ווען א אינגעל זיצט אין א סטראקטשור פון א חדר ער גייט אראפ פאר לאנטש ער גייט אין קעמפ ער גייט שווימען מיט חבירים, איז עס די בעסטע זאך וואס א מענטש קען האבען, קינדערלעך לאזען זיך לערנען, זיי זענען מבקשים זיי זענען נאך רויע אומשילדיגע נשמות,Media האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 11:28 amברענג זיי אהער און שטעל זיי אויף די פיס... שיקן אין חדר גייט זיי בכלל נישט אויסמענטשלען און נארמאלעזירןמסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 10:49 am איך ריר מיר נישט קיין ברעקל פון מיין אויבן געברענגטע פאוסט.... א איד גייט אדורך א האלאקאוסט און דיין זון כאפט צובראכענע ברילן... נעבעך שעפעלע... ווי נישט אין רעאליטעט דארף מען זיין צו אפקילן דאס אהערברענגען יענע אידישע נשמות????? די מינדעסטע צעגערניש מיינט אז די קולט בלייבט אין קראפט!!!! קיינער גייט נישט נעמען דא קיין דריטע מהלך, סאיז אדער ברענגט מען זיי אהער אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין. איך בין נבהל ונשתומם פון די הארצלאזיגקייט. איך האב נישט די ווערטער. סיי וועלכע ווערטער געריכטעט אינעם ריכטונג פון נישט אהערברענגען די יוצאים באדייט א דירעקטע נתינת יד לפושעים. דאס באדייט ווייזן דעם רוקן צו דיין אידישע ברודער אינעם קאנצעטראציע לאגער!!!!
צו קלארמאכן. דא איז נישטא קיין דריטע מהלך, סאיז אלעס אין טעאריע לאנד. עס איז ’אדער ברענגט מען זיי אהער’ ’אדער לאזט מען די האלאקאוסט אנגיין’. טראכט גוט גוט צו דו ביסט נישט קאלט און סעלפיש אנשטאטן נוצן דיינע אידישע מידות און פשוטע חיוב ערבות. איך בין ערשטוינט פון די א”ג צד שני, עס איז נישטא!!!
זיי זיצן אין א קלאס מיט 30 קינדער און די מלמדים ווייסן ניטאמאל וויאזוי מ'נעמט קעיר פון אזא בריאה
די קינדער דארפן חדשים און יארן טעראפי, אריינלייגן אין א קלאס מיט קינדער איז לכאורה זייער געזונט פאר זיי אבער מ'דארף וואטשן וואס מ'טוט.
אפילו בחורים חלשן פאר די אמתדיגע אנווייזונגען, אין רילעשען אז איינער זאל פארשטיין צו זיי,
סא ווען איינער איז אין א סטראקטשור קען מען אים ארויסנעמען פארמיטאג אין נאכמיטאג מיט א ריכטיגע אינגערמאן (וואס עטס רופטס טעראפי) יעדער קען עס פארשטיין און אנדערע קינדער זאגט מען אן צו האבען מיטגעפיל און ווען די צייט טוט דאס איריגע טוישט זיך אביסעל די מהלך מען דארף לאזען פארגעסען וואס עס איז געווען, שכחה איז א געזונטע זאך
די מהלך פון פחד און בהלה איז נישט קיין אידישע מהלך און אסאך מאל שמעקט עס פון כוחי ועוצם ידי, מען טוט וואס מען האט צוטין עד שידו מגעת און סאיבריגע לאזט מען פארען גרויסען בורא
די נעגעטיוועטי קומט פון די גויאישע גאס,
דאס אז א מענטש האט איינמאל געמאכט א טעות און לעבען און מען לאזט אים נישט אוועק גיין קומט נישט פון גוטע פלעצער
לעבטס און לאזטס לעבען די אייבישטער פירט זיין וועלט