דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 11:24 am
בנוגע וויזשניץ אין קרית יואל.
די שמועות זענען ריכטיג אז כאטש זייער רבי האט זייער קלאר געגעבן זיין הוראה אז מ'איז מבטל די פלענער אויף א שכונה אין קרית יואל המורחבת, איז אבער דער ציבור זייער פארקלעמט, צי ס'איז וועדן די דירות ענגשאפט, צי ס'איז וועגן די אהבה מוסתרת צו די הנהגת העיר... נישט קיין נפק"מ. עכ"פ זיי לייגן אויסטערלישע פרעשור אויף זייערע ראשי קהלה, און טייל פון זיי נעמען אפילו אייגענע עקשאן, אבער די ראשי קהלה ארבעטן מיט שטילערהייט צו באפרידיגן זייער ציבור.
למעשה אבער היות דער דעוועלאפמענט פון 160 דירות וואס מען בויט יעצט גייט פארקויפט ווערן דורך דירה נאה און וויזניץ וועט נישט קענען דארט האבן קיין 100 דירות, נאר מערסטנס 30, וואס מיינט אז זיי האבן נישט גענוג מענטשן פאר אן אייגענע ביהמ"ד און מוסדות, איז דער עולם אומצופרידן. נישט דאס האבן זיי געוואלט. צו דעם קומט צו דער פאקט וואס די וויזשניצע אידן האבן ביז יעצט נישט געוויסט, אז דער פראיעקט האט נאכנישט קיין וואסער אפראווד, וואס מיינט אז די DEC האט נאך אסאך צייט... און חוץ מזה זענען די דירות געבויט אן קיין אינפראסטרוקטור, בקיצור עס איז א לאנגע מעשה נאך.
לאור זאת האט וויזשניץ אין די לעצטע 2 וואכן זיך אראפגעזעצט מיט ר' שלמה פעדער וואס האט דארט א דערנעבנדיגע לאט, און ער האט שוין אפראווטע קוועלער, וואס מיינט אז די פאטענשאלס זענען אסאך שנעלער צו זיין גרייט. נעכטן דאנערשטאג איז געווארן א דיעל אויף א פרייז, בערך 70 דאלאר פער בילדעבל סקווער פיס, סתם אזוי איז עס זייער טייער אבער דא רעכנט עס שוין אריין אסאך טייערע אינפראסטרוקטור ארבעט וואס איז שוין געמאכט.
וויזשניץ דארף נאך באשליסן צו זיי זענען גרייט צו צאלן דעם פרייז, און פעדער דארף נאך באשליסן צו ער וויל עס פארקויפן פאר וויזשניץ (נאך אלעם איז ער דא פאר ביזנעס און ער שפירט זיך נישט אלס אחראי אויף קרית יואל...), אבער לויט ווי עס הייסט יעצט ווילן ביידע גיין מיט דעם דיעל.
דאס איז לגבי וויזשניץ. (פארשטייט זיך אז אויב זיי וועלן עס טאקע טון קענען זיי ערווארטן א ערנסטע מלחמה מצד קרית יואל/סאטמאר מהר"א, וואס זיי טראכטן אפשר אז זיי וועלן עס איבערשווימען... עכ"פ אזוי זאגט זיי די UJC).
*
לגבי פראספעקט דעוועלאפמענט, איז ווייטער אלעס תלוי הא בהא. אויב זאל וויזשניץ טאקע אפקויפן פעדער'ס שטח, און בויען גלייך און ענדיגן נאך פריער ווי פראספעקט, וועט פראספעקט מעגליך בלייבן אן קיין סוער פערמיטס, וואס בלומינגראוו האט יעצט נישט מער ווי 400 פאר אלע פרישע הייזער איבער די ווילעדזש.
און מיט וואסער שטייען זיי נאך זייער פרי, זיי האבן געגראבן קוועלער אבער נאכנישט אנגעהויבן מיט די DEC.
ס'איז אמת אז די סטעי פון די DEC איז אראפגעגאנגען, אבער די סיבה איז נישט ווייל זיי אפראוון עס, נאר פארקערט. דושינסקיא האט געשיקט א לויער זיי זאגן אז "פארוואס לייגסטו א סטעי ווען איך האב דיר קיינמאל נישט געבעטן קיין וואסער", און זיי האבן אנגענומען די טענה.
עד כאן איז וואו זאכן האלטן יעצט.