כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 595
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 505

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא

שלו' וברכה צו אייך דערהויבענע בני חבורה, מיר ווילן דא אביסל שרייבן פון אונזער הארץ צו ענק טייערע חברים
איכה היתה לזונ' קרי' נאמנה, א חלק פון אונז עולי בבל געדענקען נאך די צייטן ווען די חבורה האט זיך געפונען דא אין אמעריקע, אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי בעפאר מען האט זיך געצויגן קיין רימינוב אין קאנאדע, מיר געדענקען די גוטע צייטן, די ווארימקייט און ערליכקייט פון די בני חבורה, עס איז געווען דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו', דאס איז אנגעגאנגן ביז די ביטערע מחלוקת מיט קאשוי וואס כידוע איז קאשוי רב ז"ל געווען נאנט מיטן רבי'ן ביז די קינדער האבן ליידער אנגעהויבן רודפ'ן דעם רבי'ן, מיר אלע ווייסען וואס דער בלום וויל און קען טוהן, אבער דאהי אין אמעריקע האבן זיי קיין שליטה נישט געקענט האבן אויף די הייליגע חבריא נאר נאך וואס די רעגירונג האט פארטריבן דעם רבי'ן פון אמעריקע וועגן הצלת ישי האט זיך די חבורה געמוזט ציען קיין רימינוב, דארט שפעטער האבן די מוסרים אונז גערודפט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בבל
אונזער חבריא איז באשטאנען פון טהורי לב, חסידים פונעם אמאליגען דור וואס גשמיות האט נישט תופס מקום געווען, מען האט געלעבט צוזאמען אבער פאר זיך ווי עס שטייט מה טובו אוהליך יעקב
אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים, דארטן זענען אנגעקומען די קוצים בכרם, די ביטערע ברודער וואס מען האט געמיינט אז זיי מיינען ערליכקייט און טובת הכלל, די רבי האט זיי מקרב געווען און מחזק געווען און חתונה געמאכט, למעשה במשך התקופה האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן זיי אמת'דיגע פרצוף ווי זיי האבן מקיים געווען פני הדור כפני הכלב, ווי עס שטייט אין די גמרא ביים דור שבן דוד בא, בית הוועד, זייערע אפיסעס איז געווען לזנו', זיי האבן מקיים געווען מיט אונז דעם ואנשי גבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, בשעת וואס זיי זענען געזיצן אין תפיסה האבן זיי אונז ארומגעפירט איבער די וועלט, נישט געלאזט קיין מנוחה, צושטערט אונזער חבריא און געפייניגט די קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, אבער לאמיר א מינוט צוריקגיין, דער ספרא דדיינא און יעצטיגע ריש כלה האט נאך ביים אנטלויפן פון רימינוב מקיים געווען דעם נערים ילבינו פני זקנים וזקנים יעמדו לפני נערים, ער האט זיך מתחצף געווען כמה פעמים פארן רבין, ריש מתיבתא און אב"ד, אלעס צוליב זיין תאוות שררה און שליטה, צו קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש, די רבי איז געווען מחולל מפשעיו און האט כמה פעמים נישט געוואלט מער פירן צוליב זייערע התנהגות, זיי זענען די רשעים און ערב רב וואס האבן זיך געמישט אין אונזער הייליגע חבורה, מיר ברויכן זיך צוזאמנעמען און שרייען, ויאמר למלאך המשחית הרף ידיך, נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון אונז! ענק האבן אונז געברענגט צו דעם מצב, נישט נאצי בלום און נישט גרינהוט, ענק חכמים להרע, ענק האבן הנאה בשעת'ן זיצן אין תפיסה ווי אונזערע קינדער ווערן אויסגע'שמד און פארפייניקט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, לאמיר אויסשפייען די נבל הכרמי, זיי זענען די ציונים פון וועמען מיר האבן אלעמאל מורא געהאט, זיי זענען מורדים באומות, זיי האבן געטרעטן אויף יעדע געזעץ און מורד געווען אין רעגירונג נאך רעגירונג, זיי פירן אן בעצת נערים המנוערים מתורה ומצות, זיי זענען מקיים דעם פסוק פון רחבעם'ס יונגע פריינד "אבי העמיס עליכם על כבד ואני אוסיף על עלכם אבי יסר אתכם בשוטים ואני איסר אתכם בעקרבים"
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אונטערווארפן און מקבל זיין דעם עול הגלות בשלימות, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, לאמיר לאזן אזעלכע גוטע יודן ווי הרב פויזען אונז העלפן, לאמיר מקיים זיין די עצת זקנים "אם היום תהיה עבד לעם הזה ועבדתם ועניתם ודברת אליהם דברים טובים והיו לך עבדים כל הימים"
אונזערע ברודער אין אמעריקע ווילן העלפן, זיי פארשטייען די דערהויבענקייט פון די בני חבורה, דא כאפט מען נישט קיין קינדער און דא קען מען זיך פירן ווי די רבי האט זיך דא געפירט, די אמעריקאנער רעגירונג רודפט נישט קיין רעליגיע, דער חכם זיצט דא אין תפיסה נאר וועגן די עצת נערים פון די וויינגארטנס, זיי האבן אנגעברענגט את כל התלאה אשר מצאתנו בדרך, זיי זענען פינסטערע רשעים מיט בלוטיגע הענט, זיי באדערט נישט אז אונזערע קינדער גייען צוגרינד ברוחניות ובגשמיות, זיי טוט נישט וויי קיין חילול קברים און בזיון החיים והמתים, זיי זיצן אין תפיסה ווילן זיי אז אונזערע קינדער זאלן אויך זיין, לאמיר אויפדעקן די אמת'ע טמא'נע פרצופים אונטער זייער פאלטשע שמייכל, עד מתי יהיו לנו למוקש, מען ברויך זיי אויסשליסן פון די חבורה און זיך אליינס צוזאמנעמען בדרך התורה והמסורה, דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו'
מיר וועלן שרייבן נאך מער וועגן זייערע רשעות און תיקונים ווען די צייט וועט קומען, אבער יעצט דארף מען איין זאך "הצלת נפשות ישראל" ראטעווען די קינדער פון שעלטערס און קומען קיין אמעריקע
טייערע ברודער בני החבורה, נעמט אייך צוזאמען און לאמיר ראטעווען אונזערע קינדער

מיר שרייבן מיט בענקעניש און ווארטן אייך צוזעהן דא צוזאמען מיט אונז

חבורת עולי בבל
און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן גיין אין איין מוסדות מיט יוצאי לב טהור.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 6:53 pm

קיין איינער פון די יוצאים רעדן נישט אזוי
דעי בריוו איז פון א לב טהור'ניק וועלעכע וויל איבערפלאנצן לב טהור אין אמעריקע
ער פלאנט ח''ו נישט אריינצולייגן זיינע קינדער אין ערב רב מוסדות
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

