כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 242
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס איז געבליבן מיט די בחור וואס מען האט אים געטראפן ביי די אבלאווע פאריגע וואך וואס האט געהאלטן פיר טאג פארן ווערן אכצן
יעצט ווען ער איז שוין אכצן האט מען אים שוין ארויס געלאזט פון שעלטער?

- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 103
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 421
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א הארציגן ייש''כ פאר הרב שמחה של מצוה הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
₪180
לכבודי ולכבוד הרב @שמואל פוקס הי''ו
ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
טייערע אידן!! העלפטס און ווערטס געהאלפן!!!!
https://www.dryveup.com/mission/511798

מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 103
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 421
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א הארציגן ייש''כ פאר הרב הרוצה בעילום שמו הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
$10
ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
טייערע אידן!! העלפטס און ווערטס געהאלפן!!!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
$10
ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
טייערע אידן!! העלפטס און ווערטס געהאלפן!!!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 58
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 2:31 pm אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור, וואס אונטער זיין פירערשאפט האט ער נישט ערלויבט קיין לב טהור מיטגלידער וואס זענען געווען נישט געזונט זיך צו גיין היילן ביי א געהעריגע דאקטאר, און דאס האט ליידער געקאסט אסאך אסאך נפשות רח"ל.
אין דער בראשור וואס די קאמפיין להצלת ילדי גואטאמאלא ווערט אראפגעברענגט א מעשה מיט 'עובדיה הגר' די דאקטאר פון לב טהור. די מעשה ענדיגט זיך אז ווען מען האט איהם געוואלט גט'ן פון זיין ווייב (א גיורת) האט ער איינגעזעהן אז דא איז נישט קיין גיטע פלאץ אן ער האט אנטלאפן פון דארט.
איך ברענג דא אראפ די מעשה אין א ספוילער
► Show Spoiler
וואס גייט דא פאר???
מען רעדט דא פון די זעלבע מענטש??
אפשר איז ער ארויס און דאן איז ער צוריקגעגאנגען? (אזויווי אוריאל גאלדמאן... אגב, ווער קען קאנפירמען אז אוריאל גאלדמאן האט טאקע געוואלט פארלאזן לב טהור?)
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוריאל גאלדמאן איז שוין געווארן קאנפירמד אז ס'איז געווען א שפיל (אדער אפשר סתם צוריגעצויגן)נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 3:27 pmסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 2:31 pm אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור, וואס אונטער זיין פירערשאפט האט ער נישט ערלויבט קיין לב טהור מיטגלידער וואס זענען געווען נישט געזונט זיך צו גיין היילן ביי א געהעריגע דאקטאר, און דאס האט ליידער געקאסט אסאך אסאך נפשות רח"ל.
אין דער בראשור וואס די קאמפיין להצלת ילדי גואטאמאלא ווערט אראפגעברענגט א מעשה מיט 'עובדיה הגר' די דאקטאר פון לב טהור. די מעשה ענדיגט זיך אז ווען מען האט איהם געוואלט גט'ן פון זיין ווייב (א גיורת) האט ער איינגעזעהן אז דא איז נישט קיין גיטע פלאץ אן ער האט אנטלאפן פון דארט.
איך ברענג דא אראפ די מעשה אין א ספוילער► Show Spoiler
וואס גייט דא פאר???
מען רעדט דא פון די זעלבע מענטש??
אפשר איז ער ארויס און דאן איז ער צוריקגעגאנגען? (אזויווי אוריאל גאלדמאן... אגב, ווער קען קאנפירמען אז אוריאל גאלדמאן האט טאקע געוואלט פארלאזן לב טהור?)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 231
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2341
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוריאל גאלדמאן האט נישט צוריקגעצויגן און ער וויל נאכאלץ פארלאזן לב טהור, ער האט זיך אנגעשטויסן אין געוויסע טעכנישע פראבלעמען, ממילא איז ער נאך געבליבן דערווייל אין לב טהור.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 110
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 632
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יישר כח הרב שמחה של מצוה.מנהיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 2:48 pm א הארציגן ייש''כ פאר הרב שמחה של מצוה הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
₪180
לכבודי ולכבוד הרב @שמואל פוקס הי''ו
ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!
טייערע אידן!! העלפטס און ווערטס געהאלפן!!!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 506
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5327
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיר האבן עס מברר אינאיינעם מיט ידידי @שמואל פוקס און מיר האבן גערעדט מיטן שרייבער פונעם בריוו. דער שרייבער האט דאס געשריבן נאכן רעדן מיט עטליכע אידן אין לב טהור, און זיי האבן געוואלט דעי מעסידש זאל ארויסקומען (אזא אפציע האב איך גראדע געהאט געשריבן ביים שפעקעלירן ווער דער שרייבער איז אין מיין היינטיגע תגובה) . ר' שמואל איז גערעכט געווען אז נישט א לב טהור מיטגליד האט עס געשריבן, אבער ס'איז יא די מעסידש פון אידן וועלעכע געפינען זיך נאך יא אין לב טהור.על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 10:06 amבנוגע דעם בריוושמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.
איך האב דאס שוין געזאגט גראד פון אנהויב, נאר וויבאלד עטליכע האבן זיך געדינגען מיט מיר און געזאגט אז עס קומט קלאר פון דארט, האב איך געמאכט מיין ריסערטש און עס איז ביי מיר קלאר אז קיינער דארט האט אזוי נישט געשריבן. איך וועל בלויז אנכאפן עטליכע נקודות וואס האט מיר געמאכט אזוי טראכטן, אבער עס איז פארהאן אסאך מער סימנים אז דאס קומט נישט פון דארט.
1. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן אויף קאשוי רב דער טיטל ז"ל.
2. ס'איז נישטא דארט קיינער, אבער קיינער, וואס קען אזוי גוט שרייבן די מליצות און די פסוקים, אויסער חיים צבי מלכא מיט יעקב נחום אדער יואל וויינגארטן, און דאס ווייסט איר אליין, אז זיי האבן עס נישט געשריבן (די לשון פאסט אביסל פאר חיים צבי). אפשר אויך דער ריש-סידרא - ר' אלעזר רומפלער קען דאס שרייבן, אבער דאס איז נישט זיין לשון און שפראך.
3. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן פארן עולם אז מען זאל קומען קיין אמעריקע. אזא השקפה איז דארט אפגעפרעגט און מען טאר דאס אפילו נישט ארויסזאגן פון מויל. לויטן חכם איז אמעריקע א סכנה בגשמיות און ברוחניות און מען טאר זיך נישט דארט געפינען. ס'איז פון די אלף-בית דארט.
4. ס'איז דא נאך קלייניגקייטן, וואו מען זעט אויפן שריפט אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון דארט. לדוגמא, דער ווארט 'בעפאר', וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן פעראגראף. דאס איז א ווארט וואס ווערט נישט גענוצט דארט. צווישן אמעריקאנער אידן נוצט מען דאס כסדר, אבער דארט האב איך עס נאכנישט געהערט נוצן. אזוי אויך איז דא נאך אסאך ווערטער און אויסדרוקן, וואס איינער וואס האט פארברענגט מיט זיי און פארשטייט א פרק אין שרייבעריי, זעט גראד אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון איינעם וואס איז דארט.
פארוואס שרייב איך דאס אלעס?
ווייל איך וויל נאכאמאל ערווענען, דאס וואס איך האב שוין דערמאנט אין דעם אשכול: גלויבט נישט יעדע זאך וואס ווערט דא געברענגט אויף אידטיש. קויפט נישט אפ יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די גאס, אפילו אויב דו הערסט עס פון איינעם וואס זאגט אז ער "ווייסט קלאר". ס'דרייען זיך ארום אסאך שטותים און נארישקייטן, מענטשן הערן זאכן און מיינען אז זיי פארשטייען אלעס, און זאגן דאס נאך איבער מיט א התפעלות. איך הער היינט אין בית-המדרש, ווי אזוי איינער איז "מסביר" ווי אזוי לב-טהור ארבעט און די פסיכילאגיע פון זיי, גאנצע מבינות זאגט ער דארט, בשעת איך שטיי אין די זייט ווי א פשוט'ע צוהערער וואס ווייסט גארנישט, און איך קוועל פון נחת ווי אזוי מענטשן קויפן נאך אפ מיט התפעלות פון יענעמ'ס "ידיעות". מענטשן "ווייסן" שוין היינט אז די וויינגארטנס האבן גע'הרג'עט דעם רבי'ן, מען דעבאטירט אין גרויסן צי מען רעדט פון א קבוצה ממזרים און מען איז שוקל צי מען זאל זיי אריינלאזן אין די מוסדות - ברוך-השם אז די צרה האלט שוין ביים קומען צו אן ענדע און מען פארשטייט שוין אביסל. שוידערליכע לעגענדעס דרייען זיך ארום, איינס מיסטישער פונעם אנדערן, ס'האלט שוין ביי 'תיבעל לטפסר תחילה' איז דארט איינגעפירט אלס א מצווה. איינער האט שוין אפילו געזאגט ברבים אז אין לב-טהור האנדלט מען מיט אברים פון מענטשן און פון דארט לעבן זיי...
נישט אז איך בארעכטיגט לב-טהור חלילה. עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוולות וואס ווערן דארט געטון. איך קען אפילו מוסיף זיין און זאגן, אז פיל שוידערליכע עוולות פון דעם פלאץ, איז אפילו נאכנישט ארויסגעקומען אויף די גאס און מען ווייסט ניטאמאל דערפון. אבער נישט יעדע שמועס אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל, מוז אנגענומען ווערן אלס ריכטיג. דער עיקר איז אז דער עולם האט ארויס דעם כלליות'דיגן בליק און יעדער פארשטייט אז לב-טהור איז א פראבלעם. די פרטים דערפון מוז מען נישט גלויבן יעדע שמועה כנתינתן מסיני.
כללו של דבר: גלויבט נישט אלעס וואס איר ליינט און וואס איר הערט.
יעצט, קיינער זאל נישט קומען זאגן אז איך נעם זיך אן פאר לב-טהור. פארקערט, איך בין עוסק אינאיינעם מיט די עסקנים למען הצלת הילדים, און די עסקנים וועלן דאס מעיד זיין. אבער נישט יעדע שמויגער וואס קומט זאגן א ווארט, איז קודש-קדשים וואס מען רעדט. און, למען האמת, דאס באדערט מיר אויך. מענטשן מיט ווייניג ידיעות קומען אן, און שרייבן און זאגן פלענער פאר די עסקנים. מען האט שוין קריטיק, פארוואס טוט מען אזוי און פארוואס נישט אזוי... די עסקנים פארשטייען נישט אז טאמער טוט מען אזוי וועט זיין אזא פראבלעם וכו'... מען רעדט ווי גאנצע מבינים, בשעת מען האט נישט ארויס די אלף-בית פון די פראבלעמען. הנח להם להעסקנים אז זיי פארשטייען גאנץ גוט וואס איר מיינט אז איר פארשטייט בעסער פון זיי. איך גיב אייך מיין ווארט.
הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.
הבהרה ב:
ווי איר זעט אליין, בין איך כמעט נישט אקטיוו אויף אידטיש. איך האב ווייניג צייט און בעיקר האב איך געשריבן בלויז דא אין דעם אשכול, און כמעט אויך נאר ווען איך האב קאמפיינט פאר געלט וכו'. איך בין פארנומען און עס איז מיר שווער צו שרייבן באריכטן און זאגן וואס יא און וואס נישט. עס זענען ב"ה דא אנדערע וואס טוען די ארבעט. איך בין דא יעצט, ווייל עס ווייטאגט מיר צו זען ווי אזוי מענטשן ליינען דא און נעמען אינפארמאציע פון דאהי, בשעת עס ווערן דא גערעדט שטותים. וויל איך שרייבן און זאגן אז מען זאל נישט גלויבן אלעס פון דא. דער בריוו איז א גוטער דוגמא פון א זאך וואס דרייט זיך ארום, און עס איז גאנץ זיכער שקר.
ובזה יצאתי יד"ח.
א) איך האב עס קיינמאל נישט קאמפירמד אלץ קראנט, נאך וואס איך בין עס נישט אליין נאכגעגאנגען, איך האב סך הכל געברענגט א בריוו וואס ר' שמעון פאזען האט מפרסם געווען.
ב) נאך וואס געוויסע האבן געפרעגט אויב אלע יוצאים רעדן אזוי האב איך קלארגעשטעלט אז מען זעט אליין אינעם בריוו אז מען רעדט פון א לב טהור'ניק.
ג) אויף די שאלה אויב עס איז אן אמת'ע בריוו אדער נישט, מצד אחד איז ר' שמואל מעורר שטארקע נקידות, מצד שני קען דאך זיין אז א לב טהור'ניק האט געבעטן א היזיגער עס אראפצושרייבן, און עס איז געשריבן פאליטיש לויט יענעמ'ס דעת צוליב געוויסע סיבות, אדער קען זיין אז דער כותב הבריוו איז בעצם מער אויפגעקלערט ווי דעם און ער שפילט נאר, און וועגן דעם האט ער פארזען די נושא פונעם חכם וכדו'.
ד) איך באדאנק מיך פאר ר' שמואל פארן מיך באשטעטיגן אלץ קראנטע אינפאו ברענגער, איך וויל אויך צולייגן אז דער ניק @סענס אף יומער ווייס איך אז ער איז בקשר מיט העסקן הדגול ר' יואל יושע העשיל בלום, און אלע זיינע אינפאו קומען דירעקט פון ר' יואל יושע העשיל, און עס איז 100 פראצענט קראנט, אזוי ווי דער עולם האט זיך שוין איבערצייגט דא בעבר, און מיר זענען אים שטארק מכיר טוב אויף די כסדר'דיגע ווארע.
ה) בנוגע די לעגענדעס וועלעכע קורסירן ארום אין די גאסן אויף לב טהור, ס'איז טאקע א פראבלעם, און אני הק' קען עס אויך נישט הענדלעך אסאך מאל... איינער האט מיר אמאל געפרעגט 'זיי קענען מאכן ברכות?' אדער 'זיי רעדן יודיש'? מען זעט אז מענטשן האבן נישט ארויס די א''ב פון לב טהור און זייערע פראבלעמען, ומי לנו גדול פון אזא גרינטליכער חוקר המפורסם בה''א הידועה ר' שמואל הי''ו וועלעכע האט ליב מברר צו זיין זאכן ריכטיג. אבער מצד שני האב איך שוין גערעדט אמאל מיט ר' שמואל דערוועגן און אים געזאגט אז להבדיל אויפן צווייטן וועלט מלחמה דרייען זיך זיכער אויך ארום לעגנדעס און מענטשן האבן מסתם איך נישט ארויס ריכטיג וואס גענוי ס'האט זיך דארטן אפגעשפילט, אזוי אויך אויף אקטואבער 7 זענען דא בערג מיט לעגנדעס וואס דרייען זיך ארום.. טא וואס קען מען טון? כך הוא דרכה של עולם...
די יוצאים זענען ב''ה כופר בכל קיצו של יו''ד פון לב טהור, אבער געוויסע פון די וועלעכע זענען נאך דארט האבן די סארט השקפה פונעם בריוו, און עס ברענט זיי שטארק אז די מעסידש זאל אנקומען צו די איבריגע ציבור.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2688
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6246
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זייער ערנסטע אינוועסטיגעישאנס דא אויף א בריוו פון לב טהור.... נעבעך. דער אויבערשטער זאל זיי אלע אויסלייזן.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 506
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5327
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מען רעדט פון אן ערנסטע פרשה, ס'דא אידן וועלעכע בלוטיגן יעדן טאג אויפן מצב, ס'דא אידן וועלעכע האבן קרובים דארט, און עס איז שטארק נוגע צו וויסן די מצב, אזא בריוו ווארפט א שטיקל ליכט אויף וואו די זאך האלט.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 7:53 pm זייער ערנסטע אינוועסטיגעישאנס דא אויף א בריוו פון לב טהור.... נעבעך. דער אויבערשטער זאל זיי אלע אויסלייזן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוריאל איז פון די רוצחים? אדער נעבעך טיף טייער פארכאפט? ווייל ער קוקט אויס צי זיין (אדער געווען) גאר אקטיוו דארט שוין יארן לאנג.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 5:02 pm אוריאל גאלדמאן האט נישט צוריקגעצויגן און ער וויל נאכאלץ פארלאזן לב טהור, ער האט זיך אנגעשטויסן אין געוויסע טעכנישע פראבלעמען, ממילא איז ער נאך געבליבן דערווייל אין לב טהור.
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 231
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2341
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פרישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גוואטעמאלא.
פארגאנגענע וואך בשעת ס'איז פארגעקומען די מאסיווע אבלאווע אויפן שטעטל בבל פון לב טהור, האבן די פאליציי ארעסטירט 11 מיטגלידער פונעם קולט און זיי אוועקגעפירט אונטער אימיגראציע ארעסט, צוליב דעם וואס זיי געפינען זיך אין גוואטעמאלא אומלעגאל מיט אויסגעלאפענע וויזעס. נאך שבת האבן די אויטאריטעטן באפרייט די 11 מענטשן מיט א שטרענגע דעדליין, אז ביז 10 טעג מוזן די אלע באטרעפנדע ארויספארן פון גוואטעמאלא און עפלייען פאר א נייע וויזע, וויבאלד מ'קען נישט עפלייען פאר א נייע וויזע ווילאנג מ'געפינט זיך נאך אין לאנד.
די 11 מיטגלידער האבן באשטעלט טיקעטס און אנגעהויבן מאכן פלענער ארויסצופארן פון גוואטעמאלא דעם קומענדיגן זונטאג, כדי צו קענען עפלייען פאר א נייע וויזע און דערנאך קענען צוריק אריינקומען אין גוואטעמאלא, און זיי האבן נישט פארדעכטיגט אז זיי גייען זיך אנשטויסן אין סיי וועלכע קאמפליקאציעס, וויבאלד די רעגירונג האט גארנישט געזאגט פון פאראויס אז זיי וועלן בכלל נישט קענען צוריק אריינקומען אין גוואטעמאלא.
איין פארפאלק, יואל דוד אלטער וב"ב, האבן שוין פארלאזט גוואטעמאלא אינמיטן די וואך און געפארן קיין מעקסיקא מיטן פלאן צו עפלייען דארטן פאר א נייע וויזע צו קענען צוריק אריינפארן אין גוואטעמאלא, אבער די מעקסיקאנע רעגירונג האט צוריקגעוויזן זייער פארלאנג און נישט ערלויבט די פארפאלק אריינצוקומען אין מעקסיקא. זעענדיג אז אין מעקסיקא וועלן זיי נישט מצליח זיין, האבן זיי פרובירט גלייך צוריקצופארן קיין גוואטעמאלא, אבער צו זייער שאק און איבערראשונג, האט די גוואטעמאלא רעגירונג אנטזאגט זייער פארלאנג און קלארגעשטעלט פאר די פארפאלק, אז זיי זענען מער נישט ערלויבט איבערצוטרעטן די גוואטעמאלא באדן!
ביזדערווייל האלטן זיי זיך אויף אויף א געוויסע ליידיגע שטח וואס איז נישט אונטער די בעלות פון מעקסיקא און גוואטעמאלא, און די עסקנים ארבעטן אויסצוהאמערן א דיעל מיט די גוואטעמאלא רעגירונג, אז זיי זאלן ערלויבן די פארפאלק אריינצוקומען אין גוואטעמאלא, בלויז צו קענען פארן פון דארטן קיין קאנאדע וואו זיי פארמאגן בירגערשאפט.
פאלגנד איז די ליסטע פון די 11 מיטגלידער וואס זענען באפוילן געווארן צו פארלאזן גוואטעמאלא ביז די באשטימטע דעדליין:
1) חיים צבי גאלדבערגער
2-3) הילל שמעון מלכא וב"ב
4) אברהם יודא לייביש מלכא
5) ברכה מלכא לאווער
6-7) אברהם קושאני וב"ב
8-9) יואל דוד אלטר וב"ב
10) מיכאל יודא גאלדמאן
11) פנחס פעדער

די אלע חברה זענען אומשולדיגע פארגלייבטע וויקטים'ס אדער א טייל זענען פון די שלענג?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:58 am פרישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גוואטעמאלא.

כאן 11
לאחר שנמלט לאל סלבדור: אליעזר רומפלר, מראשי כת "לב טהור", יוסגר לישראל
בית המשפט באל סלבדור נענה לבקשת הפרקליטות הישראלית, והחליט היום (חמישי) להסגיר לישראל את אחד מראשי כת "לב טהור", אליעזר רומפלר,...
לאחר שנמלט לאל סלבדור: אליעזר רומפלר, מראשי כת "לב טהור", יוסגר לישראל
בית המשפט באל סלבדור נענה לבקשת הפרקליטות הישראלית, והחליט היום (חמישי) להסגיר לישראל את אחד מראשי כת "לב טהור", אליעזר רומפלר,...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 58
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אשת? ר' יוחנן האט נאך געשוויסטער דארטן?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:58 am
פאלגנד איז די ליסטע פון די 11 מיטגלידער וואס זענען באפוילן געווארן צו פארלאזן גוואטעמאלא ביז די באשטימטע דעדליין:
5) ברכה מלכא לאווער
שוין איינמאל אינטערעסירט...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 242
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי זענען געגאנגען די אנדערע מענטשן און וואס איז די פלאן מיט זיי זיי גייען בלייבן לב טהור חברה אפשר גייען זיי נאך עפענען א קהילה אין אמעריקע?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:58 am פרישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גוואטעמאלא.
פארגאנגענע וואך בשעת ס'איז פארגעקומען די מאסיווע אבלאווע אויפן שטעטל בבל פון לב טהור, האבן די פאליציי ארעסטירט 11 מיטגלידער פונעם קולט און זיי אוועקגעפירט אונטער אימיגראציע ארעסט, צוליב דעם וואס זיי געפינען זיך אין גוואטעמאלא אומלעגאל מיט אויסגעלאפענע וויזעס. נאך שבת האבן די אויטאריטעטן באפרייט די 11 מענטשן מיט א שטרענגע דעדליין, אז ביז 10 טעג מוזן די אלע באטרעפנדע ארויספארן פון גוואטעמאלא און עפלייען פאר א נייע וויזע, וויבאלד מ'קען נישט עפלייען פאר א נייע וויזע ווילאנג מ'געפינט זיך נאך אין לאנד.
די 11 מיטגלידער האבן באשטעלט טיקעטס און אנגעהויבן מאכן פלענער ארויסצופארן פון גוואטעמאלא דעם קומענדיגן זונטאג, כדי צו קענען עפלייען פאר א נייע וויזע און דערנאך קענען צוריק אריינקומען אין גוואטעמאלא, און זיי האבן נישט פארדעכטיגט אז זיי גייען זיך אנשטויסן אין סיי וועלכע קאמפליקאציעס, וויבאלד די רעגירונג האט גארנישט געזאגט פון פאראויס אז זיי וועלן בכלל נישט קענען צוריק אריינקומען אין גוואטעמאלא.
איין פארפאלק, יואל דוד אלטער וב"ב, האבן שוין פארלאזט גוואטעמאלא אינמיטן די וואך און געפארן קיין מעקסיקא מיטן פלאן צו עפלייען דארטן פאר א נייע וויזע צו קענען צוריק אריינפארן אין גוואטעמאלא, אבער די מעקסיקאנע רעגירונג האט צוריקגעוויזן זייער פארלאנג און נישט ערלויבט די פארפאלק אריינצוקומען אין מעקסיקא. זעענדיג אז אין מעקסיקא וועלן זיי נישט מצליח זיין, האבן זיי פרובירט גלייך צוריקצופארן קיין גוואטעמאלא, אבער צו זייער שאק און איבערראשונג, האט די גוואטעמאלא רעגירונג אנטזאגט זייער פארלאנג און קלארגעשטעלט פאר די פארפאלק, אז זיי זענען מער נישט ערלויבט איבערצוטרעטן די גוואטעמאלא באדן!
ביזדערווייל האלטן זיי זיך אויף אויף א געוויסע ליידיגע שטח וואס איז נישט אונטער די בעלות פון מעקסיקא און גוואטעמאלא, און די עסקנים ארבעטן אויסצוהאמערן א דיעל מיט די גוואטעמאלא רעגירונג, אז זיי זאלן ערלויבן די פארפאלק אריינצוקומען אין גוואטעמאלא, בלויז צו קענען פארן פון דארטן קיין קאנאדע וואו זיי פארמאגן בירגערשאפט.
פאלגנד איז די ליסטע פון די 11 מיטגלידער וואס זענען באפוילן געווארן צו פארלאזן גוואטעמאלא ביז די באשטימטע דעדליין:
1) חיים צבי גאלדבערגער
2-3) הילל שמעון מלכא וב"ב
4) אברהם יודא לייביש מלכא
5) ברכה מלכא לאווער
6-7) אברהם קושאני וב"ב
8-9) יואל דוד אלטר וב"ב
10) מיכאל יודא גאלדמאן
11) פנחס פעדער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אבער פאר אים מצדו די גרעסטע צרה צו זיין פארכאפט ביי די ציונים...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 231
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2341
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ברוך מתיר אסורים!
עס קומט אריין די פרייליכע נייעס, אז ר' אלעזר רומפלער, אן אומשולדיגע לב טהור מיטגליד וועלכע האט געשמאכטעט אין די פינסטערע על סאלוואדאר טורמעס די לעצטערע חדשים, וועט בס''ד באפרייט ווערן פון על סאלוואדאר און דעפארטירט ווערן קיין א''י אין די קומענדיגע צוויי דרייי טעג, נאכדעם וואס די על סאלוואדאר סופרים קאורט האט ענדגילטיג אונטערגעשריבן דעם פסק.
נאכדעם וואס ר' אלעזר איז געפארן קיין א''י זיצן שבעה נאך זיין טאטן, האט די רעגירונג אים נישט געלאזט ארויספארן פון א''י, צוליב געוויסע קלאגעס פארבינדן צו לב טהור, און נאכדעם וואס לב טהור האט אים פארשאפט א פאלשע פאספארט, האט ער זיך ארויסגעשווערצט פון א''י און צוריקגעפארן קיין גואטעמאלא. ווי נאר די מדינה האט געכאפט וואס דא האט פאסירט, האבן זיי ארויפגעשטעלט א אינטערפאל אלערט אויף ר' אלעזר אז ער זאל נישט קענען אריבערפארן קיין שום גרעניץ צו א אנדערע לאנד, נאר תיכף ומיד ארעסטירט ווערן און אויסגעליפערט ווערן קיין א''י.
עטליכע חדשים צוריק, געציילטע וואכן נאך דאס אוועקנעמען די לב טהור קינדער און זיי אריינלייגן אין שעלטער, האט די לב טהור הנהלה באשלאסן זיך אריבערצוציען און גרינדן די קולט פון פריש אין על סאלוואדאר, מיטן האפענונג אז ס'וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קינדער, און תיכף דערנאך אנטלויפן קיין על סאלוואדאר און זיך דארטן באזעצן. די הנהלה האט ארויסגעשיקט א משלחת צו פארן קיין על סאלוואדאר כדי צו טרעפן א פאסיגע ארט און אנגרייטן דעם פלאץ פאר די כת אהינצוקומען אין די ערשטע געלעגנהייט, און צווישן די משלחת האט זיך אויך געפינען ר' אלעזר רומפלער. ווי נאר די גרופע איז אנגעקומען צום גרעניץ פון על סאלוואדאר, האבן די פאליציי ארעסטירט ר' אלעזר צוזאמען מיט נאך אנדערע מיטגלידער, און זיי אריינגעשליידערט אין די וועלט בארימטע שרעקליכע על סאלוואדאר טורמעס. נאך די אונטערווענץ פון די געטרייע עסקנים ארויסצוהעלפן ר' אלעזר, וואוסנדיג וואסערע שרעקליכע געפאר עס לויערט אויף אים ברוחניות ובגשמיות, האט די ארטיגע רעגירונג געגעבן א אויסוואל פאר ר' אלעזר צו ווערן דעפארטירט ווערן קיין א''י ביז געציילטע טעג, און נישט דארפן שמאכטן אין די שרעקליכע טורמע. אבער דאן האט זיך די לב טהור פירערשאפט אריינגעמישט, און צוליב זייערע פריוואטע אינטערעסן, האבן זיי אנגעזאגט פאר ר' אלעזר נישט צו קאאפערירן, און זיך קעגנשטעלן די פלאן צו פארן קיין א''י, נאר ענדערש בלייבן שמאכטן אין על סאלוואדאר, און גיין אויף טרייעל אין די ארטיגע געריכט.
ליידער ליידער האט טאקע אזוי פאסירט, און ר' אלעזר איז נעבעך געבליבן שמאכטן אין די געפארפולע על סאלוואדאר תפיסה צווישן די ערגסטע פארברעכער. מ'האט אים ליידער אפגעשוירן די בארד און פיאות, ער האט נישט געהאט קיין תפילין, קיין כשר'ס צו עסן, אלעס צוליב לב טהור'ס אייגענע אינטערעסן אז ער זאל נישט אנקומען קיין א''י.
אין געווענליכע אומשטענדן וואלט גענומען צווישן א האלבע יאר און א יאר צו גיין אויף טרייעל, אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.

@סענס אף יומער
רומפלער גייט מיט זיין ווייב און קינדער אדער אליינס?

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 242
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין ארץ ישראל גייט ער אבער אויך אריין אין תפיסה נישט אזוי?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm ברוך מתיר אסורים!
עס קומט אריין די פרייליכע נייעס, אז ר' אלעזר רומפלער, אן אומשולדיגע לב טהור מיטגליד וועלכע האט געשמאכטעט אין די פינסטערע על סאלוואדאר טורמעס די לעצטערע חדשים, וועט בס''ד באפרייט ווערן פון על סאלוואדאר און דעפארטירט ווערן קיין א''י אין די קומענדיגע צוויי דרייי טעג, נאכדעם וואס די על סאלוואדאר סופרים קאורט האט ענדגילטיג אונטערגעשריבן דעם פסק.
נאכדעם וואס ר' אלעזר איז געפארן קיין א''י זיצן שבעה נאך זיין טאטן, האט די רעגירונג אים נישט געלאזט ארויספארן פון א''י, צוליב געוויסע קלאגעס פארבינדן צו לב טהור, און נאכדעם וואס לב טהור האט אים פארשאפט א פאלשע פאספארט, האט ער זיך ארויסגעשווערצט פון א''י און צוריקגעפארן קיין גואטעמאלא. ווי נאר די מדינה האט געכאפט וואס דא האט פאסירט, האבן זיי ארויפגעשטעלט א אינטערפאל אלערט אויף ר' אלעזר אז ער זאל נישט קענען אריבערפארן קיין שום גרעניץ צו א אנדערע לאנד, נאר תיכף ומיד ארעסטירט ווערן און אויסגעליפערט ווערן קיין א''י.
עטליכע חדשים צוריק, געציילטע וואכן נאך דאס אוועקנעמען די לב טהור קינדער און זיי אריינלייגן אין שעלטער, האט די לב טהור הנהלה באשלאסן זיך אריבערצוציען און גרינדן די קולט פון פריש אין על סאלוואדאר, מיטן האפענונג אז ס'וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קינדער, און תיכף דערנאך אנטלויפן קיין על סאלוואדאר און זיך דארטן באזעצן. די הנהלה האט ארויסגעשיקט א משלחת צו פארן קיין על סאלוואדאר כדי צו טרעפן א פאסיגע ארט און אנגרייטן דעם פלאץ פאר די כת אהינצוקומען אין די ערשטע געלעגנהייט, און צווישן די משלחת האט זיך אויך געפינען ר' אלעזר רומפלער. ווי נאר די גרופע איז אנגעקומען צום גרעניץ פון על סאלוואדאר, האבן די פאליציי ארעסטירט ר' אברהם צוזאמען מיט נאך אנדערע מיטגלידער, און זיי אריינגעשליידערט אין די וועלט בארימטע שרעקליכע על סאלוואדאר טורמעס. נאך די אונטערווענץ פון די געטרייע עסקנים ארויסצוהעלפן ר' אלעזר, וואוסנדיג וואסערע שרעקליכע געפאר עס לויערט אויף אים ברוחניות ובגשמיות, האט די ארטיגע רעגירונג געגעבן א אויסוואל פאר ר' אלעזר צו ווערן דעפארטירט ווערן קיין א''י ביז געציילטע טעג, און נישט דארפן שמאכטן אין די שרעקליכע טורמע. אבער דאן האט זיך די לב טהור פירערשאפט אריינגעמישט, און צוליב זייערע פריוואטע אינטערעסן, האבן זיי אנגעזאגט פאר ר' אלעזר נישט צו קאאפערירן, און זיך קעגנשטעלן די פלאן צו פארן קיין א''י, נאר ענדערש בלייבן שמאכטן אין על סאלוואדאר, און גיין אויף טרייעל אין די ארטיגע געריכט.
ליידער ליידער האט טאקע אזוי פאסירט, און ר' אלעזר איז נעבעך געבליבן שמאכטן אין די געפארפולע על סאלוואדאר תפיסה צווישן די ערגסטע פארברעכער. מ'האט אים ליידער אפגעשוירן די בארד און פיאות, ער האט נישט געהאט קיין תפילין, קיין כשר'ס צו עסן, אלעס צוליב לב טהור'ס אייגענע אינטערעסן אז ער זאל נישט אנקומען קיין א''י.
אין געווענליכע אומשטענדן וואלט גענומען צווישן א האלבע יאר און א יאר צו גיין אויף טרייעל, אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 242
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז נאכאמאל וואס איז די פלאן מיט די אלע וואס מען צווינגט ארויס צו קומען ווי למשל ראמפלער מיט די עלף אנדערע זיי זענען דאך פייער פאר לב טהור?
ר' סענס אף יומער ר' על פי תורה?
ר' סענס אף יומער ר' על פי תורה?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 30
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין די אלגעמיינע פרעסע איז באריכטעט אז ער ווערט אויסגעליפערט קיין א"י אויף די פארלאנג פון די מד"י אינסטאנצען נאכן אנטלויפן פון די דארטיגע געריכט סיסטעים...סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:09 pm אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.
ביטע אויסקלארען...
גייט ער דארט אין תפיסה אדער זיך פאראייניגען מיט זיין משפחה?
בכלל זענען זיינע קינדער "יוצאים", אלע? נאר א חלק? וואס איז מיט זיין ב"ב? נאך אין גלות ל"ט אין בבל?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוודאי אזוי, אבער אין א"י זענען די תפיסות אסאך גרינגערלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:14 pmאין ארץ ישראל גייט ער אבער אויך אריין אין תפיסה נישט אזוי?