקאופיס

ער מאכט אליינס דאנק עדס פאר זיך, ער דארף נישט מיינס.
יעדער האט זיך זיינע באצאלטע שרייבערס\גראפיקערס
מיינסט צו זאגן אז די אפיסעס פון די "אידן פאר רעפובליקענס" באצאלן די עדס צו באדאנקען א געוויסע מענטש?

כ'הער... אבער למעשה איז עס נישט קיין קאמפאני נאר א מענטש... שוין, ס'גוט.
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 57

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 6:02 pm
האסלער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:54 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:48 pm

ער מאכט אליינס דאנק עדס פאר זיך, ער דארף נישט מיינס.
יעדער האט זיך זיינע באצאלטע שרייבערס\גראפיקערס
מיינסט צו זאגן אז די אפיסעס פון די "אידן פאר רעפובליקענס" באצאלן די עדס צו באדאנקען א געוויסע מענטש?

כ'הער... אבער למעשה איז עס נישט קיין קאמפאני נאר א מענטש... שוין, ס'גוט.
ס'איז זייער קלאר אז די אויבערדערמאנטע פראפאגאנדע מעסעדזש איז באצאלט דורך ר'גדל....
און איך האב געזעהן אמעילס פין קאנטי און טאון,
פליז...
מען קען נישט נעמען אלע קרעדיט פאר זיך...
שרייב פאוסט