סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די שעריף באאמטע פון סאליווען קאונטי זענען אריבערגעקומען אין שטוב פון רבינו שליט"א אין קרית יטב לב אין בעפארברייטונג צו די קומענדיגע עלעקשאנס, אינאיינעם מיט די ווילעדזש באאמטע און עסקני "יחד" פון קרית יטב לב.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
והכינו: סוקסעספולער אסיפת עסקנים אפגעהאלטן אין צוגרייטונג צום גרויסן ל״ג בעומר טיש, וואו ס׳זענען זיך צוזאמגעקומען די געטרייע עסקני ״בצל תומר״ אין ביהמ״ד החדש ״נחלת יעקב״ דקהלתינו הק׳ אין וויליאמסבורג, וואו ס׳איז אויך געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה פון הרה״ח ר׳ ירמי׳ טייטלבוים שליט״א מנהל מוסדות יטב לב — די געטרייע עסקנים האבן גענומען פּאזיציעס צו פארזיכערן די גרעסטע הצלחה פונעם גרויסן מעמד ל״ג בעומר הבעל״ט במקהלות עם!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
על חומותיך ירושלים הפקדתי שומרים
כ"ק מרן רבינו שליט"א, בראש המסובים ביים דינער השנתי צדקת רבותינו לטובת הכולל, אין זאל פון קאנטינענטאל, בהשתתפות אלפי תושבי העיר:
סאטמאר נייעס און בילדער 
כ"ק מרן רבינו שליט"א, בראש המסובים ביים דינער השנתי צדקת רבותינו לטובת הכולל, אין זאל פון קאנטינענטאל, בהשתתפות אלפי תושבי העיר:
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
לִכְבוֹד הַתַּנָּא הָאֱלֹקי רַבָּן שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחַאי!!
פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען און העפטיגע אראנדזשירונגען קומען אצינד פאר אויף אלע פראנטן, אינעם גיגאנטישן ברוקלין סטארהאוז זאל, אויסצושטעלן דעם ריזיגן חלל פארן גרויסן ל"ג בעומר טיש פאר אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס פארשפרעכט צו זיין א מעמד הוד שבהוד:
סאטמאר נייעס און בילדער 
פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען און העפטיגע אראנדזשירונגען קומען אצינד פאר אויף אלע פראנטן, אינעם גיגאנטישן ברוקלין סטארהאוז זאל, אויסצושטעלן דעם ריזיגן חלל פארן גרויסן ל"ג בעומר טיש פאר אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס פארשפרעכט צו זיין א מעמד הוד שבהוד:
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 11:05 pm לִכְבוֹד הַתַּנָּא הָאֱלֹקי רַבָּן שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחַאי!!
פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען און העפטיגע אראנדזשירונגען קומען אצינד פאר אויף אלע פראנטן, אינעם גיגאנטישן ברוקלין סטארהאוז זאל, אויסצושטעלן דעם ריזיגן חלל פארן גרויסן ל"ג בעומר טיש פאר אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס פארשפרעכט צו זיין א מעמד הוד שבהוד:
סאטמאר נייעס און בילדער
![]()
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 158
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איינער מיט בילדער/ווידעאוס פונעם נעכטיגן מעמד?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך גיי גרין
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 801
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1397
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שיינע הדלקה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 100
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 155
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איז דאס די ערשטע מאל?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים באנקעט לטובת מוסדותינו הקדושים אין לעיקוואד אין שטוב הרבני החשוב ר' יצחק שלום ווערטהיימער הי"ו, בילדינג אדמיניסטראטאר פון מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג:
סאטמאר נייעס און בילדער 
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר, לְמִפְרַט בְּשִׂפְוָתָא!
מיט פייערליכע התרגשות טוען אלופי אלפי אנ״ש תלמידי וחסידי סאטמאר זיך גרייטן צום הייליגן לעכטיגן יום טוב שבועות בצלא קדישא עלאה פון כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א!
אין ברען פון די הכנה דרבה און מאסיווע צוגרייטונגען צום הייליגן יום טוב קומט אריין די בשורה טובה ומרנינה פון הנהלת קהלתינו הק׳, אז אדאנק די אומערמידליכע באמיאונגען פון די ראשי עסקני ״בצל תומר״ האט מען ב״ה באוויזן אַהערצושטעלן אַ גיגאַנטישן ״היכל השלחנות״ פאַר׳ן בעפאָרשטייענדן זמן מתן תורתינו, צו אקאמאדירן די לעכטיגע טישן פון כ״ק מרן רבינו שליט״א במשך דעם יום טוב!
דער ריזן היכל ווערט אויפגעבויעט אויפ׳ן אָרט פון דער ״סוכה הגדולה״ אין הויף פון בנין הת״ת ״ויואל משה״, וואס וועט אי״ה במשך דעם יום טוב זיין דער צענטראַלער תל תלפּיות וגולת הכותרת פאר אלופי אלפי אנ״ש הבאים להסתופף בצל הקודש ביי די שלחנות הטהורים: תיקון ליל שבועות, תנאים וכתובה, און ״נעילת החג״!
אין די יעצטיגע מינוטן, בשעת די שורות ווערן געשריבן, פיבערט שוין דער ריזן שטח מיט די צענדליגער עושי מלאכה וועלכע טוען אויפשטעלן דעם ריזיגן היכל השלחנות אין א בליץ-שנעלקייט אז ס׳זאל קענען זיין גרייט אויף יום טוב הבעל״ט אויפ׳ן שענסטן פארנעם, און דאַן וועט מען אנהייבן אויפשטעלן די הויכשטאקיגע פּארענטשעס ארום דעם גאנצן היכל האדיר!
אלפי אנ״ש זענען מכיר טובה די אויסטערלישע באמיאונגען פון די עסקנים הנמרצים והנהלת קהלתינו הק׳ וועלכע לייגן אריין כוחות עצומות בדמי״ם תרתי משמע למען כבוד קהלתינו הק׳ ולטובת רבבות אלפי אנ״ש וועלכע קוקן ארויס אויף דעם לעכטיגן יום טוב בצל הקודש פון עטרת תפארת ראשינו מרן רבינו שליט״א.
זַכָּאִין כַּד שְׁמַעְתּוּן, שְׁבַח דָּא שִׁירָתָא קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא!

בערך וויפיל קאסט אפ אזא מעשה?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
און בעצם, די ביהמ"ד איז נישט גרעסער ווי דעם? אדער טוט מען עס וועגן פארענטשעס?
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:56 pm
- Location: בנין בראך
- x 20
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דעי חברה מאכן אייביג זעכער סאיז דא א חתונה די ערשטע וואך פונעם זמן.......סאיז א שטארקע שטופ.....