גארנישט האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 6:25 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 6:04 pm
נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 6:00 pm

דעתי הקלושה זאגט אז אזא מאוומענט קען נאך אסאך אויפטוהן.
ווילאנג מען איז נישט פולקאם 100% באגלייבט אין די הנהגה, קען דאס בס"ד אנהייבן זיך צו עפענען די אויגן.
אבער אויב קומען זיי קיין טעקסעס למשל און גרינדן די קולט פון פריש שטיין מיר גארנישט בעסער פון 10 יאר צוריק
נישט פארשטאנען, די מאוומענט אז גענוג איז גענוג, איז אין לב טהור אין בבל, אדער אין לב טהור אין מאנסי?
גענוג איז גענוג מיינט צו זאגן גענוג מיט די וויינגארטנ'ס אדער אויכעט מיט נחמן? ווייל איר האט אויבן געשריבן אז נחמן האט פארלוירן פון זיין השפעה,

לגוש''ע, איר קלערט דען אז זיי האבן די כוחות זיך צוריק אויפצובויען, מיר זעען זיי דייקא אויס ווי צוקלאפט און צוזעצט, אן קיין ברעקל מוט, גיי הייב אן פון פריש...
ווי אויכעט, איינמאל זיי קומען ארויס ווי עס איז שוין ב''ה פארפלייצט מיט יוצאים וואס קענען זייער גרינג אויפקלערן יעדן איינעם וואס די אמת איז, פארוואס זאל מען טראכטן אז עס גייט נישט זיין לכה''פ ווי אין די שעלטערס ווען יעדער בחור איז ארויסגעקומען האסנדיג לב טהור ביזן טויט,
מיר זעט דייקא אויס ווי אזא מאוומענט איז גאר א גוטע זאך, קודם זאלן זיי אלע ארויסקומען, און אויף צוריק גייט א קאזע..

און אפשר גאר וויל נישט @על פי תורה שרייבן דעם אמת כדאי די ל''ט יודן וואס ליינען דא זאלן נישט כאפן וואס קען פאסירן אויב זיי קומען ארויס :lol: :lol: :lol:
יש צדדים לכאן ויש צדדים לכאן
די בעסטע איז זיכער אז זיי לאזן אפ די גאנצע טומאה און ווערן נארמאלע מענטשן
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ארגינאלע פאוסט פארמעקט
איר קענט די יוצאים?
אדער בלויז בעיסד אויף א ווערטל זענט איר מוציא לעז אויף אידישע קינדער?
איינער פון די יוצאים האט מיר געזאגט 'ב''ה אז זייט איך בין ארויס פון לב טהור ווייס איך שוין נישט פון קיין צער און תיקונים, אבער איין זאך איז מיר ממש געווען יסורים און תיקונים, ווען מיינע קינדער האבן נישט געהאט קיין מוסדות, און אויף אידטיש איז געשטאנען אז מען מעג זיי נישט אריינעמען אין די מוסדות'.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

שמעיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 1:34 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:03 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?

אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.

כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
נאך מער פון דעם,
אין תורה שטייט אז גואל הדם האט רעכט צו הרגענען די רוצח.
דאס גיין מיר נישט טוהן, אבער כאטש דער אויבערשטער זאל דאס טוהן,
דערפאר בעטן מיר: השם יקום דמו.
והוא פשוט אז מ'זאגט הי''ד אפילו אויב די רוצח איז א איד.

הי"ד
טללי אורות
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 4:42 pm
Location: monsey
x 6

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טללי אורות »

סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 4:28 pm ruv.png
די דיין טעללער מעוטף בתפילין
פון וועלכע ווידיא קומט דאס?
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 252

