נייעס אין אמעריקע

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
טיפע חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
x 169

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך טיפע חשבונות »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:13 am פעדעראלע פאוסטעל סערוויס בעט אויטאריזאציע צו העכערן פרייזן פון סטעמפס מיט זיבן אהאלב פראצענט‎
נאריש.

זאג זיי אז ווי לאנג זיי גייען נישט זיכער מאכן אז מ'קען נישט פעלטשן קיין סטעמפס גייען זיי ווייטער דערלייגן געלט.

זיי כאפן טאקע נישט אז האלב סטעמפס זענען געפעלשט?
אויף א אנדערע סייט האב מער תגובות
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3282

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:13 am פעדעראלע פאוסטעל סערוויס בעט אויטאריזאציע צו העכערן פרייזן פון סטעמפס מיט זיבן אהאלב פראצענט‎
וואס איז געווארן מיט מאסק'ס פלאן פון פריוואטיזירן?
דאכט זיך אז לוטניק האט אויך געהאט א מהלך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5885

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

פאליציי אין טעקסאס האבן געכאפט נאך 2 פון די 10 פארברעכער וועלכע זענען אנטלאפן פון טורמע מיט עטליכע וואכן צוריק, דערמיט זענען פארבליבן בלויז נאך 2 אויף דער פריי.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1491
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5362

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך עדיטאריעל »

הפגנות אין לאס אנזשעלעס

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3282

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

א שטיקל סך הכל פון די הפגנות עטליכע טעג צוריק.

פארגאנגענעם פרייטאג איז אייס איבערגעפאלן עטליכע צענטערן אין לאס אנדזשעלעס אריינגערעכנט קלאבס, האום דיפאו און דאונאט שאפס און דורכגעפירט ארום 45 ארעסטן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן.

שבת האבן פראטעסטן אנגעהויבן שטורעמען לענגאויס לאס אנדזשעלעס טראמפ האט אקטיוויזירט טייטל 10 און אריינגעשיקט 2000 נעשאנעל גארדס אין לאס אנדזשעלעס, בילדער פון ברענעדיגע קארס פארוואנדעטע אפיצירן און מעקסיקאנע פענער האבן אנגעהויבן צירקולירן אנליין, א ווידעא ווי עימיצער ווארפט שווערע שטיינער אויף די פאליציי צירקולירט און פעם באנדי לייגט אים ארויף אויף די ליסטע פון מערסט געזוכטע פארברעכער.
► Show Spoiler
זונטאג האט טראמפ אריינגעשיקט נאך 2000 נעשאנעל גארדס און אויך 700 מארינען, פראטעסטן זעצן פאר און איבער הונדערט ווערן ארעסטירט, קאליפארניע גאווערנאר האט אין ווידעא העראאיש געזאגט אז טראמפ זאל ענדערש אים ארעסטירן און זיך אפלאזן פון די אומשולדיגע אימיגראנטן, טראמפ איז געפרעגט געווארן דערוועגן און געענטפערט אז ער וואלט עס זייער גערן געטון, פעלאוסי איז געווארן אויפגעשוידערט היתכן מ'רעדט פון ארעסטירן א פאליטישן קעגנער און ניוסאם זאגט אז דאס ווייזט אז טראמפ איז א דיקטאטאר.

מאנטאג האבן די פראטעסטן פארגעזעצט, פילע געשעפטן זענען געווארן וואנדאליזירט און קאמאלע העריס האט זיך געלאזט הערן היתכן טראמפ האט אריינגעשיקט פעדעראלע כחות און אז די פראטעסטן זענען גאר שטארק פיעספול,
בייגעלייגט פיעספול פוטעזש.
Screenshot 2025-06-10 023834.png
Screenshot 2025-06-10 023834.png (722.01 KiB) געזען געווארן 729 מאל
אויך גאווערנאר ניוסאם האט פארפירט אז טראמפ האט געשיקט צופיל טרופן און ס'איז זייער רעקלעס ווייל זיי האבן נישט גענוג עסן... טראמפ זאגט אז ניוסקעם (א נייע ניק) וואלט געדארפט זאגן ש'כח וואס איז ווי באקאנט גאר הארב אונטער דער היינטיגער אדמיניסטראציע, אינצווישן זענען נאך 12 אימיגראנטן געווארן ארעסטירט און א פראטעסט איז פארגעקומען אינעם טראמפ טאוער אין מאנהעטן וואו עטליכע צענדליג זענען ארעסטירט געווארן נאכן זיך אנטזאגן צו פארלאזן די געביידע, ניוסאם טענה'ט אז די פראטעסטן זענען אזויווי יאנואר זעקס, בילדער צירקולירן וואו מען זעט פארפאנצערטע טרעקלעך און באוואפנטע סאלדאטן אויפן וועג אריין אין שטאט, קאליפארניע אטוירני זשענעראל האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די אדמיניסטראציע איבער די נעשאנעל גארדס.

באנדי דערקלערט אז דער פארשוין וואס האט געשאסן שטיינער איז ארעסטירט און איז אידענטיפיצירט געווארן דורך א פובליק ווידעא.

