כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

איז נאכאמאל וואס איז די פלאן מיט די אלע וואס מען צווינגט ארויס צו קומען ווי למשל ראמפלער מיט די עלף אנדערע זיי זענען דאך פייער פאר לב טהור?
ר' סענס אף יומער ר' על פי תורה?
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
אין די אלגעמיינע פרעסע איז באריכטעט אז ער ווערט אויסגעליפערט קיין א"י אויף די פארלאנג פון די מד"י אינסטאנצען נאכן אנטלויפן פון די דארטיגע געריכט סיסטעים...
ביטע אויסקלארען...
גייט ער דארט אין תפיסה אדער זיך פאראייניגען מיט זיין משפחה?
בכלל זענען זיינע קינדער "יוצאים", אלע? נאר א חלק? וואס איז מיט זיין ב"ב? נאך אין גלות ל"ט אין בבל?
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 308

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פלעשלייט »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:14 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm ברוך מתיר אסורים!
► Show Spoiler
.
אין ארץ ישראל גייט ער אבער אויך אריין אין תפיסה נישט אזוי?
אוודאי אזוי, אבער אין א"י זענען די תפיסות אסאך גרינגער
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2975

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך האב נישט געהאט קיין עקסעס זינט נעכטן אווענט ביז יעצט.

איך וויל באשטעטיגן דאס וואס 'על פי תורה' שרייבט. נאכן רעדן מיט כותב המכתב (ער האט מיר אנגערופן נאך מיין אפשאצונג דא אויף איד-טיש), שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געשריבן געווארן דורך איינעם דאהי אין ניו-יארק, וועלכער האט נאכגעשריבן אויפן בקשה לויט די השקפות און ווערטער וואס ער האט געהערט פון מענטשן אינדערווייניג.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ברוך כבוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:56 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
אין די אלגעמיינע פרעסע איז באריכטעט אז ער ווערט אויסגעליפערט קיין א"י אויף די פארלאנג פון די מד"י אינסטאנצען נאכן אנטלויפן פון די דארטיגע געריכט סיסטעים...
ביטע אויסקלארען...
אויף די פארלאנג פון די מדנ''י אינסטאנצן האט ער שוין געדארפט אויסגעליפערט ווערן תיכף נאכן ארעסט, אבער צוליב זיין ווידערשטאנד האט ער געדארפט גיין אויף טרייעל, עפעס וואס קען זיך פארציען זייער לאנג. און ווי איידער די לב טהור פירער וואס זענען די איינציגסטע שולדיגע דא זאלן זיך אומקוקן אויף אים און פארגרינגערן זיין צושטאנד, האבן זאגאר גרינהוט און בלום זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין און געשיקט כשר'ע עסן, און זיי זענען די וואס האבן געשתלד'ט אונטערצויאגן די אויסליפערונג פראצעדור קיין א''י, אין די צייט וואס די לב טהור פירער האבן זיך נבכלל נישט געקימערט איבער זיין שרעקליכע צושטאנד און געפאר.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:16 pm איז נאכאמאל וואס איז די פלאן מיט די אלע וואס מען צווינגט ארויס צו קומען ווי למשל ראמפלער מיט די עלף אנדערע זיי זענען דאך פייער פאר לב טהור?
ר' סענס אף יומער ר' על פי תורה?

דאס צווינגען ארויסצוקומען האט גארנישט מיט די עסקנים און כאטש איך גלייב אז די עסקנים וועלן זיי העלפן מיט וויפיל ס'איז שייך (כשר'ס, שתדלנות זיי זאלן נישט זיצן אין טורמע וכדומה) וועלן די עסקנים זיי נישט העלפן צוריקבאקומען זייערע קינדער ביז זיי זענען גרייט צו פארלאזן די כת הארורה.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 642

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

די קלאגעס קעגן אים איז פאר'ן טיילן מכות רצח פאר קינדער בשעת לב טהור איז נאך געווען אין קאנאדא, איינער פאר'ן גנב'ענען פון א צדקה פושקע, זעט אויס אז די דאזיגע קינדער או בני משפחתם האבן אים אנגעקלאגט דערויף
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!!! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!!

ברוב שבח והודאה להשי"ת קענען מיר מבשר זיין די איבערראשנדע פרייליכע בשורה אין די יעצטיגע מינוטן, אז מ'האט נארוואס אפגעפינען די פארלוירענע פרױען וואס זענען פארכאפט געווארן דורך לב טהור, אלע פון זיי אין א גוטע געזונט צושטאנד!

א גאר פריידיגע און געהויבענע שטימונג נעמט ארום גאנץ כלל ישראל בכלל און די עסקנים בפרט הערנדיג די גאר פרייליכע נייעס, נעמענדיג אין באטראכט די אומבאגרייפליכע ארבעט און אומצאליגע השתדלות'ן וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט אן אויפהער, געקלאפט ביי די העכסטע פענסטער און איבערגעקערט יעדע שטיינדל מסוף העולם ועד סופו, און אריינגעגאסן אומגלויבליכע אסטראנאמישע סכומים יעדן איינציגסטן טאג צו טרעפן די אכט אומשולדיגע פרויען געזונטערהייט און זיי פאראייניגן מיט זייערע מענער וועלכע האבן ארויסגעקוקט די גאנצע צייט מיט אנגסט און האפענונג זיך צו טרעפן און פאראייניגן מיט זייערע ווייבער ווי אמשנעלסטן און אין א גוטע צושטאנד.

די פרויען זענען ב"ה אפגעפינען געווארן נאכדעם וואס די פארכאפער האבן אנגעהויבן שפירן ווי די שטריק ארום זייער האלז ווערט מער און מער פארשטייפט, די אגרעסיווע שריט און אומבאגרעניצטע דרוק וואס די עסקנים האבן געלייגט אויף די קולט פירער האבן אנגעהויבן ברענגען ערנסטע רעזולטאטן, און א שרעקליכע פאניק האט ארומגענומען די פירער נאכן זעהן זייער קלאר וואס די עסקנים צוזאמען מיט די געדונגענע אינוועסטיגעישן פירמע קענען אלס באווייזן און וואס זיי זענען גרייט און אומשטאנד צו טוהן כדי צו טרעפן די קינדער, און רעאליזירנדיג אז זיי שטייען אויס צו שמאכטן צענדליגע יארן אין טורמע צוליב הארבע קינדנעפינג קלאגעס, האבן זיי פון גרויס פארצווייפלונג שנעל ארויסגעגעבן די קינדער פון זייער גוטן ווילן, פארשטייענדיג אז זייער סוף איז נאנט און א יעדע ליאדע מינוט קען פאסירן דאס ארגסטע פון וואס זיי פארכטן זיך אזוי, ממילא האבן זיי אויסגעקליבן צוריקצוגעבן די קינדער מרצונם הטוב די לעצטע מינוט צו פארמיידן גאר א ביטערע ענדע.

(די איבריגע דעטאלן ארום די באפרייאונג וועט שפעטער נאכפאלגן.)

כלל ישראל שרייט אויס צו די געטרייע עסקנים ובראשם הרה"ג ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א ושותפו עמו הר"ר אברהם גרינהוט ני"ו, חזקו ואמצו! גייט אן ווייטער מיט אייערע מסירות נפש פעולות ביזן אינגאנצן פארניכטן די שרעקליכע קולט און באפרייען די טייערע אומשולדיגע קינדערלעך פון אונטער זייערע לאפעס!

און די עסקנים שרייען אויס צו כלל ישראל, אשריכם! מי כעמך ישראל! נאר מיט אייער ווארעמע הילף און שטיצע און האט מען בס"ד געקענט אנקומען צום היינטיגן טאג און באוויזן צו דערגרייכן דאס אומגלויבליכע! און נאר מיט ענקער ווייטערדיגע שטיצע וועט מען בס"ד באווייזן ארויסצוראטעווען אלע קינדערלעך מאפילה לאור גדול!
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

איך וויין פון שמחה - איך טאנץ - כי שבר דלתות נחושת - יודו לשם חסדו
רבותי אמיר נעמען א תהילים און זאגן קאפיטל ק'
מזמור לתודה
משה שפילמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
Location: USA
x 126

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה שפילמאן »

WOW WOW
ברוך השם!!
ווי האט מען זיין געטראפן, עפעס מער פרטים ....

@על פי תורה @סענס אף יומער
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

אה!! ב"ה!!
און וואס איז די מעשה מיט די חברה?
גוט טראמאטאזירט שטעל איך זיך פאר...

האלטן זיי ביים זיך פאראייניגן מיט זייערע מענער אינדרויסן? אדער שטויסן זיי מיט די פיס אז זיי ווילן צוריק גיין קיין בבל.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פאלגנד זענען די נעמען און פרטים פון די פארלוירענע פרויען און מיידלעך וועמען מ'האט ב"ה נארוואס אפגעפינען געזונט און שטארק.

דריי טעכטער פון יואל מלכא (וואס האט באהאלטן אלע קינדער):
1) אשת מתתיהו פרץ מלכא - ניו יארק
2) אשת מנחם מענדל לאווער - ניו יארק
3) נאכנישט חתונה געהאט.

צוויי טעכטער פון מנחם מענדל אלטער:
1) אשת שניאור זלמן לעווי - שעלטער
2) נאכנישט חתונה געהאט.

איין טאכטער פון נחמן העלבראנץ (חכם):
אשת ישראל אלימלך רומפלער - ניו יארק

איין טאכטער פון משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא):
אשת אליהו רומפלער - ניו יארק

איין טאכטער פון מיכאל יודא גאלדמאן:
אשת אברהם יצחק ישראל גוטליעב - אנטווערפן.

איין טאכטער פון אוריאל יוסף גאלדמאן:
אשת ישראל הורוויץ - ניו יארק
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5885

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

זייער מענער
au8JLxm_wide_m.jpg
au8JLxm_wide_m.jpg (54.6 KiB) געזען געווארן 2525 מאל
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

ייש"כ @סענס אף יומער ! מען לייגט זיי יעצט צוריק אין שעלטער?
שוין איינמאל אינטערעסירט...
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

the picture has only 3
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6909

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הנההנם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:00 pm איך וויין פון שמחה - איך טאנץ - כי שבר דלתות נחושת - יודו לשם חסדו
רבותי אמיר נעמען א תהילים און זאגן קאפיטל ק'
מזמור לתודה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2001
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6917

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:11 pm זייער מענערau8JLxm_wide_m.jpg
יוש, דאס בילד קאסט יעדעס מאל טרערן פון פריש. כקען נישט. העל אלה תתאפק ה' תחשה ותעננו עד מאד
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איז דא דארטן קליינע בעיביס? וואס מאכן זיי?

זיי קענען גלייך ארויסקומען אדער דארפן זיי צוריקגיין אין שעלטער?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין ווייטערדיגע פאזיטיווע אנטוויקלונגען ארום די ברעכנדע נייעס איבער די באפרייאונג פון די באהאלטענע פרויען, קומט יעצט אריין די גאר שטארקע נייעס אז בס"ד איז געלונגען אויסצוארבעטן דאס אויסמיידן די פרויען פון צו דארפן דורכגיין די גאר קאמפליצירטע פעמילי קאורט סיסטעם ביזן קענען גיין פריי און ארויספארן פון גוואטעמאלא!

ווי ערווענט דורך העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום ביים חוה"מ פאנעל, האבן די עסקנים גאר העפטיג געקעמפט און געארבעט זיכער צו מאכן אז ווען די רעגירונג וועט אפגעפינען די פארלוירענע פרויען, זאלן זיי נישט דארפן דורכגיין די ענדלאזע געריכט סיסטעם וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א שווערע קאמפליצירטע און עקסטרעם לאנגע פראצעדור, און ב"ה אז די גרויסע פעולות האבן געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן און בס"ד וועלן די פרויען גאר אינגיכן באפרייט ווערן און פארן קיין אמעריקע און קאנאדע וואו זיי פארמאגן בירגערשאפט, און נאך בלויז צוויי דריי וואכן ווען די אגענטורן פון די אלע דריי לענדער וועלן אויסארבעטן די נויטיגע לעגאלע דעטאלן אין בעפארברייטונג צו די אנקום פון די פרויען, וועלן זיי שוין קענען ארויספארן אױף דער פריי צו זייער פאמיליע אין אמעריקע און קאנאדע.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

זיי זענען יעצט אין גואטאמאלע?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין נאך א רינגעלע אינעם קייט פון סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט די פארלוירענע פרויען און מיידלעך, איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז די חתונה געהאטע פרויען האבן ב"ה נישט געהאט קיין קינדער אין די צייט אפשניט וואס זיי האבן זיך געפינען אין באהעלטעניש!
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

גענומען פון א קאזין
רומפלער תפיסה
אויב איר ווילט אביסל פארשטיין פון וועלכע תפיסה מ'רעדט און אונטער וועלכע אומשטענדן די ארעסטאנטן געפינען זיך, קענט איר קוקן דעי ווידיאו, אבער אויב איר ווילט ענדערש קענען שלאפן ביינאכט, ביטע עס נישט קוקן.. :!:
א באזוך אין די תפיסה אין על-סאלוואדאר

ttps://drive.google.com/file/d/15NPR03mkWPz77gdOM-mIyUevow7qd-t0/view

יא, פון דעי תפיסה האט לב טהור אים אנגעזאגט זיך נישט צו לאזן, נאר ענדערש דארט בלייבן על קידוש השם... :oops:

לייג צו א h צום אנפאנג לינק - איך וויל פשוט נישט זעהן איבער אין איבער אויף יעדע קאמענט
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

איז וויפול טעטוס האט ער??
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1503
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3401

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דעת קדשי »

אלע פרויען ווילן ארויסגיין פון לב טהור אדער זיי ווילן נאך זיין אינעם כת?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

זיי זענען געווען אין גואטאמאלע די גאנצע צייט?
שרייב פאוסט