על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm
אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא
שלו' וברכה צו אייך דערהויבענע בני חבורה, מיר ווילן דא אביסל שרייבן פון אונזער הארץ צו ענק טייערע חברים
איכה היתה לזונ' קרי' נאמנה, א חלק פון אונז עולי בבל געדענקען נאך די צייטן ווען די חבורה האט זיך געפונען דא אין אמעריקע, אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי בעפאר מען האט זיך געצויגן קיין רימינוב אין קאנאדע, מיר געדענקען די גוטע צייטן, די ווארימקייט און ערליכקייט פון די בני חבורה, עס איז געווען דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו', דאס איז אנגעגאנגן ביז די ביטערע מחלוקת מיט קאשוי וואס כידוע איז קאשוי רב ז"ל געווען נאנט מיטן רבי'ן ביז די קינדער האבן ליידער אנגעהויבן רודפ'ן דעם רבי'ן, מיר אלע ווייסען וואס דער בלום וויל און קען טוהן, אבער דאהי אין אמעריקע האבן זיי קיין שליטה נישט געקענט האבן אויף די הייליגע חבריא נאר נאך וואס די רעגירונג האט פארטריבן דעם רבי'ן פון אמעריקע וועגן הצלת ישי האט זיך די חבורה געמוזט ציען קיין רימינוב, דארט שפעטער האבן די מוסרים אונז גערודפט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בבל
אונזער חבריא איז באשטאנען פון טהורי לב, חסידים פונעם אמאליגען דור וואס גשמיות האט נישט תופס מקום געווען, מען האט געלעבט צוזאמען אבער פאר זיך ווי עס שטייט מה טובו אוהליך יעקב
אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים, דארטן זענען אנגעקומען די קוצים בכרם, די ביטערע ברודער וואס מען האט געמיינט אז זיי מיינען ערליכקייט און טובת הכלל, די רבי האט זיי מקרב געווען און מחזק געווען און חתונה געמאכט, למעשה במשך התקופה האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן זיי אמת'דיגע פרצוף ווי זיי האבן מקיים געווען פני הדור כפני הכלב, ווי עס שטייט אין די גמרא ביים דור שבן דוד בא, בית הוועד, זייערע אפיסעס איז געווען לזנו', זיי האבן מקיים געווען מיט אונז דעם ואנשי גבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, בשעת וואס זיי זענען געזיצן אין תפיסה האבן זיי אונז ארומגעפירט איבער די וועלט, נישט געלאזט קיין מנוחה, צושטערט אונזער חבריא און געפייניגט די קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, אבער לאמיר א מינוט צוריקגיין, דער ספרא דדיינא און יעצטיגע ריש כלה האט נאך ביים אנטלויפן פון רימינוב מקיים געווען דעם נערים ילבינו פני זקנים וזקנים יעמדו לפני נערים, ער האט זיך מתחצף געווען כמה פעמים פארן רבין, ריש מתיבתא און אב"ד, אלעס צוליב זיין תאוות שררה און שליטה, צו קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש, די רבי איז געווען מחולל מפשעיו און האט כמה פעמים נישט געוואלט מער פירן צוליב זייערע התנהגות, זיי זענען די רשעים און ערב רב וואס האבן זיך געמישט אין אונזער הייליגע חבורה, מיר ברויכן זיך צוזאמנעמען און שרייען, ויאמר למלאך המשחית הרף ידיך, נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון אונז! ענק האבן אונז געברענגט צו דעם מצב, נישט נאצי בלום און נישט גרינהוט, ענק חכמים להרע, ענק האבן הנאה בשעת'ן זיצן אין תפיסה ווי אונזערע קינדער ווערן אויסגע'שמד און פארפייניקט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, לאמיר אויסשפייען די נבל הכרמי, זיי זענען די ציונים פון וועמען מיר האבן אלעמאל מורא געהאט, זיי זענען מורדים באומות, זיי האבן געטרעטן אויף יעדע געזעץ און מורד געווען אין רעגירונג נאך רעגירונג, זיי פירן אן בעצת נערים המנוערים מתורה ומצות, זיי זענען מקיים דעם פסוק פון רחבעם'ס יונגע פריינד "אבי העמיס עליכם על כבד ואני אוסיף על עלכם אבי יסר אתכם בשוטים ואני איסר אתכם בעקרבים"
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אונטערווארפן און מקבל זיין דעם עול הגלות בשלימות, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, לאמיר לאזן אזעלכע גוטע יודן ווי הרב פויזען אונז העלפן, לאמיר מקיים זיין די עצת זקנים "אם היום תהיה עבד לעם הזה ועבדתם ועניתם ודברת אליהם דברים טובים והיו לך עבדים כל הימים"
אונזערע ברודער אין אמעריקע ווילן העלפן, זיי פארשטייען די דערהויבענקייט פון די בני חבורה, דא כאפט מען נישט קיין קינדער און דא קען מען זיך פירן ווי די רבי האט זיך דא געפירט, די אמעריקאנער רעגירונג רודפט נישט קיין רעליגיע, דער חכם זיצט דא אין תפיסה נאר וועגן די עצת נערים פון די וויינגארטנס, זיי האבן אנגעברענגט את כל התלאה אשר מצאתנו בדרך, זיי זענען פינסטערע רשעים מיט בלוטיגע הענט, זיי באדערט נישט אז אונזערע קינדער גייען צוגרינד ברוחניות ובגשמיות, זיי טוט נישט וויי קיין חילול קברים און בזיון החיים והמתים, זיי זיצן אין תפיסה ווילן זיי אז אונזערע קינדער זאלן אויך זיין, לאמיר אויפדעקן די אמת'ע טמא'נע פרצופים אונטער זייער פאלטשע שמייכל, עד מתי יהיו לנו למוקש, מען ברויך זיי אויסשליסן פון די חבורה און זיך אליינס צוזאמנעמען בדרך התורה והמסורה, דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו'
מיר וועלן שרייבן נאך מער וועגן זייערע רשעות און תיקונים ווען די צייט וועט קומען, אבער יעצט דארף מען איין זאך "הצלת נפשות ישראל" ראטעווען די קינדער פון שעלטערס און קומען קיין אמעריקע
טייערע ברודער בני החבורה, נעמט אייך צוזאמען און לאמיר ראטעווען אונזערע קינדער
מיר שרייבן מיט בענקעניש און ווארטן אייך צוזעהן דא צוזאמען מיט אונז
חבורת עולי בבל