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא

שלו' וברכה צו אייך דערהויבענע בני חבורה, מיר ווילן דא אביסל שרייבן פון אונזער הארץ צו ענק טייערע חברים
איכה היתה לזונ' קרי' נאמנה, א חלק פון אונז עולי בבל געדענקען נאך די צייטן ווען די חבורה האט זיך געפונען דא אין אמעריקע, אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי בעפאר מען האט זיך געצויגן קיין רימינוב אין קאנאדע, מיר געדענקען די גוטע צייטן, די ווארימקייט און ערליכקייט פון די בני חבורה, עס איז געווען דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו', דאס איז אנגעגאנגן ביז די ביטערע מחלוקת מיט קאשוי וואס כידוע איז קאשוי רב ז"ל געווען נאנט מיטן רבי'ן ביז די קינדער האבן ליידער אנגעהויבן רודפ'ן דעם רבי'ן, מיר אלע ווייסען וואס דער בלום וויל און קען טוהן, אבער דאהי אין אמעריקע האבן זיי קיין שליטה נישט געקענט האבן אויף די הייליגע חבריא נאר נאך וואס די רעגירונג האט פארטריבן דעם רבי'ן פון אמעריקע וועגן הצלת ישי האט זיך די חבורה געמוזט ציען קיין רימינוב, דארט שפעטער האבן די מוסרים אונז גערודפט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בבל
אונזער חבריא איז באשטאנען פון טהורי לב, חסידים פונעם אמאליגען דור וואס גשמיות האט נישט תופס מקום געווען, מען האט געלעבט צוזאמען אבער פאר זיך ווי עס שטייט מה טובו אוהליך יעקב
אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים, דארטן זענען אנגעקומען די קוצים בכרם, די ביטערע ברודער וואס מען האט געמיינט אז זיי מיינען ערליכקייט און טובת הכלל, די רבי האט זיי מקרב געווען און מחזק געווען און חתונה געמאכט, למעשה במשך התקופה האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן זיי אמת'דיגע פרצוף ווי זיי האבן מקיים געווען פני הדור כפני הכלב, ווי עס שטייט אין די גמרא ביים דור שבן דוד בא, בית הוועד, זייערע אפיסעס איז געווען לזנו', זיי האבן מקיים געווען מיט אונז דעם ואנשי גבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, בשעת וואס זיי זענען געזיצן אין תפיסה האבן זיי אונז ארומגעפירט איבער די וועלט, נישט געלאזט קיין מנוחה, צושטערט אונזער חבריא און געפייניגט די קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, אבער לאמיר א מינוט צוריקגיין, דער ספרא דדיינא און יעצטיגע ריש כלה האט נאך ביים אנטלויפן פון רימינוב מקיים געווען דעם נערים ילבינו פני זקנים וזקנים יעמדו לפני נערים, ער האט זיך מתחצף געווען כמה פעמים פארן רבין, ריש מתיבתא און אב"ד, אלעס צוליב זיין תאוות שררה און שליטה, צו קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש, די רבי איז געווען מחולל מפשעיו און האט כמה פעמים נישט געוואלט מער פירן צוליב זייערע התנהגות, זיי זענען די רשעים און ערב רב וואס האבן זיך געמישט אין אונזער הייליגע חבורה, מיר ברויכן זיך צוזאמנעמען און שרייען, ויאמר למלאך המשחית הרף ידיך, נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון אונז! ענק האבן אונז געברענגט צו דעם מצב, נישט נאצי בלום און נישט גרינהוט, ענק חכמים להרע, ענק האבן הנאה בשעת'ן זיצן אין תפיסה ווי אונזערע קינדער ווערן אויסגע'שמד און פארפייניקט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, לאמיר אויסשפייען די נבל הכרמי, זיי זענען די ציונים פון וועמען מיר האבן אלעמאל מורא געהאט, זיי זענען מורדים באומות, זיי האבן געטרעטן אויף יעדע געזעץ און מורד געווען אין רעגירונג נאך רעגירונג, זיי פירן אן בעצת נערים המנוערים מתורה ומצות, זיי זענען מקיים דעם פסוק פון רחבעם'ס יונגע פריינד "אבי העמיס עליכם על כבד ואני אוסיף על עלכם אבי יסר אתכם בשוטים ואני איסר אתכם בעקרבים"
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אונטערווארפן און מקבל זיין דעם עול הגלות בשלימות, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, לאמיר לאזן אזעלכע גוטע יודן ווי הרב פויזען אונז העלפן, לאמיר מקיים זיין די עצת זקנים "אם היום תהיה עבד לעם הזה ועבדתם ועניתם ודברת אליהם דברים טובים והיו לך עבדים כל הימים"
אונזערע ברודער אין אמעריקע ווילן העלפן, זיי פארשטייען די דערהויבענקייט פון די בני חבורה, דא כאפט מען נישט קיין קינדער און דא קען מען זיך פירן ווי די רבי האט זיך דא געפירט, די אמעריקאנער רעגירונג רודפט נישט קיין רעליגיע, דער חכם זיצט דא אין תפיסה נאר וועגן די עצת נערים פון די וויינגארטנס, זיי האבן אנגעברענגט את כל התלאה אשר מצאתנו בדרך, זיי זענען פינסטערע רשעים מיט בלוטיגע הענט, זיי באדערט נישט אז אונזערע קינדער גייען צוגרינד ברוחניות ובגשמיות, זיי טוט נישט וויי קיין חילול קברים און בזיון החיים והמתים, זיי זיצן אין תפיסה ווילן זיי אז אונזערע קינדער זאלן אויך זיין, לאמיר אויפדעקן די אמת'ע טמא'נע פרצופים אונטער זייער פאלטשע שמייכל, עד מתי יהיו לנו למוקש, מען ברויך זיי אויסשליסן פון די חבורה און זיך אליינס צוזאמנעמען בדרך התורה והמסורה, דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו'
מיר וועלן שרייבן נאך מער וועגן זייערע רשעות און תיקונים ווען די צייט וועט קומען, אבער יעצט דארף מען איין זאך "הצלת נפשות ישראל" ראטעווען די קינדער פון שעלטערס און קומען קיין אמעריקע
טייערע ברודער בני החבורה, נעמט אייך צוזאמען און לאמיר ראטעווען אונזערע קינדער

מיר שרייבן מיט בענקעניש און ווארטן אייך צוזעהן דא צוזאמען מיט אונז

חבורת עולי בבל
הדא הוא דכתיב: תעיתי כשה אובד בקש עבדך

ער זעט מיר אויס ווי נפש מבהלה וואס איז שוין דארט זייט ימי מאנסי (און נאך פריער), און ער פרובירט למפרע צו מאכן עפעס מענטשליך מיט זיין צוגערויבטע לעבן. רחמנות.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 774
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 736

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טראפקעלע »

טללי אורות האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 8:45 pm
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 4:28 pm ruv.png
די דיין טעללער מעוטף בתפילין
פון וועלכע ווידיא קומט דאס?
אברהם שווארטץ
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 96

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:52 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:31 pm אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור, וואס אונטער זיין פירערשאפט האט ער נישט ערלויבט קיין לב טהור מיטגלידער וואס זענען געווען נישט געזונט זיך צו גיין היילן ביי א געהעריגע דאקטאר, און דאס האט ליידער געקאסט אסאך אסאך נפשות רח"ל.

Screenshot_20250520-142655.jpg
זיין נייע נאמען איז "עובדיה ברוך ברוכמאן"
זיין גוי'אישע נאמען איז "גוזמאן"
כנראה נצר למשפחת גוזמאן הידוע ...
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 672

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

איך האב דאס שוין געזאגט גראד פון אנהויב, נאר וויבאלד עטליכע האבן זיך געדינגען מיט מיר און געזאגט אז עס קומט קלאר פון דארט, האב איך געמאכט מיין ריסערטש און עס איז ביי מיר קלאר אז קיינער דארט האט אזוי נישט געשריבן. איך וועל בלויז אנכאפן עטליכע נקודות וואס האט מיר געמאכט אזוי טראכטן, אבער עס איז פארהאן אסאך מער סימנים אז דאס קומט נישט פון דארט.

1. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן אויף קאשוי רב דער טיטל ז"ל.
2. ס'איז נישטא דארט קיינער, אבער קיינער, וואס קען אזוי גוט שרייבן די מליצות און די פסוקים, אויסער חיים צבי מלכא מיט יעקב נחום אדער יואל וויינגארטן, און דאס ווייסט איר אליין, אז זיי האבן עס נישט געשריבן (די לשון פאסט אביסל פאר חיים צבי). אפשר אויך דער ריש-סידרא - ר' אלעזר רומפלער קען דאס שרייבן, אבער דאס איז נישט זיין לשון און שפראך.
3. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן פארן עולם אז מען זאל קומען קיין אמעריקע. אזא השקפה איז דארט אפגעפרעגט און מען טאר דאס אפילו נישט ארויסזאגן פון מויל. לויטן חכם איז אמעריקע א סכנה בגשמיות און ברוחניות און מען טאר זיך נישט דארט געפינען. ס'איז פון די אלף-בית דארט.
4. ס'איז דא נאך קלייניגקייטן, וואו מען זעט אויפן שריפט אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון דארט. לדוגמא, דער ווארט 'בעפאר', וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן פעראגראף. דאס איז א ווארט וואס ווערט נישט גענוצט דארט. צווישן אמעריקאנער אידן נוצט מען דאס כסדר, אבער דארט האב איך עס נאכנישט געהערט נוצן. אזוי אויך איז דא נאך אסאך ווערטער און אויסדרוקן, וואס איינער וואס האט פארברענגט מיט זיי און פארשטייט א פרק אין שרייבעריי, זעט גראד אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון איינעם וואס איז דארט.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס?
ווייל איך וויל נאכאמאל ערווענען, דאס וואס איך האב שוין דערמאנט אין דעם אשכול: גלויבט נישט יעדע זאך וואס ווערט דא געברענגט אויף אידטיש. קויפט נישט אפ יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די גאס, אפילו אויב דו הערסט עס פון איינעם וואס זאגט אז ער "ווייסט קלאר". ס'דרייען זיך ארום אסאך שטותים און נארישקייטן, מענטשן הערן זאכן און מיינען אז זיי פארשטייען אלעס, און זאגן דאס נאך איבער מיט א התפעלות. איך הער היינט אין בית-המדרש, ווי אזוי איינער איז "מסביר" ווי אזוי לב-טהור ארבעט און די פסיכילאגיע פון זיי, גאנצע מבינות זאגט ער דארט, בשעת איך שטיי אין די זייט ווי א פשוט'ע צוהערער וואס ווייסט גארנישט, און איך קוועל פון נחת ווי אזוי מענטשן קויפן נאך אפ מיט התפעלות פון יענעמ'ס "ידיעות". מענטשן "ווייסן" שוין היינט אז די וויינגארטנס האבן גע'הרג'עט דעם רבי'ן, מען דעבאטירט אין גרויסן צי מען רעדט פון א קבוצה ממזרים און מען איז שוקל צי מען זאל זיי אריינלאזן אין די מוסדות - ברוך-השם אז די צרה האלט שוין ביים קומען צו אן ענדע און מען פארשטייט שוין אביסל. שוידערליכע לעגענדעס דרייען זיך ארום, איינס מיסטישער פונעם אנדערן, ס'האלט שוין ביי 'תיבעל לטפסר תחילה' איז דארט איינגעפירט אלס א מצווה. איינער האט שוין אפילו געזאגט ברבים אז אין לב-טהור האנדלט מען מיט אברים פון מענטשן און פון דארט לעבן זיי...

נישט אז איך בארעכטיגט לב-טהור חלילה. עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוולות וואס ווערן דארט געטון. איך קען אפילו מוסיף זיין און זאגן, אז פיל שוידערליכע עוולות פון דעם פלאץ, איז אפילו נאכנישט ארויסגעקומען אויף די גאס און מען ווייסט ניטאמאל דערפון. אבער נישט יעדע שמועס אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל, מוז אנגענומען ווערן אלס ריכטיג. דער עיקר איז אז דער עולם האט ארויס דעם כלליות'דיגן בליק און יעדער פארשטייט אז לב-טהור איז א פראבלעם. די פרטים דערפון מוז מען נישט גלויבן יעדע שמועה כנתינתן מסיני.

כללו של דבר: גלויבט נישט אלעס וואס איר ליינט און וואס איר הערט.

יעצט, קיינער זאל נישט קומען זאגן אז איך נעם זיך אן פאר לב-טהור. פארקערט, איך בין עוסק אינאיינעם מיט די עסקנים למען הצלת הילדים, און די עסקנים וועלן דאס מעיד זיין. אבער נישט יעדע שמויגער וואס קומט זאגן א ווארט, איז קודש-קדשים וואס מען רעדט. און, למען האמת, דאס באדערט מיר אויך. מענטשן מיט ווייניג ידיעות קומען אן, און שרייבן און זאגן פלענער פאר די עסקנים. מען האט שוין קריטיק, פארוואס טוט מען אזוי און פארוואס נישט אזוי... די עסקנים פארשטייען נישט אז טאמער טוט מען אזוי וועט זיין אזא פראבלעם וכו'... מען רעדט ווי גאנצע מבינים, בשעת מען האט נישט ארויס די אלף-בית פון די פראבלעמען. הנח להם להעסקנים אז זיי פארשטייען גאנץ גוט וואס איר מיינט אז איר פארשטייט בעסער פון זיי. איך גיב אייך מיין ווארט.

הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.

הבהרה ב:
ווי איר זעט אליין, בין איך כמעט נישט אקטיוו אויף אידטיש. איך האב ווייניג צייט און בעיקר האב איך געשריבן בלויז דא אין דעם אשכול, און כמעט אויך נאר ווען איך האב קאמפיינט פאר געלט וכו'. איך בין פארנומען און עס איז מיר שווער צו שרייבן באריכטן און זאגן וואס יא און וואס נישט. עס זענען ב"ה דא אנדערע וואס טוען די ארבעט. איך בין דא יעצט, ווייל עס ווייטאגט מיר צו זען ווי אזוי מענטשן ליינען דא און נעמען אינפארמאציע פון דאהי, בשעת עס ווערן דא גערעדט שטותים. וויל איך שרייבן און זאגן אז מען זאל נישט גלויבן אלעס פון דא. דער בריוו איז א גוטער דוגמא פון א זאך וואס דרייט זיך ארום, און עס איז גאנץ זיכער שקר.

ובזה יצאתי יד"ח.
הייליג
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 62

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הייליג »

אויב איינער (וואס ווייסט באמת קראנטע זאכן איבער דעם קולט) קען קלאר מאכן בנוגע דעם "חכם" נחמן, איז ער טאקע א רשע און א רוצח וואס איז שולדיג איבער די אלע שוידערליכע מעשים, אדער איז ער פשוט א שוטה און א תמים וואס האט געפאלגט די וויינגארטן'ס און געטון ןןאס זיי האבן געהייסן?
פון איין זייט הערט מען כל מיני מעשיות אויף אים, און פון די צווייטע זייט הערט מען פון פנחס לייפער (הרב פוקס, מ'קען גלייבן וואס ער זאגט?) אז ער איז פשוט געווען א פאפעט פון וויינגארטן (איך געדענק נישט אויב פנחס האט עס געזאגט קלאר אדער איך האב אזוי פארשטאנען פון זיינע ווערטער וואס דאן קען זיין אז איך בין דער וואס מאכט די טעות), און פון אנדערע יוצאי לב טמא הער איך אז נחמן איז א וויסטער משוגענער, ממילא קען זיין אז ער איז נישט אזוי ווייט א רשע ווי א קראנקער טיפוש.
אויב איינער קען מאכן קלאר
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 286
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2831

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

וויכטיגע מעלדונג בשם די עסקנים!

עס איז דא א איד וואס וואוינט אין בארא פארק, און ער שיקט אסאך געלט פאר לב טהור. להוי ידוע אז ער ווערט נאכגעקוקט דורך די גוואטעמאלא און אמעריקאנער רעגירונגען זייער שטארק!

צוליב אבסטראקשן אף דשאסטיס קען מען נישט מודיע זיין פערזענליך פאר יענעם, און אויך נישט שרייבן דא מער פרטים.

נאכאמאל, עס ווערט שטרענג נאכגעקוקט ביי די רעגירונגען אלע זייערע הכנסות, הזהרו!

