כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2001
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6918

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:55 am
לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:17 am
חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:13 am עפעס א ריקארדינג פון הרב בלום פארט ארום ווי ער ווארנט איינעם מיטן נאמען יהושיע חיים אז ער זאל ארויסצוען קלאגעס... ווער עס קען מסביר זיין זאל ביטע אריינקומען.
און ווען האט דער יהושע חיים צוריק באקומען זיינע קינדער?
עס איז נישט געווען באריכטעט אז איינער יהושע חיים האט צוריק באקומען קינדער
ווי איך פארשטיי איז דאס לאווער מענדי לעווי'ס פעטער...
וואס איז פארגעגאנגען ווייסט איינער???
אט אזוי!!! און נאר אזוי!!!!

די דעבאטע איז שוין פון לאאאאאאאאאאנג געשלאסן!!!! יעצט גייט עטץ אלע קאפערירן און שיינערהייט אויפלעזן דעם בייזן חלום! טאמער ווילט עטץ נישט, און עטץ ווילטס עס ווייטער האלטן לעבעדיג, העמיר בס”ד אפירנעמען אלע עדות’ן פון ענקער עבר און ענק איינזעצן איינס ביי איינס!!! אדער ווילט עטץ מישן א בלאט... זעמיר רעדי מיטצוגיין דערמיט. אבער טאמער נישט!!!! גיימיר טאקע אלעס געדענקען!!!

הערסט???? עס וועט ענק נישט העלפן קיין מעליץ און קיין פרישע ניק’ן און קיין טענטרומען אין די גאסן!!! כלל ישראל און אירע רבנים ’ווייסן’ און ’פארשטייען’ ’אלעס’!!!

דאס איז געענדיגט!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

לאגיק האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:29 am די עסקנים האבן געדינגען אן אינוועסטיגעישאן פירמע אויפצואווייזן אז מרת וויינגארטן האלט נישט איין די קאסטעדי תנאים און ממילא דארף די רעגירונג אוועקנעמען די קינדער פון די מאמע'ס הענט (מיט די האפטונג פון גוים) און זיי לייגן אין שעלטערס אונטער די אויפזיכט פון גוים. די עסקנים האבן דאס פארשטייט זיך געטון כדי צו פארשנעלערן אז די קינדער זאלן אנקומען צו א פארזיכערטע ארט אין א ווארימע אידישע שטוב אינדרויסן פון גוואטאמאלא. איך פרעג וואס עס איז די רעכט דאס צו טון בעת וואס די קינדער זענען נישט געווען אין קיין באלדיגע געפאר נעמענדיג אין באטראכט די יעצטיגע צעטראסקעטע מצב פון לב טהור.
ס"ה צו וואס ווילט איר צוקומען?
(כ'בין נאך זייער נישט קלאר)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

הרב @לאגיק כ'האב נישט קיין אהנונג ווער איר זענט

אבער ווי עס זעהט מיר אויס זענט איר עפעס אויסטערליש באזארגט אויף די ילדי גואטעמאלא

איז אפשר קענט איר אביסל מיטטיילן מיט וויפיל און וואס פאר א סארט הילף איר זענט שוין אנטקעגן געקומען די ילדי גואטעמאלא?
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 334
פארבינד זיך:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:25 pm הרב @לאגיק כ'האב נישט קיין אהנונג ווער איר זענט

אבער ווי עס זעהט מיר אויס זענט איר עפעס אויסטערליש באזארגט אויף די ילדי גואטעמאלא

איז אפשר קענט איר אביסל מיטטיילן מיט וויפיל און וואס פאר א סארט הילף איר זענט שוין אנטקעגן געקומען די ילדי גואטעמאלא?
וואס הייסט גאנצע 5 משפחות וואס קיינער ווייסט נישט פון זיי האט ער ארויסגעשלעפט... :lol: :lol: :lol:
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל




מיין לייבערי
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:28 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:25 pm הרב @לאגיק כ'האב נישט קיין אהנונג ווער איר זענט

אבער ווי עס זעהט מיר אויס זענט איר עפעס אויסטערליש באזארגט אויף די ילדי גואטעמאלא

איז אפשר קענט איר אביסל מיטטיילן מיט וויפיל און וואס פאר א סארט הילף איר זענט שוין אנטקעגן געקומען די ילדי גואטעמאלא?
וואס הייסט גאנצע 5 משפחות וואס קיינער ווייסט נישט פון זיי האט ער ארויסגעשלעפט... :lol: :lol: :lol:
מיט וואס פאר א רעכט?...
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 98

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:04 pm פרישע ריקארדינג פון די נישט באלדיג געפארפולע וויינגארטען

קענסט ביטע דרייווען אדער נעטפרי'ען?
יישר כח גדול!
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:04 pm פרישע ריקארדינג פון די נישט באלדיג געפארפולע וויינגארטען

דאס איז נישט פון משה יוסף ראזנער?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 105

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:04 pm פרישע ריקארדינג פון די נישט באלדיג געפארפולע וויינגארטען

ווער איז דער מענטש אויף דעם רעקראדינג? משה יוסף ראזנער?
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

די לעצטע 2 משפחות וואס זענען יעצט יו''ט באשטעטיגט געווארן ארויסצוגיין, זענען געגאנגען צו אמעריקאנע פראו לב טהור'ניקערס, נישט אזוי?
אויב אזוי וואס וועט זיין? וואס האט מען דערפין?
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1274
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1906

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:55 pm די לעצטע 2 משפחות וואס זענען יעצט יו''ט באשטעטיגט געווארן ארויסצוגיין, זענען געגאנגען צו אמעריקאנע פראו לב טהור'ניקערס, נישט אזוי?
אויב אזוי וואס וועט זיין? וואס האט מען דערפין?
געוואלט פרעגן די זעלבע, לכאורה וואס האבן די עסקנים אז זיי קומען ארויס קיין אמעריקא?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 334
פארבינד זיך:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:55 pm די לעצטע 2 משפחות וואס זענען יעצט יו''ט באשטעטיגט געווארן ארויסצוגיין, זענען געגאנגען צו אמעריקאנע פראו לב טהור'ניקערס, נישט אזוי?
אויב אזוי וואס וועט זיין? וואס האט מען דערפין?
וואס זאל שוין זיין, ווי לאנג זיי פירן זיך ווי עס דארף צו זיין זאלען זיי האלטן וואס זיי ווילן, אין אז נישט וועלען זיי גיין מיט אן עלעקטראנישע ברעסליט אויף די הענט אזוי ווי ר' יושיע העשיל האט ערווענט...
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל




מיין לייבערי
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

וואס איז זייערע פלאן אויף ווייטער, נאכדעם וואס זיי קומען ארויס פון גוואטעמאלע? האבן זיי גרעדט עפעס דערוועגן ביי זייערע אסיפה פאריגע וואך זונטאג? ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז זיי האבן גענצליך אויפגעגעבן פון לכה"פ פראבירן זיך נאכאמאל צו ארגענעזירן.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:31 pm וואס איז זייערע פלאן אויף ווייטער, נאכדעם וואס זיי קומען ארויס פון גוואטעמאלע? האבן זיי גרעדט עפעס דערוועגן ביי זייערע אסיפה פאריגע וואך זונטאג? ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז זיי האבן גענצליך אויפגעגעבן פון לכה"פ פראבירן זיך נאכאמאל צו ארגענעזירן.
וואס מיינסטו צו פרעגן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18803

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:04 pm פרישע ריקארדינג פון די נישט באלדיג געפארפולע וויינגארטען

דאס ווארט פון אן ערליכער איד גייט ווייט.

ב"ה קיינער זאגט נישט אערויס דאס ווארט! און קיינער טראכט אפילו נישט פון אזא זאך ווי אפלאזן לב טהור!

נאר מען טוט 'למעשה'.
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:32 pm
ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:31 pm וואס איז זייערע פלאן אויף ווייטער, נאכדעם וואס זיי קומען ארויס פון גוואטעמאלע? האבן זיי גרעדט עפעס דערוועגן ביי זייערע אסיפה פאריגע וואך זונטאג? ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז זיי האבן גענצליך אויפגעגעבן פון לכה"פ פראבירן זיך נאכאמאל צו ארגענעזירן.
וואס מיינסטו צו פרעגן?
מיין שאלה איז אויף דעע וואס האלטן נאך פון לב טהור און בלית ברירה קומען זיי ארויס, וואס איז זייערע פלאן אויף ווייטער? וואו און וויאזוי פלאנען זיי זיך נאכאמאל צו ארגענעזירן. איך וואלט געטראכט אז זיי וואלטן עס אויגעשמועסט ביי זייערע אסיפה.
שקיעה
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 123

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:55 am
לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:17 am
חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:13 am עפעס א ריקארדינג פון הרב בלום פארט ארום ווי ער ווארנט איינעם מיטן נאמען יהושיע חיים אז ער זאל ארויסצוען קלאגעס... ווער עס קען מסביר זיין זאל ביטע אריינקומען.
און ווען האט דער יהושע חיים צוריק באקומען זיינע קינדער?
עס איז נישט געווען באריכטעט אז איינער יהושע חיים האט צוריק באקומען קינדער
ווי איך פארשטיי איז דאס לאווער מענדי לעווי'ס פעטער...
וואס איז פארגעגאנגען ווייסט איינער???
איינער קען זאגן וועלכע קלאגע הייסט יואל יהושע בלום אז די יהושע חיים זאל ארויסווארפן ? וואס איז די מעשה ?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18803

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Screenshot 2025-06-04 142531.jpg
Screenshot 2025-06-04 142531.jpg (40.54 KiB) געזען געווארן 1160 מאל
כ'בין דא געוואוינט צו רעדן צו פארשטענדליכע אידן.

אויב דער שרייבער אדער איינע פון די לייקער'ס קענען מיר מסביר'ן אויף אידיש, וואס די קושיא דא איז, וואלט איך מכיר טוב געווען.

כ'מיין... דו פרעגסט וועגן סכנה? פארשטייסט נישט די סכנה? ווייל יעצט אויפ'ן מינוט איז יענעמס הענט געבינדן? כ'מיין, דו ווייסט טאקע נישט וויפיל גלגולים זיי האבן שוין געהאט? דו ווייסט טאקע נישט ווי שווער די ארבעט דא איז? ענק כאפן טאקע נישט אז מען באהאנדלט דא א קאמפליצירטע מאפיא באנדע מיט נעבעכדיגע פארפייניגטע און פארגלייבטע נאכפאלגער??

אויב נישט, איז טאקע זייער גוט, לאז די ארבעט פאר וואס פארשטייען יא!
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

לעכטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:12 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:16 am @לעכטיג די ציטירטע האט XXX, זעט אויס ס'איז מיט דעם.
viewtopic.php?p=177797#p177797
וועלכע ציטירטע?
א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער...
► Show Spoiler
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:44 am דאס איז די מהלך פון טראללען במשכל ראשון האט ער אפגעמאכט אז משפחת וויינגארטן איז נישט אין אין א באלדיגע געפאר אין מיט איין תגובה נאכן צווייטן ווערט ער מער אין מער תמימות'דיג פארוואס, פארווען, פארוואו... וד"ל
אקעי דעיס איז שוין איבערגעטריבן, איך זע נישט דא קיין טראלן איך זע א שאלה וואס ער פארשטייט נישט, לכאורה מחמת חוסר ידיעה, נישט יעדע שאלה מיינט שוין טראלן, איך קען נישט זאגן אויף זיכער אז ער איז נישט, והקימענדיגע תגובות שלו יוכח, אבער פון די פאר תגובות זע איך נאך נישט דעיס. און אויב איינער וועט מיר יעצט חושד זיין אין א חשש פון זיין פרא ל"ט רח"ל זאל ביטע קודם איבערקוקן מיינע תגובות.
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 288

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 1:04 pm פרישע ריקארדינג פון די נישט באלדיג געפארפולע וויינגארטען

מי הוא הדרשן?
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

בית הכנסת האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:55 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 11:44 am דאס איז די מהלך פון טראללען במשכל ראשון האט ער אפגעמאכט אז משפחת וויינגארטן איז נישט אין אין א באלדיגע געפאר אין מיט איין תגובה נאכן צווייטן ווערט ער מער אין מער תמימות'דיג פארוואס, פארווען, פארוואו... וד"ל
אקעי דעיס איז שוין איבערגעטריבן, איך זע נישט דא קיין טראלן איך זע א שאלה וואס ער פארשטייט נישט, לכאורה מחמת חוסר ידיעה, נישט יעדע שאלה מיינט שוין טראלן, איך קען נישט זאגן אויף זיכער אז ער איז נישט, והקימענדיגע תגובות שלו יוכח, אבער פון די פאר תגובות זע איך נאך נישט דעיס. און אויב איינער וועט מיר יעצט חושד זיין אין א חשש פון זיין פרא ל"ט רח"ל זאל ביטע קודם איבערקוקן מיינע תגובות.
גא''ם
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5703

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא באפרייט נאך א לב טהור פאמיליע און געגעבן ערלויבעניש ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין ניו יארק.

די רעדע איז פון משפחת ניסן יושע יודא מלכא, א פאמיליע פון 2 קינדער, און די פעטער ישראל מלכא, וועלכע איז אליינס ארויס פון לב טהור מיט זיין ווייב און קינדער א קורצע צייט צוריק, איז געקומען צו פארן קיין גואטעמאלא צו נעמען קאסטעדי אויף די קינדער פון זיין ברודער. די קינדער וועלן זאפארט באפרייט ווערן פונעם שעלטער און זיך אויפהאלטן אין גואטעמאלא ביי די מאמע אויף ביזדערווייל, און ביז געציילטע וואכן וועלן די עלטערן צוזאמען מיט די קינדער קענען ארויספארן פון גואטעמאלא נאכדעם וואס זיי וועלן ערהאלטן די נויטיגע לעגאלע פאפירן צו קענען אריינפארן קיין אמעריקע.

אין צוגאב צו דעם גונסטיגן אורטייל האט די געריכט אויך געגעבן ערלויבעניש פאר די קינדער צו גיין באזוכן די טאטע ביז עס ווערט ענדגילטיג אויסגעארבעט זיין פלי-דיעל מיט די אינסטאנצן, און דאן וועט ער זיך קענען צוריק פאראייניגן געהעריג מיט זיין פאמיליע און ארויספארן קיין ניו יארק.

די דאזיגע אורטייל איז א גאר שווערע קלאפ פאר די לב טהור פירערשאפט נאכדעם וואס זיי האבן געפירט א גאר שווערע קאמף אנטקעגן זיינע פרואוון ארויסצונעמען זיינע קינדער און אויסארבעטן א פלי דיעל אויף איין געוויסע מינדערוויכטיגע קלאגע וואס ער איז אויסגעשטאנען, צוליב דעם וואס ער איז געווען די ערשטע אריינצושטעכן א מעסער אין רוקן פון לב טהור און זיך ווענדן צו די עסקנים פאר הילף אריבערצולאזן דעם קולט, און ווי אויך האבן זיי אויף קיין פאל נישט געוואלט צולאזן ער זאל איינגיין אויף א פלי-דיעל מיט די פראקורארן וויבאלד דאס וואלט באדייט א קלארע עדות פון א הויכראנקיגע לב טהור מיטגליד איבער די אלע שרעקליכע מעשים וואס לב טהור האט אלס אפגעטוהן במשך די יארן. דעריבער איז די דאזיגע אורטייל לטובתו סיי א שטארקע אויסגעווארטעטע געווינס פאר אים פערזענליך, און סיי א באזונדערע שווערע קלאפ פאר די לב טהור פירערשאפט וואס האבן אנגעוואנדן שווערע כוחות אונטערצושטעלן פיסלעך אז זיינע אלע פרואוון זאלן נישט מצליח זיין.
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:15 pm עס איז ערנסטע מעשיות.. מען מעקט דא תגובות.. נישט פאר פראו לב טהור ניקס נאר פאר ווער עס פרעגט שאלות וואס מען טאר נישט פרעגן...
פאר ווער עס האט חששות אז איך בין פון לב טהור איז מוזמן איבערצוקוקן מיינע תגובות... (אה.. איינער האט געהעקט מיין ניק..)
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז פשט דא?
גראדע קומט זיך די פילע קרעדיט פאר על פי תורה און סענס אף הומאר אז זיי זענען באמת בודק א ניק מיט ערוואקסנקייט אויב ער איז דא סתם צו טראלן, זיי ווארפן נישט גלייך קיין סטעיטמענטס ביז זיי זענען קלאר ווי מען שטייט הלנו או לצרינו.
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:20 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
► Show Spoiler
סיי א באזונדערע שווערע קלאפ פאר די לב טהור פירערשאפט וואס האבן אנגעוואנדן שווערע כוחות אונטערצושטעלן פיסלעך אז זיינע אלע פרואוון זאלן נישט מצליח זיין.
עס איז נאך דא א לב טהור פירערשאפט אדער נישט?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5703

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ברוך כבוד האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:35 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:20 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
► Show Spoiler
סיי א באזונדערע שווערע קלאפ פאר די לב טהור פירערשאפט וואס האבן אנגעוואנדן שווערע כוחות אונטערצושטעלן פיסלעך אז זיינע אלע פרואוון זאלן נישט מצליח זיין.
עס איז נאך דא א לב טהור פירערשאפט אדער נישט?
פיל שוואכער ווי אמאל אבער ס'איז נאך דא, און ווען זיין קעיס האט זיך אנגעהויבן איז נאך געווען א געהעריגע פירערשאפט.
שרייב פאוסט