פאר אלע וואס ווילן פארשטיין וואס איז די גדר פון א טראל: א טראל מיינט איינער וואס וועט פרעגן א קשיא אדער עטליכע קושיות אויף אן ענין, און ווען מ'וועט אים אויפווייזן אז זיינע יסודות זענען פאלש, וועט ער ווייטער פרעגן מיט די זעלבע יסודות אנדעם וואס ער זאל זיך מתיחס זיין צו די קושיות וואס מ'האט געשטעלט לצידו, איינער וואס טוט דאס עטליכע מאל ווייזט דאס אז ער איז נישט דא צום שמועס נאר צו טראלען.
ווען איינער טוט דאס אין די טעמע, שרייען אסאך אז די שרייבער איז א לב טהור'ניק, און אנדערע רעגן זיך ס'איז לאו דוקא, ווייל מ'מעג האבן קושיות וכו', און ס'איז בלינד צו טענה'נען אז יעדער וואס גייט נישט ממש אין שפאן איז פון לב טהור. לדעתי איז נישט נוגע אויב ער איז א לב טהור'ניק אדער פשוט א אידל וואס וויל שטיפן צייט דורך נעמען די עולם אויף א רייד, בכל אופן דארף די סייט האבן א שטרענגע פאלאסי מיט די סארט מענטשן וואס זענען זיך מעלים עין פון די מציאות בכדי צו האבן א שמועס, [און לחדודא בעלמא ווען מ'זאגט אויף אזא איינעם אז ער איז א לב טהור מיטגליד איז עס גאר א קאמפלימענט, ווייל די צווייטע צד איז צוזאגן אז סתם פאר שוואוילטאג פראבירט ער צו באקומען אטענטשן דורך שרייבן זאכן וואס ער אליינס האלט נישט, אויב איז ער א לב טהור'ניק זאגט ער כאטשיג וואס ער האלט].
צו מבחין זיין אויב איינער פרעגט קושיות ווייל ער וויל עפעס וויסן, אדער אויב ער פרעגט ווייל ער וויל די זאלסט עפעס וויסן, איז נישט שייך [געווענטליך] פון איין צוויי תגובות, אבער ווען מ'גייט אין א שמועס מיט איינעם און ער זאגט נאך זיינע זאכן אן זיך מתיחס צו זיין וואס מ'שרייבט צו אים איז דאס א ראיה אז ער איז נישט דא צו הערן, און ס'איז א שאד צו רעדן מיט אים, במילא לטובת הענין נעמט מען אראפ אזא מענטש פון די סייט.
[פאר די וואס ווילן טענה'ן אז הדעה והכתיבה האט למעשה יא געזאגט עפעס טענות, איינער פון זיינע ערשטע טענות איז געווען אז א לב טהור קינד איז געגאנגען אין סאטמאר און אפגעפארן - איך זאג נישט פונקט די ווערטער אבער דאס איז די תמצית - לדעת על פי תורה איז אזא זאך נישט פארגעקומען, איז אויב ווייסט ער אנדערש וואלט ער לכל הפחות געדארפט מרמז זיין זיין מקור וכדו', אנשטאט דעם איז ער געגאנגען מיט דעם און ווייטער גע'טענה'ט אז דאס איז א ראיה אז מ'וויל אים שטיל מאכן וכו', מיין לימוד זכות איז אז ער האט נישט קיין ראיה מער ווי דעם וואס מ'האט פארציילט אין בבל, ווער ס'וויל טענה'נען אז ער איז א ניו יארק'ער וועל איך נישט מחולק זיין מיט אים, אבער דעמאלסט מוז מען זאגן אז ער איז פלעין דא פאר פאן נישט פאר דעם אמת, אדער לכל הפחות א שמועס].
הנוגע למעשה: ניקס וואס ווילן שרייבן פארקערט פון דעת הציבור / עסקנים איז בכלל נישט קיין פראבלעם, נאר עטליכע נקודות: געדענק צו שרייבן רואיג און נישט היציג, און אויב ווערסטו געפרעגט שאלות אדער קושיות אויף דיינע זאכן וואס די שרייבסט מאך זיכער זיך מתיחס צו זיין צו דעם [צו צוריק פון א חלק פון דיינע ווערטער, זיי מכחיש די קושיות וכדו']. דאן אויב ווערסטו באשולדיגט אז די ביזט א לב טהור מיטגליד האסטו א טענה, אנדערש איז גאר די שילד אז די ביסט א לב טהור מיטגליד גאר די לימוד זכות.
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 11:59 pmערשטע אפדעיט פון די 'מיילעדזש קאמפיין' הויפטקווארטירן.
די סאמע ערשטע באריכטן צייגן אז בלויז אין די פארגאנגענע דריי שעה זינט די קאמפיין איז געלאזט געווארן אין גאנג, איז שוין געשאפט געווארן די אומגלויבליכע אסטראנאמישע ציפער פון 765,000 מייל!!!
די גענצליך אומערווארטעטע הויכע צאל נדבות האבן געכאפט די געטרייע עסקנים אין א גענצליכע איבערראשונג, נישט חלומ'נדיג צו דערגרייכן אפילו נאנט צו אזעלכע אומגעהויערע נומערן!
דאס צייגט ווידער די שיינקייט פון די מידת החסד ביי כלל ישראל, ווען הונדערטער אידן קומען אנטקעגן די געטרייע מסירות נפש עסקנים מיט גאר ווארעמע חיזוק און שטיצע, און דרוקן אויס זייער גרייטקייט צו נעמען א חלק אין די אומגעהויערע זכות פון הצלת נפשות!
די עסקנים קוקן ארויס אויף די ווייטערדיגע ברייטהארציגע נדבות פון אחינו בני ישראל וועלכע וועלן זיך אנרופן צום קריטישן קאמפיין און מנדב זיין זייער מיילעדזש אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
ב"ה האמער געהאט די זכיה צו ביישטייערן 100K פוינטס
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל
שלום וברכה איך האב בערך 80k מייל פון JetBlue צו ווייס איינער צו עס קען זיין נוצליך? איך וויל עס מנדב זיין לזכות שיהיה לי רפואה שלימה ממש ושלא יהיה לי עוד יסורים, אכיה"ר
הנההנם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:21 pm

חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:02 pm

מי כעמך ישראל! ווי זאגט עינים?... "אידעלע אשריך!!!"
און ידידנו הרב @הנההנם די מצוה איז מגיני ומצלי! בדוק ומנוסה! וישועה קרובה לבא.
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 10:13 am
סתם אזוי איז עס נישט מענטשליך ווען מען געט אזא מעק אפ יענעמ'ס ארבעט אן קיין שום ערקלערונג דערוף, ולא נודע כי באו אל קרבנה.
א גוטע געדאנק אבער עס איז זייער נישט פראקטיש
אלע חברי המערכת זענען פארנומענע אינגעלייט און געבן אוועק פון זייער טייערע צייט למען טוהר השלחן
בזמן שהשנים כתיקנן וישראל שרוין על אדמתן און איינער פארקריכט אביסעלע שיקט מען אים א מעסעדזש. אבער ווען ס'ווערט א וויזויהייסטעס און מ'דארף ארומקריכן מעקן און נאכדעם זען בשל מי הרעה הזה איז שווער צו נעמען די נעקסטע סטעפ און מודיע זיין יעדן פארוואס מ'מעקט אים
א חבר המערכת איז פונקט אזוי א ניק וואס ברויך באקומען די נארמאלע באהאנדלונג ווי יעדעם איינעם דא
מיר האבן שוין געמוזט פארמאכן אינגעלייט נאנטע קרובים פון חברי המערכת און אפילו אזעלכע וואס עס איז גאר גאר אומבא'טעמ'ט געווען ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס אידטיש איז
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am
ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?
לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am
ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
שטייענדיג אין סאמע ברען אינדערמיט פון די ברענענדיגע 24 שעה מיילעדזש קאמפיין, האט מען שוין בס''ד באוויזן צו דערגרייכן אריבער 75% פונעם ציל, שאפנדיג די אומגלויבליכע ציפער פון אריבער 1.5 מיליאן מייל!!
די געטרייע עסקנים רייבן זיך די אויגן פון איבערראשונג און זענען מרוגש ביז גאר, זיך באגעגענענדיג מיט אזא אומערווארטעטע ענטוזיאסטישע אפרוף ביים ציבור, ווען עס הערן נישט אויף אריינצושטראמען הונדערטער ווארעמע נדבות פון אחינו בני ישראל אין פארעם פון צענדליגע טויזנטער מייל ארויסצוהעלפן מיט די קריטישע הצלת נפשות פאר די ילדי לב טהור ארויסצוקומען אויף די פריי.
מיט בלויז עטליכע שעה פארבליבן צום קאמפיין, קוקן די עסקנים ווייטער ארויס אויף די ברייטהארציגע ביישטייערונגען פון כלל ישראל ווען אידישע קינדער וועלן טוהן כל מה שביכולתם צוצולייגן א פלייצע און געבן די מאקסימום שטיצע ארויסצוהעלפן מיט די הייליגע פעולות.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
איך האב יעצט געהערט פון א זון פון איינע פון די עסקנים איז נעכטן אנגעקומען צוויי משפחות קײן נו יארק
וועלכע?
דינקל מיט?
פארוואס האבן דאס נישט די עסקנים געמאלדן
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:30 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am
ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?
לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am
ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
ישר כח פאר קלארשטעלן (און א כסדר'דיגע יישר כח פאר די כסדר'דיגע קלארשטעלוגען און אפדעיטס)
דער א. ל. הלנו הוא אם לצרינו? ער ארבייט מיט די עסקנים, אדער ער איז דער לאקאלער ל"ט'ניק?
ברוך כבוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:14 pm

ער ארבעט אליינס
ער איז נישט קיין לב טהור'ניק, אבער דאך א טראפ אייגנארטיג
בכלל ארבעט ער נאר אויף דינקל, האבנדיג געלערנט מיט אים אין ישיבה