כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לדעתי איז די סיבה פאר די תגובות וואס זענען געפלויגן צוליב ס'איז געווען איינער וואס האט געטראלט, ווען מ'האט אים משלח געווען איז מיטגעגאנגען אלע תגובות וואס מ'האט גערעדט מיט אים.
פאר אלע וואס ווילן פארשטיין וואס איז די גדר פון א טראל: א טראל מיינט איינער וואס וועט פרעגן א קשיא אדער עטליכע קושיות אויף אן ענין, און ווען מ'וועט אים אויפווייזן אז זיינע יסודות זענען פאלש, וועט ער ווייטער פרעגן מיט די זעלבע יסודות אנדעם וואס ער זאל זיך מתיחס זיין צו די קושיות וואס מ'האט געשטעלט לצידו, איינער וואס טוט דאס עטליכע מאל ווייזט דאס אז ער איז נישט דא צום שמועס נאר צו טראלען.
ווען איינער טוט דאס אין די טעמע, שרייען אסאך אז די שרייבער איז א לב טהור'ניק, און אנדערע רעגן זיך ס'איז לאו דוקא, ווייל מ'מעג האבן קושיות וכו', און ס'איז בלינד צו טענה'נען אז יעדער וואס גייט נישט ממש אין שפאן איז פון לב טהור. לדעתי איז נישט נוגע אויב ער איז א לב טהור'ניק אדער פשוט א אידל וואס וויל שטיפן צייט דורך נעמען די עולם אויף א רייד, בכל אופן דארף די סייט האבן א שטרענגע פאלאסי מיט די סארט מענטשן וואס זענען זיך מעלים עין פון די מציאות בכדי צו האבן א שמועס, [און לחדודא בעלמא ווען מ'זאגט אויף אזא איינעם אז ער איז א לב טהור מיטגליד איז עס גאר א קאמפלימענט, ווייל די צווייטע צד איז צוזאגן אז סתם פאר שוואוילטאג פראבירט ער צו באקומען אטענטשן דורך שרייבן זאכן וואס ער אליינס האלט נישט, אויב איז ער א לב טהור'ניק זאגט ער כאטשיג וואס ער האלט].
צו מבחין זיין אויב איינער פרעגט קושיות ווייל ער וויל עפעס וויסן, אדער אויב ער פרעגט ווייל ער וויל די זאלסט עפעס וויסן, איז נישט שייך [געווענטליך] פון איין צוויי תגובות, אבער ווען מ'גייט אין א שמועס מיט איינעם און ער זאגט נאך זיינע זאכן אן זיך מתיחס צו זיין וואס מ'שרייבט צו אים איז דאס א ראיה אז ער איז נישט דא צו הערן, און ס'איז א שאד צו רעדן מיט אים, במילא לטובת הענין נעמט מען אראפ אזא מענטש פון די סייט.
[פאר די וואס ווילן טענה'ן אז הדעה והכתיבה האט למעשה יא געזאגט עפעס טענות, איינער פון זיינע ערשטע טענות איז געווען אז א לב טהור קינד איז געגאנגען אין סאטמאר און אפגעפארן - איך זאג נישט פונקט די ווערטער אבער דאס איז די תמצית - לדעת על פי תורה איז אזא זאך נישט פארגעקומען, איז אויב ווייסט ער אנדערש וואלט ער לכל הפחות געדארפט מרמז זיין זיין מקור וכדו', אנשטאט דעם איז ער געגאנגען מיט דעם און ווייטער גע'טענה'ט אז דאס איז א ראיה אז מ'וויל אים שטיל מאכן וכו', מיין לימוד זכות איז אז ער האט נישט קיין ראיה מער ווי דעם וואס מ'האט פארציילט אין בבל, ווער ס'וויל טענה'נען אז ער איז א ניו יארק'ער וועל איך נישט מחולק זיין מיט אים, אבער דעמאלסט מוז מען זאגן אז ער איז פלעין דא פאר פאן נישט פאר דעם אמת, אדער לכל הפחות א שמועס].
הנוגע למעשה: ניקס וואס ווילן שרייבן פארקערט פון דעת הציבור / עסקנים איז בכלל נישט קיין פראבלעם, נאר עטליכע נקודות: געדענק צו שרייבן רואיג און נישט היציג, און אויב ווערסטו געפרעגט שאלות אדער קושיות אויף דיינע זאכן וואס די שרייבסט מאך זיכער זיך מתיחס צו זיין צו דעם [צו צוריק פון א חלק פון דיינע ווערטער, זיי מכחיש די קושיות וכדו']. דאן אויב ווערסטו באשולדיגט אז די ביזט א לב טהור מיטגליד האסטו א טענה, אנדערש איז גאר די שילד אז די ביסט א לב טהור מיטגליד גאר די לימוד זכות.

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 2173
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 203
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 742
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער האט גענומען קאסטעדי?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:51 amדאס איז משפחת אברהם דינקל, זיי זענען שוין באפרייט געווארן א שטיק צייט צוריק (ווי באריכטעט דא) און האבן געווארט צו באקומען די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן קיין אמעריקע, און יעצט זענען זיי אנגעקומען קיין ניו יארק און גייען קיין בלומינגראוו.לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:59 am נאך א משפּחה קומט יעצט אן קיין נו יארק
וועלכע?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
- חמול על מעשיך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
- Location: בין כתה לעשור
- x 308
- פארבינד זיך:
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב"ה האמער געהאט די זכיה צו ביישטייערן 100K פוינטססענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 11:59 pm ערשטע אפדעיט פון די 'מיילעדזש קאמפיין' הויפטקווארטירן.
די סאמע ערשטע באריכטן צייגן אז בלויז אין די פארגאנגענע דריי שעה זינט די קאמפיין איז געלאזט געווארן אין גאנג, איז שוין געשאפט געווארן די אומגלויבליכע אסטראנאמישע ציפער פון 765,000 מייל!!!
די גענצליך אומערווארטעטע הויכע צאל נדבות האבן געכאפט די געטרייע עסקנים אין א גענצליכע איבערראשונג, נישט חלומ'נדיג צו דערגרייכן אפילו נאנט צו אזעלכע אומגעהויערע נומערן!
דאס צייגט ווידער די שיינקייט פון די מידת החסד ביי כלל ישראל, ווען הונדערטער אידן קומען אנטקעגן די געטרייע מסירות נפש עסקנים מיט גאר ווארעמע חיזוק און שטיצע, און דרוקן אויס זייער גרייטקייט צו נעמען א חלק אין די אומגעהויערע זכות פון הצלת נפשות!
די עסקנים קוקן ארויס אויף די ווייטערדיגע ברייטהארציגע נדבות פון אחינו בני ישראל וועלכע וועלן זיך אנרופן צום קריטישן קאמפיין און מנדב זיין זייער מיילעדזש אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל
מיין לייבערי
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל
מיין לייבערי
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שלום וברכה
איך האב בערך 80k מייל פון JetBlue צו ווייס איינער צו עס קען זיין נוצליך?
איך וויל עס מנדב זיין לזכות שיהיה לי רפואה שלימה ממש ושלא יהיה לי עוד יסורים, אכיה"ר

- פאוסטס: 867
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 8987
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יא, מניצט אסאך JetBlue
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
- Location: USA
- x 126
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
- Location: USA
- x 126
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
WOWחמול על מעשיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:02 pmב"ה האמער געהאט די זכיה צו ביישטייערן 100K פוינטססענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 11:59 pm ערשטע אפדעיט פון די 'מיילעדזש קאמפיין' הויפטקווארטירן.
די סאמע ערשטע באריכטן צייגן אז בלויז אין די פארגאנגענע דריי שעה זינט די קאמפיין איז געלאזט געווארן אין גאנג, איז שוין געשאפט געווארן די אומגלויבליכע אסטראנאמישע ציפער פון 765,000 מייל!!!
די גענצליך אומערווארטעטע הויכע צאל נדבות האבן געכאפט די געטרייע עסקנים אין א גענצליכע איבערראשונג, נישט חלומ'נדיג צו דערגרייכן אפילו נאנט צו אזעלכע אומגעהויערע נומערן!
