קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך מסתמא »

די מעשה פון קמצא ובר קמצא איז דאך ידוע ומפורסם פאר א יעדעם.. האט שוין עמיצער אריינגעקלערט אין די מעשה צו דאס קען געמאלט זיין?

לאמיר פארשטיין, זיצן דארטן די גדולי ירושלים און שווייגן.. וויאזוי טאקע? קלערט איר דען חלילה אז די גדולי ירושלים זענען געוועזן פראסטע קטלא קניא'ס? פארוואס טאקע האבן זיי זיך גארנישט אנגערופן?

לכאורה מוז זיין אז די רבנים האבן געהאט גוטע סיבות נישט אריינצורעדן. צו אלס מורא, ס'איז דאך נישט ביהרג ואל יעבור..., צו אלס אנדערע סיבות און קישויים לפי המצב.

אבער די פאקט אז געווען אז אידיש בלוט איז דארטן פארגאסן געווארן. אט דאס האט נעבעך געפירט צו דעם אז דער איד זאל גיין אנדרייען דעם ביטערן חורבן ביהמ”ק תובב”א.

יעצט אינעם היינטיגן פערספעקטיוו. ווען עמיצער טרעפט זיך משום איזה סיבה פארוויקלט אין א פרשה, רוף עס א סיכסוך, רוף עס פראבלעם מיט ישיבות/מוסדות, רוף עס א גט פרשה, רח”ל פון די אלע געשעהענישן. זייט וויסן אז איר גייט זיך אנטרעפן אין א שרעקעדיגע מציאות. כמעט קיין איין רב וועט נישט וועלן אדער קענען זיין קאנטראווערסיאל אנטקעגן א גבר אלים.

א רב ”קען” זיך נישט איינרייסן מיט זיין ראש הקהל, ראש המוסדות וכו’ און ער ”וויל” פאר אלע פרייזן אויסמיידן קאנטראווערסיע.

נישט בחינם זאגט אונז ר’ יוחנן: לא נחרבה ירושלים אלא בשביל שהעמידו דבריהם על דין תורה. איר ווילט נישט צוקומען אהין חלילה. איר ווילט נישט זעהן אויף ווי ווייט די לא תגורו מפני איש שפילט זיך אויס אין רעאליטעט. סוועט אייך אבסאלוטלי שאטן פאר אייער יראת שמים!!

סך הכל, פאר אלע פרייזן אנטלויפט פון מחלוקת ווי פון פייער! אנטלויפט פון פריקציע מיט אייער ישיבה/מוסדות! איר ווילט זיך נישט טרעפן אין דין תורה! איר ווילט זיך נישט טרעפן וויינען צו אייער רב און זיך באגעגענען מיט א פאסיווע רעאקציע! איר ווילט נישט אייערע נערוון געטריגערט! און איבער אלעם, אייער אידישקייט בארירט.

סאיז ידוע אז הארט בעפארן סטראוק האט רבינו יואל זי”ע געפלאנט אדורכצופירן שינויים אין די אופן הדיני תורה וויאזוי דאס גייט צו ולא עלתה בידו. אבער בזמן וואס מיר ווייסן אז דאס דארף א תיקון לאמיר דאס נישט נוצן אלץ תירוץ צו אנקוקן ערכאות אלץ לעגיטים. אדרבה, לאמיר דאס נוצן אלץ א פחד און מורא פון אנקומען צו דין תורה אינעם ערשטן פאל און זיך מפשר זיין בעוד מועד.

סאיז בושות די נושא פון דין תורה געלט. דיני תורה ציען זיך צוליב דעם אן קיין גבול און הארגעט אוועק די צדק צדק תרדוף ולא תטה משפט.. דער וואס האט מער געלט לאזט דעם צווייטן אויסבלוטיגן א שטייטע פינאנציעלע טויט.. דער טוען רעדט נאך.. מטאר נישט זאגן קצר דבריך..

אוי, הלואי הלואי ווען סאיז ווען גארנישט אנדערש ווי די אנדערע דיינים אין עניני יורה דעה אין וועלכע דער שואל באצאלט נישט קיין גרייצער נאר די דיינים באקריגן תמיכה פון זייער לאקאלער קהילה, מי יתן והיה.

