יא כ'בין געווען,
סאוי אין סאטמאר איז דא א הייפעלע בשבילי אידן, ס'איז נישט אז סאטמאר באשטייט פון בשבילי'ניקעס, אבער יא איך פארשטיי וואס דו מיינסט צו זאגן
יא כ'בין געווען,
איך האף דו קענסט ענדיגן ליינען מיט א שמייכל. ביטע.
אויב ס'איז נישט דא קיין חתונה היי יאר דארף מען פארשפארן גאנץ קרית יואל און נאר אריין לאזען באסעס און די קארן פון ק''י איינוואנער
פון שכונות דברי יואל/לעמבערג, ד.א. ווידער, חברון, ועוד, ווערט נישט צוגעשטעלט קיין באסעס
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 2:37 pm @פופציגער סארי טו דיסעפוינט יו, איך געדענק ווען דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אויף א געוויסע מדריכה אז מ'טאר נישט ארויסגיין קעגן איר ווייל דעמאלס וועט יעדער גיין צו איר... זאגנדיג "ניבול פה האט יעדער ליב!..."
די זעלבע דא: די איינציגסטע זיסקייט אין דיינע ווערטער איז אז: שימפן און שמייסן האט יעדער ליב!
אבער דו שטעלסט אראפ פאקטן אז איך האב געזאגט אז ס'איז געווען גענוג באסעס, אדער אז ס'איז נישט געווען קיין דיזעסטער, און דו באכעסט און זעצסט אויף די "לאנג באקאנטע אנגענומענע יעדער-ווייסטע'דיגע משוגענע צודרייטע אומבאלימפערטע קרית יואל'ישע ציגאנערישע בת היענה'דיגע צוגאנג פון לייקענען דעם פראבלעם"!!!!!!!!!!!!!!
בעט איך דיר: ליין ביטע איבער!
זאגסטו אז האסט שוין געליינט, און דו קומסט נאכאמאל מיט די זעלבע אייגן-געבראטענע העסליכע אויסגיסענישן.
מורינו! אויב דו ברויכסט הילף שריי נישט אויף מיר. דו ביסט "טאקע" זייער פרא-עסטעבלישמענט, און איך אסאך מאל אויך. דער חילוק איז: מיין אויסנאם איז: "ווען זיי זענען נישט גערעכט" (דו ווייסט עס). און דיין אויסנאם איז: "ווען דו ביסט באטראפן פערזענליך". איינמאל דו ביסט באטראפן, איז נישטא מער צו וועמען צו רעדן. פאקטן שמאקטן... מאכט גארנישט אויס...
עגעין! איך האב קיינמאל נישט אוועקגעמאכט דיין ערשטע תגובה! קיינמאל! האסט זייער גוט ארויסגעברענגט אז ס'איז געווען א דיזעסטער! כאטש האסט פיין מגזים געווען ווי כאילו ס'איז "בכלל נישט געווען קיין באסעס", האסט געגאסן אפאר גאלאן זאלץ און פעפער, ווייל ס'איז געווען באסעס ביג טיים, אבער היות למעשה איז טאקע נישט געווען גענוג, און די וואס יא זענען געפארן צו לאנג און ס'האט געדויערט זייער לאנג זיי זאלן אנקומען צוריק, האב איך דיר נישט געענטפערט אז ס'איז יא געווען אלעס מסודר.
נאר? אז קיין שלימות קען נישט זיין פאר אזא פארקער, אבער מען גייט נאכאלס מאכן שינויים לטובה! דאס און נאר דאס האב איך דיר געענטפערט, און עקטשולי, ניטאמאל געענטפערט, נאר אויסגעקלארט פאקטן וואס דער עסקן האט מיר געזאגט, נישט ווייל איינער צאלט מיר דערפאר, נאר פאר איין סיבה, ווייל כ'האב כ'האב געזען ווי ווייט ס'טוט וויי פאר עסקנים אז מען רייסט זיי אראפ על לא דבר!
די איין משוגעת וואס גייט דיר אויף די געהירן פארוואס איך פארצייל די סוד אז ס'האט געקאסט עשרות אלפים, דאס האב איך בכלל נישט געשריבן פאר דיר, נאר פאר דעם וואס האט זיך אנגערופן אז אויסער די ווילעדזש באסעס איז גארנישט געווען ווייל:איך האף דו קענסט ענדיגן ליינען מיט א שמייכל. ביטע.
דו שרייסט אז פאר א חלק ציבור איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס און פאר א חלק ציבור איז געווען א געוואלדיגע דיזעסטער. אין אנדערע ווערטער לייקנסטו וואס ער שרייט אז די פרויען טראנספארטאציע איז געווען איין ריזיגע דורכפאל, נאר די זאגסט אז בסך הכל איז 'אויך' געווען פראבלעמען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 12:46 pm 3) פאריאר איז געווען א געוואלדיגע הצלחה, און א געוואלדיגע דיזעסטער. יעדער וועט זאגן לויט די עקספיריענס וואס ער פערזענליך האט געהאט אז דאס איז געווען "די זאך מיט יעדן"... אבער אמת, ס'איז געווען א גרויסער ציבור וואס האט געהאט פראבלעמען און מ'לייגט אריין כוחות עס צו פארבעסערן.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 12:46 pm 5) אין שיעור למעלה, פאר נאך געלט קען מען אפילו צושטעלן העליקאפטערס און עמעזאן דראונס. אבער... מען שוויצט צו מסדר זיין דאס בעסטע שייך!
אודאי איז עס!
צושטעלן מער באסעס פאר פרויען וועט דיר נישט צופול העלפן ווייל ס'איז נישט פראקטיש פאר פרויען מיט קערידזשעס.
נו שרייב אז דו האסט נישט קיין טראנספארטאציע פאר פרויעןGlass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 12:51 pmצושטעלן מער באסעס פאר פרויען וועט דיר נישט צופול העלפן ווייל ס'איז נישט פראקטיש פאר פרויען מיט קערידזשעס.
פאר פרויען מיט קערידזשעס שטעלט מען צו די ספציעלע ווילעדזש באסעס
אבער די ווילעדזש האט נאר 34 באסעס און אויף די באסעס פיט נאר ארויף 20/30 פאסאדזשירן
ס'איז נישט דא קיין שום מהלך וויאזוי מ'קען צושטעלן באסעס פאר עטליכע טויזענט פרויען מיט קערידזשעס וואס ווילן א היים גיין אין די זעלבע צייט