הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

נייעס אין אונזער קווארטאל

האט איר שוין אריינגערופן צו טון די נויטיגע השתדלות?

יא!
11
35%
-
20
65%
 
Total votes: 31

אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2705
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6271

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

222555 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 amנאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
דאס איז אין בעסטן פאל א גוטער דמיון צווישן אלע אנדערע. ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן דא האב איך אפילו נישט געוויסט ווער עס ספאנסערט יא אדער נישט די ביל. סך הכל האב איך געזעהן מען מאכט א ווייגעשריי אז מען גייט הארגענען מענטשן, האב איך עס נאכגעקוקט און געזעהן אז מען פארקויפט שוין ווייטער לאקשן פאר'ן עולם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6415
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14719

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חברה, ס'קען שוין באלד אויסזען ווי דער ביל איז א גוטע נארמאלע זאך, ח"ו.

לאמיך טרייען צו זיין קלאר:

דער ביל איז נאך א עקלהאפטיגע ליבעראלע אוממענטשליכע געזעץ!

עס שליסט אן ניו יארק (אויב גייט עס אדורך) אין די אנדערע סטעיטס וואס האבן שוין ערקלערט אז 6 חדשים לעבן איז גארנישט ווערד, און א קראנקע פאציענט מעג זיך ענדיגן דאס לעבן. נעבעך. דאס איז נישט בייגעפאלן פאר א גוי מיט 50 יאר צוריק! יעדער "מענטש" האט פארשטאנען אז דאס איז פשוט סועסייד. נאר אין די היינטיגע בלי-ווירדן ליבעראלע דעמאקראטישע ניו יארק איז דאס שוין נעבעך א נארמאלע זאך.

מיר וואוינען ליידער אין א סטעיט וואו איבער 70 פראצענט ניו יארקער, און אפילו 65 פראצענט קאטאליקן, זאגן אז זיי שטיצן אזא ביל. א עקל און א גרויל. זאלן מיר אוועקמופן צו א רעפובליקאנע סטעיט? און ווען ס'גייט שוין זיין ביי זיי אויך זאלן מיר מופן קיין ירדן? אדער אפשר ענדערשט איגנארירן וואס די גויים טוען? דאס קען איך נישט פסק'נען.

נאר וואס? דער פותח האשכול הרב @שינאווער איז א געטרייער נייעס באריכטער, און ער האט אונז מיטגעטיילט וואס די היימישע נייעס דערציילער באריכטן. אז? עס קאכט זיך עפעס מיט "הצלת נפשות"! מען גייט אנקומען דארט ווי ענגלאנד אז מען פלאגט אויס מאשינען מיט געוואלד... רח"ל ח"ו. ער האט דאס "נישט" אויסגעטראכט, נאר ער האט אונז מיטגעטיילט דאס וואס מען פארקויפט אין די נייעס-גאס.

און ס'איז שוין געגאנגען ווייטער... ס'קומט שוין אן אימעיל'ס מיט דראמאטישע באריכטן... מ'גייט רצח'נען אידן... @222555 און @פלעשלייט זענען שוין צוקאכט וועגן אידיש בלוט.

דערפאר האב איך געזאגט, רבותי, ווערטס נישט פארדרייט. מ'רעדט ס"ה פון אזעלכע רציחות וואס גייען שוין אן אין ניו דשערסי, און קאליפארניע, און ב"ה, עס האט נישט אפעקטירט און נישט נוגע געווען פאר אידישע קינדער.

צי אונז אידן זאלן למעשה פאדערן פון אונזערע פארטרעטער צו שטימען דערקעגן, וויבאלד ס'איז א טריט ווייטער אין די ליבעראלע נידריגקייט, אדער ענדערשט זאלן מיר עס איגנארירן? דאס זאל א דעת תורה זאגן. נישט איך, נישט פאלשע עסקנים, און נישט עכטע עסקנים.
פרתי
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:43 pm
Location: מאנסי

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פרתי »

OU ארויס געקומען מוט א בריוו

https://links.mkt3536.com/servlet/MailV ... &mt=1&rt=0
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך נקודות טובות »

222555 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 am
► Show Spoiler
זאגסט גוט אבער אינטערסאנט אז ביז איך האב נישט געזעהן די אשכול האב איך נישט געשפירט ווי די עקסטרעמיסטן פירן עס כאט כהאב יא געזעהן נעכטן א אימעיל פון עקסטרעמיסטן אבער כהאב אויך געהערט פון אגודה וכו' מיינט נישט אז אויב יענער עסט טאנע מעג איך שוין נישט עסן...
אבער אריינקומענדיג דא איז געווארן א מצוה אראפציברענגען די זאך אז מחלומט וכו' קען זיין איינער האט איבערגעטריבן א לשון אבער איך האב נישט געזעהן אז עס זאל אויסקוקן באופן כללי עפעס איבערגעטריבן

נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
אבער לדעתי איז עס געווען א טעות ווייל עס מאכט נאר פארלירן טראסט

העכסענס זאג דעם עולם קלאר אז תפסת מרובה לא תפסת דעריבער קען מען נישט יעצט פועלן ביי סקופיס צוריקציציען פון די ביל און מהאפט אז פאר חינוך און נאך וועט ער יא דערליווערן אבער דאס אז מען פירט א מערכה און פועלן ביי ווי מער סענאטארן וועט מען עס קענען באזיגן ואדרבה זאל יעדער אנרופן אלע אנדערע סענעטארן אדר ווען איינער פריוואט שיקט א אימעיל זאל ער שיקן צי סקופיס אויך ואולי ירחם

דעריבער מיינט נישט אז איינער האט דא בעצם איבערגעטריבן חוץ אויב מרעדט טאקע נאר פון יענעם אימעיל פון די עקסטרעמיסטן
אבער אין רוב פלעצער ווי קול מבשר, אגודה, או יו, אה בליק, ועוד האט מיר נישט אויסגעקוקט עפעס איבערגעטריבן
הער זיך גוט צו מיין טייערע פריינט: איך גיי נישט גיין אין רינגס ארום און ארום. עס פעלט נישט אויס, ווייל מער ווייניגער זענען די פאקטן אויסגעקלארט. (הגם איך בין נישט זיכער מיט די סקרינשאטס וואס איז געברענגט געווארן, ווייל ליינענדיג די ארגינעלע ביל האב איך פארשטאנען אביסעל אנדערש.) און דאס וואס מען האט פארקויפט שקרים וכזבים, איז א פארברעך!

א מארמאראשע איד האט אמאל פארציילט ווי פאלגענד: פארן קריג האט דער רב גערעדט ביים שבת שובה דרשה איבער די געפערליכע עבירה פון רעדן בשעת'ן זאגן די הפטורה. דער רב האט גאר שטארק מרחיב געווען איבער די חומר העון, און איבער די גאר שרעקליכע עונשים וואס ווארט אפ פאר איינער וואס רעדט חלילה בשעת'ן זאגן הפטורה. דער איד זאגט אז הענט און פיס האבן אים געטרייסעלט, ער האט זיך פשוט געווארפן פאר שרעק. ביז דער רב האט זיך געגעבן א צושריי און געזאגט "רעדן ביי הפטורה איז באלד אזוי הארב ווי רעדן ביי קריאת התורה גופה!". און דאן האט זיך דער איד בארואיגט...

חס ושלום חס ושלום. איך פראביר נישט אראפ צו שפילן דאס רעדן ביי קריאת התורה. איך וואלט אבער נישט געווען שאקירט צו הערן אז די געפערליכע ביל וואס איז נארוואס אריבער מיט די הילף פון סקופיס, איז כמעט אזוי געפערליך ווי די געזעץ וואס צווינגט מוסדות התורה אז די תלמידים מוזן זיין וואקסענירט...

איר חזר'ט איבער איין מאל און נאכאמאל ווי כאילו געוויסע האבן גענומען פאר א מצוה צו אראפשפילן די הארבקייט פון דעם ביל. ניין! קיינער האט דאס נישט גענומען פאר זיין מצוה. די ציל איז פשוט צו פארשטיין מה זה ועל מה זה. פארוואס און פאר ווען דרייעט מען איבער א וועלט? דאס אז בילס שלא כרצון התורה גייען אריבער אין אלבעני, איז א טאג-טעגליכע ערשיינונג. וואס איז יעצט געשעהן? על מה יצא הקצף? מענטשן ווערן שאקירט צו הערן אז מען ליגאלעזירט דאס הרג'ענען מענטשן אין שפיטעלער, און דאס איז אן אומרעכט! מען טאר דאס אין קיין פאל נישט טוהן! ערשטענס, דאס איז קאנטער פראדאקטיוו, דאס ברענגט אז עסקנים זאלן פארלירן טראסט. צווייטענס, די עצם שקר איז א מורא'דיגע בגידה אין כלל ישראל. מען נעמט מענטשן און מען מאכט פון זיי פורים! עס איז נישט דא קיין איד וואס ווען ער הערט אז מען גרייט זיך צו ליגאלעזירן דאס הרג'ענען מענטשן, האט ער נישט געכאפט א טרייסל בכל רמ"ח ושס"ה. ליידער האט יעדער עפעס באקאנטע (נאנטע אדער ווייטע) וואס ליגן נעבעך אפ אין שפיטעלער. ווען מען הערט אזאנס הייבט מען תיכף אן שוויצן "וואס וועט זיין מיט מיין באקאנטער"? און דאס איז אן עולה גדולה!

