סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 938

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איך »

בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:03 pm
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:33 pm
צמח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 9:01 pm

ק.פ.

ל"ג בעומר טיש אין סאטמאר וועט ערשטמאליג אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע.

מיט פייערליכע שפאנונג ווערט
אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק אז די היי יעריגע צענטראלע עריכת שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועט אויף אן ערשטמאליגער פארנעם געפייערט ווערן במקהלות רבבות אלפי החסידים זקנים עם אינעם גיגאנטישן "ברוקלין נערים סטורהאוז" ארענע אינעם ברוקלין נעווי יארד, ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג שטאט.

די ל"ג בעומר טיש איז איינע פון די גרעסטע טישן דורכ'ן יאר בחצר הקודש סאטמאר, ווען טויזנטער חסידים קומען זיך צונויף לשוש ולשמוח בשמחת התנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי, קאמבינירט מיט'ן יערליכן דינער פאר די מוסדות הק' ייטב לב" בארה"ק, און מ'האט דערביי די זכי' צו הערן די צענטראלע דברות קודש והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א וואס ווערט געשלונגען בצמאון רב דורך די אלפי המשתתפים.

ביז היינט איז דער טיש און דינער אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, וואס איז די לעצטערע יארן געווארן שטארק צר מהכיל פון אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, ובפרט די לעצטערע פאר יארן ווען שוין נאכ'ן אויסרישן דעם ביהמ"ד ביז'ן מקסימום, איז עס נאך אלץ ווייט פון דערהייבן אזא גרויסן ציבור בליעה"ר, איז מען אויף די היי יעריגע יו"ט ל"ג בעומר ארויס מיט א זוכעניש צו טרעפן א פאסיגן פלאץ אלס אכסניא של שולחן הטהור, וואו מ'זאל קענען פייערן דעם גרויסן טאג מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת און כבוד פאר'ן תנא אלקי.

ענדגילטיג איז געלונגען צו שאפן דעם ''ברוקלין סטורהאוז" ארענע, א בנין אדיר וואס איז צוגעפאסט און אויסגעשטעלט פאר אזעלכע סארט מעמדי קודש וואס נעמט אריין א השתתפות פון אלופי אלפי ישראל.

דער זאל וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום אלע זייטן פונעם זאל, מיט טויזנטער זיץ-ערטער אינעם גאנצן חלל האולם, און א ריזן בימת הכבוד לענגאויס דעם גאנצן פני המזרח, וואו עס וועט במקהלות כל קהלה קדישא, סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, מיטגעלעבט ווערן דעם גרויסן טאג בהילולא דבר יוחאי און דינער השנתי פאר מוסדות יטב לב, בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א.

🔥ל''ג בעומר תשפ''ה🔥
קוקט אויס זייער גרויס, א בילד פון אינעווייניג?
Screenshot 2025-05-05 090540.jpg
Screenshot 2025-05-05 090540.jpg (155.84 KiB) געזען געווארן 1947 מאל
Screenshot 2025-05-05 090618.jpg
Screenshot 2025-05-05 090618.jpg (172.2 KiB) געזען געווארן 1947 מאל
געזאגט
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 7:24 pm
Location: brooklyn
x 11

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך געזאגט »

אורח הכבוד האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:39 am ברוך המקדש שמו ברבים!

יעצט 12:00 זונטאג אויפדערנאכט האט זיך געענדיגט די פלאמפייערדיגע דרשות אין בית המדרש הגדול דקייט''ל, (מהר''יי) ווי ס'איז געהערט געווארן דרשות נלהבות, במשנתו הטהורה פון מרן רבינו הקוה''ט זי''ע, אפצייכענדיג 77 יאר פון ווען ס'איז ליידער אויפגעשטעלט געווארן די מדינה הציונות מיט א מרידה במלכות שמים, און מיט די העברה אויף די שלש שבועות, און זיי רייסן אויס די אמונה בה' ובתורתו און זיי זענען מכריז אין לנו חלק ונחלה באלוקי ישראל, רח''ל.

געעפענט די אסיפה האט די יו''ר המעמד הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט''א וואס האט ארויסגעברענגעט די תכלית פון די אסיפה, און וואס די טאג פון ה' אייר באדייט, און אויסגערופן הרב הגאון המפואר רבי אהרן שפרינגער שליט''א ראש הכולל שערי טובי', ומרבני ק''ק טשערנוביל, וואס האט עלקטעריזירט דעם ציבור, און אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש וואס די מדינה טוט אפ טעגליך, און וואס די רדיפות הדת וואס גייט פאר אין ארץ הקודש, און האט בקול בוכים געשריגן אקעגן די משתפי הפעולה די פרומע פארטייען וואס זענען אלעס שולדיג!

די היכל הביהמ''ד איז געווארן געעפענט אלע ווענט און ס'איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, און ס'איז געווען א מחזה הוד צוזעהן ווי זקנים עם נערים, זענען דריי שעה צוגענאגעלט און קומען זיך צוזאם לשמוע את דבר ה', מיט איין ציל מיט איין מטרה לחזור ולשנן במשנתו הטהורה, און איינחזרן די הייליגע ווערטער וואס דאס איז נר לרגלינו.

דערנאך האט די יו''ר אויפגערופן הגאון הגדול המפורסם רבי מרדכי בעק שליט''א ראש ישיבת תפארקת משה, וואס האט ארויסגעברענגט בנועם לשונו, די עצם קליפת הציונוי און וואס דאס באדייט די מרידה במלכות שמים, און נאכגעזאגט במשנתו הטהורה פונעם צדיק הדורות די רבי זי''ע וואס די העברה על השבועות באדייט, און דערנאך ארויסגעברענגט וואס מ'זעהט היינט 70 יאר שפעטער וואספארא גזירות זיי ברענגען כסדר, און דבר אחד פונעם רבין זי''ע לא נפל ארצה!

דערנאך האט אויפגעטרען מיט א רינרדע דרשה בקול ה' בכוח, אחד מנקיי הדת שבירושלים, הגאון הצדיק רבי שרגא סעמיועלס שליט''א ראש ישיבת כתרה של תורה מגדולי תלמידי מרן רבינו הקדוש זי''ע, וואס האט איבער א שעה בטוב טעם ודעת אראפגעלייגט די טומאת הציונות און וואס איז געשטעלט געווארן מיט א ציהל אקעגן דעם אייבערשטען, און מסביר געווען וואס די צדיקים האבן געזאגט אויף די קליפה און נאכגעזאגט א שלל פון תורות וואס ער האט זעלבעסט זוכה געווען צו הערן פונעם רבין זי''ע און האט אויפגעשטורעמט די ציבור איבער די גזירות וואס טוט זיך אפ אין ארץ הקודש, און געשריגן אז די ציונים שמדן טעגליך נפשות מישראל, און זיי זענען עומד ומבקש אויף אלע אופנים וואס זיי קענען טוהן אקעגן די תורה און אקעגן ערליכע אידן אין אלע הינזיכטין און געגעבן דערויעף אסאך משלים, און אזוי האט ער מסבסיר געווען באריכות איבער די מצב פון די גזירות הגיוס און געשריגן מנהמת לבו, יודן ראטוועט! און ארויסגעברענגט ווער ס'איז שולדיג דערויף די אלע פרומע פארטייען וואס נעמען א חלק אין די ממשלת השמד וואס חלק כחלק יאכלון און זיי זענען עצם מעצמי ובשר מבשרי פון די עצם רעיון הציוני השם ירחם!

נאך אריבער דריי שעה האט זיך איבערצייגט באשיירפענליך אז טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר זענען לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע דבר ה', טראץ די שווערע רעגענס איז געווען די היכל הבית המדרש איבערגעפילט עד אפס מקום און ס'האט זיך ארויסגעשריגן אז עוד יוסף חי, ווי די ראש ישיבת כתרה של תורה האט געשריגן ''רבינו הקדוש איז דא'' סב'אז א מורא'דיגע עת רצון אז ס'נעמען זיך צוזאם אזויפיל אידן נאר איבערצוחזרן די הייליגע וועגן, און מ'וויל זיין דבוק באילנא דחיי, און איבער חזרן די ריינע אמונה וואס די רבי האט איינגעפלאנצט, און די דורות אשר לא ידע את יוסף, וואס האבן שוין נישט געהאט די זכי' צו הערן מפה קדשו זענען אבער דבוק, ואל מקומו שואף זורח אויף די הייליגע פלאץ ווי די רבי זי''ע האט איינגעפלאנצט אין אמירקא די אמונה און קדושה וטהרה, עוד ישראל רד עם קל!!

אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 415

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:02 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:03 pm
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:33 pm
קוקט אויס זייער גרויס, א בילד פון אינעווייניג?
Screenshot 2025-05-05 090540.jpg
Screenshot 2025-05-05 090618.jpg
ס'איז נישט זייער שמאל?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 938

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איך »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 10:33 am
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:02 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:03 pm

קוקט אויס זייער גרויס, א בילד פון אינעווייניג?
Screenshot 2025-05-05 090540.jpg
Screenshot 2025-05-05 090618.jpg
ס'איז נישט זייער שמאל?
ס'איז אבער זייער לאנג
אין סקווער פוס איז עס זייער גרויס
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 415

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:21 am
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 10:33 am
איך האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:02 am

Screenshot 2025-05-05 090540.jpg
Screenshot 2025-05-05 090618.jpg
ס'איז נישט זייער שמאל?
ס'איז אבער זייער לאנג
אין סקווער פוס איז עס זייער גרויס
סקוקט אבער נישט אויס צו זיין א גוטע לעיאוט פאר א טיש
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1365
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2154

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

די גאנצע נעווי יארד פלאן איז נאך בכלל נישט באשטעטיגט!

די עסקנים קיקן אריין צו מאכן דארט די טיש און געוויסע האבן דאס ארויסגעליקט פאר א פאקט
פעניאק
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:36 pm
x 143

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פעניאק »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:47 am די גאנצע נעווי יארד פלאן איז נאך בכלל נישט באשטעטיגט!

די עסקנים קיקן אריין צו מאכן דארט די טיש און געוויסע האבן דאס ארויסגעליקט פאר א פאקט
קיין קאנספעראציע איז עס אבער נישט, דאס איז וואס מען מאכט דא זיכער...
ווען פארט די לעצטע באס?
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 938

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך איך »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:47 am די גאנצע נעווי יארד פלאן איז נאך בכלל נישט באשטעטיגט!

די עסקנים קיקן אריין צו מאכן דארט די טיש און געוויסע האבן דאס ארויסגעליקט פאר א פאקט
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=k ... K7vi2KBYN8
צרורא דלעילא
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:51 pm
Location: מאדים
x 25

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך צרורא דלעילא »

אז ממאכט שוין יא עפעס פארוואס נישט קיין פייער?
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1161
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2700

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

צרורא דלעילא האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:39 pm אז ממאכט שוין יא עפעס פארוואס נישט קיין פייער?
מ'האלט זיך צום מסורה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 415

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

צרורא דלעילא האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:39 pm אז ממאכט שוין יא עפעס פארוואס נישט קיין פייער?
ווען מ'מאכט ווען יא וואלטסטו געפרעגט מסורה..
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
דריידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 28

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דריידל »

צמח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 9:01 pm
לינדען תושב האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:44 pm ל"ג בעומר טיש וועט ערשטמאליג אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע | בחצרות הקודש
ק.פ.

ל"ג בעומר טיש אין סאטמאר וועט ערשטמאליג אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע.

מיט פייערליכע שפאנונג ווערט
אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק אז די היי יעריגע צענטראלע עריכת שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועט אויף אן ערשטמאליגער פארנעם געפייערט ווערן במקהלות רבבות אלפי החסידים זקנים עם אינעם גיגאנטישן "ברוקלין נערים סטורהאוז" ארענע אינעם ברוקלין נעווי יארד, ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג שטאט.

די ל"ג בעומר טיש איז איינע פון די גרעסטע טישן דורכ'ן יאר בחצר הקודש סאטמאר, ווען טויזנטער חסידים קומען זיך צונויף לשוש ולשמוח בשמחת התנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי, קאמבינירט מיט'ן יערליכן דינער פאר די מוסדות הק' ייטב לב" בארה"ק, און מ'האט דערביי די זכי' צו הערן די צענטראלע דברות קודש והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א וואס ווערט געשלונגען בצמאון רב דורך די אלפי המשתתפים.

ביז היינט איז דער טיש און דינער אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, וואס איז די לעצטערע יארן געווארן שטארק צר מהכיל פון אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, ובפרט די לעצטערע פאר יארן ווען שוין נאכ'ן אויסרישן דעם ביהמ"ד ביז'ן מקסימום, איז עס נאך אלץ ווייט פון דערהייבן אזא גרויסן ציבור בליעה"ר, איז מען אויף די היי יעריגע יו"ט ל"ג בעומר ארויס מיט א זוכעניש צו טרעפן א פאסיגן פלאץ אלס אכסניא של שולחן הטהור, וואו מ'זאל קענען פייערן דעם גרויסן טאג מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת און כבוד פאר'ן תנא אלקי.

ענדגילטיג איז געלונגען צו שאפן דעם ''ברוקלין סטורהאוז" ארענע, א בנין אדיר וואס איז צוגעפאסט און אויסגעשטעלט פאר אזעלכע סארט מעמדי קודש וואס נעמט אריין א השתתפות פון אלופי אלפי ישראל.

דער זאל וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום אלע זייטן פונעם זאל, מיט טויזנטער זיץ-ערטער אינעם גאנצן חלל האולם, און א ריזן בימת הכבוד לענגאויס דעם גאנצן פני המזרח, וואו עס וועט במקהלות כל קהלה קדישא, סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, מיטגעלעבט ווערן דעם גרויסן טאג בהילולא דבר יוחאי און דינער השנתי פאר מוסדות יטב לב, בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א.

🔥ל''ג בעומר תשפ''ה🔥
וואס קאסט אזא מעשה?
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 144

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 3:33 pm

ביליגער ווי די סוכה. לכאורה.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 140

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קרישקע »

צרורא דלעילא האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:39 pm אז ממאכט שוין יא עפעס פארוואס נישט קיין פייער?
פארוואס דען יא?
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 46

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לינדען תושב »

1001515248.jpg
1001515248.jpg (417.43 KiB) געזען געווארן 915 מאל
חסיד הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 2:36 pm
x 33

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך חסיד הארץ »

ווי איז די הויז בחור?
iy78p2.jpeg
iy78p2.jpeg (246.08 KiB) געזען געווארן 504 מאל
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1222
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4037

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך עדיטאריעל »

חסיד הארץ האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 12:23 pm ווי איז די הויז בחור?iy78p2.jpeg
דאכט זיך (אויב גוט באמערקט) פועל'ן ישעות אין קערעסטיר
פיילס
Screenshot 2025-05-12 123904.png
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1161
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2700

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
ff9db989-b877-413f-b616-a84953edc0ca.jpg
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
masmid
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 am
x 12

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך masmid »

באריכט פון נעכטן נאכט

די מינוטן האט זיך גענדיגט די אסיפה בבית כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א אינאיינעם מיט די עסקנים, אין שפיץ פון הרה''ח ר' אברהם גרינהוט הי''ו. מען האט ארומגעשמועסט מיטן רבי'ן קרוב צו צוויי שעה איבער די לעצטע אנטוויקלונגען אין די פרשה, די מצב אין די שעלטערס, די מצב פון די יוצאים, און די פלענער אויפן עתיד. דער רבי האט זיך אינטערעסירט בפרטי פרטיות איבער די יוצאים אין וויליאמסבורג, מאנסי, מאנטריאל, אנטווערפן, און ארה''ק.

בפרט האט מען געברענגט פארן רבי'ן לעבעדיגע גריסן פון די לעכטיגע קינדערלעך יוצאי לב טהור וועלעכע לערנען אין די מוסדות אין וויליאמסבורג, און ווי שיין זיי זענען מצליח ב''ה און שטייגן מעלה מעלה.

אויך האט מען אריבערגעברענגט פארן רבי'ן די פרישע יוצאים לעכטיגע בחורים וועלעכע זענען נארוואס ארויס פון די שעלטער, דער רבי איז זייער נתפעל געווארן פון די איידלקייט פון די בחורים, דער רבי האט זיי שלום געגעבן און שיין אנגעוואונטשן.

דער רבי שליט''א האט זיך שטארק אינטערסירט אין די עסקנות ארויסצוברענגן די קינדערלעך, אינצווישן האט זיך דער רבי אויסגעדריקט 'סאטמאר האט מקרב געווען די ילדי מאראקא, סאטמאר האט מקרב געווען די ילדי תימן, אידאך כש''כ אז מען דארף מקרב זיין די ילדי גווטאמאלא'... 'פארדעם זענען מיר דאך סאטמאר'....

די באזוך האט זיך געענדיגט מיט ווארימע ברכות קודש אז די פרשה זאל קומען צו ענדע ווי שנעלער און אלע קינדער מיט די עלטערן זאלן ארויסקומען בקרוב ממש מעבדות לחירות.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 140

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קרישקע »

masmid האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:09 pm באריכט פון נעכטן נאכט

אז די ברענגסט פון א אנדער שמועס ברענג אויכט די זייגער ווען דאס איז געווען...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 415

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

קרישקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:58 pm
masmid האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:09 pm באריכט פון נעכטן נאכט

די מינוטן האט זיך גענדיגט די אסיפה בבית כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א אינאיינעם מיט די עסקנים, אין שפיץ פון הרה''ח ר' אברהם גרינהוט הי''ו. מען האט ארומגעשמועסט מיטן רבי'ן קרוב צו צוויי שעה איבער די לעצטע אנטוויקלונגען אין די פרשה, די מצב אין די שעלטערס, די מצב פון די יוצאים, און די פלענער אויפן עתיד. דער רבי האט זיך אינטערעסירט בפרטי פרטיות איבער די יוצאים אין וויליאמסבורג, מאנסי, מאנטריאל, אנטווערפן, און ארה''ק.

בפרט האט מען געברענגט פארן רבי'ן לעבעדיגע גריסן פון די לעכטיגע קינדערלעך יוצאי לב טהור וועלעכע לערנען אין די מוסדות אין וויליאמסבורג, און ווי שיין זיי זענען מצליח ב''ה און שטייגן מעלה מעלה.

אויך האט מען אריבערגעברענגט פארן רבי'ן די פרישע יוצאים לעכטיגע בחורים וועלעכע זענען נארוואס ארויס פון די שעלטער, דער רבי איז זייער נתפעל געווארן פון די איידלקייט פון די בחורים, דער רבי האט זיי שלום געגעבן און שיין אנגעוואונטשן.

דער רבי שליט''א האט זיך שטארק אינטערסירט אין די עסקנות ארויסצוברענגן די קינדערלעך, אינצווישן האט זיך דער רבי אויסגעדריקט 'סאטמאר האט מקרב געווען די ילדי מאראקא, סאטמאר האט מקרב געווען די ילדי תימן, אידאך כש''כ אז מען דארף מקרב זיין די ילדי גווטאמאלא'... 'פארדעם זענען מיר דאך סאטמאר'....

די באזוך האט זיך געענדיגט מיט ווארימע ברכות קודש אז די פרשה זאל קומען צו ענדע ווי שנעלער און אלע קינדער מיט די עלטערן זאלן ארויסקומען בקרוב ממש מעבדות לחירות.
אז די ברענגסט פון א אנדער שמועס ברענג אויכט די זייגער ווען דאס איז געווען...
וואס איז נוגע די זייגער?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1365
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2154

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (29).jpg
unnamed (29).jpg (359.63 KiB) געזען געווארן 213 מאל
unnamed (30).jpg
unnamed (30).jpg (336.97 KiB) געזען געווארן 213 מאל
unnamed (31).jpg
unnamed (31).jpg (355.51 KiB) געזען געווארן 213 מאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1365
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2154

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed (32).jpg
unnamed (32).jpg (400.05 KiB) געזען געווארן 211 מאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1365
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2154

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

וחננו מאתך חכמה בינה ודעת

טויזנטער אידן פולן אן די עידן פאלאס זאלן ביים "בהשכל ודעת" בודזשעטינג קאנפערענץ, איבער פינאנץ און בודזשעטינג, צוגעשטעלט דורך הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג:

🌴 סאטמאר נייעס און בילדער 🌴
פיילס
gXGamE.jpeg
xUBSD1.jpeg
U9E33k.jpeg
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1365
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2154

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נפתלי »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:13 pm וחננו מאתך חכמה בינה ודעת

טויזנטער אידן פולן אן די עידן פאלאס זאלן ביים "בהשכל ודעת" בודזשעטינג קאנפערענץ, איבער פינאנץ און בודזשעטינג, צוגעשטעלט דורך הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג:

🌴 סאטמאר נייעס און בילדער 🌴
פיילס
kw8otU.jpeg
F1E2NL.jpeg
QfIh3Z.jpeg
שרייב פאוסט