בילדער ווי אימיגראנטן שפייען אויף אמעריקאנע פענער ווערן פובליצירט טראמפ רעאגירט "אויב זיי שפייען וועלן מיר שלאגן - איף דעי ספיט ווי היט"

דינסטאג איז פארגעקומען נאך ארעסטן אין לאס אנדזשעלעס דורך אייס אונטער פעדעראלע וואך ארום 200 זענען גענומען אונטער ארעסט ביי די ראיאטן, פראטעסטן האבן זיך צעשפרייט נאציאנאל אין ניו יארק באסטאן און שיקאגא, מעיאר עדעמס זאגט אז ער וועט עס נעמען זייער שטרענג ווייל ניו יארק איז נישט קיין פלאץ פאר געזעצלאזיגקייט (איי געס ער קאלעכט), א קורפיו איז אין אפעקט אין לאס אנדזשעלעס אויף היינט נאכט ביז אכטע אינדערפרי.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3282

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

► Show Spoiler
שיער נישט פארגעסן... טראמפ האט געזאגט אז ער האט געהאט א שמועס מיט ניוסאם, ניוסאם איז עס ארויסגעקומען לייקענען ברבים און געזאגט אז אמעריקאנע דארפן זיין באזארגט אז זייער פרעזידענט ווייסט נישט מיט וועמען ער רעדט.. טראמפ האט ארויסגעשיקט היינט א סקרינשאט פון זיין קאל-לאג וואו מ'זעט א קאל פון 16 מינוט.

#מ'דארף זיך נישט זארגן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3282

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

א פעדעראלער ריכטער האט אפגעווארפן קאליפארניע אטוירני זשענעאל'ס פארלאנג פאר א באלדיגע אפשטעל צו טראמפ'ס אקטיוויזירן טייטל 10 און דאס אריינברענגען פעדעראלע כחות
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3282

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הדסים »

► Show Spoiler
טראמפ האט זיך נאכאמאל באקלאגט היתכן ניו סקעם באדאנקט זיך נישט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

פאליציי האבן דורכגעפירט א פרישע אויספארשונג, מיט די הילף פון פארגעשריטענע די-ען-עי, אויף א מערדעריי פון איבער 40 יאר צוריק, און האבן ענדליך געכאפט דעם פארברעכער וואס האט אומגעברענגט צוויי מענטשן מיט יארן צוריק.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

נאציאנאלע שפיאנאזש דירעקטאר טולסי געבארד, האט ארויסגעשטעלט נאך דאקומענטן וועלכע צייגן אז פרעזידענט אבאמא'ס נאנטע האבן פאבריצירט די געשיכטע אז רוסלאנד האט געהאלפן טראמפ ביי די 2016 וואלן.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

פיר און צוואנציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן עקסידענט האט פאסירט אין מאנהעטן וואו צוויי באסעס האבן זיך צוזאמגעקראכט.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

ברעיקינג: א באוואפנטער שיסעריי האט אריינשפאצירט אין די געביידע פון 345 פארק עוועניו אין מאנהעטן, באוואפנט מיט א סעמי אויטאמאטישע רייפל, פאליציי האבן אים גענומען אין ארעסט.

אמווייניגסטנס זעקס זענען געשאסן געווארן און באריכטן געבן אן אז דער שיסער האט זיך אליינס געשאסן איידער ווערן ארעסטירט.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

פיר מענטשן זענען געשטארבן אין רעזולטאט פון די שיסעריי אין מאנהעטן, אריינגערעכנט א פאליציי אפיציר וואס איז געווארן אידענטיפיצירט אלס דער 36 יעריגער דידורעל איסלאם.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

פרטים איבער די שיסעריי אין מיטן מאנהעטן היינט.


די שיסעריי איז פארגעקומען ביי 345 Park Avenue, א גרויסער אפיס געביידע אין מיטן מאנהעטן, נאנט צו פארק עוועניו און איסט 51'סט סטריט. די געביידע הייזט גרויסע קארפאראציעס ווי די NFL'ס הויפטקווארטירן און די Blackstone אינוועסטמענט פירמע.


דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס Shane Tamura, א 27-יעריגער פון לאס וועגאס, נעוואדע.
די פאליציי זאגן אז ער האט זיך געהאט א "דאקומענטירטע היסטאריע פון גייסטישע פראבלעמען" (documented mental health history), אבער די מאטיוו פארוואס ער האט געטאן די שיסעריי איז נאך נישט באקאנט.
טאמורא איז געפונען געווארן טויט אויפ'ן סצענע פון א self-inflicted gunshot wound.


