נייעס אין אמעריקע

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
טיפע חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
x 161

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך טיפע חשבונות »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:13 am פעדעראלע פאוסטעל סערוויס בעט אויטאריזאציע צו העכערן פרייזן פון סטעמפס מיט זיבן אהאלב פראצענט‎
נאריש.

זאג זיי אז ווי לאנג זיי גייען נישט זיכער מאכן אז מ'קען נישט פעלטשן קיין סטעמפס גייען זיי ווייטער דערלייגן געלט.

זיי כאפן טאקע נישט אז האלב סטעמפס זענען געפעלשט?
אויף א אנדערע סייט האב איך 1204 תגובות
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1832

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:13 am פעדעראלע פאוסטעל סערוויס בעט אויטאריזאציע צו העכערן פרייזן פון סטעמפס מיט זיבן אהאלב פראצענט‎
וואס איז געווארן מיט מאסק'ס פלאן פון פריוואטיזירן?
דאכט זיך אז לוטניק האט אויך געהאט א מהלך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5879

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

פאליציי אין טעקסאס האבן געכאפט נאך 2 פון די 10 פארברעכער וועלכע זענען אנטלאפן פון טורמע מיט עטליכע וואכן צוריק, דערמיט זענען פארבליבן בלויז נאך 2 אויף דער פריי.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4338

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך עדיטאריעל »

הפגנות אין לאס אנזשעלעס

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1832

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

א שטיקל סך הכל פון די הפגנות עטליכע טעג צוריק.

פארגאנגענעם פרייטאג איז אייס איבערגעפאלן עטליכע צענטערן אין לאס אנדזשעלעס אריינגערעכנט קלאבס, האום דיפאו און דאונאט שאפס און דורכגעפירט ארום 45 ארעסטן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן.

שבת האבן פראטעסטן אנגעהויבן שטורעמען לענגאויס לאס אנדזשעלעס טראמפ האט אקטיוויזירט טייטל 10 און אריינגעשיקט 2000 נעשאנעל גארדס אין לאס אנדזשעלעס, בילדער פון ברענעדיגע קארס פארוואנדעטע אפיצירן און מעקסיקאנע פענער האבן אנגעהויבן צירקולירן אנליין, א ווידעא ווי עימיצער ווארפט שווערע שטיינער אויף די פאליציי צירקולירט און פעם באנדי לייגט אים ארויף אויף די ליסטע פון מערסט געזוכטע פארברעכער.
► Show Spoiler
זונטאג האט טראמפ אריינגעשיקט נאך 2000 נעשאנעל גארדס און אויך 700 מארינען, פראטעסטן זעצן פאר און איבער הונדערט ווערן ארעסטירט, קאליפארניע גאווערנאר האט אין ווידעא העראאיש געזאגט אז טראמפ זאל ענדערש אים ארעסטירן און זיך אפלאזן פון די אומשולדיגע אימיגראנטן, טראמפ איז געפרעגט געווארן דערוועגן און געענטפערט אז ער וואלט עס זייער גערן געטון, פעלאוסי איז געווארן אויפגעשוידערט היתכן מ'רעדט פון ארעסטירן א פאליטישן קעגנער און ניוסאם זאגט אז דאס ווייזט אז טראמפ איז א דיקטאטאר.

מאנטאג האבן די פראטעסטן פארגעזעצט, פילע געשעפטן זענען געווארן וואנדאליזירט און קאמאלע העריס האט זיך געלאזט הערן היתכן טראמפ האט אריינגעשיקט פעדעראלע כחות און אז די פראטעסטן זענען גאר שטארק פיעספול,
בייגעלייגט פיעספול פוטעזש.
Screenshot 2025-06-10 023834.png
Screenshot 2025-06-10 023834.png (722.01 KiB) געזען געווארן 281 מאל
אויך גאווערנאר ניוסאם האט פארפירט אז טראמפ האט געשיקט צופיל טרופן און ס'איז זייער רעקלעס ווייל זיי האבן נישט גענוג עסן... טראמפ זאגט אז ניוסקעם (א נייע ניק) וואלט געדארפט זאגן ש'כח וואס איז ווי באקאנט גאר הארב אונטער דער היינטיגער אדמיניסטראציע, אינצווישן זענען נאך 12 אימיגראנטן געווארן ארעסטירט און א פראטעסט איז פארגעקומען אינעם טראמפ טאוער אין מאנהעטן וואו עטליכע צענדליג זענען ארעסטירט געווארן נאכן זיך אנטזאגן צו פארלאזן די געביידע, ניוסאם טענה'ט אז די פראטעסטן זענען אזויווי יאנואר זעקס, בילדער צירקולירן וואו מען זעט פארפאנצערטע טרעקלעך און באוואפנטע סאלדאטן אויפן וועג אריין אין שטאט, קאליפארניע אטוירני זשענעראל האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די אדמיניסטראציע איבער די נעשאנעל גארדס.

באנדי דערקלערט אז דער פארשוין וואס האט געשאסן שטיינער איז ארעסטירט און איז אידענטיפיצירט געווארן דורך א פובליק ווידעא.

בילדער ווי אימיגראנטן שפייען אויף אמעריקאנע פענער ווערן פובליצירט טראמפ רעאגירט "אויב זיי שפייען וועלן מיר שלאגן - איף דעי ספיט ווי היט"

דינסטאג איז פארגעקומען נאך ארעסטן אין לאס אנדזשעלעס דורך אייס אונטער פעדעראלע וואך ארום 200 זענען גענומען אונטער ארעסט ביי די ראיאטן, פראטעסטן האבן זיך צעשפרייט נאציאנאל אין ניו יארק באסטאן און שיקאגא, מעיאר עדעמס זאגט אז ער וועט עס נעמען זייער שטרענג ווייל ניו יארק איז נישט קיין פלאץ פאר געזעצלאזיגקייט (איי געס ער קאלעכט), א קורפיו איז אין אפעקט אין לאס אנדזשעלעס אויף היינט נאכט ביז אכטע אינדערפרי.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1832

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

► Show Spoiler
שיער נישט פארגעסן... טראמפ האט געזאגט אז ער האט געהאט א שמועס מיט ניוסאם, ניוסאם איז עס ארויסגעקומען לייקענען ברבים און געזאגט אז אמעריקאנע דארפן זיין באזארגט אז זייער פרעזידענט ווייסט נישט מיט וועמען ער רעדט.. טראמפ האט ארויסגעשיקט היינט א סקרינשאט פון זיין קאל-לאג וואו מ'זעט א קאל פון 16 מינוט.

#מ'דארף זיך נישט זארגן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1832

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

א פעדעראלער ריכטער האט אפגעווארפן קאליפארניע אטוירני זשענעאל'ס פארלאנג פאר א באלדיגע אפשטעל צו טראמפ'ס אקטיוויזירן טייטל 10 און דאס אריינברענגען פעדעראלע כחות
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1832

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

► Show Spoiler
טראמפ האט זיך נאכאמאל באקלאגט היתכן ניו סקעם באדאנקט זיך נישט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט