סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm
אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
אין די אלגעמיינע פרעסע איז באריכטעט אז ער ווערט אויסגעליפערט קיין א"י אויף די פארלאנג פון די מד"י אינסטאנצען נאכן אנטלויפן פון די דארטיגע געריכט סיסטעים...
ביטע אויסקלארען...
גייט ער דארט אין תפיסה אדער זיך פאראייניגען מיט זיין משפחה?
בכלל זענען זיינע קינדער "יוצאים", אלע? נאר א חלק? וואס איז מיט זיין ב"ב? נאך אין גלות ל"ט אין בבל?
לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:14 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm
ברוך מתיר אסורים!
► Show Spoiler
עס קומט אריין די פרייליכע נייעס, אז ר' אלעזר רומפלער, אן אומשולדיגע לב טהור מיטגליד וועלכע האט געשמאכטעט אין די פינסטערע על סאלוואדאר טורמעס די לעצטערע חדשים, וועט בס''ד באפרייט ווערן פון על סאלוואדאר און דעפארטירט ווערן קיין א''י אין די קומענדיגע צוויי דרייי טעג, נאכדעם וואס די על סאלוואדאר סופרים קאורט האט ענדגילטיג אונטערגעשריבן דעם פסק.
נאכדעם וואס ר' אלעזר איז געפארן קיין א''י זיצן שבעה נאך זיין טאטן, האט די רעגירונג אים נישט געלאזט ארויספארן פון א''י, צוליב געוויסע קלאגעס פארבינדן צו לב טהור, און נאכדעם וואס לב טהור האט אים פארשאפט א פאלשע פאספארט, האט ער זיך ארויסגעשווערצט פון א''י און צוריקגעפארן קיין גואטעמאלא. ווי נאר די מדינה האט געכאפט וואס דא האט פאסירט, האבן זיי ארויפגעשטעלט א אינטערפאל אלערט אויף ר' אלעזר אז ער זאל נישט קענען אריבערפארן קיין שום גרעניץ צו א אנדערע לאנד, נאר תיכף ומיד ארעסטירט ווערן און אויסגעליפערט ווערן קיין א''י.
עטליכע חדשים צוריק, געציילטע וואכן נאך דאס אוועקנעמען די לב טהור קינדער און זיי אריינלייגן אין שעלטער, האט די לב טהור הנהלה באשלאסן זיך אריבערצוציען און גרינדן די קולט פון פריש אין על סאלוואדאר, מיטן האפענונג אז ס'וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קינדער, און תיכף דערנאך אנטלויפן קיין על סאלוואדאר און זיך דארטן באזעצן. די הנהלה האט ארויסגעשיקט א משלחת צו פארן קיין על סאלוואדאר כדי צו טרעפן א פאסיגע ארט און אנגרייטן דעם פלאץ פאר די כת אהינצוקומען אין די ערשטע געלעגנהייט, און צווישן די משלחת האט זיך אויך געפינען ר' אלעזר רומפלער. ווי נאר די גרופע איז אנגעקומען צום גרעניץ פון על סאלוואדאר, האבן די פאליציי ארעסטירט ר' אברהם צוזאמען מיט נאך אנדערע מיטגלידער, און זיי אריינגעשליידערט אין די וועלט בארימטע שרעקליכע על סאלוואדאר טורמעס. נאך די אונטערווענץ פון די געטרייע עסקנים ארויסצוהעלפן ר' אלעזר, וואוסנדיג וואסערע שרעקליכע געפאר עס לויערט אויף אים ברוחניות ובגשמיות, האט די ארטיגע רעגירונג געגעבן א אויסוואל פאר ר' אלעזר צו ווערן דעפארטירט ווערן קיין א''י ביז געציילטע טעג, און נישט דארפן שמאכטן אין די שרעקליכע טורמע. אבער דאן האט זיך די לב טהור פירערשאפט אריינגעמישט, און צוליב זייערע פריוואטע אינטערעסן, האבן זיי אנגעזאגט פאר ר' אלעזר נישט צו קאאפערירן, און זיך קעגנשטעלן די פלאן צו פארן קיין א''י, נאר ענדערש בלייבן שמאכטן אין על סאלוואדאר, און גיין אויף טרייעל אין די ארטיגע געריכט.
ליידער ליידער האט טאקע אזוי פאסירט, און ר' אלעזר איז נעבעך געבליבן שמאכטן אין די געפארפולע על סאלוואדאר תפיסה צווישן די ערגסטע פארברעכער. מ'האט אים ליידער אפגעשוירן די בארד און פיאות, ער האט נישט געהאט קיין תפילין, קיין כשר'ס צו עסן, אלעס צוליב לב טהור'ס אייגענע אינטערעסן אז ער זאל נישט אנקומען קיין א''י.
אין געווענליכע אומשטענדן וואלט גענומען צווישן א האלבע יאר און א יאר צו גיין אויף טרייעל, אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע
.
אין ארץ ישראל גייט ער אבער אויך אריין אין תפיסה נישט אזוי?
אוודאי אזוי, אבער אין א"י זענען די תפיסות אסאך גרינגער
ברוך כבוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:56 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm
אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
אין די אלגעמיינע פרעסע איז באריכטעט אז ער ווערט אויסגעליפערט קיין א"י אויף די פארלאנג פון די מד"י אינסטאנצען נאכן אנטלויפן פון די דארטיגע געריכט סיסטעים...
ביטע אויסקלארען...
אויף די פארלאנג פון די מדנ''י אינסטאנצן האט ער שוין געדארפט אויסגעליפערט ווערן תיכף נאכן ארעסט, אבער צוליב זיין ווידערשטאנד האט ער געדארפט גיין אויף טרייעל, עפעס וואס קען זיך פארציען זייער לאנג. און ווי איידער די לב טהור פירער וואס זענען די איינציגסטע שולדיגע דא זאלן זיך אומקוקן אויף אים און פארגרינגערן זיין צושטאנד, האבן זאגאר גרינהוט און בלום זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין און געשיקט כשר'ע עסן, און זיי זענען די וואס האבן געשתלד'ט אונטערצויאגן די אויסליפערונג פראצעדור קיין א''י, אין די צייט וואס די לב טהור פירער האבן זיך נבכלל נישט געקימערט איבער זיין שרעקליכע צושטאנד און געפאר.
לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:16 pm
איז נאכאמאל וואס איז די פלאן מיט די אלע וואס מען צווינגט ארויס צו קומען ווי למשל ראמפלער מיט די עלף אנדערע זיי זענען דאך פייער פאר לב טהור?
ר' סענס אף יומער ר' על פי תורה?
דאס צווינגען ארויסצוקומען האט גארנישט מיט די עסקנים און כאטש איך גלייב אז די עסקנים וועלן זיי העלפן מיט וויפיל ס'איז שייך (כשר'ס, שתדלנות זיי זאלן נישט זיצן אין טורמע וכדומה) וועלן די עסקנים זיי נישט העלפן צוריקבאקומען זייערע קינדער ביז זיי זענען גרייט צו פארלאזן די כת הארורה.
די קלאגעס קעגן אים איז פאר'ן טיילן מכות רצח פאר קינדער בשעת לב טהור איז נאך געווען אין קאנאדא, איינער פאר'ן גנב'ענען פון א צדקה פושקע, זעט אויס אז די דאזיגע קינדער או בני משפחתם האבן אים אנגעקלאגט דערויף
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!!! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!!
ברוב שבח והודאה להשי"ת קענען מיר מבשר זיין די איבערראשנדע פרייליכע בשורה אין די יעצטיגע מינוטן, אז מ'האט נארוואס אפגעפינען די פארלוירענע פרױען וואס זענען פארכאפט געווארן דורך לב טהור, אלע פון זיי אין א גוטע געזונט צושטאנד!
א גאר פריידיגע און געהויבענע שטימונג נעמט ארום גאנץ כלל ישראל בכלל און די עסקנים בפרט הערנדיג די גאר פרייליכע נייעס, נעמענדיג אין באטראכט די אומבאגרייפליכע ארבעט און אומצאליגע השתדלות'ן וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט אן אויפהער, געקלאפט ביי די העכסטע פענסטער און איבערגעקערט יעדע שטיינדל מסוף העולם ועד סופו, און אריינגעגאסן אומגלויבליכע אסטראנאמישע סכומים יעדן איינציגסטן טאג צו טרעפן די אכט אומשולדיגע פרויען געזונטערהייט און זיי פאראייניגן מיט זייערע מענער וועלכע האבן ארויסגעקוקט די גאנצע צייט מיט אנגסט און האפענונג זיך צו טרעפן און פאראייניגן מיט זייערע ווייבער ווי אמשנעלסטן און אין א גוטע צושטאנד.
די פרויען זענען ב"ה אפגעפינען געווארן נאכדעם וואס די פארכאפער האבן אנגעהויבן שפירן ווי די שטריק ארום זייער האלז ווערט מער און מער פארשטייפט, די אגרעסיווע שריט און אומבאגרעניצטע דרוק וואס די עסקנים האבן געלייגט אויף די קולט פירער האבן אנגעהויבן ברענגען ערנסטע רעזולטאטן, און א שרעקליכע פאניק האט ארומגענומען די פירער נאכן זעהן זייער קלאר וואס די עסקנים צוזאמען מיט די געדונגענע אינוועסטיגעישן פירמע קענען אלס באווייזן און וואס זיי זענען גרייט און אומשטאנד צו טוהן כדי צו טרעפן די קינדער, און רעאליזירנדיג אז זיי שטייען אויס צו שמאכטן צענדליגע יארן אין טורמע צוליב הארבע קינדנעפינג קלאגעס, האבן זיי פון גרויס פארצווייפלונג שנעל ארויסגעגעבן די קינדער פון זייער גוטן ווילן, פארשטייענדיג אז זייער סוף איז נאנט און א יעדע ליאדע מינוט קען פאסירן דאס ארגסטע פון וואס זיי פארכטן זיך אזוי, ממילא האבן זיי אויסגעקליבן צוריקצוגעבן די קינדער מרצונם הטוב די לעצטע מינוט צו פארמיידן גאר א ביטערע ענדע.
(די איבריגע דעטאלן ארום די באפרייאונג וועט שפעטער נאכפאלגן.)
כלל ישראל שרייט אויס צו די געטרייע עסקנים ובראשם הרה"ג ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א ושותפו עמו הר"ר אברהם גרינהוט ני"ו, חזקו ואמצו! גייט אן ווייטער מיט אייערע מסירות נפש פעולות ביזן אינגאנצן פארניכטן די שרעקליכע קולט און באפרייען די טייערע אומשולדיגע קינדערלעך פון אונטער זייערע לאפעס!
און די עסקנים שרייען אויס צו כלל ישראל, אשריכם! מי כעמך ישראל! נאר מיט אייער ווארעמע הילף און שטיצע און האט מען בס"ד געקענט אנקומען צום היינטיגן טאג און באוויזן צו דערגרייכן דאס אומגלויבליכע! און נאר מיט ענקער ווייטערדיגע שטיצע וועט מען בס"ד באווייזן ארויסצוראטעווען אלע קינדערלעך מאפילה לאור גדול!
אין ווייטערדיגע פאזיטיווע אנטוויקלונגען ארום די ברעכנדע נייעס איבער די באפרייאונג פון די באהאלטענע פרויען, קומט יעצט אריין די גאר שטארקע נייעס אז בס"ד איז געלונגען אויסצוארבעטן דאס אויסמיידן די פרויען פון צו דארפן דורכגיין די גאר קאמפליצירטע פעמילי קאורט סיסטעם ביזן קענען גיין פריי און ארויספארן פון גוואטעמאלא!
ווי ערווענט דורך העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום ביים חוה"מ פאנעל, האבן די עסקנים גאר העפטיג געקעמפט און געארבעט זיכער צו מאכן אז ווען די רעגירונג וועט אפגעפינען די פארלוירענע פרויען, זאלן זיי נישט דארפן דורכגיין די ענדלאזע געריכט סיסטעם וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א שווערע קאמפליצירטע און עקסטרעם לאנגע פראצעדור, און ב"ה אז די גרויסע פעולות האבן געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן און בס"ד וועלן די פרויען גאר אינגיכן באפרייט ווערן און פארן קיין אמעריקע און קאנאדע וואו זיי פארמאגן בירגערשאפט, און נאך בלויז צוויי דריי וואכן ווען די אגענטורן פון די אלע דריי לענדער וועלן אויסארבעטן די נויטיגע לעגאלע דעטאלן אין בעפארברייטונג צו די אנקום פון די פרויען, וועלן זיי שוין קענען ארויספארן אױף דער פריי צו זייער פאמיליע אין אמעריקע און קאנאדע.
אין נאך א רינגעלע אינעם קייט פון סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט די פארלוירענע פרויען און מיידלעך, איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז די חתונה געהאטע פרויען האבן ב"ה נישט געהאט קיין קינדער אין די צייט אפשניט וואס זיי האבן זיך געפינען אין באהעלטעניש!