אויב מען מעג זיך אזוי אויסדרוקן האב איך א שטיקל הנאה געהאט, נישט הנאה, אבער עס איז מיר געווען א שטיקל תועלת.ממעמקים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 01, 2025 9:34 amליינט און האט הנאה??? מיינסט מסתם צו זאגן ליינט און פארעקלט זיך פון וואס זיי האבן הנאה…זעליג סיגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 am https://drive.google.com/file/d/119YCcg ... J1uBh/view
מען קען שוין איבערלייגן פארן ברייטען ציבור
ליינט אין האט הנאה
ואסביר, יעדער האט דאך אן אייגענע לב טהור שבו, ווי עס שטייט פון אר"י הק' ביי ולמלשינים [וואס איז די איינציגסטע ברכה וואס ביי זיי איז מען מכוון וד"ל..] זאל מען אינזין האבן די אייגענע. מ'דארף אויסרייסן פון זיך די ס"א.
עכ"פ, ס'איז דא א וועג וויאזוי מען קומט אן דארט, עס גייט נישט אין איין טאג.
במקור קען עס קומען פון א געוויסע גוטע כוונה, זיך צו האלטן פעסט ווי אמאל און גארנישט משנה זיין, להחזיר עטרה ליושנה, און זיך נישט לאזן פון די גאנצע וועלט וואס רובן זענען וכו', וואס בעצם איז דאס הייליגע מושגים, מ'דארף נאר שכל און הארץ אביסל און שימוש ת"ח צו וויסן ווי איין און ווי אויס.
במילא, איז עס געווען פאר מיר א שטיקל דעראינערונג, פון זען די אלע ווילדע הנהגות און פרישות, צו וויסן פון וואס מען דארף שטיין זייער ווייט. שלא ת' כדרך שמ' פלוני.