ארום 6:30 נאכמיטאג איז א 911 רוף אריין איבער אן "אקטיווער שיסער" אינעווייניג אין די געביידע.
סורוועילענס ווידיאו ווייזט ווי טאמורא איז ארויס פון א געדאבעלט-געפארקטע שווארצע בי-עם-דעבליו (BMW) אויף פארק עוועניו, טראגענדיג אן M4 רייפל אין זיין רעכטע האנט.
ער איז אריין אין די לאבי פון די געביידע, האט זיך גלייך געדרייט רעכטס, און גלייך געעפנט פייער אויף א פאליציי אפיציר, דערנאך האט ער געשאסן א פרוי וואס האט געוואלט זיך באהאלטן הינטער א זייל, און האט באשאסן די לאבי מיט קוילן.
דערנאך איז ער געגאנגען צום עלעוועיטאר, און געשאסן א סעקיוריטי גארד וואס האט זיך געוואלט באהאלטן הינטער א סעקיוריטי דעסק, און נאך א מאן אין די לאבי.
א פרוי איז ארויס פון אן עלעוועיטאר וואס האט זיך געעפנט אין די לאבי, און דער שיסער האט איר געלאזט דורכגיין אן איר שיסן.
דערנאך איז ער ארויף אויפ'ן 33סטן שטאק און האט אנגעהויבן גיין אויפ'ן שטאק און שיסן קוילן. איין פרוי איז דארט געשאסן און אומגעקומען.
אין זיין קאר האבן פאליציי געפונען א רייפל קעיס, א רעוואלווער, און אסאך אמוניציע.

קרבנות:
ליידער זענען פינף מענטשן אומגעקומען, אריינגערעכנט דער שיסער זעלבסט.
צווישן די טויטע זענען איין פאליציי אפיציר (אן אומקלארער אפיציר וואס איז ווארשיינליך געווען אויפ'ן פליכט אלס זיכערהייט), און דריי ציווילע מענטשן.
דער אומגעקומענער פאליציי אפיציר איז אידענטיפיצירט געווארן אלס Didarul Islam, א 36-יעריגער איינוואנדערער פון באנגלאדעש, וועלכער האט געדינט אין די NYPD פאר דריי און א האלב יאר. ער איז געווען חתונה געהאט מיט צוויי קליינע קינדער. פאליציי קאמישענער דזשעסיקא טיש האט געזאגט: "ער איז געשטארבן ווי ער האט געלעבט – א העלד."
איין מענטש איז שטארק פארוואונדעט און געפונט זיך אין א "קריטישע צושטאנד".


די פאליציי רעאקציע איז געווען מאסיוו, מיט אסאך אפיצירן אין טאקטישע קליידער, אמבולאנסן, באמב סקוואד, און דראון איינהייטן.
מעיאר עריק עדעמס האט געבעטן די איינוואוינער צו אויסמיידן די געגנט, און אנגערופן דאס אן "אקטיווער שיסעריי אויספארשונג".
די סצענע איז שנעל באהערשט געווארן, און דער שיסער איז "נייטראליזירט" געווארן.
די אויספארשונג איז נאך אקטיוו צו פארשטיין די מאטיוו הינטער די אטאקע.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך דריידל »

א לעצטענס דורכגעפירטע געזעץ אין פלארידע, גיבט א קנס פון $500 מיט 330 טעג טורמע טאמער ווערט מען געכאפט ספידן 50 מ.פ.ש. העכערן ספיד לימיט
62, בלאק אריין די קעדי
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך משיח משיח »

בד"ה - טראגעדיע: צוויי אידישע פרויען ליידער טראגיש אומגעקומען ביי שרעקליכע מאנהעטן שיסעריי אטאקע

מאנהעטן - א שרעקליכע שיסעריי אטאקע האט פאסירט נעכטן מאנטאג פארנאכטס וואס האט ל"ע געקאסט דאס לעבן פון פיר מענטשן, ווען א פארשוין מיטן נאמען שון טאמורא האט געעפנט פייער ביי א ביזנעס געביידע אויף 345 פארק עוועניו אין די מידטאון געגנט אין מאנהעטן, זייענדיג אנגעווייטאגט אויף א ספארט ליגע וואס זייער הויפטקווארטירן געפונט זיך אין די דאזיגע געביידע, צווישן די אומגעקומענע איז ליידער דא צוויי אידישע קרבנות.

די ערשטע איז אידענטפיצירט געווארן אלס פרוי מיכל זיווה לעפאטנער ע"ה, 43 יאר אלט, א מאמע פון צוויי קינדער, זי האט געדינט אלס באורד מעמבער פון די אידישע פעדעראציע און פון די העשל שולע, און געווען א מיטגליד אין די ארטאדאקסישע אלטנוי שוהל אין מאנהעטן. זי האט געדינט אלס א הויכע עקזעקוטיוו אינערהאלב די ׳בלעקסטון׳ אינוועסטירונג פירמע, וואס זייער הויפטקווארטירן איז אין די דאזיגע געביידע.

די צווייטע אידישע קרבן איז אידענטיפיצירט געווארן אלס פרוי דזשוליא היימאן ע"ה, 27 יאר אלט, וואס האט געארבעט אין די רודין מענעדזשמענט פירמע אויף די 33׳סטע שטאק פון די געביידע, וואו דער שיסער איז ארויף אהין און דארט געעפנט פייער פון וואס זי איז טראגיש אומגעקומען.

בשורות טובות.
שרייב פאוסט