אבער עכ"ז, ווי איך האב שוין געשריבן. ווער עס קען די פאקטן פון די ביל, און דאך שפירט ער אז מען דארף זיך לאזן הערן קעגן דעם, האט ער די פולסטע רעכט צו רופן וויפיל סענטארן ער וויל און לאזן הערן זיין מיינונג. דאס איז די יסוד פון אמעריקע, דאס לאנד זאל זיך פירן כפי דעת הקהל. די פראבלעם איז נאר, ווען מען נעמט אומוויסענדן מענטשן, וואס ווען זיי קענען ווען די פאקטן וואלטן זיי קיינמאל נישט גערופן. און מען טראמעטעזירט זיי, און מען זייט אן כאאס און דראמע צוליב אומבאקאנטע סיבות!

אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די איינע שורה וואס דו שרייבסט, איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן. איר שרייבט ווי פאלגענד: נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען.

כמדומה, בין איך געווען דער ערשטער דא וואס האט אויפגעברענגט א קאנטער ארגיומענט אנקעגן די כאאסישע דראמע דא. איך בין טאקע נישט געווען דער ערשטער ממש, וויבאלד איך זיך נישט אלעמאל צו זיין דער אויבער חכם. אבער די רגע וואס @לאמר האט אויפגעברענגט א חשש, בין איך אריינגעקומען מיט מיין פראספעקטיוו. איך האב מיט פאליטישענס גארנישט, און ניטאמאל ווייס איך ווער סקופיס איז. פון מיינע איבער 1800 פאוסטס דא איז כמדומה נישט דא קיין איין פאוסט וואס זאל אנדייטן אז איך שטיץ א פאליטישע אגענדע. מיין אינפארמאציע קומט נישט פון קיינעם, און איך האב דאס מיט קיינעם נישט איבערגעשמועסט פארן פאוסטן. חוץ פון ליינען די אפציעלע רעגירונג וועבסייט, און אגודה באשולדיגונג האב איך גארנישט געליינט דערוועגן.

ואשר ע"כ, דאס וואס איך זעה אז איר שפרינגט כסדר ארויף מיט א בשולדיגונג קעגן די וואס בעטן דעקונג אויף די כאאס, צייגט מיר קלאר אז איר זענט גאר דער וואס האט אן אגענדע! קען גאר זיין אז אייער אגענדע איז קעגן סקופיס, און קעגן זיינע שטיצער! איך ווייס נישט, אבער עס קוקט אויס אז איר זענט גאר דער אגענדע געטריבענער. @דער תהלים איד וואס איז באשולדיגט געווארן מיט געלט פארדינסטן פון סקופיס, איז הערשט אריינגעקומען נאכדעם וואס איך האב געלאזט הערן מיין מיינונג. בסך הכל האט ער געשריבן ווארט ביי ווארט פון וואס איך האב געשריבן. אויב די איינציגע וועג ווי אזוי איר קענט מיר אפענטפערן איז מיטן באשולדיגן @דער תהלים איד, דאן זענט איר דער וואס האט פארלוירן טראסט, והבן.

אודאי גיי איך נישט מאכן פאטיציעס קעגן קול מבשר. אויב זלמן ווידער באקומט א רוף פון אגודת ישראל אז דא מוז מען אויפשטורעמען דאס יהדות החרדית, דארף ער נישט גיין אפירקראצן דאס ביל און קוקן צו ס'איז טאקע אזוי. ער איז נקי מכל חטא! די טענה איז אויף די וואס האבן אים אנגעדרייט!

לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז א פרוי מיט יענע מעשה וועט באשליסן צו נעמען דעם פיל אנשטאט זיך נעמען דאס לעבן מיט ביז איצטיגע מיטלן: ליידער ליידער פעלט נישט קיין סועסייד פעלער ביי היימישע אידן ר"ל. קיינער וועט נישט זאגן אז מען דארף ארומגיין צו אלע דזשודעיקע געשפעטן און צוזאמען נעמען די מנחה מעריב גארטלעך ווייל א בחור'ל האט זיך מיט דעם דערשטיקט ל"ע. קיינער וועט נישט צוזאמען נעמען מעסערס פון האוסוועיר געשעפטן, וויבאלד א משוגענער האט אומגעברענגט מיט דעם זיינע עלטערן רח"ל. אפשר טאר מען שוין אויך נישט פארקויפן שטאפערס פאר די וואנע, ווייל א פרוי האט דערטראנקן אירע צוויי קינדער בידים אין א וואנע ה"י. מאטרין איז דאך שוין אפגערעדט אז מען טאר נישט פארקויפן ווייל א היימישער האט זיך ליידער אווערדאזט מיטן איינשלינגען א גאנצע באטל מאטרין און א באטעל ברוינפען. בליטש מוז אויך ווערן גענצליך פארבאטן, וויבאלד אן אומסטאבילער טאטע האט אריינגעלייגט בליטש אין די עסן פון זיין קינד. גרויסע בנינים דארף מען איינווארפן, ווייל א אינגערמאן האט זיך פון דעם אראפגעווארפן. וכו' וכו' וכו'. די אלע מעשיות שהיה זענען זייער ווייטאגליך יעדע פאר זיך, און מען דארף טאקע טוהן וואס מען קען צו העלפן ראטעווען אידן וואס געפינען זיך בעת צר. אבער יעדער פארשטייט אז די וועלט דארף ווייטער אנגיין. אויב דארף מען עפעס פארבאטן איז עס גאנס, וואס דארט זענען טאקע די רעכטע די וואס שטיצן עס יא.