דאס צייגט ווידער די שיינקייט פון די מידת החסד ביי כלל ישראל, ווען הונדערטער אידן קומען אנטקעגן די געטרייע מסירות נפש עסקנים מיט גאר ווארעמע חיזוק און שטיצע, און דרוקן אויס זייער גרייטקייט צו נעמען א חלק אין די אומגעהויערע זכות פון הצלת נפשות!
די עסקנים קוקן ארויס אויף די ווייטערדיגע ברייטהארציגע נדבות פון אחינו בני ישראל וועלכע וועלן זיך אנרופן צום קריטישן קאמפיין און מנדב זיין זייער מיילעדזש אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
מי כעמך ישראל!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב"ה זכיתי לחלק קטן במצות גדולה - בתוך כלל ישראל
רפואות וישועות ושידוכים טובים אמן
רפואות וישועות ושידוכים טובים אמן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6917
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 16185
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:02 pm ב"ה האמער געהאט די זכיה צו ביישטייערן 100K פוינטס
מי כעמך ישראל! ווי זאגט עינים?... "אידעלע אשריך!!!"
און ידידנו הרב @הנההנם די מצוה איז מגיני ומצלי! בדוק ומנוסה! וישועה קרובה לבא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א גוטע געדאנק אבער עס איז זייער נישט פראקטישנישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 10:13 am סתם אזוי איז עס נישט מענטשליך ווען מען געט אזא מעק אפ יענעמ'ס ארבעט אן קיין שום ערקלערונג דערוף, ולא נודע כי באו אל קרבנה.
אלע חברי המערכת זענען פארנומענע אינגעלייט און געבן אוועק פון זייער טייערע צייט למען טוהר השלחן
בזמן שהשנים כתיקנן וישראל שרוין על אדמתן און איינער פארקריכט אביסעלע שיקט מען אים א מעסעדזש. אבער ווען ס'ווערט א וויזויהייסטעס און מ'דארף ארומקריכן מעקן און נאכדעם זען בשל מי הרעה הזה איז שווער צו נעמען די נעקסטע סטעפ און מודיע זיין יעדן פארוואס מ'מעקט אים
אמרש. מיר פרובירן צו זיין זייער אויפריכטיג און אפן מיט אונזערע פאליסיס. איינער וואס טראלט, נישט קיין חילוק וועלכע זייט ער פארטרעט, באלאנגט נישט דא!
א חבר המערכת איז פונקט אזוי א ניק וואס ברויך באקומען די נארמאלע באהאנדלונג ווי יעדעם איינעם דא
מיר האבן שוין געמוזט פארמאכן אינגעלייט נאנטע קרובים פון חברי המערכת און אפילו אזעלכע וואס עס איז גאר גאר אומבא'טעמ'ט געווען ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס אידטיש איז
עס שפירט זיך פאני צו דארפן קלאר מאכן מיט ערוואקסענע מענטשן אזעלכע זאכן אבער עס איז נאכמער אומבא'טעמ'ט צו דארפן פארמאכן אקאונטס
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 556
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א פריוואטע ידיד מיט די משפחה, נישט דייקא פון די וועד העסקניםלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 amווער האט גענומען קאסטעדי?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:51 amדאס איז משפחת אברהם דינקל, זיי זענען שוין באפרייט געווארן א שטיק צייט צוריק (ווי באריכטעט דא) און האבן געווארט צו באקומען די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן קיין אמעריקע, און יעצט זענען זיי אנגעקומען קיין ניו יארק און גייען קיין בלומינגראוו.לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 12:59 am נאך א משפּחה קומט יעצט אן קיין נו יארק
וועלכע?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 51
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 149
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
משפחת דינקל איז ארויס פון גוטאמאלא אבער געבליבן (בפנימיות ובחיצוניות) אין ל"ט?כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:29 pmא פריוואטע ידיד מיט די משפחה, נישט דייקא פון די וועד העסקניםלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 amווער האט גענומען קאסטעדי?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:51 am
דאס איז משפחת אברהם דינקל, זיי זענען שוין באפרייט געווארן א שטיק צייט צוריק (ווי באריכטעט דא) און האבן געווארט צו באקומען די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן קיין אמעריקע, און יעצט זענען זיי אנגעקומען קיין ניו יארק און גייען קיין בלומינגראוו.
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@על פי תורה
@סענס אף יומער
נאך אן אינטערעסאנטער פונקט, איך גלייב אז אנדערע מענטשן זענען אויך אינטערעסירט, אלע יונגלעך און מיידלעך וואס זענען חתונה געהאט און זיי זענען אונטער 18 יאר אלט, וואספארא סארט לבוש וועלן זיי טראגן אין ניו יארק? זיי פרובירן, זיי זאלן צוריקגיין אין ישיבה און די מיידלעך זאלן צוריקגיין אין שולע, "זיי זאלן אויסזען ווי א יעדן - כאחד אדם" .
ווי אזוי קענען זיי צוריקגיין אין שולע ווען זי זעט אויס ווי א מאמע (צוגעדעקט די קאפ) אדער א בחור ווען ער טראגט ער א טלית?.

- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 206
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די אינגע בחורים (אינגערלייט) גייען נישט מיט קיין שטריימלעך. חוץ איינער, יענער זעהט שוין אויס אביסל עלטער.
אבער וועגן קאפ צודעק און טליתים פרעגסטו גוט.
אגב, איינער קען פעסט שטעלן אז עס איז בכלל פארהאן אזאנס אז מען שיקט צוריק אין שולע חתונה געהאטע חברה?
קען זיין מען האט שוין גערעדט דא אמאל דערוועגן. דענק איך נישט.

שוין איינמאל אינטערעסירט...
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 446
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 4616
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?
זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
האלט מיט די נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען, אינטערוויוס, און אלעס איבער פרשת ילדי גואטעמאלא:
''חסידישע קווארטל": #47 716-232-2100
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 446
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 4616
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
'מיילעדזש קאמפיין' אפדעיט #2:
שטייענדיג אין סאמע ברען אינדערמיט פון די ברענענדיגע 24 שעה מיילעדזש קאמפיין, האט מען שוין בס''ד באוויזן צו דערגרייכן אריבער 75% פונעם ציל, שאפנדיג די אומגלויבליכע ציפער פון אריבער 1.5 מיליאן מייל!!
די געטרייע עסקנים רייבן זיך די אויגן פון איבערראשונג און זענען מרוגש ביז גאר, זיך באגעגענענדיג מיט אזא אומערווארטעטע ענטוזיאסטישע אפרוף ביים ציבור, ווען עס הערן נישט אויף אריינצושטראמען הונדערטער ווארעמע נדבות פון אחינו בני ישראל אין פארעם פון צענדליגע טויזנטער מייל ארויסצוהעלפן מיט די קריטישע הצלת נפשות פאר די ילדי לב טהור ארויסצוקומען אויף די פריי.
מיט בלויז עטליכע שעה פארבליבן צום קאמפיין, קוקן די עסקנים ווייטער ארויס אויף די ברייטהארציגע ביישטייערונגען פון כלל ישראל ווען אידישע קינדער וועלן טוהן כל מה שביכולתם צוצולייגן א פלייצע און געבן די מאקסימום שטיצע ארויסצוהעלפן מיט די הייליגע פעולות.

אשריכם! זכותכם גדול עד למאד! דער בוכ"ע זאל אייך באצאלן בכפלי כפלים!
האלט מיט די נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען, אינטערוויוס, און אלעס איבער פרשת ילדי גואטעמאלא:
''חסידישע קווארטל": #47 716-232-2100
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
- Location: Antwerp
- x 80
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שיינע ערשטע אסיפה פארגעקומען היינט און לאנדאן בעפארגרייטונג צום גרויסען מעמד און לאנדאן פאר לב טהור בהשתתפות הגאון חידא וויס שליט"א
פרטים יבואו
פרטים יבואו
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 867
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 8987
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעדע פאל איז אנדערשרעד קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:43 pm @על פי תורה
@סענס אף יומער
נאך אן אינטערעסאנטער פונקט, איך גלייב אז אנדערע מענטשן זענען אויך אינטערעסירט, אלע יונגלעך און מיידלעך וואס זענען חתונה געהאט און זיי זענען אונטער 18 יאר אלט, וואספארא סארט לבוש וועלן זיי טראגן אין ניו יארק? זיי פרובירן, זיי זאלן צוריקגיין אין ישיבה און די מיידלעך זאלן צוריקגיין אין שולע, "זיי זאלן אויסזען ווי א יעדן - כאחד אדם" .
ווי אזוי קענען זיי צוריקגיין אין שולע ווען זי זעט אויס ווי א מאמע (צוגעדעקט די קאפ) אדער א בחור ווען ער טראגט ער א טלית?.
נישט דא קיין כלל אין דעם
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 203
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 742
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב יעצט געהערט פון א זון פון איינע פון די עסקנים איז נעכטן אנגעקומען צוויי משפחות קײן נו יארק
וועלכע?
דינקל מיט?
פארוואס האבן דאס נישט די עסקנים געמאלדן
וועלכע?
דינקל מיט?
פארוואס האבן דאס נישט די עסקנים געמאלדן
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 51
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 149
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ישר כח פאר קלארשטעלן (און א כסדר'דיגע יישר כח פאר די כסדר'דיגע קלארשטעלוגען און אפדעיטס)סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:30 pmבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
דער א. ל. הלנו הוא אם לצרינו? ער ארבייט מיט די עסקנים, אדער ער איז דער לאקאלער ל"ט'ניק?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 867
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 8987
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער ארבעט אליינסברוך כבוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:14 pmישר כח פאר קלארשטעלן (און א כסדר'דיגע יישר כח פאר די כסדר'דיגע קלארשטעלוגען און אפדעיטס)סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:30 pmבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
דער א. ל. הלנו הוא אם לצרינו? ער ארבייט מיט די עסקנים, אדער ער איז דער לאקאלער ל"ט'ניק?
ער איז נישט קיין לב טהור'ניק, אבער דאך א טראפ אייגנארטיג
בכלל ארבעט ער נאר אויף דינקל, האבנדיג געלערנט מיט אים אין ישיבה
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 446
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 4616
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי @על פי תורה זאגט איז ער א זעלבשטענדיגער איד וואס וואוינט אין ב"פ, און האט נישט קיין שייכות מיט לב טהור אדער די עסקנים, ער האט בלויז א אינטערעסע אין ארויסהעלפן משפחת דינקל און האט זיי געשאנקען זיין פריוואטע הויז אין בלומינגראוו.ברוך כבוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:14 pmישר כח פאר קלארשטעלן (און א כסדר'דיגע יישר כח פאר די כסדר'דיגע קלארשטעלוגען און אפדעיטס)סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 3:30 pmבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 8:57 am ווי אזוי זענען זיי באפרייט געווארן ווער האט די קאסטעדי?זיי זענען באפרייט געווארן אויף די זעלבע אופן ווי אלע לב טהור פאמיליעס, זיך אריבערציענדיג קיין ניו יארק (בלומינגראוו), און מיט די קאסטעדי פון א. ל. (נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר אויב ער ערלויבט צו פובליצירן זיין פולע אידענטיטעט).לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:27 am ווער האט גענומען קאסטעדי?
און וויאזוי האבן זיי זיך געקענט אויפהאלטן אין גוואטעמאלע אזוי לאנג געווענליך ווען מען געט צוריק א משפּחה דארפן זיי גלייך ארויספארן פון גוואטעמאלע?
זיי האבן זיך נישט אויפגעהאלטן לאנג, זיי האבן פשוט געמוזט אויסווארטן ביז זייערע פאפירן ווערן מסודר צו קענען אריינפארן אין אמעריקע.
דער א. ל. הלנו הוא אם לצרינו? ער ארבייט מיט די עסקנים, אדער ער איז דער לאקאלער ל"ט'ניק?
פארשטייט זיך אבער אז ער האט געמוזט ווערן באשטעטיגט און פארטרויט דורך די PGN אין צוזאמארבעט מיט די עסקנים אז ער זאל קענען באקומען קאסטעדי.