ל"ג בעומר אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
משה נייעס
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 17

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה נייעס »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:22 am
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:54 pm
משה רבינו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:26 pm

יעדע יאר איז דא חוץ די ווילידטש באסעס ארום 50 באסעס פון די מוסדות, איינער רעדט אז היי יאר גייט זיין עפעס אנדערש?

קיינער האט נישט געמיינט קיין איין רגע אז די ווילידטש שבאסעס גייט זיין געניג,
דא רעגט מען זיך סתם נוסח א"ו?
פון דעם רעד מען אז דאס וואס עס איז דא יעדע יאר איז נישט גענוג
ליין איבער די קאמפלעין איז געווען אז מען וויל די וויליטש זאל צושטעלן און עס איז נישט דא געניג, דעריבער פארן נאר די פאר באסעס און די עולם ווארט
א שקר וואס הייבט זיך נישט אן קהל צאלט יערליך גרויס געלט פאר די מוסדות באסעס, און עס איז א פלאטע פון 50 באסעס וואס קורסירן א גאנצען צייט ארום, דאס מיינט הונדערטער ראונדס ארום קרית יואל,
און קהל וואלט גערען צוגעשטעלט מער ווען עס פעלט אויס אבער זיי האלטן אז 50 באסעס וואס קורסיסרן א גאנצן צייט חוץ די ויליטש באסעס, פאר די קערעדשעס איז גענוג,

יעצט ליין איבער די קאמפלעין
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:54 pm מען וויל די ווילעדזעש זאל צושטעלן איי זיי האבן נישט געניג באסעס דאס זאגט מען שוין נישט אויס נאר מען הייסט יעדעם פאלגן ווי קלעצער און ווען עס איז דא א פראבלעם שאקעלן זיך אלע וואס פארקויפן די זכותים זיך אפ און זאגן אז עס איז א ווילעדזש פראבלעם
און זיי מסביר וואס משה נייעס קאמפלעינט, איינער גייט למשל צו רבי בנציון זאלדאן אדער צו ר' נפתלי יצחק כהנא און זאגט אז עס איז נישט דא געניג באסעס זאגן זיי מען זאל גיין צו די ווילידטש?
ער ווערט אפילו נישט רויט פון אזא שקר, קודם ב"ה קהל האט פאריאר באצאלט ארום 30 אלפים ל"ג בעומר פאר באסעס, זיי שאקלען זיך בכלל נישט אפ, און מען שמועסט נישט אז היי יאר גייט זיין אנדערש,
און ב"ה עס איז דא געניג באסעס,
נאר ב"ה מען האט זיך נישט וואס אפצורעדן און מען איז מקנא אז די אנדערע קהלה פירט יא אן הדלקה זיכט מען זיך עפעס זיך אפצורעדן, די קאמפלימענט איז אז מען רעדט זיך אפ זאכן וואס יעדער ווייסט אז עס איז שקר.
פרעג דיר אביסל מער נאך וואס עס טוט זיך מיט די פרויען באסעס און נאכדעם שרייב
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

רואיגער-טיש האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:30 pm
גערעדט יעצט צום אקטיווע עסקן וואס פארפיגט אויף די ווערטשאפט דארטן:

די באסעס זענען נישט קיין פון טיר צו טיר סערוויס.

צו אקאמאדירן די גאנצע ריזן ציבור ברויכט מען האבן באסעס און די הויכע 100 ציפערן.

גרויסע מיידלעך מיט אינגעלייט און בחורים זאלן קומען צופיס, (פונקט ווי די שביעי של פסח טיש)

פארק ענד רייט איז אפציע (דאבל באסעס מער פון פאריאר, אנדערע וועג, הויפענטליך וועט מען נישט זיצן לענגער פון 10 מינוט), זיי האבן שוין די עקספיריענס.

מאפע בלייבט ווי פאריאר, מער ווייניגער.

מתיבתא פארקינג איז אופן, אויף אייער אייגענע אחריות אויב עס נעמט לאנג ארויס צו פארן.

באסעס קאסט גאר אסאך געלט פאר קהל, זיי שפארן נישט.

צוגעלייגט געלע באסעס פאר ווייבער אן קערידזשעס.

שטארקע כוחות ווערט אריין געלייגט דאס יאר אז מענער און פרויען זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו תערובות.

פארעסט רד איז הערמאטיש פארמאכט נאכן מיטהאלטן פאריאר וואס איז פארגעקומען נאך די הדלקה
נאך די ערשטע 2 שורות האסטו מיר פארלוירן.

טיר צו טיר? סיריעסלי?

ליין מיין באריכט פון פאריאר. איך וואוין אין שכונת ויואל משה, איך האב נישט געפאדערט קיין טיר צו טיר, איך זאג, און איך זאג איבער, אז אויב קענסטו נישט אקאמאדירן דעם ציבור, שרייב נישט קיין צעטלעך אז דו טוסט יא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

רואיגער-טיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:04 am
האאפטשאהההה האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:45 pm באסעס פאר פרויען
אויב קען נישט קהל צושטעלן געהעריגע באסעס פאר פרויען, זאלן זיי ביטע נישט שרייבן אז סגייט זיין באסעס בהרחבה פאר די פרויען
אדער זאל מען אפציעל צושטעלן א געשמאקע פלאץ צו ווארטן מיט אלע קינדער ביז די 2 שעה אהיימצופארן.

ביטע ביטע ביטע......
ביטע ביטע נישט ארום דא, סע איז נישט מעגליך צו צושטעלן באסעס פאר אלע פרויען מיט די קערידזשעס, וויפל מען לייגט צו איז נישט גענוג, ווער עס פילט אז ער האט נישט קיין כח צו קומען, ברויכט נישט קומען, זייט ווען איז דאס קהל אחריות??
איז שרייב אויפן צעטל אז ס’נישט צוגעשטעלט פאר זיי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:12 am קי באסעס.jpg
האאפטשאהההה האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:45 pm באסעס פאר פרויען
אויב קען נישט קהל צושטעלן געהעריגע באסעס פאר פרויען, זאלן זיי ביטע נישט שרייבן אז סגייט זיין באסעס בהרחבה פאר די פרויען
אדער זאל מען אפציעל צושטעלן א געשמאקע פלאץ צו ווארטן מיט אלע קינדער ביז די 2 שעה אהיימצופארן.

ביטע ביטע ביטע......
היי יאר האב איך נאך נישט געזעהן קיין צעטיל בייגעלייגט די צעטיל פון פאריאר.
א שקר אז עס איז געשטאנען אז עס גייט זיין בהרחבה?
עס איז געשטאנען עס גייט נישט זיין געניג עס איז ראטזאם צו קומען צופיס,

אויך ווערט צוגעשטעלט לפנים משורת הדין, קרן ויואל משה צו ווארטן די 2 שעה ווי דו רופסט עס
(איך מיין אז אין 3 אדער 4 ראונדס האבן זיי געקאווערט די גאנצע זאך אינטער א שעה)
וואס די גאנצע באסעס איז לפנים משורת הדין, פינקט ווי קיין איין שבת אין יו"ט שטעלט מען נישט צו קיין באסעס, ווילסט נישט קום נישט, קיינער הייסט קיינעם נישט קומען.
נישט ריכטיג אז מהאט געקאווערט אין א שעה. בכלל נישט.

יעצט, גיי ליין איבער מיין תגובה פון פאריאר.

1. פארוואס פארשטייט מען אז פאר די מענער שטעלט מען צו 40 באסעס, און פאר פרויען מיט קערידזשעס נאר 8 קליינע?

2. פארוואס איז נישט דא די מינימום סדר ביי די פרויען?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:22 am
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:54 pm
משה רבינו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:26 pm

יעדע יאר איז דא חוץ די ווילידטש באסעס ארום 50 באסעס פון די מוסדות, איינער רעדט אז היי יאר גייט זיין עפעס אנדערש?

קיינער האט נישט געמיינט קיין איין רגע אז די ווילידטש שבאסעס גייט זיין געניג,
דא רעגט מען זיך סתם נוסח א"ו?
פון דעם רעד מען אז דאס וואס עס איז דא יעדע יאר איז נישט גענוג
ליין איבער די קאמפלעין איז געווען אז מען וויל די וויליטש זאל צושטעלן און עס איז נישט דא געניג, דעריבער פארן נאר די פאר באסעס און די עולם ווארט
א שקר וואס הייבט זיך נישט אן קהל צאלט יערליך גרויס געלט פאר די מוסדות באסעס, און עס איז א פלאטע פון 50 באסעס וואס קורסירן א גאנצען צייט ארום, דאס מיינט הונדערטער ראונדס ארום קרית יואל,
און קהל וואלט גערען צוגעשטעלט מער ווען עס פעלט אויס אבער זיי האלטן אז 50 באסעס וואס קורסיסרן א גאנצן צייט חוץ די ויליטש באסעס, פאר די קערעדשעס איז גענוג,

יעצט ליין איבער די קאמפלעין
משה נייעס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:54 pm מען וויל די ווילעדזעש זאל צושטעלן איי זיי האבן נישט געניג באסעס דאס זאגט מען שוין נישט אויס נאר מען הייסט יעדעם פאלגן ווי קלעצער און ווען עס איז דא א פראבלעם שאקעלן זיך אלע וואס פארקויפן די זכותים זיך אפ און זאגן אז עס איז א ווילעדזש פראבלעם
און זיי מסביר וואס משה נייעס קאמפלעינט, איינער גייט למשל צו רבי בנציון זאלדאן אדער צו ר' נפתלי יצחק כהנא און זאגט אז עס איז נישט דא געניג באסעס זאגן זיי מען זאל גיין צו די ווילידטש?
ער ווערט אפילו נישט רויט פון אזא שקר, קודם ב"ה קהל האט פאריאר באצאלט ארום 30 אלפים ל"ג בעומר פאר באסעס, זיי שאקלען זיך בכלל נישט אפ, און מען שמועסט נישט אז היי יאר גייט זיין אנדערש,
און ב"ה עס איז דא געניג באסעס,
נאר ב"ה מען האט זיך נישט וואס אפצורעדן און מען איז מקנא אז די אנדערע קהלה פירט יא אן הדלקה זיכט מען זיך עפעס זיך אפצורעדן, די קאמפלימענט איז אז מען רעדט זיך אפ זאכן וואס יעדער ווייסט אז עס איז שקר.
דיין לעצטע פאראגראף צייגט דער טיפישער צוגאנג פון קרית יואל’ע קהלה צו סיי וועלכע קאמענטארן פון מענטשן.

איך קען דיר נישט, אבער כקען צוזאגן אז דו שרייבסט נאך וואס איינער פון קהל זאגט דיר, איז זאג פאר יענעם אז קיין שום מארקעטינג וועט נישט העלפן וואשן קהל’ס נאמען און מאכן אינגעלייט זאלן ווילן שטיצן קהל, כל זמן זיי גייען אן מיט דעם נאראטיוו.

מיט וועלכע גלייכגילטיגקייט זאגסטו אז ס’דא גענוג באסעס?? מיין ווייב האט געווארט פאריאר איבער א שעה, און הערשט דאן האט זי אנערקענט אז גארנישט רוקט זיך נישט, און געגאנגען צופוס.

זאג איבער! ס’דא גענוג באסעס?! קום אהער! שטיי דא! אויף דעם טייל! און זאג עס איבער הויעך!

ניין! קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ווילעדזש! ס’בכלל נישט זייער זאך. זיי פאנדרעיזן נישט פאר די הדלקה און זיי דארפן נישט זארגן דערפאר. אבער קהל זאל ביטע אויפהערן מיט די נאנסענס... רעד נישט פון די 50 באסעס "חוץ פון די ווילעדזש באסעס", ווען דו ווייסט אז יענע 50 באסעס זענען פאר מענער...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 477

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
וואו זענען זיי געווען נאך די הדלקה?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 477

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am

ס''ה מאכן ענק מיט ענקער שפראך אז אפילו ווען מען שטעלט צו די מעקס לפנים משורת הדין רעדט מען זיך אפ אז מען זאל אפמאכן למה לי ולצרה הזאת אויב רעדט מען זיך סייווי אפ
מען מעג זיי געבן קרעדיט ווי עס קומט זיך און אראפ רייסן ווען מען דארף
משה נייעס
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 17

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה נייעס »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
פון וועלכע 30 באסעס רעדטסו? פארוואס האט מען זיך געהארגט ביי די פרויען אן די פרויען האבן געוויינט אז עס איז נישט דא קיין באסעס?

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:35 am

ס"ה זאגט מען אויב די קענסט נישט צושטעלן אדער נעם אויף איינער וואס קען, אדער הער אויף צו פארקויפן לאקשן אז עס איז דא געניג באסעס

וואס מיינט אראפרייסן ווען מען דארף?..

אגב, גיי קוק מיין אריגינעלע תגובה. איך האב שיין באדאנגט די עסקנים, און ארויסגעברענגט א נקודה פשוט מ’זאל קעיר נעמען דערפון.

ווען נישט עס קומען אזעלכע וואס פרובירן לייקענען דעם פראבלעם, וואלט עס געבליבן זייער שיין און פרידליך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 477

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

משה נייעס האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:37 am
משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
פון וועלכע 30 באסעס רעדטסו? פארוואס האט מען זיך געהארגט ביי די פרויען אן די פרויען האבן געוויינט אז עס איז נישט דא קיין באסעס?
וועלכע באסעס? קוק איבער אלע בילדער פון פאריאר עס איז געווען ארום 50 חדר באסעס + אלע ווילידטש באסעס און רוב באסעס זענען געווען פאר די פרויען און אלע האבן קורסירט א גאנצן צייט אהין און צוריק דאס מיינט שוערע הונדערטער טריפס
דו האסט נעכטן געשריבן קהל שרייט גיי צום ווילידטש און האסט געשריבן מיט א גראדקייט קהל האלט נישט ביים צושטעלן און די צייט וואס עס איז געווען 70 באסעס וואס קורסירן א גאנצן צייט וואס איז א יודטש נומבער האסטו געשריבן אז קהל זאגט עס באלאנגט צום ווילידטש וואס איז אזא גראבע שק וואס גאנץ קרית יואל האט מיטגעהאלטן קענסט זאגן אז א סטאפ איז נישט געווען געניג געקאווערט רעטסטו ווי א מענטש וואס מען קען דיבאטירן,
אבער שרייען לא היה נישט געווען קיין באסעס בכלל און קהל שיסט עס ארויף אויפן ווילידטש? אלעס האט א שיעור וויפיל געבראטענע שטותים מען קען רעדן
איך בין נישט קיין פען פון קהל איך האב הנאה ווען מען רייסט זיי אראפ אבער נישט שרייען אויף טאג עס איז נאכט מען קען למשל דעבארטירן די עס ן בשעת די הדלקה
איינער גייט קומען מיט א סטעיטמענט אז 20 מינוט נאכן הדלקה האבן שוין די גוים געהאלטן אינמיטן אראפ פאקן די עסן מען דארף געבן מער צייט פאר די אלע וועלכע ווילן נאך אריינקומען אין ביהמ''ד נאכן הדלקה עסן פארן אהיים פארן, דאס הייסט קאנסטראקטיוו קריטיק וועלכע איז א גוטע זאך
אבער קומען שרייבן עס איז בכלל נישט געווען צוגעשטעלט קיין עסן און ווען מען האט געפרעגט די עסקנים פארוואס מען שטעלט נישט צו כאטש א לעק וואסער אביסל אסטרייכערס קאקיס און שול האבן זיי גע'ענטפערט עסן אין טרינקען קענסטו אינדערהיים אזא מענטש דארף א דאקטער פארן קומען דערציילן אזא מעשה
משה נייעס
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 9:22 pm
x 17

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה נייעס »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:00 am
משה נייעס האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:37 am
משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
פון וועלכע 30 באסעס רעדטסו? פארוואס האט מען זיך געהארגט ביי די פרויען אן די פרויען האבן געוויינט אז עס איז נישט דא קיין באסעס?
וועלכע באסעס? קוק איבער אלע בילדער פון פאריאר עס איז געווען ארום 50 חדר באסעס + אלע ווילידטש באסעס און רוב באסעס זענען געווען פאר די פרויען און אלע האבן קורסירט א גאנצן צייט א הין און צוריק
דו האסט נעכטן געשריבן קהל שרייט גיי צום ווילידטש און נעכטן האסטו געשריבן מיט א גראדקייט קהל האלט נישט ביים צושטעלן און די צייט וואס עס איז געווען 70 באסעס וואס קורבירן א גאנצן צייט וואס איז א יודטש נומבער האסטו געשריבן אז קהל זאגט עס באלאנגט צום ווילידטש וואס איז אזא גראבע שקר
וואס גאנץ קרית יואל האט מיטגעהאלטן קענסט זאגן אז א סטאפ איז נישט געווען געניג געקאווערט רעטסטו ווי א מענטש וואס מען קען דיבאטירן,
אבער שרייען לא היה נישט געווען קיין באסעס בכלל און קהל שיסט עס ארויף אויפן ווילידטש? אלעס האט א שיעור וויפיל געבראטענע שטותים מען קען רעדן
איך בין נישט קעין פען פון קהל איך האב הנאה ווען מען רייסט זיי אראפ אבער נישט שרייען אויף טאג עס איז נאכט מען קען למשל דעבארטירן דעמעסו בשעת די הדלקה
טיינער גייט קומען מיט א סטעיטמענט אז 20 מינוט נאכן הדלקה האבן שוין די גוים געהאלטן אינמיטן אראפ פאקן די עסו מען דארף געבן מער צייט פאר די אלע וועלכע ווילן נאך אריינקומען אין ביהמ''ד נאכן הדלקה עסן פארן אהיים פארן, דאס הייסט קאנסטראקטיוו קריטיק וועלכע איז א גוטע זאך
אבער קומען שרייבן עס איז בכלל נישט געווען צוגעשטעלט קיין עסן און ווען מען האט געפרעגט די עסקנים םארטטאס מען שטעלט נישט צו כאטש א לעק וואסער און שול האבן זיי גע'ענטפערט עסן אין טרינקען קענסטו אינדערהיים אזא מענטש דארף א דאקטער פארן קומען דערציילן אזא מעשה
קיינער רייסט קיינעם נישט אראפ די פאקט איז אז עס איז נישט געווען געניג באסעס פאר די פרויען און ווען איך האב געפרעגט די עסקנים האבן זיי געזאגט אז די ווילידטש האט געדארפט קער נעמן דערפון.
און דאס וואס די זאגסט אז עס איז געווען 50+ באסעס קען זיין אז עס איז געווען באשטעלט אבער ביי די פרויען זענען זיי נישט אנגעקומען
#אדער געב עס פאר א צוויטען אדער זאג נישט אז עס איז דא
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1412

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

די מציאות איז געווען אז מען האט געווארט זייער לאנג פאר א באס עס זאל אנקומען, און ווען איין באס איז אנגעקומען איז די באס געפארן ווייטער ווי די פלאץ וואס מען האט געהייסן ווארטן און זיך דארט אפגעשטעלט, און ווען די פרויען האבן זיך גענומען לויפן מיט די קעריטשעס און די קליינע קינדער זענען זיי אנגעקומען צו א פילע באס, און יעצט זיך געקענט נעמען ווארטן נאכאמאל ביז עודך...
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6546
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15011

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב פריער גערעדט מיט העסקן ר' נפתלי יצחק כהנא, וואס צורייסט זיך פאר די הצלחה פונעם מעמד, און כ'האב אים געגעבן די קאמענטס פונעם עולם דא.

זאגט ער אזוי:

1) מען האט לעצטע יאר געצאלט בערך 40 אלפים פאר די באסעס, מען גייט היי יאר צולייגן באסעס, די קאסט גייט זיין ארום 50 אלפים.

2) האלב פון די געלט גייט פאר די פארקינג לאט באסעס, פאר מענער, האלב גייט פאר די פרויען באסעס. יא, די פרויען באסעס אליינס איז 25,000 דאלאר. (קארגע חזירים...)

3) פאריאר איז געווען א געוואלדיגע הצלחה, און א געוואלדיגע דיזעסטער. יעדער וועט זאגן לויט די עקספיריענס וואס ער פערזענליך האט געהאט אז דאס איז געווען "די זאך מיט יעדן"... אבער אמת, ס'איז געווען א גרויסער ציבור וואס האט געהאט פראבלעמען און מ'לייגט אריין כוחות עס צו פארבעסערן.

4) אויף היי יאר מאכט מען עטליכע שינויים. איינס, מ'האט צוגעלייגט מער באסעס. צוויי, מ'האט געטוישט די רוטס פון די פרויען באסעס, ס'זאל נאר האבן מעין סטאפס, כדי ס'זאל פארן שנעלער. מ'האט אויך געטוישט די רוטס פון די פארקינג לאט באסעס, מיט די האפענונג אז ס'זאל פארן מער געשמירט.

5) אין שיעור למעלה, פאר נאך געלט קען מען אפילו צושטעלן העליקאפטערס און עמעזאן דראונס. אבער... מען שוויצט צו מסדר זיין דאס בעסטע שייך!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6546
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15011

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

והעיקר שכחתי.

7) ער האט מיר געגעבן דעם חשבון פון די פרויען רוטס פאר היי יאר, אויב וועט אלעס פארן ווי געשמירט ווערט געקאווערט א קיימא לן פון 4,500 רייזענדע יעדע שעה.

נעמענדיג אין באטראכט אז סיי ביים קומען און סיי ביים גיין איז דער עולם צוטיילט, טייל קומען פרי און גייען פרי וכו', דארף דאס צו זיין גוטע קאוועררעדזש, עכ"פ לפי היכולת.
פעניאק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:36 pm
x 173

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פעניאק »

די נעקסטע פראגע אויסצוקלארן מיט די עסקנים איז, ווען וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכן א נאו פליי זאנע העכער די מעמד הדלקה און אוועק זען די אלע דראונס פון שטח.
ווען פארט די לעצטע באס?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2944
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:00 am
משה נייעס האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:37 am
משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 8:29 am פרויען איז געווען פאריאר איבער 30 באסעס
פון וועלכע 30 באסעס רעדטסו? פארוואס האט מען זיך געהארגט ביי די פרויען אן די פרויען האבן געוויינט אז עס איז נישט דא קיין באסעס?
וועלכע באסעס? קוק איבער אלע בילדער פון פאריאר עס איז געווען ארום 50 חדר באסעס + אלע ווילידטש באסעס און רוב באסעס זענען געווען פאר די פרויען און אלע האבן קורסירט א גאנצן צייט אהין און צוריק דאס מיינט שוערע הונדערטער טריפס
דו האסט נעכטן געשריבן קהל שרייט גיי צום ווילידטש און האסט געשריבן מיט א גראדקייט קהל האלט נישט ביים צושטעלן און די צייט וואס עס איז געווען 70 באסעס וואס קורסירן א גאנצן צייט וואס איז א יודטש נומבער האסטו געשריבן אז קהל זאגט עס באלאנגט צום ווילידטש וואס איז אזא גראבע שק וואס גאנץ קרית יואל האט מיטגעהאלטן קענסט זאגן אז א סטאפ איז נישט געווען געניג געקאווערט רעטסטו ווי א מענטש וואס מען קען דיבאטירן,
אבער שרייען לא היה נישט געווען קיין באסעס בכלל און קהל שיסט עס ארויף אויפן ווילידטש? אלעס האט א שיעור וויפיל געבראטענע שטותים מען קען רעדן
איך בין נישט קיין פען פון קהל איך האב הנאה ווען מען רייסט זיי אראפ אבער נישט שרייען אויף טאג עס איז נאכט מען קען למשל דעבארטירן די עס ן בשעת די הדלקה
איינער גייט קומען מיט א סטעיטמענט אז 20 מינוט נאכן הדלקה האבן שוין די גוים געהאלטן אינמיטן אראפ פאקן די עסן מען דארף געבן מער צייט פאר די אלע וועלכע ווילן נאך אריינקומען אין ביהמ''ד נאכן הדלקה עסן פארן אהיים פארן, דאס הייסט קאנסטראקטיוו קריטיק וועלכע איז א גוטע זאך
אבער קומען שרייבן עס איז בכלל נישט געווען צוגעשטעלט קיין עסן און ווען מען האט געפרעגט די עסקנים פארוואס מען שטעלט נישט צו כאטש א לעק וואסער אביסל אסטרייכערס קאקיס און שול האבן זיי גע'ענטפערט עסן אין טרינקען קענסטו אינדערהיים אזא מענטש דארף א דאקטער פארן קומען דערציילן אזא מעשה
כהאלט ביי די ווערטער אין דיין ערשטע פאראגראף "און רוב באסעס זענען געווען פאר די פרויען".

כהאב וואס צו ליינען ווייטער? אדער כגיי זיך פלעין אויפרעגן?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 491
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 761

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פעניאק האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:52 pm די נעקסטע פראגע אויסצוקלארן מיט די עסקנים איז, ווען וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכן א נאו פליי זאנע העכער די מעמד הדלקה און אוועק זען די אלע דראונס פון שטח.
און די לעיזער פוינטערס פון די בחורים...
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 458

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גרינגראז »

משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:12 am קי באסעס.jpg
האאפטשאהההה האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:45 pm באסעס פאר פרויען
אויב קען נישט קהל צושטעלן געהעריגע באסעס פאר פרויען, זאלן זיי ביטע נישט שרייבן אז סגייט זיין באסעס בהרחבה פאר די פרויען
אדער זאל מען אפציעל צושטעלן א געשמאקע פלאץ צו ווארטן מיט אלע קינדער ביז די 2 שעה אהיימצופארן.

ביטע ביטע ביטע......
היי יאר האב איך נאך נישט געזעהן קיין צעטיל בייגעלייגט די צעטיל פון פאריאר.
א שקר אז עס איז געשטאנען אז עס גייט זיין בהרחבה?
עס איז געשטאנען עס גייט נישט זיין געניג עס איז ראטזאם צו קומען צופיס,

אויך ווערט צוגעשטעלט לפנים משורת הדין, קרן ויואל משה צו ווארטן די 2 שעה ווי דו רופסט עס
(איך מיין אז אין 3 אדער 4 ראונדס האבן זיי געקאווערט די גאנצע זאך אינטער א שעה)
וואס די גאנצע באסעס איז לפנים משורת הדין, פינקט ווי קיין איין שבת אין יו"ט שטעלט מען נישט צו קיין באסעס, ווילסט נישט קום נישט, קיינער הייסט קיינעם נישט קומען.
דזשעפערסטאן?
ווינטעשסטער?
שגת ארי'??

ניטאמאל קען קהל ספעלן די נעמען פון די שכונת... און איך דארף מיר ברעכן קאפ וויאזוי יעדע געגנט הייסט??
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6546
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15011

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 1:02 pm
דזשעפערסטאן?
ווינטעשסטער?
שגת ארי'??
אן ארעסט ווארענט איז געווארן ארויסגעגעבן אויף דעם עסקן וואס האט געמאכט דעם צעטל.

אן קיין בעיל.
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 458

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גרינגראז »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 1:06 pm
גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 1:02 pm
דזשעפערסטאן?
ווינטעשסטער?
שגת ארי'??
אן ארעסט ווארענט איז געווארן ארויסגעגעבן אויף דעם עסקן וואס האט געמאכט דעם צעטל.

אן קיין בעיל.
ער האט דאך געשטימט פאר האוקעל, ניין?? זי לאזט דאך ארויס די ערגסטע פארברעכער אן קיין בעיל....
כא כא כא
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:57 pm
Location: אין וואלד צווישן די רויבער
x 138

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך כא כא כא »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:52 pm
סוחר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:15 am
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:13 am
או''ח סי' צ' סעיף ה'
לא יתפלל במקום פרוץ כמו בשדה מפני שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך ולבו נשבר
עי‘ באחרונים אשל אברהם ועוד דזה דוקא אם אין כותל לפניו (נישט איבערגעלערנט לעצטנס אבער אזוי געדענק איך)
שטייט קלאר אין מ"ב.
די מקור איז א גמ' אין ברכות (סוף תפילת השחר) וואס זאגט "חציף עליה מאן דמצלי בביקעה" און רש"י זאגט 'מקום שאינו מקורה'
אין מירון דאווענט מען שוין יארן תחת כיפת השמים
נאך קיינמאל נישט געהערט קיין קריטיק דערויף
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 458

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גרינגראז »

כא כא כא האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 2:01 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:52 pm
סוחר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:15 am

עי‘ באחרונים אשל אברהם ועוד דזה דוקא אם אין כותל לפניו (נישט איבערגעלערנט לעצטנס אבער אזוי געדענק איך)
שטייט קלאר אין מ"ב.
די מקור איז א גמ' אין ברכות (סוף תפילת השחר) וואס זאגט "חציף עליה מאן דמצלי בביקעה" און רש"י זאגט 'מקום שאינו מקורה'
אין מירון דאווענט מען שוין יארן תחת כיפת השמים
נאך קיינמאל נישט געהערט קיין קריטיק דערויף
וואו אין מירון?
איז דא א שוהל דערנעבן?
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 685
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 766

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

כא כא כא האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 2:01 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:52 pm
סוחר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:15 am

עי‘ באחרונים אשל אברהם ועוד דזה דוקא אם אין כותל לפניו (נישט איבערגעלערנט לעצטנס אבער אזוי געדענק איך)
שטייט קלאר אין מ"ב.
די מקור איז א גמ' אין ברכות (סוף תפילת השחר) וואס זאגט "חציף עליה מאן דמצלי בביקעה" און רש"י זאגט 'מקום שאינו מקורה'
אין מירון דאווענט מען שוין יארן תחת כיפת השמים
נאך קיינמאל נישט געהערט קיין קריטיק דערויף
למעשה ווער גייט זינגען היי יאר? ר' עמרם?

אויב יא געב איבער אז ווען די רבי ענדיגט די תורה מיט בכיות אויף די ווערטער 'ויה' רעוא מן קדמך דתפתח לבאי באורייתא... קען מען אנהייבן זינגען די וויזניצע יוהי רעוא און נישט קל מסתתר...
שרייב פאוסט