לעניית דעתי, און דאס איז געריכטעד צו דיר אויך @טינק ענד טענק. מיר זענען אידן, און מיר האבן א תורה. אונזער פליכט איז זיך צו האלטן צו די סטאנדארטן וואס די תורה שטעלט אונז אוועק. אונזער פליכט איז נישט צו פארזיכערן אז דער גוי האלט זיך צו די תורה'דיגע סטאנדארטן. רצון השם איז אז די וועלט זאל זיך פירן בצדק ובמשפט. עס דארף זיין א יושר'דיגע געזעץ, מיט א קארט סיסטעם וואס זאל אינפארסירן דאס געזעץ. רציחה, וגזל דארף זיין פארבאטן איבעראל. די וועלט דארף זיין סטאביל. אבער פארט דארפן מיר אנערקענען אז דער גוי דארף זיך נישט האלטן צו אונזער סטאנדארטן. איך בין נישט זיכער אז זיינע חושן משפט דינים מוז שטימען מיט יעדן סמ"ע.

די סיבה פארוואס ביי אונז אידישע קינדער איז א מינוט לעבן א וועלט, איז נישט צוליב מאראלישע גרינדן. דאס איז אך ורק צוליב אונזער אמונה. מיר גלייבן אז יעדע נשמה איז א חלק אלקי ממעל וואס איז אראפ געקומען אויף די וועלט מיט א תפקיד. מיר גלייבן אין השארת הנפש, און מיר גלייבן אין עולם הבא. מיר גלייבן אז ס'איז דא אן השגחה פרטיות אויף יעדן איד. און דערפאר איז מען מחויב צו מחלל שבת זיין אפילו אויף חיי שעה.

דער גוי אבער איז נישט מחויב צו גלייבן אז דאס לעבן פון 90 יאר אלט אויסגעוועפטע זיידע, וואס קען נישט אליינס עסן, און קען נישט אליינס גיין אין ביהכ"ס, טראגט נאך א ווערד. חלילה וחס טאר מען אים נישט הרג'ענען, ווייל רציחה איז אלעמאל אסור. אבער אויב אין אזא פאל זאל דער חולה אליינס באשליסן אז עס איז געקומען די צייט צו מאכן א סוף צו זיין לעבן, איז דאס נישט מופרך. כבין נישט קאנווינסד אז דאס איז מאראליש אפגעפרעגט. און אויב יא, דאן זאל דאס א דעת תורה קומען באשטעטיגן ווי @Azoi Tzi Zugen האט פארפירט.

איר וועט געוויס נישט חולק זיין מיט מיר אז ס'איז דא גרויסע חילוק פון זיך מאבד זיין לדעת, ביזן מאבד זיין א צווייטען. ווען איינער באשליסט אז ער וויל מאכן א סוף צו זיין לעבן, איז עס גאר ווייט פון איינער וואס באשליסט צו מאכן א סוף צו יענעמס לעבן. ניטאמאל א רוצח קען מען אים רופן ווי געשריבן דא. ס'איז אינו דומה כלל וכלל. ואשר ע"כ זעה איך נישט די מורה'דיגע אוממאראלישקייט אין דעם ביל.

פיל אנדערש איז אבער ווען מען רעדט פון עבארשען, וואס דארט איז די נידן יא רציחה ממש אויף א צווייטן. מען נעמט א קינד און מען הרג'ט אים ווייל די מאמע האט פארגעסן צו נעמען די פילן... דאס איז רציחה ממש! פארשטייט זיך אז אפילו אויף עבארשען קען מען זיך אויך דינגען ווען און ווי אזוי דאס איז אסור/מותר, אין געוויסע פעלער האבן שוין היימישע רבנים אויך מקיל געווען וד"ל ואכהמ"ל...

לגבי דאס וואס האט זיך אפגעטוהן אין שפיטעלער ביי קאראנע: איך מיין אז יעדער פארשטייט אז ס'איז דא א גרויסע חילוק פון בפועל הרג'ענען א מענטש, ביז לאזן א מענשט אויסגיין. ביי קאראנע האט דער דאקטער נישט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פאציענט. ער האט נעגלעקטעד דעם פאציענט. נישט געגעבן קיין עסן, נישט געגעבן מעדעצינען, נישט גערייניגט די מאשינס וכו' וכו' וכו'. חז"ל זאגן שוין טוב שברופאים לגהינם. דאס איז אלעמאל געווען, און דאס האט גארנישט מיט ליבערליזם. מיר האבן אלעמאל געוויסט אז מען טאר אין קיין פאל נישט איבערלאזן א חולה אין שפיטאל אן א אידיש הארץ מיט אים אין שטוב. מיר זענען אידן, און מיר האבן א אידש הארץ און מיר זארגן זיך פאר די וואוילזיין פון אונזערע ברודער. די געטרייע חברה הצלה קומען אויך אן צו א קאל 10 מאל שנעלער ווי די אלגעמיינע EMT עמירדשזענסי סירוועס. ביי אונז טראגט לעבן אסאך א גרעסערע באדייט ווי פאר א גוי. אבער דאס צו ברענגן אלץ א ראיה צו דעם אז די ביל גייט קאסטן קרבנות וויבאלד ביי קאראנע האבן דאקטורעם נישט געקעירט? ס'איז בכלל לאגיש?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 357

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך 222555 »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:39 pm

מיט די שורה בין איך זיכער מסכים: איך גיי נישט גיין אין רינגס ארום און ארום. עס פעלט נישט אויס, ווייל מער ווייניגער זענען די פאקטן אויסגעקלארט.

די איבריגע העמיר אפליינען קלארער אי"ה נאכן אפשטימינג אין סענאט אויב כוועל האבן צייט.
עס נעמט מיר ווייניגער צי שיקן א אימעיל פאר אלע 63 סענעטארן וואס האט מיר גענומען 2 מינוט ווי זיך טענהן דא 7 שעה פון טייערע צייט
האקט א טאג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 225

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך האקט א טאג »

589.jpg
589.jpg (610.04 KiB) געזען געווארן 764 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 458
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 705

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך חלום חלמתי »

האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:58 pm 589.jpg
ה' שופטים פראטעסט גרעפיקס
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3925
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5101

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 8:19 pm
האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:58 pm 589.jpg
ה' שופטים פראטעסט גרעפיקס
צוגעטראפן...

די זעלבע כלל ישראל פארטרעט מצב החינוך אימעיל האט ארויסגעשיקט...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2931
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8370

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פופציגער »

222555 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:11 am
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:07 pm

אמת, און טאקע מיט דעם בין איך אביסעל מחולק מיט @Azoi Tzi Zugen. מיר שטערט נישט ווען איינער שיקט אריין, טוה ווי אזוי דו פארשטייסט. קענסט רואיג אריינשיקן אן אימעיל אפילו אויב די ביל איז נישט פיקוח נפש. קענסט אויך אריינשיקן וואס דו עסט היינט פאר סאפיר, ס'איז בחינם... איך וויל נאר פארשטיין פשט פון די וואס דרייען אן אומנויטיגע כאאס. פארוואס אין די וועלט טוט מען אזא זאך?

איך פארשטיי גראדע יא די היסטעריע, הגם דאס בארעכטיגט נישט צו פארקויפן געבראטענע שטותים וואס מיט א קוועטש אויפ'ן מייזל קען מען זיך עס איבערצייגן - און באמת איז שרייבן שטותים קאנטער פראדאקטיוו ווייל מען קוקט אן אז די גאנצע מערכה האט אזא פנים (כידוע וואס הגה"ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געזאגט פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע בנוגע געבן אן הסמה אויף א געוויסע ספר קעגן ציונות).

ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין די ליבעראלע וועלט, די היינטיגע ליבעראלן - אפילו מעינסטריעם ליבעראלן, נישט דוקא עקסטרעמע - האלטן בנוגע פארשידענע נושאים אז רציחה דארף זיין מותר לכתחילה, צו ס'זאל זיין בנוגע עבארשען (וואס אסאך ליבעראלן האלטן אז מען דארף ערלויבן אפילו נאך אן אומגעפלאנטע געבורט!), צו ס'זאל זיין בנוגע אסיסטעד סועסייד (און נישט דוקא אויף איינער וואס האט נישט קיין אויסזיכטן צו לעבן צו לאנג) אדער טאקע איינער וואס האט ווייניג שאנסן מעדיציניש זאל מען מעגן אויספלאגן קעגן די ווילן פון די משפחה, אזוי ווי מ'האט געזען אין ענגלאנד.

אלזא, יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט גיין פון זערא ביז הונדערט אין א רגע, ממילא וועט קיינער נישט גלייך אינטראדוסן א ביל וואס ערלויבט למשל פאר שפיטעלער אויסצופלאגן פאציענטן קעגן די רצון המשפחה. וואס מען טוט איז אז מען הייבט אן מיט א לייכטערע זאך, וואס צו דעם וועלן אסאך מער מענטשן מסכים זיין אדער עכ"פ זיך נישט שלאגן, און איינמאל דאס איז די געזעץ אויף די ביכער און איינגעפירט אין פראקטיק קען מען עס נעמען א שטאפל ווייטער, וכן הלאה. אלזא, יעדע געזעץ וואס איז מתיר מעדיצינישע רציחה אויף סיי וואספארא אופן, איז א טריט נענטער אין ריכטונג פון געזעצן וואס זענען גאר פראבלעמאטיש (און דאס איז נישט נאר טעארעטיש נאר מ'רעדט פון געזעצן און שיטות וואס זענען שוין היינט אנגענומען ביי אסאך פאליטיקאנטן), און וואס פריער מ'שטעלט אפ די באן אלס מער שאנסן זענען דא בעזר השם אז זאכן זאלן זיך נישט דערקייקלען נאך ווייטער.

נאר כאמור איז דאס פארקויפן שטותים און לגיונות נאריש און קאנטער פראדאקטיוו, און לעת עתה ווערט די מערכה - עכ"פ ביים היימישן עולם - אזוי געפירט.
זאגסט גוט אבער אינטערסאנט אז ביז איך האב נישט געזעהן די אשכול האב איך נישט געשפירט ווי די עקסטרעמיסטן פירן עס כאט כהאב יא געזעהן נעכטן א אימעיל פון עקסטרעמיסטן אבער כהאב אויך געהערט פון אגודה וכו' מיינט נישט אז אויב יענער עסט טאנע מעג איך שוין נישט עסן...
אבער אריינקומענדיג דא איז געווארן א מצוה אראפציברענגען די זאך אז מחלומט וכו' קען זיין איינער האט איבערגעטריבן א לשון אבער איך האב נישט געזעהן אז עס זאל אויסקוקן באופן כללי עפעס איבערגעטריבן

נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
אבער לדעתי איז עס געווען א טעות ווייל עס מאכט נאר פארלירן טראסט

העכסענס זאג דעם עולם קלאר אז תפסת מרובה לא תפסת דעריבער קען מען נישט יעצט פועלן ביי סקופיס צוריקציציען פון די ביל און מהאפט אז פאר חינוך און נאך וועט ער יא דערליווערן אבער דאס אז מען פירט א מערכה און פועלן ביי ווי מער סענאטארן וועט מען עס קענען באזיגן ואדרבה זאל יעדער אנרופן אלע אנדערע סענעטארן אדר ווען איינער פריוואט שיקט א אימעיל זאל ער שיקן צי סקופיס אויך ואולי ירחם

דעריבער מיינט נישט אז איינער האט דא בעצם איבערגעטריבן חוץ אויב מרעדט טאקע נאר פון יענעם אימעיל פון די עקסטרעמיסטן
אבער אין רוב פלעצער ווי קול מבשר, אגודה, או יו, אה בליק, ועוד האט מיר נישט אויסגעקוקט עפעס איבערגעטריבן
זאגסטו הייסטעס אז וואס... אז באמת איז ער גערעכט, אבער ווייל דו האסט עס נישט אליינס געזען, (בלע"ז: ביסט געפאלן פאר די עקסטרעמיסטישע דמיונות), ממילא מוז מען איינזעצן אז דא איז דא עפעס א סקופיס אגענדע.

הייסטעס אז בעצם איז נישט אמת דאס אז ס’נישט אמת די אמת אז נישט נאר איז אמת די נישט אמת’ע אמת, נאר מ’דארף פשוט האלטן דעם קאפ גראד.

אהא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 357

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך 222555 »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 9:09 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 8:19 pm
האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:58 pm 589.jpg
ה' שופטים פראטעסט גרעפיקס
צוגעטראפן...

די זעלבע כלל ישראל פארטרעט מצב החינוך אימעיל האט ארויסגעשיקט...
גייסט היטן שבת די וואך?
כהער קראנט אז די ה שופטים חברה גייען אויך היטן...
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 491
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1770

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך Think and Thank »

האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:58 pm 589.jpg

פון דעם קארטל רעד איך. איך האב דאס געזען, און באלד דערזען וואס דא גייט פאר.
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 514

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פ. לאקס »

זע איך מסיח לפו תומו איבער אן אנדערע ענין אז אין סטעיט סענאט איז נאכאלץ נישטא די שטימען דערפאר
פיילס
Screenshot 2025-05-02 105906.png
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 357

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך 222555 »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 11:02 am זע איך מסיח לפו תומו איבער אן אנדערע ענין אז אין סטעיט סענאט איז נאכאלץ נישטא די שטימען דערפאר
לינק ביטע
פון וואו איז די באריכט ווער שרייבט עס
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 514

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פ. לאקס »

222555 האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:48 pm
פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 11:02 am זע איך מסיח לפו תומו איבער אן אנדערע ענין אז אין סטעיט סענאט איז נאכאלץ נישטא די שטימען דערפאר
לינק ביטע
פון וואו איז די באריכט ווער שרייבט עס
איך זאל געדענקען?

אה, געטראפן
https://spectrumlocalnews.com/nys/centr ... -95--done-
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2705
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6271

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וואס איז געווארן מיט דעם ביל?
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 514

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פ. לאקס »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 7:57 pm וואס איז געווארן מיט דעם ביל?
דערווייל איז עס אריבער אין אסעמבלי אבער ששטייט נאך אין סענאט

https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... mendment/A

וויפיל איך זע האט די סענאט שוין געמאכט עטליכע אמענדמענטס וואס באדייט עס וועט דארפן נאכאמאל אריבער אין אסעמבלי אין פאל עס גייט למעשה אריבער אין סענאט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1212

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך הדסים »

פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:16 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 7:57 pm וואס איז געווארן מיט דעם ביל?
דערווייל איז עס אריבער אין אסעמבלי אבער ששטייט נאך אין סענאט

https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... mendment/A

וויפיל איך זע האט די סענאט שוין געמאכט עטליכע אמענדמענטס וואס באדייט עס וועט דארפן נאכאמאל אריבער אין אסעמבלי אין פאל עס גייט למעשה אריבער אין סענאט
אינטערעסאנט איז אז היינט ביים חינוך איז דער עיקר דאגה געווען אינעם סענאט, משא"כ דא האט מען עפעס גערעדט אז דער סענאט איז ווייניגער ליבעראל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 514

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך פ. לאקס »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:57 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:16 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 7:57 pm וואס איז געווארן מיט דעם ביל?
דערווייל איז עס אריבער אין אסעמבלי אבער ששטייט נאך אין סענאט

https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... mendment/A

וויפיל איך זע האט די סענאט שוין געמאכט עטליכע אמענדמענטס וואס באדייט עס וועט דארפן נאכאמאל אריבער אין אסעמבלי אין פאל עס גייט למעשה אריבער אין סענאט
אינטערעסאנט איז אז היינט ביים חינוך איז דער עיקר דאגה געווען אינעם סענאט, משא"כ דא האט מען עפעס גערעדט אז דער סענאט איז ווייניגער ליבעראל.
אין סענאט גייען בכלליות שווערער אריבער זאכן, ספעציעל ביי חינוך וואס אין אסעמבלי האבן די 4 - 5 היימישע אסעמבלילייט שווער געארבעט דערויף בשעת אין סענאט איז נאר געווען איינער לטובתינו
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
קאכעדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 96

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך קאכעדיג »

איינער מיט אפדעיט איבער דעם געזעץ?
געהערט אז עפעס טוט זיך פריש?
ר' מנשה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 157

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך ר' מנשה »

די בילל ווי עס שטייט יעצט איז טאקע נישט דער גרויסער פראבלעם און עס אראפצולייגן ווי דער דאקטער וועט קענען פשוט געבן און נאכדעם זאגן אז דער פאציענט האט געבעטן איז אויסדריקליך נישט דער פאקט.
עס קומט אבער מיט א גרויסע אבער...
די גרויסע חילוק פון ניו יארק ביז אלע אנדערע ליבעראלע סטעיטס וואס האבן עס שוין, איז אז רוב גרויסע שפיטעלער געפינען זיך אין ניו יארק, דעריבער:
1) די חברה וואס ווילן זען דעם בילל אריבער וועלן השום אופן נישט אראפלייגן\שוואכער מאכן זייער געווער און זיי שוויצן פעסט אריין עס זאל דורוך גיין.
2) והוא העיקר, די ניו יארקע שפיטעלער\דאקטורים זענען אסאך מער פארביסען עס אויסצופירען. נעם א משל ניו דזשערסי וואס האט שוין יעצט די געזעץ, און ווי אויך האבן זיי אקוראט די זעלבע געזעצן ווי ניו יארק ווען חלילה אויסצושטעקן מאשינען, מיט דעם אלעם ווען מען דערזעט זיך מיט אזא פראבלעם אין ניו יארק וועט מען פרובירן וויאזוי מען קען אריבערדערזען דעם פאציענט אין א שפיטאל אין ניו דזשערסי.
צוליב די אויבן דערמאנטע דארף מען עקסטער שטיין אויף די וואך.
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 324

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך מחנה ישראל »

עס דערמאנט מיר פון די קאמפיין אקעגן פראפ 1 - ווי מהאט פראפאגאנדירט פאלטשערהייט אז דאס גייט ממש אווקענעמן די מצות ברית מילה, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דאס געווען געספאנסערט דורך די רעפובליקאנער פארטיי אין ראקלענד וואס האבן ארויסגעשיקט מעילינג אקעגן אונזער אלעמן באליבטע בנציון ווידער און אים פערזענליך אטאקירט כאילו ער איז דער שמוציגער, און די פארטיי איז דא פאר קדושה..

ליידער האט דאס געשלאגן ווארצלען אין די אידישע געמיינדע אין מאנסי - וואס איז די לעצטע יארן געווארן א בית מנוס פון רעפובליקאנער אקטיוויסטן וואס פארשטעלן זיך אונטער שלייער פון קדושה וטהרה - צו שטופען זייער געוועזענע אנטעסמיטישע קאנדידאטן..

אויך האבן זיי איינגעשפאנט 'אגודה'- וואס ווי באקאנט די קאמפיין מענדזשער פון ביל וועבער און רעפובליקאנער איינגעשטעלטער איז א זון פון די אגודה אנפירער, און פונקט איז אפירגעקומען א וויכטיגע בריוו פון זיי איבער פראפ - 1 -- אין די מאנסי געגענט בעפאר די עלעקשענס... וואס האט טאקע געמאכט די טייערע עסקן און ידיד כל בית ישראל ר' בנציון ווידער גאר שמאל געווינען ..

סוי, זעהט זיך אויס ווי די קאמפיין פון אגודה איז אין צוזאמ-ארבייט פון זיין טייערע זון - אינערהאלב די וועבער אדמינסטראציע און יחד כולם קדושה לך יפראפאגאנדע..
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 324

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך מחנה ישראל »

דא האט איר די בלעטער פון די רעפובליקאנער פארטיי וואס זארגן זיך באמת פאר קדושת ישראל.. בעסער ווי בנציון ווידער, פונקט האבן זיי געטראפן אגודה...
פיילס
לאולער און זיינע געטרייע העלפערס ווי קיינמאל בעפאר_0002.jpg
דיאמאנט סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
x 48

Re: הצלת נפשות! ביל וואס קען אפעקטירן פאציענטן אין שפיטעלער

פאוסט דורך דיאמאנט סוחר »

מחנה ישראל האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 1:04 pm עס דערמאנט מיר פון די קאמפיין אקעגן פראפ 1 - ווי מהאט פראפאגאנדירט פאלטשערהייט אז דאס גייט ממש אווקענעמן די מצות ברית מילה, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דאס געווען געספאנסערט דורך די רעפובליקאנער פארטיי אין ראקלענד וואס האבן ארויסגעשיקט מעילינג אקעגן אונזער אלעמן באליבטע בנציון ווידער און אים פערזענליך אטאקירט כאילו ער איז דער שמוציגער, און די פארטיי איז דא פאר קדושה..

ליידער האט דאס געשלאגן ווארצלען אין די אידישע געמיינדע אין מאנסי - וואס איז די לעצטע יארן געווארן א בית מנוס פון רעפובליקאנער אקטיוויסטן וואס פארשטעלן זיך אונטער שלייער פון קדושה וטהרה - צו שטופען זייער געוועזענע אנטעסמיטישע קאנדידאטן..

אויך האבן זיי איינגעשפאנט 'אגודה'- וואס ווי באקאנט די קאמפיין מענדזשער פון ביל וועבער און רעפובליקאנער איינגעשטעלטער איז א זון פון די אגודה אנפירער, און פונקט איז אפירגעקומען א וויכטיגע בריוו פון זיי איבער פראפ - 1 -- אין די מאנסי געגענט בעפאר די עלעקשענס... וואס האט טאקע געמאכט די טייערע עסקן און ידיד כל בית ישראל ר' בנציון ווידער גאר שמאל געווינען ..

סוי, זעהט זיך אויס ווי די קאמפיין פון אגודה איז אין צוזאמ-ארבייט פון זיין טייערע זון - אינערהאלב די וועבער אדמינסטראציע און יחד כולם קדושה לך יפראפאגאנדע..
YG also?
שרייב פאוסט