ובזה יצאנו ידי חובתינו.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 306

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

ובזה יצאתי יד"ח.
דא האב איך אראפ געברענג א מעשה וואס איז געווען ביי די טעללער פרשה
אויך געווען א בריוו פון א אינסיידער (הנהלה) צי הרב ר' יוחנן וואזנער
וואס די דיין האט קאנפירמד פאלש

viewtopic.php?p=154056#p154056
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

איך האב דאס שוין געזאגט גראד פון אנהויב, נאר וויבאלד עטליכע האבן זיך געדינגען מיט מיר און געזאגט אז עס קומט קלאר פון דארט, האב איך געמאכט מיין ריסערטש און עס איז ביי מיר קלאר אז קיינער דארט האט אזוי נישט געשריבן. איך וועל בלויז אנכאפן עטליכע נקודות וואס האט מיר געמאכט אזוי טראכטן, אבער עס איז פארהאן אסאך מער סימנים אז דאס קומט נישט פון דארט.

1. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן אויף קאשוי רב דער טיטל ז"ל.
2. ס'איז נישטא דארט קיינער, אבער קיינער, וואס קען אזוי גוט שרייבן די מליצות און די פסוקים, אויסער חיים צבי מלכא מיט יעקב נחום אדער יואל וויינגארטן, און דאס ווייסט איר אליין, אז זיי האבן עס נישט געשריבן (די לשון פאסט אביסל פאר חיים צבי). אפשר אויך דער ריש-סידרא - ר' אלעזר רומפלער קען דאס שרייבן, אבער דאס איז נישט זיין לשון און שפראך.
3. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן פארן עולם אז מען זאל קומען קיין אמעריקע. אזא השקפה איז דארט אפגעפרעגט און מען טאר דאס אפילו נישט ארויסזאגן פון מויל. לויטן חכם איז אמעריקע א סכנה בגשמיות און ברוחניות און מען טאר זיך נישט דארט געפינען. ס'איז פון די אלף-בית דארט.
4. ס'איז דא נאך קלייניגקייטן, וואו מען זעט אויפן שריפט אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון דארט. לדוגמא, דער ווארט 'בעפאר', וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן פעראגראף. דאס איז א ווארט וואס ווערט נישט גענוצט דארט. צווישן אמעריקאנער אידן נוצט מען דאס כסדר, אבער דארט האב איך עס נאכנישט געהערט נוצן. אזוי אויך איז דא נאך אסאך ווערטער און אויסדרוקן, וואס איינער וואס האט פארברענגט מיט זיי און פארשטייט א פרק אין שרייבעריי, זעט גראד אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון איינעם וואס איז דארט.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס?
ווייל איך וויל נאכאמאל ערווענען, דאס וואס איך האב שוין דערמאנט אין דעם אשכול: גלויבט נישט יעדע זאך וואס ווערט דא געברענגט אויף אידטיש. קויפט נישט אפ יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די גאס, אפילו אויב דו הערסט עס פון איינעם וואס זאגט אז ער "ווייסט קלאר". ס'דרייען זיך ארום אסאך שטותים און נארישקייטן, מענטשן הערן זאכן און מיינען אז זיי פארשטייען אלעס, און זאגן דאס נאך איבער מיט א התפעלות. איך הער היינט אין בית-המדרש, ווי אזוי איינער איז "מסביר" ווי אזוי לב-טהור ארבעט און די פסיכילאגיע פון זיי, גאנצע מבינות זאגט ער דארט, בשעת איך שטיי אין די זייט ווי א פשוט'ע צוהערער וואס ווייסט גארנישט, און איך קוועל פון נחת ווי אזוי מענטשן קויפן נאך אפ מיט התפעלות פון יענעמ'ס "ידיעות". מענטשן "ווייסן" שוין היינט אז די וויינגארטנס האבן גע'הרג'עט דעם רבי'ן, מען דעבאטירט אין גרויסן צי מען רעדט פון א קבוצה ממזרים און מען איז שוקל צי מען זאל זיי אריינלאזן אין די מוסדות - ברוך-השם אז די צרה האלט שוין ביים קומען צו אן ענדע און מען פארשטייט שוין אביסל. שוידערליכע לעגענדעס דרייען זיך ארום, איינס מיסטישער פונעם אנדערן, ס'האלט שוין ביי 'תיבעל לטפסר תחילה' איז דארט איינגעפירט אלס א מצווה. איינער האט שוין אפילו געזאגט ברבים אז אין לב-טהור האנדלט מען מיט אברים פון מענטשן און פון דארט לעבן זיי...

נישט אז איך בארעכטיגט לב-טהור חלילה. עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוולות וואס ווערן דארט געטון. איך קען אפילו מוסיף זיין און זאגן, אז פיל שוידערליכע עוולות פון דעם פלאץ, איז אפילו נאכנישט ארויסגעקומען אויף די גאס און מען ווייסט ניטאמאל דערפון. אבער נישט יעדע שמועס אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל, מוז אנגענומען ווערן אלס ריכטיג. דער עיקר איז אז דער עולם האט ארויס דעם כלליות'דיגן בליק און יעדער פארשטייט אז לב-טהור איז א פראבלעם. די פרטים דערפון מוז מען נישט גלויבן יעדע שמועה כנתינתן מסיני.

כללו של דבר: גלויבט נישט אלעס וואס איר ליינט און וואס איר הערט.

יעצט, קיינער זאל נישט קומען זאגן אז איך נעם זיך אן פאר לב-טהור. פארקערט, איך בין עוסק אינאיינעם מיט די עסקנים למען הצלת הילדים, און די עסקנים וועלן דאס מעיד זיין. אבער נישט יעדע שמויגער וואס קומט זאגן א ווארט, איז קודש-קדשים וואס מען רעדט. און, למען האמת, דאס באדערט מיר אויך. מענטשן מיט ווייניג ידיעות קומען אן, און שרייבן און זאגן פלענער פאר די עסקנים. מען האט שוין קריטיק, פארוואס טוט מען אזוי און פארוואס נישט אזוי... די עסקנים פארשטייען נישט אז טאמער טוט מען אזוי וועט זיין אזא פראבלעם וכו'... מען רעדט ווי גאנצע מבינים, בשעת מען האט נישט ארויס די אלף-בית פון די פראבלעמען. הנח להם להעסקנים אז זיי פארשטייען גאנץ גוט וואס איר מיינט אז איר פארשטייט בעסער פון זיי. איך גיב אייך מיין ווארט.

הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.

הבהרה ב:
ווי איר זעט אליין, בין איך כמעט נישט אקטיוו אויף אידטיש. איך האב ווייניג צייט און בעיקר האב איך געשריבן בלויז דא אין דעם אשכול, און כמעט אויך נאר ווען איך האב קאמפיינט פאר געלט וכו'. איך בין פארנומען און עס איז מיר שווער צו שרייבן באריכטן און זאגן וואס יא און וואס נישט. עס זענען ב"ה דא אנדערע וואס טוען די ארבעט. איך בין דא יעצט, ווייל עס ווייטאגט מיר צו זען ווי אזוי מענטשן ליינען דא און נעמען אינפארמאציע פון דאהי, בשעת עס ווערן דא גערעדט שטותים. וויל איך שרייבן און זאגן אז מען זאל נישט גלויבן אלעס פון דא. דער בריוו איז א גוטער דוגמא פון א זאך וואס דרייט זיך ארום, און עס איז גאנץ זיכער שקר.

ובזה יצאתי יד"ח.
בנוגע דעם בריוו

א) איך האב עס קיינמאל נישט קאמפירמד אלץ קראנט, נאך וואס איך בין עס נישט אליין נאכגעגאנגען, איך האב סך הכל געברענגט א בריוו וואס ר' שמעון פאזען האט מפרסם געווען.

ב) נאך וואס געוויסע האבן געפרעגט אויב אלע יוצאים רעדן אזוי האב איך קלארגעשטעלט אז מען זעט אליין אינעם בריוו אז מען רעדט פון א לב טהור'ניק.

ג) אויף די שאלה אויב עס איז אן אמת'ע בריוו אדער נישט, מצד אחד איז ר' שמואל מעורר שטארקע נקידות, מצד שני קען דאך זיין אז א לב טהור'ניק האט געבעטן א היזיגער עס אראפצושרייבן, און עס איז געשריבן פאליטיש לויט יענעמ'ס דעת צוליב געוויסע סיבות, אדער קען זיין אז דער כותב הבריוו איז בעצם מער אויפגעקלערט ווי דעם און ער שפילט נאר, און וועגן דעם האט ער פארזען די נושא פונעם חכם וכדו'.

ד) איך באדאנק מיך פאר ר' שמואל פארן מיך באשטעטיגן אלץ קראנטע אינפאו ברענגער, איך וויל אויך צולייגן אז דער ניק @סענס אף יומער ווייס איך אז ער איז בקשר מיט העסקן הדגול ר' יואל יושע העשיל בלום, און אלע זיינע אינפאו קומען דירעקט פון ר' יואל יושע העשיל, און עס איז 100 פראצענט קראנט, אזוי ווי דער עולם האט זיך שוין איבערצייגט דא בעבר, און מיר זענען אים שטארק מכיר טוב אויף די כסדר'דיגע ווארע.

ה) בנוגע די לעגענדעס וועלעכע קורסירן ארום אין די גאסן אויף לב טהור, ס'איז טאקע א פראבלעם, און אני הק' קען עס אויך נישט הענדלעך אסאך מאל... איינער האט מיר אמאל געפרעגט 'זיי קענען מאכן ברכות?' אדער 'זיי רעדן יודיש'? מען זעט אז מענטשן האבן נישט ארויס די א''ב פון לב טהור און זייערע פראבלעמען, ומי לנו גדול פון אזא גרינטליכער חוקר המפורסם בה''א הידועה ר' שמואל הי''ו וועלעכע האט ליב מברר צו זיין זאכן ריכטיג. אבער מצד שני האב איך שוין גערעדט אמאל מיט ר' שמואל דערוועגן און אים געזאגט אז להבדיל אויפן צווייטן וועלט מלחמה דרייען זיך זיכער אויך ארום לעגנדעס און מענטשן האבן מסתם איך נישט ארויס ריכטיג וואס גענוי ס'האט זיך דארטן אפגעשפילט, אזוי אויך אויף אקטואבער 7 זענען דא בערג מיט לעגנדעס וואס דרייען זיך ארום.. טא וואס קען מען טון? כך הוא דרכה של עולם...
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 78

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 7:01 pm
דעי בריוו איז פון א לב טהור'ניק וועלעכע וויל איבערפלאנצן לב טהור אין אמעריקע
ער פלאנט ח''ו נישט אריינצולייגן זיינע קינדער אין ערב רב מוסדות
@שמואל פוקס איר זאגט אז 'על פי תורה' איז פארלעסליך, און איר זאגט אז די בריוו קען נישט זיין פון איינער פון לב טהור.... אבער 'על פי תורה' זאגט יא אזוי...
א סתירה??
(איך האב נישט נאכגעברענגט אלע, און די גאנצע תגובות פון הרב 'על פי תורה', ווייל איך האב נישט ליעב ווען א קליינע פאוסט דארף אויפנעמען א האלבע בלאט... אבער קוק אליין איבער וועסטו זעהן אז 'על פי תורה' איז יא ביי דער ידועה אז דאס קומט פון אינעווייניג אין לב טהור).
שוין איינמאל אינטערעסירט...
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 78

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 10:06 am

בנוגע דעם בריוו

א) איך האב עס קיינמאל נישט קאמפירמד אלץ קראנט, נאך וואס איך בין עס נישט אליין נאכגעגאנגען, איך האב סך הכל געברענגט א בריוו וואס ר' שמעון פאזען האט מפרסם געווען.
קומענדיגע מאל ביטע שרייבן קלאר וואס עס איז קראנט אין וואס נישט...
מענטשן דרייען זיך שוין ארום אין שוהל אין זאגן אז לב טהור צופאלט פון אינעווייניג, און דער עולם דארט שרייט אז "גענוג איז גענוג".
שוין איינמאל אינטערעסירט...
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 10:18 am
שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 7:01 pm
דעי בריוו איז פון א לב טהור'ניק וועלעכע וויל איבערפלאנצן לב טהור אין אמעריקע
ער פלאנט ח''ו נישט אריינצולייגן זיינע קינדער אין ערב רב מוסדות
@שמואל פוקס איר זאגט אז 'על פי תורה' איז פארלעסליך, און איר זאגט אז די בריוו קען נישט זיין פון איינער פון לב טהור.... אבער 'על פי תורה' זאגט יא אזוי...
א סתירה??
(איך האב נישט נאכגעברענגט אלע, און די גאנצע תגובות פון הרב 'על פי תורה', ווייל איך האב נישט ליעב ווען א קליינע פאוסט דארף אויפנעמען א האלבע בלאט... אבער קוק אליין איבער וועסטו זעהן אז 'על פי תורה' איז יא ביי דער ידועה אז דאס קומט פון אינעווייניג אין לב טהור)
שוין מסביר געווען אויבן אז איך האב עס נישט קאמפירמד.
נאר בלויז געשריבן וואס ''מען זעט אינעם בריוו'' אז יענער איז א לב טהור'ניק און ער פלאנט נישט צו שיקן אין די מוסדות.
לאופקי אז ער איז נישט פון די יוצאים.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5596

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 10:22 am
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 10:06 am

בנוגע דעם בריוו

א) איך האב עס קיינמאל נישט קאמפירמד אלץ קראנט, נאך וואס איך בין עס נישט אליין נאכגעגאנגען, איך האב סך הכל געברענגט א בריוו וואס ר' שמעון פאזען האט מפרסם געווען.
קומענדיגע מאל ביטע שרייבן קלאר וואס עס איז קראנט אין וואס נישט...
מענטשן דרייען זיך שוין ארום אין שוהל אין זאגן אז לב טהור צופאלט פון אינעווייניג, און דער עולם דארט שרייט אז "גענוג איז גענוג"
דאס אז לב טהור צופאלט פון אינווייניג דאס קען איך יא קאנפירמען אויף 100 פראצענט. ס'קען זיין א די מצב וועט זיך טוישן, איך שרייב נאר וואס די מצב איז יעצט, כעת איז דער עולם שרעקליך פרוסטרירט, נישט האבנדיג קיין ניקל צו קויפן עפעס עסן (מיין הארץ גייט באמת אויס פאר די קרבנות דארט, אלע אידן חוץ די פירערס), נישט האבנדיג די קינדער פאר 5 חדשים, די שפיל צוריקצובאקומען די קינדער זעט מען שוין יעצט אז ס'ארבעט בכלל נישט, די וויינגארטנ'ס שרייען מ'זאל אויפגעבן די קינדער, דער עולם קען דאס נאכנישט פארדייען. נישט דא קיין שום פלאן אויף ווייטער. מצד שני די אלע וועלעכע גייען ארויס פון לב טהור באקומען די קינדער, דירות, פרנסות וכדו'. כמעט יעדער אין לב טהור האט שוין געקאנטאקט די עסקנים אז זיי ווילן פארלאזן לב טהור, פארשטייט זיך אז אסאך ציען צוריק נאך א האלבע שעה, אבער די געדאנקן גייען שטארק ארום דארט.

בכלל האבן שוין כמעט אלע קלוגע און געלונגענע חברה איבערגעלאזט דאס פלאץ, מען זעט קלאר אז די וועלעכע זענען נאך איבערגעבליבן זענען על פי רוב די גאר תמימות'דיגע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6481
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14888

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 10:06 am ומי לנו גדול פון אזא גרינטליכער חוקר המפורסם בה''א הידועה ר' שמואל הי''ו וועלעכע האט ליב מברר צו זיין זאכן ריכטיג. אבער מצד שני האב איך שוין גערעדט אמאל מיט ר' שמואל דערוועגן און אים געזאגט אז להבדיל אויפן צווייטן וועלט מלחמה דרייען זיך זיכער אויך ארום לעגנדעס און מענטשן האבן מסתם איך נישט ארויס ריכטיג וואס גענוי ס'האט זיך דארטן אפגעשפילט, אזוי אויך אויף אקטואבער 7 זענען דא בערג מיט לעגנדעס וואס דרייען זיך ארום.. טא וואס קען מען טון? כך הוא דרכה של עולם...
WELL SAID
הנההנם
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Location: BP
x 203

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הנההנם »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 5:30 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער
חבורת עולי בבל
לרבים השואלים
דער בריוו איז געשריבן געווארן דורך איינער וועלעכע האלט זיך נאך א חלק פון די 'חבורה' און פראבירט זיי ארויסצוהעלפן
ער האלט אז מ'קען איבערפלאנצן לב טהור אין אמעריקע
(אויב דעי פלענער ארבעטן זיך ח''ו אויס קען מען אנהייבן די מערכה פון אלף...)
רבותי -- סאיז לויטער שווא ושקר - א פרישע תחבולה פון די משכ"ז'ניקעס פון דארט, וד"ל
לאמיר נישט אריינפאלן און זייער טמאנע פאמפע
פוי פוי עקל
הרב ותלמידו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
Location: ny
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הרב ותלמידו »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 am דער אויבנדערמאנטער בריוו האט נישט געשריבן קיינער וואס איז אינדערווייניג אין לב-טהור. איך קען די שפראך פון אינערווייניג, די השקפות און די וועג פון שרייבן. קיינער דארט האט עס נישט געשריבן.

איך האב דאס שוין געזאגט גראד פון אנהויב, נאר וויבאלד עטליכע האבן זיך געדינגען מיט מיר און געזאגט אז עס קומט קלאר פון דארט, האב איך געמאכט מיין ריסערטש און עס איז ביי מיר קלאר אז קיינער דארט האט אזוי נישט געשריבן. איך וועל בלויז אנכאפן עטליכע נקודות וואס האט מיר געמאכט אזוי טראכטן, אבער עס איז פארהאן אסאך מער סימנים אז דאס קומט נישט פון דארט.

1. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן אויף קאשוי רב דער טיטל ז"ל.
2. ס'איז נישטא דארט קיינער, אבער קיינער, וואס קען אזוי גוט שרייבן די מליצות און די פסוקים, אויסער חיים צבי מלכא מיט יעקב נחום אדער יואל וויינגארטן, און דאס ווייסט איר אליין, אז זיי האבן עס נישט געשריבן (די לשון פאסט אביסל פאר חיים צבי). אפשר אויך דער ריש-סידרא - ר' אלעזר רומפלער קען דאס שרייבן, אבער דאס איז נישט זיין לשון און שפראך.
3. קיינער דארט וואלט נישט געשריבן פארן עולם אז מען זאל קומען קיין אמעריקע. אזא השקפה איז דארט אפגעפרעגט און מען טאר דאס אפילו נישט ארויסזאגן פון מויל. לויטן חכם איז אמעריקע א סכנה בגשמיות און ברוחניות און מען טאר זיך נישט דארט געפינען. ס'איז פון די אלף-בית דארט.
4. ס'איז דא נאך קלייניגקייטן, וואו מען זעט אויפן שריפט אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון דארט. לדוגמא, דער ווארט 'בעפאר', וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן פעראגראף. דאס איז א ווארט וואס ווערט נישט גענוצט דארט. צווישן אמעריקאנער אידן נוצט מען דאס כסדר, אבער דארט האב איך עס נאכנישט געהערט נוצן. אזוי אויך איז דא נאך אסאך ווערטער און אויסדרוקן, וואס איינער וואס האט פארברענגט מיט זיי און פארשטייט א פרק אין שרייבעריי, זעט גראד אז דאס איז נישט געשריבן געווארן פון איינעם וואס איז דארט.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס?
ווייל איך וויל נאכאמאל ערווענען, דאס וואס איך האב שוין דערמאנט אין דעם אשכול: גלויבט נישט יעדע זאך וואס ווערט דא געברענגט אויף אידטיש. קויפט נישט אפ יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די גאס, אפילו אויב דו הערסט עס פון איינעם וואס זאגט אז ער "ווייסט קלאר". ס'דרייען זיך ארום אסאך שטותים און נארישקייטן, מענטשן הערן זאכן און מיינען אז זיי פארשטייען אלעס, און זאגן דאס נאך איבער מיט א התפעלות. איך הער היינט אין בית-המדרש, ווי אזוי איינער איז "מסביר" ווי אזוי לב-טהור ארבעט און די פסיכילאגיע פון זיי, גאנצע מבינות זאגט ער דארט, בשעת איך שטיי אין די זייט ווי א פשוט'ע צוהערער וואס ווייסט גארנישט, און איך קוועל פון נחת ווי אזוי מענטשן קויפן נאך אפ מיט התפעלות פון יענעמ'ס "ידיעות". מענטשן "ווייסן" שוין היינט אז די וויינגארטנס האבן גע'הרג'עט דעם רבי'ן, מען דעבאטירט אין גרויסן צי מען רעדט פון א קבוצה ממזרים און מען איז שוקל צי מען זאל זיי אריינלאזן אין די מוסדות - ברוך-השם אז די צרה האלט שוין ביים קומען צו אן ענדע און מען פארשטייט שוין אביסל. שוידערליכע לעגענדעס דרייען זיך ארום, איינס מיסטישער פונעם אנדערן, ס'האלט שוין ביי 'תיבעל לטפסר תחילה' איז דארט איינגעפירט אלס א מצווה. איינער האט שוין אפילו געזאגט ברבים אז אין לב-טהור האנדלט מען מיט אברים פון מענטשן און פון דארט לעבן זיי...

נישט אז איך בארעכטיגט לב-טהור חלילה. עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוולות וואס ווערן דארט געטון. איך קען אפילו מוסיף זיין און זאגן, אז פיל שוידערליכע עוולות פון דעם פלאץ, איז אפילו נאכנישט ארויסגעקומען אויף די גאס און מען ווייסט ניטאמאל דערפון. אבער נישט יעדע שמועס אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל, מוז אנגענומען ווערן אלס ריכטיג. דער עיקר איז אז דער עולם האט ארויס דעם כלליות'דיגן בליק און יעדער פארשטייט אז לב-טהור איז א פראבלעם. די פרטים דערפון מוז מען נישט גלויבן יעדע שמועה כנתינתן מסיני.

כללו של דבר: גלויבט נישט אלעס וואס איר ליינט און וואס איר הערט.

יעצט, קיינער זאל נישט קומען זאגן אז איך נעם זיך אן פאר לב-טהור. פארקערט, איך בין עוסק אינאיינעם מיט די עסקנים למען הצלת הילדים, און די עסקנים וועלן דאס מעיד זיין. אבער נישט יעדע שמויגער וואס קומט זאגן א ווארט, איז קודש-קדשים וואס מען רעדט. און, למען האמת, דאס באדערט מיר אויך. מענטשן מיט ווייניג ידיעות קומען אן, און שרייבן און זאגן פלענער פאר די עסקנים. מען האט שוין קריטיק, פארוואס טוט מען אזוי און פארוואס נישט אזוי... די עסקנים פארשטייען נישט אז טאמער טוט מען אזוי וועט זיין אזא פראבלעם וכו'... מען רעדט ווי גאנצע מבינים, בשעת מען האט נישט ארויס די אלף-בית פון די פראבלעמען. הנח להם להעסקנים אז זיי פארשטייען גאנץ גוט וואס איר מיינט אז איר פארשטייט בעסער פון זיי. איך גיב אייך מיין ווארט.

הבהרה:
דער ניק 'על פי תורה' איז פון די אקטיווע עסקנים. אין די יעצטיגע תקופה האלט ער מיט די נייעס לעבעדיג און ער ווייסט וואס דארט טוט זיך. ווען ער שרייבט א נייעס וואס עס טוט זיך אצינד אפ און א באריכט, איז ער פארלעסליך, אמת'דיג און אויפריכטיג.

הבהרה ב:
ווי איר זעט אליין, בין איך כמעט נישט אקטיוו אויף אידטיש. איך האב ווייניג צייט און בעיקר האב איך געשריבן בלויז דא אין דעם אשכול, און כמעט אויך נאר ווען איך האב קאמפיינט פאר געלט וכו'. איך בין פארנומען און עס איז מיר שווער צו שרייבן באריכטן און זאגן וואס יא און וואס נישט. עס זענען ב"ה דא אנדערע וואס טוען די ארבעט. איך בין דא יעצט, ווייל עס ווייטאגט מיר צו זען ווי אזוי מענטשן ליינען דא און נעמען אינפארמאציע פון דאהי, בשעת עס ווערן דא גערעדט שטותים. וויל איך שרייבן און זאגן אז מען זאל נישט גלויבן אלעס פון דא. דער בריוו איז א גוטער דוגמא פון א זאך וואס דרייט זיך ארום, און עס איז גאנץ זיכער שקר.

ובזה יצאתי יד"ח.

פאר ווער עס וויל ליינען א אמת'ע בריוו פון לב טהור,

די בריוו איז א מכתב חיזוק געשיקט געווארן פון לב טהור צו די טעללער קינדער און אמעריקע פאר מען האט זיי געקידנעפט און פראבירט צוריקצוברענגען,
פון דעם בריוו קען מען פארשטיין פארוואס ס'איז אזוי שווער אויפצולעזן דעם כת, נאכדעם וואס אט די אינהאלט פונעם בריוו פראגרעמירט אריין פון געבוירן אן.

file.jpg
file.jpg (60.3 KiB) געזען געווארן 1128 מאל
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 9:11 am וויכטיגע מעלדונג בשם די עסקנים!

עס איז דא א איד וואס וואוינט אין בארא פארק, און ער שיקט אסאך געלט פאר לב טהור. להוי ידוע אז ער ווערט נאכגעקוקט דורך די גוואטעמאלא און אמעריקאנער רעגירונגען זייער שטארק!

צוליב אבסטראקשן אף דשאסטיס קען מען נישט מודיע זיין פערזענליך פאר יענעם, און אויך נישט שרייבן דא מער פרטים.

נאכאמאל, עס ווערט שטרענג נאכגעקוקט ביי די רעגירונגען אלע זייערע הכנסות, הזהרו!

ובזה יצאנו ידי חובתינו.
אחוץ מפרסם זיין אויף אידטיש קען מען גארנישט טוהן דערצו בדרך הטבע?
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

וואס איז געבליבן מיט די בחור וואס מען האט אים געטראפן ביי די אבלאווע פאריגע וואך וואס האט געהאלטן פיר טאג פארן ווערן אכצן
יעצט ווען ער איז שוין אכצן האט מען אים שוין ארויס געלאזט פון שעלטער?
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 422

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

א הארציגן ייש''כ פאר הרב שמחה של מצוה הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון

₪180
לכבודי ולכבוד הרב @שמואל פוקס הי''ו

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!

טייערע אידן!! העלפטס און ווערטס געהאלפן!!!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 422

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

א הארציגן ייש''כ פאר הרב הרוצה בעילום שמו הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון

$10

שרייב פאוסט