Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 11:07 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 4:20 am
פארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 3:52 am
די קשיא פון @פ. לאקס פון דעם ריכטער וואס זאגט אז די אלטע רעגולאציעס האט געהאט נאר 1 מהלך, איז גראדע א גוטע קשיא, און עס איז מיר אויך שווער געווען צו פארשטיין די פשט דערפון נאך גלייך ווען איך האב געליינט די ערשטע אומאפיציעלע טראנסקריפט וואס איז דא ערשינען,
אבער אפילו אויב עס די קשיא איז א גוטע קשיא, איז ביי מיר קלאר אז זיין תירוץ איז 'נישט' די ריכטיגע תירוץ,
און די וועג וויאזוי צו איבערצייגן צי דאס איז די ריכטיגע תירוץ אדער נישט, דא קומט אריין מיין שאלה,
צי ווען א מוסד וועט קלאר זאגן אז זיי לערנען נישט קיין סייענס און סאושעל סטאדיס אבער זיי מאכן די טעסטס פון די סאבזשעקטס, וועט זיי די רעגירונג אנערקענען אלץ עקוויוועלענט?
אדרבה, ענטפערט איר @הדסים אויף 'מיין שאלה' מיט א קלארע יא אדער ניין ענטפער אן קיין משלים אדער שטעך.
אגב, איך געדענק עפעס נישט אז איר זאלט האבן עפעס א פראבלעם ווען מען האט זיך אדרעסירט צו 'מיר' מיט שטעך ווערטלעך אין די פארגאנגענהייט... זעהט אויס נישט יעדער איז זוכה איר זאלט זיך אננעמען פאר איהם...
אויב האב איך א אודיט פון די IRS און איך ווייז אלע דאקאמענטס און אלעס שטימט און מ׳זעהט נישט קיין זכר פון קיין קעש ביזנעס ווער איך באשטעטיגט?
און ווי וועט זיין אויב זאג איך זיי קלאר אז איך האב א קעש ביזנעס?
זייער זייער גוט געענטפערט.
איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס מיט IRS ענינים, אבער לכאורה האסטו טאקע גוט געענטערט,
דהיינו, סתם א מענטש וואס מען טראסט איהם, איז גענוג אז ער שיקט אריין זיינע אפיציעלע טעקס דאקומענטן צו פיילן, און אלעס איז שא שטיל,
והיה, אבער אס קומט אריין עפעס א חשד, און ער באקומט אן אודיט, מוז ער שוין ווייזן אלע זיינע ביכער און דאקומענטן, און ער קען נישט טענה'ן אז איך האב שוין געפיילט מיינע פארלאנגטע פארעמ'ס, וויבאלד אויב זיי האבן עפעס א חשד מוזן זיי זיך אליין איבערצייגן, און זיי בעטן פון דיר קראנטע פרוף אז די ביזט וואויל, און עס העלפט גארנישט דיין צעטל וואס דו האסט דיך מיט דעם אויסערליך פארגעשטעלט אז דו ביזט גוט,
איך גלייב אז קיינער דא וואלט נישט געוואלט זיין דער וואס ווערט געכאפט מיטן אונטערשרייבן טעקס דאקומענטן מיט נישט אמת'דיגע פאקטן,
אפילו בשעת'ן אונטערשרייבן האט איהם איינער איינגערעדט אז לויט עפעס א פשט אין די געזעץ איז גענוג סתם אריינצושיקן דעם טעקס פארעם, און די IRS וועט נישט קומען נאכקוקן זיינע ביכער,
אבער למעשה אויף עפעס א וועג האבן די IRS געטראפן א מהלך אז זיי מעגן פארלאנגן איבערצוקוקן זיינע ביכער, און מען האט איהם געכאפט ביי די מעשה,
און ווי וועט זיין אויב די ביכער שטימען טאקע זייער גוט און מען זעהט נישט אינעווייניג קיין זכר פון קיין קעש ביזנעס,
אבער עס זענען דא עדות וואס האבן פארציילט פאר די IRS וועגן די קעש ביזנעס און זענען גרייט מעיד צו זיין דערויף, דאן וועט העלפן דאס וואס אין די ביכער שטייט עס נישט?
ואידך פירושא זיל גמור....
איין זאך בעט איך נאר פון ענק אלע, ביטע זייטס נישט קיין בת היענה'ס און באגראבטס נישט די קאפ אין זאמד נישט וועלנדיג קוקן פאראויס אויף די סכנה
און ווילאנג מען זעהט נישט קלאר וויפיל רעכטן די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט זיך איבערגעלאזט צו קענען פארלאנגען פרוף מער ווי סתם מעלד אז מען נעמט טעסטס,
וואלט איך נישט געראטן קיינעם זיך אריינצובינדן מיט סיט בעלטס אין א שיף וואס קען אריינפירן אין ים הגדול,