אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 64
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 25
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך זעה אז מען מוטשעט זיך אזוי אויף די הארבע פראגע... אפשר צוליב דעם ווייל לויט זייער 'מסורה' ביכל האט דאך הרה"ק מסאטמאר געוואלט מען זאל זיין סובטענשלי עקוויווילענט קען זיין דערפאר האבן זיי נישט געוואלט באשיצן אזאלכע מוסדות וואס זענען נעבעך דורכגעפאלן און דערקלערט געווארן אלס נאן עקוויווילענט?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 64
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 25
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביטע זיך האלטן צו די אידטיש סטאנדארטן
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נאכמער האב איך היינט אויפגעפאסט, ווען איך האב געהערט די ערשטע טייל רעקארדינג פון די פאנעל אין באבוב, און דער שואל זאגט קלאר אז מען האט זיך נישט ריכטיג פאראויסגערעכנט מיט פעטוועי 6.נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 11:33 amבאבוב האט נישט קיין שום שיטה, זיי האבן אייביג מיטגעטאנצן מיט ווער עס האט געמאכט גרידער!!מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 10:42 amבאבוב האט באקומען דעמאלטס אסאך פרעשור פון אנדערע, (זעה אן אויסצוג פון אייוועלט בשעתו,) וואס האט גובר געווען. בכלל איז פערלס נאכנישט געווען דעמאלטס אזא טיעם ווי עס איז היינט, קיינער האט קיינעם נישט מחייב געווען, עס איז געווען אן ארגיניזאציע מיט מעמבערס, וואס צומאל האט מען זיך צונויפגערעדט, זילא סופר איז נאך געווען א חלק, אפילו ר' חיים דוד צוויבל וואס איז אין די פירערשאפט ראנגען אין פערלס און נאך מענטשן אין די אגודה האבן נישט אזוי באגריפן און זיי זענען געווען שטארק אינוואלווד אין דעם דעמאלטסדיגן פעלדער געזעץ, אויפן געבעט פון ר' יושע אסטרייכער (ר' יושע אסטרייכער איז במקורו אן אגודה עסקן און דארט איז זיין נאטורליכע בעיס און טיעם).
אדרבה, נאך דעם דורכפאל און טאקע צוליב דעם דורכפאל, האט זיך אנגעהויבן מער א טיעם ווארק און מען האט אנגעהויבן מער ארבעטען צוזאמען און זיך אנגעהויבן מער צו רעכענען מיט אבי שיקס א ווארט, ווי אויך האט זיך דאן אנגעהויבן א שטערקערע צוזאמארבייט אויפן לאקאלן פאליטישן פראנט צווישן באבוב און סאטמאר מהר"יי בארא פארק, וואס ביז דאן איז באבוב מיט סאטמאר מהר"א געווען שטארק פארבינדן און א טיעם אין כמעט אלע הינזיכטן, און נאכדעם איז ענטשטאנען א שטיקל שינוי.
ווען מהר"א האט געארבעט אויף די פעלדער געזעץ האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהר"א
ווען מהרי"י/פערלס האט געארבעט אויף גיין און קארט האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהרי"י
ווען מהר"א האט יעצט געארבעט אויף די נייע געזעץ האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהר"א
אין אנדערע פלעצער וועסטו נישט הערן אזא זאך מ'זאל מודה זיין אז מ'האט זיך טועה געווען (פעלדער וואס איז זייער קלאר אז ס'איז געווען א דורכפאל, איז די פראבלעם - לויט ווי מ'זאגט - צוליב לעצט מינוטיגע זאכן, נישט קיין אייגענע טעות).
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אנעקדאט האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 12:11 pmנאכמער האב איך היינט אויפגעפאסט, ווען איך האב געהערט די ערשטע טייל רעקארדינג פון די פאנעל אין באבוב, און דער שואל זאגט קלאר אז מען האט זיך נישט ריכטיג פאראויסגערעכנט מיט פעטוועי 6.נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 11:33 amבאבוב האט נישט קיין שום שיטה, זיי האבן אייביג מיטגעטאנצן מיט ווער עס האט געמאכט גרידער!!מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 10:42 am
באבוב האט באקומען דעמאלטס אסאך פרעשור פון אנדערע, (זעה אן אויסצוג פון אייוועלט בשעתו,) וואס האט גובר געווען. בכלל איז פערלס נאכנישט געווען דעמאלטס אזא טיעם ווי עס איז היינט, קיינער האט קיינעם נישט מחייב געווען, עס איז געווען אן ארגיניזאציע מיט מעמבערס, וואס צומאל האט מען זיך צונויפגערעדט, זילא סופר איז נאך געווען א חלק, אפילו ר' חיים דוד צוויבל וואס איז אין די פירערשאפט ראנגען אין פערלס און נאך מענטשן אין די אגודה האבן נישט אזוי באגריפן און זיי זענען געווען שטארק אינוואלווד אין דעם דעמאלטסדיגן פעלדער געזעץ, אויפן געבעט פון ר' יושע אסטרייכער (ר' יושע אסטרייכער איז במקורו אן אגודה עסקן און דארט איז זיין נאטורליכע בעיס און טיעם).
אדרבה, נאך דעם דורכפאל און טאקע צוליב דעם דורכפאל, האט זיך אנגעהויבן מער א טיעם ווארק און מען האט אנגעהויבן מער ארבעטען צוזאמען און זיך אנגעהויבן מער צו רעכענען מיט אבי שיקס א ווארט, ווי אויך האט זיך דאן אנגעהויבן א שטערקערע צוזאמארבייט אויפן לאקאלן פאליטישן פראנט צווישן באבוב און סאטמאר מהר"יי בארא פארק, וואס ביז דאן איז באבוב מיט סאטמאר מהר"א געווען שטארק פארבינדן און א טיעם אין כמעט אלע הינזיכטן, און נאכדעם איז ענטשטאנען א שטיקל שינוי.
ווען מהר"א האט געארבעט אויף די פעלדער געזעץ האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהר"א
ווען מהרי"י/פערלס האט געארבעט אויף גיין און קארט האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהרי"י
ווען מהר"א האט יעצט געארבעט אויף די נייע געזעץ האבן זיי מיטגעארבעט מיט מהר"א
אין אנדערע פלעצער וועסטו נישט הערן אזא זאך מ'זאל מודה זיין אז מ'האט זיך טועה געווען (פעלדער וואס איז זייער קלאר אז ס'איז געווען א דורכפאל, איז די פראבלעם - לויט ווי מ'זאגט - צוליב לעצט מינוטיגע זאכן, נישט קיין אייגענע טעות).
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6654
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15349
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טראנסקריפט פון די ארעל ארגומענטס אין אפיעלס קאורט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 496
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 643
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און וועגן דעם האט מען אריינגעגעבן א TRO בשם די זעקס מוסדות?קיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 1:28 am איך זעה אז מען מוטשעט זיך אזוי אויף די הארבע פראגע... אפשר צוליב דעם ווייל לויט זייער 'מסורה' ביכל האט דאך הרה"ק מסאטמאר געוואלט מען זאל זיין סובטענשלי עקוויווילענט קען זיין דערפאר האבן זיי נישט געוואלט באשיצן אזאלכע מוסדות וואס זענען נעבעך דורכגעפאלן און דערקלערט געווארן אלס נאן עקוויווילענט?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווייל יעצט איז מען שוין עקוויווילענט מיטן מאכן די טעסטס... גג על גג...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 2:45 pmאון וועגן דעם האט מען אריינגעגעבן א TRO בשם די זעקס מוסדות?קיין מיינונג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 1:28 am איך זעה אז מען מוטשעט זיך אזוי אויף די הארבע פראגע... אפשר צוליב דעם ווייל לויט זייער 'מסורה' ביכל האט דאך הרה"ק מסאטמאר געוואלט מען זאל זיין סובטענשלי עקוויווילענט קען זיין דערפאר האבן זיי נישט געוואלט באשיצן אזאלכע מוסדות וואס זענען נעבעך דורכגעפאלן און דערקלערט געווארן אלס נאן עקוויווילענט?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 61
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 97
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האב דעם ווידעא נישט געזען אבער די קלאגע האט מיט קאנסטיטושן קיין שייכות נישט געהאט.חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:25 pm ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
און ווי ווייט איך ווייס איז אבי שיק'ס לויער עקספערטיז און ענגליש נישט פון ישיבה עדיוקעישן...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 61
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 97
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טוה די מינימום און קוק די ווידיא.הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:51 pmאיך האב דעם ווידעא נישט געזען אבער די קלאגע האט מיט קאנסטיטושן קיין שייכות נישט געהאט.חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:25 pm ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
און ווי ווייט איך ווייס איז אבי שיק'ס לויער עקספערטיז און ענגליש נישט פון ישיבה עדיוקעישן...
אויב אבי שיק געווינט די קעיס איז עס מעשה ניסים
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האב עס נישט אדרבה לייג ארויףחאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:54 pmטוה די מינימום און קוק די ווידיא.הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:51 pmאיך האב דעם ווידעא נישט געזען אבער די קלאגע האט מיט קאנסטיטושן קיין שייכות נישט געהאט.חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:25 pm ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
און ווי ווייט איך ווייס איז אבי שיק'ס לויער עקספערטיז און ענגליש נישט פון ישיבה עדיוקעישן...
אויב אבי שיק געווינט די קעיס איז עס מעשה ניסים
![]()
און איך האב נישט גערעדט פון דעם בכלל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 217
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 419
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די ווערטער האט ער נישט צי שלעכט געזאגט נאר צי פארלוירןחאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:54 pmטוה די מינימום און קוק די ווידיא.הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:51 pmאיך האב דעם ווידעא נישט געזען אבער די קלאגע האט מיט קאנסטיטושן קיין שייכות נישט געהאט.חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:25 pm ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
און ווי ווייט איך ווייס איז אבי שיק'ס לויער עקספערטיז און ענגליש נישט פון ישיבה עדיוקעישן...
אויב אבי שיק געווינט די קעיס איז עס מעשה ניסים
![]()
בכלל וואלט געווען די בעסטע אז א אידישע נושא זאל דייקא א ערל לויער אויפטרעטן לטובתינו
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון ע”ז פ’ בה”ב תשפ”ה לפ”ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די צייטווייליגע אנוויזונגען פון די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט - נאך די נייע חינוך אמענדמענט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
הסתה פון אגודת ישראל אז די מוסדות התורה [אפילו די וועלכע האבן זיך ביז יעצט אפגעהאלטן] זאלן נעמען א פעטוועי
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זיגן האט נישט ממש נאר מיט "וויאזוי" דער לאיער פערפארד ביי די ארגומענטס, עס האט אסאך צו טון מיט די טענות אויך...חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:54 pmטוה די מינימום און קוק די ווידיא.הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:51 pmאיך האב דעם ווידעא נישט געזען אבער די קלאגע האט מיט קאנסטיטושן קיין שייכות נישט געהאט.חאצקיל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 6:25 pm ס׳פלאמט די פנים פון בושה פון דעם לויער אבי שיק!
אויב פערלס פארלירט, איז עס צוליב דעם אומקאמפעטענץ פון דעם אדוואקאט.
פאר א קעיס וואס דארף א ריכטיגן קאנסטיטושענעל עקספערטיז צום העכסטן געריכט אין די סטעיט, נעמט מען אזא שוואכן קאנדידאט, וואס איז גוט פאר א קלאזינג?
אויף די ווידיא זעט מען בולט ווי ער איז ממש נישט צוגעגרייט. ער ענטפערט נישט אויף די קשיות.
פון אבי שיק׳ס ארבעט, שטעלט זיך ליידער ארויס אז די יעשיווא עדיוקעין איז נישט סובסטענשאל עקוויווילענט!
און ווי ווייט איך ווייס איז אבי שיק'ס לויער עקספערטיז און ענגליש נישט פון ישיבה עדיוקעישן...
אויב אבי שיק געווינט די קעיס איז עס מעשה ניסים
![]()
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
א דאנקדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 23, 2025 1:42 pm טראנסקריפט פון די ארעל ארגומענטס אין אפיעלס קאורט
די פראבלעם איז אז דא זעט מען ווי די ריכטער לערנט אנדערש פשט אינעם געזעץ ווי געוויסע דא האבן פראבירט צו חושן און מישן.
קודם כל זעט מען דא אז דער הויפט ריכטער האלט נישט אז די ווארט "רעקאגנייזד" טוישט עפעס, און ער לערנט געהעריג פשט אז די געזעץ טוישט די גאנצע מהלך וויאזוי מען רעכנט א סובסטענשעל עקוויווילענט "דעטערמינעישאן"
און דא זעט מען ווי איינע פון די ריכטער זאגט אז די גאנצע 130'סטע פראוויזיע פון די עדיוקעישאן דעפארטמענט רעגולאציעס (וואס דאס איז די נייע רעגולאציעס וואס די עדיוקעישאן דעפט. האט געמאכט פאר די מוסדות, און ענטהאלט אין זיך די 7 פעטוועיס) קען נישט בלייבן שטיין, נאר וועט דארפן גענצליך אנולירט ווערן.
פארוואס?
דער ריכטער זאגט אז רעגולאציע 130 ערלויבט נאר 1 מהלך צו זיין עקוויווילענט, און די נייע געזעץ געט עטליכע מהלכים.
שטעלט זיך א מורא'דיגע שאלה, די רעגולאציעס חלק 130 האט דאך אין זיך 7 פעטוועיס, וואס דאס איז 7 מהלכים וויאזוי צו זיין עקוויווילענט, טא וואס זאגט דער ריכטער אז עס האט נאר 1 מהלך? נאכמער, דא גאנצע געזעץ האט דאך סך הכל אריין געלייגט די פעטוועיס אינעם געזעץ, טא וויאזוי קען זיין אז דער ריכטער זאגט אז די רעגולאציעס האט נאר 1 מהלך, און די געזעץ האט עטליכע מהלכים?
די תירוץ איז, אז די ניקס דא האבן פלעין געשריגן און געקרייט שטותים, בשעת די רעגולאציעס האבן טאקע געגעבן 7 "פעטוועיס", איז עס געווען 7 "מהלכים" וויאזוי צוצוקומען צום זעלבן באשלוס, אז די שולע "לערנט אלע לימודים" וואס די עדיוקעישאן דעפט. וויל מען זאל לערנען, מען האט טאקע געגעבן עטליכע מהלכים וויאזוי עס אויפצואווייזן, אבער די יסוד איז נאכאלץ געווען אז מען דארף אלעס לערנען, און דאס רופט די ריכטער אן 1 מהלך.
די געזעץ קומט און געט 7 מהלכים וויאזוי מען "איז" סובסטענשעל עקוויווילענט, נישט וויאזוי מען קען "אויפווייזן" אז מען "לערנט" די לימודים און דורכדעם ווערט מען פאררעכנט עקוויווילענט.
די ווערטער פונעם ריכטער איז אז די רעגולאציעס געבן נאר 1 "מעטאד" וויאזוי צו "זיין" עקוויווילענט, און די געזעץ געט עטליכע מהלכים וויאזוי צו "זיין" עקוויווילענט, נישט וויאזוי "אויפצואווייזן" אז מען איז עקוויווילענט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@פ. לאקס איר זעה אז למעשה האט איר זיך גאנץ גוט צוגעלערנט פון די וואקסין לויערס, וויאזוי צו מדייק זיין ווערטער און אריינלערנען פשטים
די וועלט זאגט אז א איד ענטפערט אייביג מיט א קשיא,
דעריבער גיי איך נישט יעצט ענטפערן אויף אייערער שיינע דיוקים, נאר איך גיי נאכאמאל איבערפרעגן מיין שאלה, וואס איך האב שוין אפאר מאהל געפרעגט,
צי האלט איר אז היינט צוטאגס נאך די נייע געזעץ קען א מוסד קלאר זאגן פאר די רעגירונג אז זיי לערנען נישט קיין סייענס און סאושעל סטאדיס, און זיי מאכן נאר די טעסטס דערויף, וויבאלד די נייע געזעץ איז [לשיטתך] בכלל נישט קיין וועג צו 'אויפווייזן' אז מען לערנט אלעס, נאר די טעסטס אליין איז די מהלך צו ווערן עקוויוועלענט, וועט זיי די רעגירונג באשטעטיגן אז זיי זענען עקוויוועלענט?
ובפרט יעצט ווען לויט אייער שיינע פשט וואס איר האט מדייק געווען אין די ריכטער'ס ווערטער אז די רעגולאציעס איז נאר געווען 1 מהלך און יעצט אין די געזעץ איז דא 7 מהלכים, האט מען דאך שוין [לויט אייך] קלארע באווייזן פון געריכט [כאילו] זיי האלטן אז דאס מיינט מען דארף נישט לערנען,
צי זענט איר טאקע זיכער ביי זיך אז אויב איינער וועט פרעגן דעם ריכטער קאננאטארא (וואס איר האט מדייק געווען זיינע ווערטער) וואס טוט זיך אויב א מוסד וועט זאגן קלאר אז זיי לערנען גארנישט אבער זיי מאכן די טעסטס, צו דארפן זיי ווערן באשטעטיגט אלץ עקוויוועלענט, וועט ער ענטפערן אז יא אדער אז ניין?

איז טאקע טונקל יעצט? אויב וועט אייך איינער פרעגן צו יעצט איז ליכטיג, וועט איר קענען קלאר איבערצייגן אז עס איז טינקל און נישט ליכטיג?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בנוגע די מאושען TRO וואס איז געווען באריכטעט מיטוואך אז דער פערל'ס לויער האט אריינגעגעבן צום קאורט אף אפיעלס צו שטערן די סיטי אפצושטעלן די ספעשל עד געלטער פון די מוסדות ביזווילאנג עס קומט נישט ארויס די פסק פון געריכט,
האב איך געהערט, אז פרייטאג האט די קאורט אף אפיעלס צוריקגעוויזן די מאושען און זיי האבן נישט געגעבן קיין סטעי\TRO
קען איינער אריינקומען קלאר מיט מער פרטים אדער די דאקומענטן פון די מאושען און די קאורט'ס צוריקווייזן?
האב איך געהערט, אז פרייטאג האט די קאורט אף אפיעלס צוריקגעוויזן די מאושען און זיי האבן נישט געגעבן קיין סטעי\TRO
קען איינער אריינקומען קלאר מיט מער פרטים אדער די דאקומענטן פון די מאושען און די קאורט'ס צוריקווייזן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
צוליב מיין שוואכע קאפ האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין וויאזוי אייערע ווערטער פארענטפערן מיין שאלה,
אפשר קענט איר ענטפערן מיין שאלה מיט א פשוט'ע יא אדער ניין ענטפער, נישט קיין משלים
יישר כח
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אפשר קענט איר פארענטפערן @פ. לאקס'ס קשיא אן משלים, קשיות און שטעך?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די קשיא פון @פ. לאקס פון דעם ריכטער וואס זאגט אז די אלטע רעגולאציעס האט געהאט נאר 1 מהלך, איז גראדע א גוטע קשיא, און עס איז מיר אויך שווער געווען צו פארשטיין די פשט דערפון נאך גלייך ווען איך האב געליינט די ערשטע אומאפיציעלע טראנסקריפט וואס איז דא ערשינען,
אבער אפילו אויב עס די קשיא איז א גוטע קשיא, איז ביי מיר קלאר אז זיין תירוץ איז 'נישט' די ריכטיגע תירוץ,
און די וועג וויאזוי צו איבערצייגן צי דאס איז די ריכטיגע תירוץ אדער נישט, דא קומט אריין מיין שאלה,
צי ווען א מוסד וועט קלאר זאגן אז זיי לערנען נישט קיין סייענס און סאושעל סטאדיס אבער זיי מאכן די טעסטס פון די סאבזשעקטס, וועט זיי די רעגירונג אנערקענען אלץ עקוויוועלענט?
אדרבה, ענטפערט איר @הדסים אויף 'מיין שאלה' מיט א קלארע יא אדער ניין ענטפער אן קיין משלים אדער שטעך.
אגב, איך געדענק עפעס נישט אז איר זאלט האבן עפעס א פראבלעם ווען מען האט זיך אדרעסירט צו 'מיר' מיט שטעך ווערטלעך אין די פארגאנגענהייט... זעהט אויס נישט יעדער איז זוכה איר זאלט זיך אננעמען פאר איהם...