אפגערעדט די נושא פון טוענים אויף וואס אלע אלע שרייען דערויף ככרוכיה. דו נעמסט געלט צו אויסציען א דין תורה... רעדן און רעדן און רעדן און רעדן אן גארנישט מחדש זיין בלויז אז דער תובע זאל נישט קענען קומען צום ווארט, אוי אוי!! די דין פון קצר דבריך אין קאפ אריין.. דו ווילסט סתם יענעם אויסבלוטיגן פון געלט!! איך און דו ווייסן דאס ביידע!! דו נעמסט געלט בכדי צו ווארפן זאמד אין די אויגן פאר די דיינים!! פאר די רייט פרייס וועסטו דרייען די טענות לטובת וועמען אימער.. דער עיקר ווער סוועט באצאלן דיך צו הייערן!! שעמט אייך! סדארף זיין א בושה צו הייסן טוען!

מי יתן והיה אז די באגריף טוען זאל נתעקר ווערן צוזאמען מיט די שלעכטס, והיה ד’ למלך על כל הארץ! מי יתן והיה אז די בעלי דינים זאלן קיינמאל נישט דארפן ציווייזן אין חושן משפט זייערע טענות נאר בלויז קומען מיט דברים כהוייתן און די דיינים זאלן זיין די וועלכע זענען מברר!

רבותי כהאב קיינמאל קיין דין תורה נישט געהאט סאיז בלויז די ידיעה דערפון וואס שוידערט אויף.

מי יתן והיה בכלליות אז דער וואס ליגט אין זיינע הענט אפצושטעלן רשעות זאל עס טון און ווארפן אלע קבלות און פאליסיס אין גארבידזש אריין ווען סקומט צו זיין א משכיל אל דל.

רבותי אין פשוטע חומש רש”י שטייט אז משה רבינו דערציילט אונז אז דער אויבערשטער אליינס האט מסכים געווען צו יתרו’ס עצה פון שרי אלפים ושרי עשרות צוליב אט דעם טעם.. לא אוכל לבדי שאת אתכם.. אזוי זאגט כביכול דער אויבערשטער אליינס פאר משה רבינו איבערצוזאגן פאר די אידן. דער אויבערשטער זאגט אים: דו קענסט נישט איינער אליינס טראגן די אחריות! אפילו סאיז א גרעסערע שכר! ווייל לא כבתי דינים של עובדי כוככבים זינט איר... נפשות אני תובע מכם! די דיינים וועלכע קענען אפהאלטן עוולות און טוען דאס נישט באצאלן דערמיט מיטן לעבן! אט דאס אלעס קענט איר געפונען מבואר קלאר ווי די טאג אין פשוט חומש רש”י פרשת עקב.

דאס דארף אונז דינען ווי א לימוד אויף אלץ און אלעמען; אויב קענסטו אפהאלטן עוולות פון פאסירן, צוליב דיין פאזיציע, סטאטוס וכו’ וכו’ און דו טוסט דאס נישט, דאן וועסטו באצאלן מיטן לעבן דערפאר! דיינע קבלות און פאליסיס וועלן דיר ווייניג וואס ארויסהעלפן!

לאמיר פשוטע אידן ארויסנעמען די לימוד דערפון, פאר אלע פרייזן זיך מפשר זיין. מחלוקת גייט אייך אראפפירן פון זינען און פון דרך התורה. מיר זענען נישטא צו טוישן די סטאטוסקווא, מיר קענען נישט. אבער מיר קענען יא אויסמיידן מחלוקת און פריקציע! מיר קענען באשיצן אונזער ערליכקייט און תמימות בלויז מיטן נישט טרעטן אין די מאראסט המחלוקת!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 850

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

הוהא, דיין תגובה ברויך אסאך עיון וישוב הדעת!

אבער שכוח פאר'ן קלארקייט און עפענונג. ניתי ונחזי.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1039

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך ווירקליך »

עס איז שווער צו רעדן דערפון און זיך האלטן אויפן דינעם ליניע... אבער יא, ליידער גערעכט.

קול דמי (תרתי משמע) אחינו צועקים
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1539

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך טיפע טאשן »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:37 am
סאיז בושות די נושא פון דין תורה געלט. דיני תורה ציען זיך צוליב דעם אן קיין גבול און הארגעט אוועק די צדק צדק תרדוף ולא תטה משפט.. דער וואס האט מער געלט לאזט דעם צווייטן אויסבלוטיגן א שטייטע פינאנציעלע טויט.. דער טוען רעדט נאך.. מטאר נישט זאגן קצר דבריך..
אוי, הלואי הלואי ווען סאיז ווען גארנישט אנדערש ווי די אנדערע דיינים אין עניני יורה דעה אין וועלכע דער שואל באצאלט נישט קיין גרייצער נאר די דיינים באקריגן תמיכה פון זייער לאקאלער קהילה, מי יתן והיה.
איך מיין אז בד''ץ קרית יואל ארבעט אויף אזא וועג
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך מסתמא »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:01 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:37 am
סאיז בושות די נושא פון דין תורה געלט. דיני תורה ציען זיך צוליב דעם אן קיין גבול און הארגעט אוועק די צדק צדק תרדוף ולא תטה משפט.. דער וואס האט מער געלט לאזט דעם צווייטן אויסבלוטיגן א שטייטע פינאנציעלע טויט.. דער טוען רעדט נאך.. מטאר נישט זאגן קצר דבריך..
אוי, הלואי הלואי ווען סאיז ווען גארנישט אנדערש ווי די אנדערע דיינים אין עניני יורה דעה אין וועלכע דער שואל באצאלט נישט קיין גרייצער נאר די דיינים באקריגן תמיכה פון זייער לאקאלער קהילה, מי יתן והיה.
איך מיין אז בד''ץ קרית יואל ארבעט אויף אזא וועג
דוכט זיך מיר אויכעט אזוי. ווער זענען מיר בכלל אויסצודריקן די שבח אויף זיי? נישטא די ווערטער, סשרייט וואליומס פון זיך אליינס

אבער כ”ז אז סוועט נישט זיין אז אלע ארטאדאקסישע בתי דינים זאלן אפערירן אזוי איז עס קיינע לעזונג, זינט דער נתבע קען ע”פ הלכה גיין וואו אימער ער וויל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 59

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך בעריש סגל »

דער דעבריצינער רב ז"ל האט שוין מיט יארן צוריק פארפירט דערויף אין שו"ת באר משה. ליידער אן ערפאלג.

איך גלייב אז עס גייט קומען א טויש אין די נעקסטע 10-20 יאר, אויב חלילה משיח וועט נאכנישט דא זיין. האפנטליך וועט דער טויש קומען דורך אן התעוררות דורך די רבנים, ווי איידער דורכן המון עם.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3585

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך שמח »

בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:32 pm דער דעבריצינער רב ז"ל האט שוין מיט יארן צוריק פארפירט דערויף אין שו"ת באר משה. ליידער אן ערפאלג.

איך גלייב אז עס גייט קומען א טויש אין די נעקסטע 10-20 יאר, אויב חלילה משיח וועט נאכנישט דא זיין. האפנטליך וועט דער טויש קומען דורך אן התעוררות דורך די רבנים, ווי איידער דורכן המון עם.
וואו אין באר משה?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: קמצא ובר קמצא מיט א טיפערע בליק

פאוסט דורך מסתמא »

פונקט האב איך היינט געבלעטערט אין ליקוטי מוהר”ן אין תורה רנא און ער רעדט דארטן אז מחלוקת ברענגט צו כפירה און די איינציגסטע עצה איז צו זיין אליינס באמת באמת באמת ערליך, אנדערש קען מען אנהייבן כופר זיין אין די קאנצעפט ערליכקייט.

כהאב עס מעגליך אפגעלערנט היבש פלאך, אבער פארט מיינעך אז די דאזיגע נקודות קען מען טרעפן אין תורה רנא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט