כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4840
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14435

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:53 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:22 pm

עפ"י הלכה האבן די ל"ט הנהלה נישט קיין הלכה ווי אידן בכלל, אויב אפשר דארף מען מפייס זיין די גוי'אישע רוצחים פארן זיי צוגלייכן צו די אפיקורסישע כופרישע וועלטס געלערנסטע רוצחים
ניין?
דאס איז א הארבע שאלה וואס באלאנגט פאר גרויסע מורי הוראה. מ׳טאר זיך נישט ווארפן מיט אזאנע זאכן.
איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 112

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:23 pm רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
חברה כאפטס אריין ווילאנג די ליכטיקייט פון די הייליגע יארצייט שיינט.
נישט יעדן טאג איז דא אזא געלעגנהייט

אשאד עס איז נישטא קיין גאול נאמער
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 296

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פלעשלייט »

יחוד יחוד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:47 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:23 pm רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
חברה כאפטס אריין ווילאנג די ליכטיקייט פון די הייליגע יארצייט שיינט.
נישט יעדן טאג איז דא אזא געלעגנהייט
ווילאנג שיינט די יארצייט??
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1639

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

שלשלת האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:45 pm הבהרה: טייערע ליינער, אויב ביסטו א וויקטעם פון אביוז און דעי נושא טריגערט דיר, זיי גוט פאר דיר אליינס און ליין דאס נישט.
► Show Spoiler

זייער ריכטיגע דיבורים. אני הקטן בין ליידער באקאנט פון די נאנט מיט די נושא פון אביוז, סיי פון נאנטע מענטשן און סיי מטעם מיין ערפארונג אין פארשידענע געביטן (ניין, איך בין ב"ה נישט קיין טעראפיסט און איך וועל בעזה"ש קיינמאל זיין איינס...) עס איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס באגרייפט עס נישט, וואס עס מיינט אז א מענטש'ס מוח ווערט גענצליך קאנטראלירט דורך א צווייטן. גראדע הרה"צ ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א האט ביי די חוה"מ פאנעל אויסגעשמועסט די נקודה בקיצור נמרץ, זאגנדיג אז כאטש ס'איז צו קאמפליצירט מסביר צו זיין על רגל אחת איז וויכטיג צו וויסן אז די עלטערן פון די קינדער זענען גענצליך אומשולדיג און זיי מיינען באמת אז זיי טוען פשוט דעם רצון השם.

אבער דאס איז נאר כלפי די פארכאפטע. ווען מ'רעדט פון די הנהלה אליין (כ'בין נישט באקאנט פונקטליך מיט די היערארכיע דארט אבער הרב בלום האט אויסגערעכנט פיר נעמען אלס די ארכיטעקטן פון די רשעות דארט) ווייסן זיי זייער גוט וואס זיי טוען, און מיינען נישט קיין רגע אז זיי מיינען דעם אויבערשטן אדער די טובה פון די קרבנות.

סיי וויאזוי, אייער עיקר נקודה איז אודאי גאר ריכטיג און וויכטיג. ווען מ'זעהט סיי וועם וואס איז ב"ה ארויס פון דארט, אפגעזען ווער ער איז (כל זמן ער איז נישט פון די געציילטע רשעות'דיגע פירער) און וואס ער איז אלס דורך אדער האט אלס געטון אין ל"ט אויף די באפעל פון די הנהלה. איז קריטיש וויכטיג אים מחזק צו זיין, געבן א גוט ווארט אדער אפילו פשוט באגריסן מיט א ווארימע גוט מארגן וכדומה. די אלע לבבות נשברות זענען קיין האר נישט שולדיג איבער וואס זיי זענען דורך און זיי געפינען זיך ביי א קריטישע ווענדפונקט אין זייער לעבן, און עס איז קריטיש וויכטיג אז זיי זאלן באקומען הויפנס מיט חיזוק און ווארעמקייט פון גאנץ כלל ישראל
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 112

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

פלעשלייט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:50 pm
יחוד יחוד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:47 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:23 pm רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
חברה כאפטס אריין ווילאנג די ליכטיקייט פון די הייליגע יארצייט שיינט.
נישט יעדן טאג איז דא אזא געלעגנהייט
ווילאנג שיינט די יארצייט??
געהערט א מעשה פלעשלייט: די פרעגסט ווילאנג עס שיינט.
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 182

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:57 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:38 pm רבותי רבותי
אפשר ווילט איר געבן פאר מיינעט וועגן
שרייבטס אריין ביי די קאמענטס אז עס איז פאר על פי תורה
עסקנים געבן אוועק טעג נעכט און געלט און משפחה פאר די ציבראכענע קינדערלעך
העלפט זיי ארויס
די געלט גייט סטריקטלי פאר עסן
קיינער מאכט נישט קיין קאמישן דא
:oops: :oops: פארוואס טאקע??
עניוועי

געגעבען
מען זוכט אינגעלייט וואס וועלן באקומען קאמישן

שיקט א פריוואטע מעסעדזש פאר מיר אדער @על פי תורה אויב איר זענט גייט צו העלפן פאר /א קאמישן

מען קען אויך רופן און טעקסטן 347-674-1548
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 786
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1047

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

העלפן א איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:35 am
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:57 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:38 pm רבותי רבותי
אפשר ווילט איר געבן פאר מיינעט וועגן
שרייבטס אריין ביי די קאמענטס אז עס איז פאר על פי תורה
עסקנים געבן אוועק טעג נעכט און געלט און משפחה פאר די ציבראכענע קינדערלעך
העלפט זיי ארויס
די געלט גייט סטריקטלי פאר עסן
קיינער מאכט נישט קיין קאמישן דא
:oops: :oops: פארוואס טאקע??
עניוועי

געגעבען
מען זוכט אינגעלייט וואס וועלן באקומען קאמישן

שיקט א פריוואטע מעסעדזש פאר מיר אדער @על פי תורה אויב איר זענט גייט צו העלפן פאר א קאמישן
העלפן מיט וואס?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 112

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:41 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:53 pm

דאס איז א הארבע שאלה וואס באלאנגט פאר גרויסע מורי הוראה. מ׳טאר זיך נישט ווארפן מיט אזאנע זאכן.
איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
וואס זאגט די עולם אויף די תורה וואס @שאינו יודע לשאול זאגט/פרעגט
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1639

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:36 am
העלפן א איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:35 am
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:57 am

:oops: :oops: פארוואס טאקע??
עניוועי

געגעבען
מען זוכט אינגעלייט וואס וועלן באקומען קאמישן

שיקט א פריוואטע מעסעדזש פאר מיר אדער @על פי תורה אויב איר זענט גייט צו העלפן פאר א קאמישן
העלפן מיט וואס?

ווי איך פארשטיי זוכן די געטרייע עסקנים, ובתוכם די צדיקים ר' על פי תורה אן ר' העלפן א איד, יונגעלייט וואס זענען גרייט צו העלפן שאפן געלט און זיי וועלן באקומען קאמישען.

הלואי וואלט איך געקענט ארויסהעלפן. פאר פסח האב איך געאפערט ארויסצופארן פאר א טאג-צוויי צו זיין מיט די קינדער (מער פון דעם איז מיר נישט מעגליך געווען), אבער די עסקנים האבן דוקא געזוכט אזעלכע וואס קענען זיין עטליכע טעג (ופשוט הוא - ס'איז פיל גרינגער און ביליגער צו ערלעדיגן א טיקעט און די איבריגע טעקניקעליטיס פאר א יונגערמאן וואס וועט דארט וויילן פון זונטאג ביז פרייטאג, ווי פאר א פרישער יונגערמאן יעדע טאג-צוויי). לעת עתה איז מיר אפילו דאס נישט מעגליך, אבער ווער עס האט יא די מעגליכקייט - בפרט דא ווען מ'רעדט סך הכל פון ארומגיין שאפן געלט, און דערצו פאר באצאלט - זאל אודאי נישט פארפאסן די געלעגנהייט צו זיין פון די וואס נעמען א חלק אין די זעלטענע מצוה פון ראטעווען היימישע קינדער פון גיהנום ברוחניות ובגשמיות. עס איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן וואס הרב בלום האט געזאגט פסח, אז עס איז 'נישט' דא גענוג עסקנים און מען וואלט געקענט אויפטון סאך מער סאך שנעלער ווען נאך אידן זאלן ווען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן יעדער מיט וואס ער קען.
שטורעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 33

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שטורעם »

יחוד יחוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:47 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:41 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm

איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
וואס זאגט די עולם אויף די תורה וואס @שאינו יודע לשאול זאגט/פרעגט
סאיז א שמועס פאר זיך, וואס מיינט איד, לגבי וואס איז די שאלה? איינער וואס זאגט אז לב טהור זענען נישט קיין אידן וואס מיינט ער? ער האלט אז טאמער זיי ווילן האלטן שבת דארפן זיי זיך מגייר זיין? דער וואס האלט אז זיי זענען יא אידן האלט אז זיי זענען כשר לעדות?

איך מיין אז דער נושא והגלילות איז שוין געווארן גענוג אויסגעשמועסט דא, און לויט די לייקס און תגובות ווייסט מען שוין בערך וואס יעדער האלט,
פאר לענגערע אפהאנדלונגען קען מען אפשר עפענען א באזונדערע טעמע און לאזן דא אביסל שיטערער.

#מיין_מיינונג
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 416

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:14 am
יחוד יחוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:47 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:41 pm
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
וואס זאגט די עולם אויף די תורה וואס @שאינו יודע לשאול זאגט/פרעגט
איך מיין אז דער נושא והגלילות איז שוין געווארן גענוג אויסגעשמועסט דא און לויט די לייקס און תגובות ווייסט מען שוין בערך וואס יעדער האלט,
פאר לענגערע אפהאנדלונגען קען מען אפשר עפענען א באזונדערע טעמע און לאזן דא אביסל שיטערער.

#מיין_מיינונג
גא"מ
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 771
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 733

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טראפקעלע »

איבער די צוריסענע הארץ ריקארדינג

איינע פון די צוויי,
אדער איז עס פאלש/געצווינגען
און אויב ס'איז יא אמת'דיגע טרערן, איז עס טאקע רשעות!!

פון די פירער וואס האבן געקענט אזוי ברעינוואשן א פרוי!!!

וואס איך נעם יא ארויס פון די ריקארדינג און די גאנצע טאראראראם דערנאך,
כ'פארשטיי שוין ווי אזוי ס'געלונגט פאר די מערדערס צו באקומען היימישע שטיצע, מענטשן זענעו נאאיוו.
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 182

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

יישר כח @הדסים פאר'ן פרעגן און @Think and Thank פאר'ן ענטפערן

מ'ברויך עסקנים וואס זאלן שאפן געלט

מ'ברויך עסקנים וואס זאלן באגלייטן קעיסעס. דאס נעמט איין אסאך דעטאלן וואס קענען ווערן צעטיילט צווישן אסאך עסקנים

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:50 am די עסקנים האבן דוקא געזוכט אזעלכע וואס קענען זיין עטליכע טעג (ופשוט הוא - ס'איז פיל גרינגער און ביליגער צו ערלעדיגן א טיקעט און די איבריגע טעקניקעליטיס פאר א יונגערמאן וואס וועט דארט וויילן פון זונטאג ביז פרייטאג, ווי פאר א פרישער יונגערמאן יעדע טאג-צוויי)
די גואטעמאלע רעגירונג האט נישט געוואלט וואלונטירן פאר'ן טאג

אן עקסטערע יישר כח פאר'ן באטיטלען מיין רבי אין די נושא @על פי תורה און מיך אלץ צדיקים 😉
נישט פארגעסן צו מנדב זיין פאר די אומשולדיגע קינדערלעך

https://www.dryveup.com/mission/150
(929) 930-6588 Ext 150
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
זעליג סיגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 3:04 pm
x 3

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זעליג סיגל »

https://drive.google.com/file/d/119YCcg ... J1uBh/view

מען קען שוין איבערלייגן פארן ברייטען ציבור

ליינט אין האט הנאה
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 873

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:29 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:23 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:57 pm

כ'האב זייער ליב ווי מ'ברענגט אריין דעת תורה יעדע מאל וואס מבלייבט סטאָק...

זיי זענען כופרים? יא!
זיי זענען רוצחים? יא!

וואס קומט דא אריין דעת תורה?
רוצחים? יא!
געמיין? יא!
טוען עבירות צוליב זייערע אינטערעסן? יא!

כופרים? ביזדערווייל נישט.
איי געס דו האסט נאכנישט געהערט זייערע פרעכע דברי מינות און געליינט זייערע משכיל'ישע א.ג. ספרים ווי זיי לאכן און חוזק'ן אפ פון כל הקודש לנו.
גערעכט, אי האב עס נאכנישט געהערט. אדרבה, קלער מיר אויף.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 873

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

פרייער פויגל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:04 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:23 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:57 pm

כ'האב זייער ליב ווי מ'ברענגט אריין דעת תורה יעדע מאל וואס מבלייבט סטאָק...

זיי זענען כופרים? יא!
זיי זענען רוצחים? יא!

וואס קומט דא אריין דעת תורה?
רוצחים? יא!
געמיין? יא!
טוען עבירות צוליב זייערע אינטערעסן? יא!

כופרים? ביזדערווייל נישט.
הרב בלום ביי די פאנעל (בע' ביי 2:19) זאגט אז זיי (עכ''פ די הנהלה) זענען יא כופרים דאווענען נישט וכו'
נישט דאווענען מאכט זיי נאכנישט פאר קיין כופרים, אפילו נישט לייגן קיין תפילין אויך נישט.

ס'איז גענוג זויער מיט זיי, אבער פארוואס ארויפשמירן אויף זיי זאכן וואס איז נישט?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 445

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:25 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:53 pm

דאס איז א הארבע שאלה וואס באלאנגט פאר גרויסע מורי הוראה. מ׳טאר זיך נישט ווארפן מיט אזאנע זאכן.
איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
איר קענט מיר זאגען ווי האסטו געטראפן דיינע א.ג. הלכות?
אויב האט איר אן הו"א אז די ציונים אדער ל"ט זענען נישט קיין אידן, דארפטסו שוין צוריק גיין אין חיידער אריין.
כ'בין שוין געווען אין חדר אמאל און דארטן האט מען מיר טאקע אויסגעלערנט אז "א איד אן די 13 אני מאמין איז קיין איד נישט"
דעריבער זאג איך אז אין ל"ט ווי אלע 13 אני מאמין זענען אפגעשפעט און אפגע'חוזק'ט
זענען זיי אויטאמאטיש קיין אידן נישט לפענ"ד
(כ'רעד נישט פון די 13 אני מאמין אז מען דארף זיך בוקן צום רבי'ן און גלייבן אז נאר ער איז א חכם און נאר ער גייט ברענגען משיח וכדומה אלע זייערע שטותים דארט)
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 873

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

שטורעם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:00 am
יחוד יחוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:47 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:41 pm
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
וואס זאגט די עולם אויף די תורה וואס @שאינו יודע לשאול זאגט/פרעגט
סאיז א שמועס פאר זיך, וואס מיינט איד, לגבי וואס איז די שאלה? איינער וואס זאגט אז לב טהור זענען נישט קיין אידן וואס מיינט ער? ער האלט אז טאמער זיי ווילן האלטן שבת דארפן זיי זיך מגייר זיין? דער וואס האלט אז זיי זענען יא אידן האלט אז זיי זענען כשר לעדות?
א מיטל וועג איז אקצעפטירט?

זיי זענען יא אידן אבער זיי זענען פסול לעדות ווייל זיי זענען רשעים!

לאמיר זען לשונו הזהב פונעם רמב''ם אין פי' המשניות (סנהדרין פ' חלק בביאור השלש עשרה עיקרים):

''וכאשר יאמין האדם אלה היסודות כולם ונתברר בה אמונתו בהם הוא נכנס בכלל ישראל, ומצווה לאהבו ולרחם עליו, ולנהוג עמו בכל מה שצווה השם יתברך איש לחבירו מן האהבה והאחווה. ואפילו עשה מה שיוכל מן העבירות מחמת התאווה והתגברות הטבע הגרוע, הוא נענש כפי חטאיו אבל יש לו חלק לעולם הבא, והוא מפושעי ישראל. וכשנתקלקל לאדם יסוד מאלה היסודות הרי יצא מן הכלל וכפר בעיקר, ונקרא מין ואפיקורוס וקוצץ בנטיעות, ומצווה לשונאו ולאבדו, ועליו נאמר "הלא משנאך ה׳ אשנא".

פארשטייט זיך אז דא ביי לב טהור מוז מען נעמען א שטייפע ליניע אקעגן זיי צוליב זייערע רדיפות אויף אומשולדיגע אידן און ס'איז נישטא קיין אנדערע ברירה, אבער א איד בלייבט א איד ''אפילו עשה מה שיוכל מן העבירות מחמת התאווה והתגברות הטבע הגרוע, והוא מפושעי ישראל''.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1943

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 8:16 am
פרייער פויגל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:04 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:23 pm

רוצחים? יא!
געמיין? יא!
טוען עבירות צוליב זייערע אינטערעסן? יא!

כופרים? ביזדערווייל נישט.
הרב בלום ביי די פאנעל (בע' ביי 2:19) זאגט אז זיי (עכ''פ די הנהלה) זענען יא כופרים דאווענען נישט וכו'
נישט דאווענען מאכט זיי נאכנישט פאר קיין כופרים, אפילו נישט לייגן קיין תפילין אויך נישט.

ס'איז גענוג זויער מיט זיי, אבער פארוואס ארויפשמירן אויף זיי זאכן וואס איז נישט?
קיינער שמירט נישט ארויף, די גאנצע קליקע פון פירער לאכן אפ און מאכן אפיציעל אוועק די לעגיטימיטעט פתורה די שבע"פ און האבן גענצליך אפגעווארפן די אנגענומענע מסורה פון אונזערע עלטערן און אור עלטערן.
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 88

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

זעליג סיגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 am https://drive.google.com/file/d/119YCcg ... J1uBh/view

מען קען שוין איבערלייגן פארן ברייטען ציבור

ליינט אין האט הנאה
ליינט און האט הנאה??? מיינסט מסתם צו זאגן ליינט און פארעקלט זיך פון וואס זיי האבן הנאה…
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 445

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שלשלת האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:45 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:13 pm וואלסטו געווען אביסל מער באקאנט פון וואס עס טוט זיך דארטן אינעווייניג וואלסטו דאס נישט געזאגט
איך בין ליידער יא באקאנט שוין נישט פון היינט און מיר קען מען נישט פארקויפן סיי וואס, איך קען די חברה בעסער ווי דו מיינסט
הבהרה: טייערע ליינער, אויב ביסטו א וויקטעם פון אביוז און דעי נושא טריגערט דיר, זיי גוט פאר דיר אליינס און ליין דאס נישט.

כ'בין מיך מיישב אהער און אהין צו יא אדער נישט שרייבן, למעשה גייעך שרייבן און אויב איז עס שלא כפי תקנות ורוח המקום ביטע מיר זאגן און כ'וועל מעקן, אויך שרייבט מען דא אנאנים און כ'קען נישט קיינעם ממילא ערלויב מען זיך מער און ס'קען זיין אומריכטיג כלפי ספעציפישע ניקס

קודם, ביי אונז היימישע סאטמארע יודן איז דא א גרויסע חלל אין פארשטיין די טיעפקייט פון די נושא פון א נארסעסיסט אדער א קאנטראלער, עס האט כמה סיבות, ומהם, אז עס ווערט גענוצט אפט ביי נערישע קריגעריי און אז די נושא פון מענטאל העלט איז געווען אפגעפרעגט יארן לאנג משום כמה גוטע סיבות אשר אין כאן המקום להאריך

יודן זענען בטבע רחמנים, מען גלייבט נישט און מען פארנעמט נישט קיין מעשה אכזריות בגשמיות וברוחניות פון א רודף, מען וועט פרובירן מיט אלע כוחות צו מיישב זיין אז דער מענטש איז נישט אזוי געפערליך נאר דער נרדף טרייבט איבער

צו פארשטיין א משהו, שלא כסדרן, ווי געשריבן פריער, א נרדף פון אן אביוזער אנערקענט נישט ע"פ רוב אז ער איז בכלל א נרדף, ער קוקט ארויף דעם רודף אלס זיין העלד, זיין מציל ומושיע און גלייבט אים לכל דבר

דער וועג וויאזוי דער אביוזער מאכט עס, הייבט זיך אן מיטן בויען א מוראדיגע בילד פון זיך, ווי טיעף, קלוג און פארטשענדליך ער איז , ווי אמת'דיג ערליך ער איז וכו', נאכדעם וועט ער אריינווארפן ספיקות אין יעדע זאך וואס דער מענטש האט געגלייבט (ע"ע געזלייטונג), נאכדעם וועט ער מסביר זיין אז די בליק וואס דער נרדף האט איז נאריש און אפגעפרעגט, מיט די צייט וועט ער מסביר זיין אז ער האט די ריכטיגע בליק און גלויבונג און די נרדף גייט עס אפקויפן פאר גוט געלט, כדי דאס זאל ארבעטן וועט ער אפהאקן די נרדף פון די דרויסענדע וועלט אז די נרדף זאל זיך אפי' נישט קענען דורכרעדן, ער וועט אויפווייזן ווי פאלטש, נישט עהרליך, שלעכט און נאריש אלע נאנטע זענען און וועט זיכער מאכן אז דער נרדף האקט אפ און מאכט זיי אליינס אוועק, ער וועט טרעפן יעדע שוואכקייט וואס דער נרדף מיינט ער האט און ארויפווארפן אויף אלע אלטע נאנטע, און ער וועט שטארקן דעם נרדף און מסביר זיין אז ער האט דעם מהלך צו העלפן, דער נרדף גייט אנפאנג פילן מורא'דיג דערהויבן, ער וועט באמת ווערן קאנפידענט און טראסטן דעם רודף, נאכדעם טרעפט דער רודף נאך זאכן ווי דער נרדף האט שוואכקייטן און הייבט אָן דערנידערן דערויף, און ווייטער נאר ער קען עס העלפן, ער שלעפט דעם נרדף אריין אין זיין זאק זייער צוביסלעך ביז דער נרדף ווערט טאטאל קא-דיפענדענט אויף אים און פארלירט אינגאנצן דעם אייגענעם מיינונג,
דער נרדף רעדט זיך אויס נאר צום רודף און ער נוצט עס אויס צו באקומען מער און מער קאנטראל, עס קומט כסדר צו פרישע רדיפות און פיזישע אכזריות אלטס גרויס רחמנות וואס ער האט פארן נרדף אים אויסצומענטשל'ן, יעדע זאך איז אויסגערעכנט (אסאך מאל סוב קאנשעס) צו משפיל זיין דעם נרדף און לייגן פיזישע און גייסטישע דרוק אז ער זאל נישט טראכטען פון אוועקגיין און לעבן אלס קנעכט, ער וועט זאגן אז יעדער ווייסט אז דו ביסט גארנישט דו אליינס ווייסט דאס, דו ביסט שולדיג אויף דיינע און מיינע פראבלעמען, ער וועט עס חזר'ן כסדר מיטן נרדף און מאכן דער נרדף זאל עס זאגן כאילו מדעת עצמו, זעהסט נישט? דו אליינס האלטסט אויך אזוי!
א נרדף פון אביוז האט נישט קיין שום מיינונג אויף גארנישט, דער רודף לערנט אויס צו זאגן אז דו אליינס האלטסט דאך אזוי, דו אליינס פארשטייסט עס! די לעבן פון א נרדף איז איין שטיק צובראכנקייט, אומזיכערקייט, און סעלף בלעים, און פון די אנדערע זייט משוגע קאנפידענט אז זיין רודף איז גערעכט און מיינט נאר זיין טובה

טאמער וועט דער רודף זעהן אז ער האט איבערגעצויגן די שטריק, וועט ער מסביר זיין אז דער נרדף איז שולדיג און וואספארא איש מכובד ער איז און מען וועט דיר סייווי נישט גלייבן און די פאלטשע וועלט מיינט נישט דיין טובה, זיי מיינען זיך און ווילן רייטן אויף דיר אסאך ערגער ווי איך וואס וויל דיר העלפן, ער וועט גיין צו פיזישע ווייעלענס צו אפהאלטן אנטלויפן, און איינמאל ער צוריק קאנטראל וועט ער הייסן דעם נרדף אליינס מסביר זיין וואספארא טעות ס'איז געווען

באמת איז א רודף ע"פ רוב גערעכט ליידער אז מען וועט נישט גלייבן דעם נרדף! רובא דרובא פון די רשעים נארסעסיסטן זענען עכ"פ נארמאלע און אפ' ארויפגעקוקטע מענטשן אין גאס, און וכאן המקום ווי מען דארף קלאפן על חטא אויף די רשעות און אכזריות פון די ביטערע כת, מיר האבן דאס צוגעלאזט ביי כרם ישראל קאלטבלוטיג, און משם יצאו מחבלי כרמים, רשעים ואכזרים וואס האבן פארגאסן יודיש בלוט בלויז פאר זייער תאוות השררה ווען זיי האבן באגעגנט די לסטים שכמותן

יעצט למעשה, אויב קרובים וידידים זעהן אזא צרה וועלן רוב פון וואס פרובירן צו העלפן א נרדף האלטן אז זיי זענען מער כיטרע פונעם רודף און וועלן איבערקלוגן דעם רודף, דאס מאכט דעם רודף אסאך מער שעדליך און מער געוואגט, ער וועט נעמען יעדן מין שריט אפצושטעלן די סכנה פון פארלירן זיין עבד, פארדעם וועסטו דעם וועסטו הערן פונעם נרדף דברי לעג וזלזול קעגן וואס ס'שטעלט דעם רודף אין געפאר

ארויסנעמען א נרדף פון אן רודף פארלאנגט צו ארבעטן מיט פראפעסיאנעלע מומחים אין דעם פעלד, און כמה פעמים פעלט אויס פיזישע צוטיילונג פאר א לענגערע צייט ביז מען קען געווינען דעם נרדף, בשעת דאס גייט אן ביז דער נרדף ווערט אביסל געהיילט, איז דער נרדף אין א שרעקליכע ענגשאפט, ער האט פארלוירן זיין אונטערלאנונג, ער איז אליינס אויפן ים הגדול, פארפרעמד אָן קרובים וידידים, ער איז ארומגענומען מיט מענטשן וואס מיינען זיין שלעכטס און ווילן אים מער אונטערדרוקן און ער איז נאך שולדיג אויף אלעמען (כפי הנ"ל), מען ברויך באמת ווערן באגלייט דורך א מומחה (הרב חיד"ו האט עקספיריענס אין דעם און כש"כ רב העכט) ווי אזוי צו האנדלען מיט די לבבות נשברות

ב"ה אז דער בוכ"ע האט געהאלפן אז ס'איז געווארן אן אויפוואכונג אז מ'גלייבט כאטש די רשעות ואכזריות, און די וואס זענען נישט עכ"פ חייש אז ס'קען זיין אלעס אמת נאכן הערן פון עטליכע באזונדערע קוועלער זאלן וויסן אז זיי טוען בלא יודעים העלפן אנדערע אכזרים אנגיין מיט רשעות

וואס ווילעך? כ'ווייס שוין אליינס נישט, אבער כ'וויל אז דער עולם זיין סענסיטיוו צו די עולי בבל און צו וויקטעם'ס פון אביוז בכלל, און זיי נאר שטארקן און געבן א גוט ווארט, א שאד צו טראכטן וואס דער און יענער האט אפשר געטאן דארט, איינמאל מען האט זיי ארויסגענומען פון דארט, פארגעס פונעם עבר, זיי וועלן תשובה טאן שפעטער, דו זיי מחזק א לב נשבר, זאג אים א גוט מארגן, זאג אים א גוטן טאג, זאל ער וויסן אז מען איז יא אינטערעסירט אין אים, מען קוקט זיך אום אויף אים און מען וויל אים און גלייבט אים, פרעג אים נישט וואס ער איז דורך, לאז אים רעדן און ווייז מיטגעפיל, דו פארשטייסט ע"פ רוב נישט די טיעפקייט פון זיין צער, ווען ער וועט האבן די שטארקייט וועט ער רעדן, אויב האסטו נישט אינגאנצן ארויס דעם ענין אלס דאקטער אדער עכ"פ געפירט דורך מענטשן מיט עכטע עקספיריענס אין דעם ספעציפישן פעלד, לאז דיר ארויס, פרוביר נישט אליין צו העלפן, קענסט ע"פ רוב מער חרוב מאכן ווי בויען

נאך איין זאך, זייט מחזק די עסקנים און גיב זיי א גוט ווארט, פרעג זיי מיט וואס די קענסט העלפן, זיי רייסן זיך איבער און הערן די פרויען און קינדער וויינען אז זיי ווילן צוריקגיין, זיי ווערן צוריסן, שיק אריין אפאר דאלער אז ס'זאל זיין געלט, עס גיבט חיזוק און מוט אז מענטשן פילן מיט

נ.ב. כ'בין נישט קיין דאקטאר, טעראפיסט אדער מומחה אין דעם, און אויך נישט קיין ת"ח אדער דעת תורה, און ב"ה נישט דורך קיינמאל אזא מצב, פשוט געשריבן מיטהאלטנדיג אזעלכע מצבים און ליינענדיג אסאך אין דעם נושא
כאפ נישט וואס דו ווילסט מיר דא אויפמערקן, וועלכע זאך האב איך נישט ריכטיג געשריבן?
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פיי »

ממעמקים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 9:34 am
זעליג סיגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 am https://drive.google.com/file/d/119YCcg ... J1uBh/view

מען קען שוין איבערלייגן פארן ברייטען ציבור

ליינט אין האט הנאה
ליינט און האט הנאה??? מיינסט מסתם צו זאגן ליינט און פארעקלט זיך פון וואס זיי האבן הנאה…
אויב מען מעג זיך אזוי אויסדרוקן האב איך א שטיקל הנאה געהאט, נישט הנאה, אבער עס איז מיר געווען א שטיקל תועלת.

ואסביר, יעדער האט דאך אן אייגענע לב טהור שבו, ווי עס שטייט פון אר"י הק' ביי ולמלשינים [וואס איז די איינציגסטע ברכה וואס ביי זיי איז מען מכוון וד"ל..] זאל מען אינזין האבן די אייגענע. מ'דארף אויסרייסן פון זיך די ס"א.

עכ"פ, ס'איז דא א וועג וויאזוי מען קומט אן דארט, עס גייט נישט אין איין טאג.

במקור קען עס קומען פון א געוויסע גוטע כוונה, זיך צו האלטן פעסט ווי אמאל און גארנישט משנה זיין, להחזיר עטרה ליושנה, און זיך נישט לאזן פון די גאנצע וועלט וואס רובן זענען וכו', וואס בעצם איז דאס הייליגע מושגים, מ'דארף נאר שכל און הארץ אביסל און שימוש ת"ח צו וויסן ווי איין און ווי אויס.

במילא, איז עס געווען פאר מיר א שטיקל דעראינערונג, פון זען די אלע ווילדע הנהגות און פרישות, צו וויסן פון וואס מען דארף שטיין זייער ווייט. שלא ת' כדרך שמ' פלוני.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 979
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1374

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זעליג סיגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 am https://drive.google.com/file/d/119YCcg ... J1uBh/view

מען קען שוין איבערלייגן פארן ברייטען ציבור

ליינט אין האט הנאה
דאס איז נישט פון יעצט
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט