כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 891
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1225

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:19 pm רבותי,
די ג' אייר קאמפיין האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם צענטראלן קאמפיין, און איר קענט נאך האבן די זכי' צו משלים זיין צום באנוס גאול, און דערנאך גיין פתיחה פאר א פרישע מעלאנע...!!!!
אל תחמיצו את ההזדמנות!!!!!

Screenshot 2025-04-30 181238.png
האמיר עס גענומען בס"ד
Screenshot 2025-04-30 183217.png
Screenshot 2025-04-30 183217.png (62.31 KiB) געזען געווארן 1105 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 452

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:30 pm
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:25 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm

איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
איר קענט מיר זאגען ווי האסטו געטראפן דיינע א.ג. הלכות?
אויב האט איר אן הו"א אז די ציונים אדער ל"ט זענען נישט קיין אידן, דארפטסו שוין צוריק גיין אין חיידער אריין.
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 7:50 pm @עהעם מיר זענען אויף דיין זייט!
גיי אן וויטער, געב נישט אויף.
נאר א שנעלע דערמאנונג אין פאל איינער וויל ענטפערן פאר דעם חכם דא......
בינעך נייגעריג פון וועלכן 'חיידער' די צוויי קענען זיך......
שטארק!
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 422

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:32 pm
מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:19 pm רבותי,
די ג' אייר קאמפיין האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם צענטראלן קאמפיין, און איר קענט נאך האבן די זכי' צו משלים זיין צום באנוס גאול, און דערנאך גיין פתיחה פאר א פרישע מעלאנע...!!!!
אל תחמיצו את ההזדמנות!!!!!

Screenshot 2025-04-30 181238.png
האמיר עס גענומען בס"ד

Screenshot 2025-04-30 183217.png
מזל טוב!!!
זאג נאר, אזא פיצי ביס אין אזא גרויסע מעלאונע......?!?!
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
שלשלת
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:20 am
Location: Brooklyn
x 158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלשלת »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:13 pm וואלסטו געווען אביסל מער באקאנט פון וואס עס טוט זיך דארטן אינעווייניג וואלסטו דאס נישט געזאגט
איך בין ליידער יא באקאנט שוין נישט פון היינט און מיר קען מען נישט פארקויפן סיי וואס, איך קען די חברה בעסער ווי דו מיינסט
הבהרה: טייערע ליינער, אויב ביסטו א וויקטעם פון אביוז און דעי נושא טריגערט דיר, זיי גוט פאר דיר אליינס און ליין דאס נישט.

כ'בין מיך מיישב אהער און אהין צו יא אדער נישט שרייבן, למעשה גייעך שרייבן און אויב איז עס שלא כפי תקנות ורוח המקום ביטע מיר זאגן און כ'וועל מעקן, אויך שרייבט מען דא אנאנים און כ'קען נישט קיינעם ממילא ערלויב מען זיך מער און ס'קען זיין אומריכטיג כלפי ספעציפישע ניקס

קודם, ביי אונז היימישע סאטמארע יודן איז דא א גרויסע חלל אין פארשטיין די טיעפקייט פון די נושא פון א נארסעסיסט אדער א קאנטראלער, עס האט כמה סיבות, ומהם, אז עס ווערט גענוצט אפט ביי נערישע קריגעריי און אז די נושא פון מענטאל העלט איז געווען אפגעפרעגט יארן לאנג משום כמה גוטע סיבות אשר אין כאן המקום להאריך

יודן זענען בטבע רחמנים, מען גלייבט נישט און מען פארנעמט נישט קיין מעשה אכזריות בגשמיות וברוחניות פון א רודף, מען וועט פרובירן מיט אלע כוחות צו מיישב זיין אז דער מענטש איז נישט אזוי געפערליך נאר דער נרדף טרייבט איבער

צו פארשטיין א משהו, שלא כסדרן, ווי געשריבן פריער, א נרדף פון אן אביוזער אנערקענט נישט ע"פ רוב אז ער איז בכלל א נרדף, ער קוקט ארויף דעם רודף אלס זיין העלד, זיין מציל ומושיע און גלייבט אים לכל דבר

דער וועג וויאזוי דער אביוזער מאכט עס, הייבט זיך אן מיטן בויען א מוראדיגע בילד פון זיך, ווי טיעף, קלוג און פארטשענדליך ער איז , ווי אמת'דיג ערליך ער איז וכו', נאכדעם וועט ער אריינווארפן ספיקות אין יעדע זאך וואס דער מענטש האט געגלייבט (ע"ע געזלייטונג), נאכדעם וועט ער מסביר זיין אז די בליק וואס דער נרדף האט איז נאריש און אפגעפרעגט, מיט די צייט וועט ער מסביר זיין אז ער האט די ריכטיגע בליק און גלויבונג און די נרדף גייט עס אפקויפן פאר גוט געלט, כדי דאס זאל ארבעטן וועט ער אפהאקן די נרדף פון די דרויסענדע וועלט אז די נרדף זאל זיך אפי' נישט קענען דורכרעדן, ער וועט אויפווייזן ווי פאלטש, נישט עהרליך, שלעכט און נאריש אלע נאנטע זענען און וועט זיכער מאכן אז דער נרדף האקט אפ און מאכט זיי אליינס אוועק, ער וועט טרעפן יעדע שוואכקייט וואס דער נרדף מיינט ער האט און ארויפווארפן אויף אלע אלטע נאנטע, און ער וועט שטארקן דעם נרדף און מסביר זיין אז ער האט דעם מהלך צו העלפן, דער נרדף גייט אנפאנג פילן מורא'דיג דערהויבן, ער וועט באמת ווערן קאנפידענט און טראסטן דעם רודף, נאכדעם טרעפט דער רודף נאך זאכן ווי דער נרדף האט שוואכקייטן און הייבט אָן דערנידערן דערויף, און ווייטער נאר ער קען עס העלפן, ער שלעפט דעם נרדף אריין אין זיין זאק זייער צוביסלעך ביז דער נרדף ווערט טאטאל קא-דיפענדענט אויף אים און פארלירט אינגאנצן דעם אייגענעם מיינונג,
דער נרדף רעדט זיך אויס נאר צום רודף און ער נוצט עס אויס צו באקומען מער און מער קאנטראל, עס קומט כסדר צו פרישע רדיפות און פיזישע אכזריות אלטס גרויס רחמנות וואס ער האט פארן נרדף אים אויסצומענטשל'ן, יעדע זאך איז אויסגערעכנט (אסאך מאל סוב קאנשעס) צו משפיל זיין דעם נרדף און לייגן פיזישע און גייסטישע דרוק אז ער זאל נישט טראכטען פון אוועקגיין און לעבן אלס קנעכט, ער וועט זאגן אז יעדער ווייסט אז דו ביסט גארנישט דו אליינס ווייסט דאס, דו ביסט שולדיג אויף דיינע און מיינע פראבלעמען, ער וועט עס חזר'ן כסדר מיטן נרדף און מאכן דער נרדף זאל עס זאגן כאילו מדעת עצמו, זעהסט נישט? דו אליינס האלטסט אויך אזוי!
א נרדף פון אביוז האט נישט קיין שום מיינונג אויף גארנישט, דער רודף לערנט אויס צו זאגן אז דו אליינס האלטסט דאך אזוי, דו אליינס פארשטייסט עס! די לעבן פון א נרדף איז איין שטיק צובראכנקייט, אומזיכערקייט, און סעלף בלעים, און פון די אנדערע זייט משוגע קאנפידענט אז זיין רודף איז גערעכט און מיינט נאר זיין טובה

טאמער וועט דער רודף זעהן אז ער האט איבערגעצויגן די שטריק, וועט ער מסביר זיין אז דער נרדף איז שולדיג און וואספארא איש מכובד ער איז און מען וועט דיר סייווי נישט גלייבן און די פאלטשע וועלט מיינט נישט דיין טובה, זיי מיינען זיך און ווילן רייטן אויף דיר אסאך ערגער ווי איך וואס וויל דיר העלפן, ער וועט גיין צו פיזישע ווייעלענס צו אפהאלטן אנטלויפן, און איינמאל ער צוריק קאנטראל וועט ער הייסן דעם נרדף אליינס מסביר זיין וואספארא טעות ס'איז געווען

באמת איז א רודף ע"פ רוב גערעכט ליידער אז מען וועט נישט גלייבן דעם נרדף! רובא דרובא פון די רשעים נארסעסיסטן זענען עכ"פ נארמאלע און אפ' ארויפגעקוקטע מענטשן אין גאס, און וכאן המקום ווי מען דארף קלאפן על חטא אויף די רשעות און אכזריות פון די ביטערע כת, מיר האבן דאס צוגעלאזט ביי כרם ישראל קאלטבלוטיג, און משם יצאו מחבלי כרמים, רשעים ואכזרים וואס האבן פארגאסן יודיש בלוט בלויז פאר זייער תאוות השררה ווען זיי האבן באגעגנט די לסטים שכמותן

יעצט למעשה, אויב קרובים וידידים זעהן אזא צרה וועלן רוב פון וואס פרובירן צו העלפן א נרדף האלטן אז זיי זענען מער כיטרע פונעם רודף און וועלן איבערקלוגן דעם רודף, דאס מאכט דעם רודף אסאך מער שעדליך און מער געוואגט, ער וועט נעמען יעדן מין שריט אפצושטעלן די סכנה פון פארלירן זיין עבד, פארדעם וועסטו דעם וועסטו הערן פונעם נרדף דברי לעג וזלזול קעגן וואס ס'שטעלט דעם רודף אין געפאר

ארויסנעמען א נרדף פון אן רודף פארלאנגט צו ארבעטן מיט פראפעסיאנעלע מומחים אין דעם פעלד, און כמה פעמים פעלט אויס פיזישע צוטיילונג פאר א לענגערע צייט ביז מען קען געווינען דעם נרדף, בשעת דאס גייט אן ביז דער נרדף ווערט אביסל געהיילט, איז דער נרדף אין א שרעקליכע ענגשאפט, ער האט פארלוירן זיין אונטערלאנונג, ער איז אליינס אויפן ים הגדול, פארפרעמד אָן קרובים וידידים, ער איז ארומגענומען מיט מענטשן וואס מיינען זיין שלעכטס און ווילן אים מער אונטערדרוקן און ער איז נאך שולדיג אויף אלעמען (כפי הנ"ל), מען ברויך באמת ווערן באגלייט דורך א מומחה (הרב חיד"ו האט עקספיריענס אין דעם און כש"כ רב העכט) ווי אזוי צו האנדלען מיט די לבבות נשברות

ב"ה אז דער בוכ"ע האט געהאלפן אז ס'איז געווארן אן אויפוואכונג אז מ'גלייבט כאטש די רשעות ואכזריות, און די וואס זענען נישט עכ"פ חייש אז ס'קען זיין אלעס אמת נאכן הערן פון עטליכע באזונדערע קוועלער זאלן וויסן אז זיי טוען בלא יודעים העלפן אנדערע אכזרים אנגיין מיט רשעות

וואס ווילעך? כ'ווייס שוין אליינס נישט, אבער כ'וויל אז דער עולם זיין סענסיטיוו צו די עולי בבל און צו וויקטעם'ס פון אביוז בכלל, און זיי נאר שטארקן און געבן א גוט ווארט, א שאד צו טראכטן וואס דער און יענער האט אפשר געטאן דארט, איינמאל מען האט זיי ארויסגענומען פון דארט, פארגעס פונעם עבר, זיי וועלן תשובה טאן שפעטער, דו זיי מחזק א לב נשבר, זאג אים א גוט מארגן, זאג אים א גוטן טאג, זאל ער וויסן אז מען איז יא אינטערעסירט אין אים, מען קוקט זיך אום אויף אים און מען וויל אים און גלייבט אים, פרעג אים נישט וואס ער איז דורך, לאז אים רעדן און ווייז מיטגעפיל, דו פארשטייסט ע"פ רוב נישט די טיעפקייט פון זיין צער, ווען ער וועט האבן די שטארקייט וועט ער רעדן, אויב האסטו נישט אינגאנצן ארויס דעם ענין אלס דאקטער אדער עכ"פ געפירט דורך מענטשן מיט עכטע עקספיריענס אין דעם ספעציפישן פעלד, לאז דיר ארויס, פרוביר נישט אליין צו העלפן, קענסט ע"פ רוב מער חרוב מאכן ווי בויען

נאך איין זאך, זייט מחזק די עסקנים און גיב זיי א גוט ווארט, פרעג זיי מיט וואס די קענסט העלפן, זיי רייסן זיך איבער און הערן די פרויען און קינדער וויינען אז זיי ווילן צוריקגיין, זיי ווערן צוריסן, שיק אריין אפאר דאלער אז ס'זאל זיין געלט, עס גיבט חיזוק און מוט אז מענטשן פילן מיט

נ.ב. כ'בין נישט קיין דאקטאר, טעראפיסט אדער מומחה אין דעם, און אויך נישט קיין ת"ח אדער דעת תורה, און ב"ה נישט דורך קיינמאל אזא מצב, פשוט געשריבן מיטהאלטנדיג אזעלכע מצבים און ליינענדיג אסאך אין דעם נושא
שמעיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 12

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:30 pm
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:25 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm

איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
איר קענט מיר זאגען ווי האסטו געטראפן דיינע א.ג. הלכות?
אויב האט איר אן הו"א אז די ציונים אדער ל"ט זענען נישט קיין אידן, דארפטסו שוין צוריק גיין אין חיידער אריין.
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 7:50 pm @עהעם מיר זענען אויף דיין זייט!
גיי אן וויטער, געב נישט אויף.
נאר א שנעלע דערמאנונג אין פאל איינער וויל ענטפערן פאר דעם חכם דא......
בינעך נייגעריג פון וועלכן 'חיידער' די צוויי קענען זיך......
https://en.wikipedia.org/wiki/Poe%27s_law
שמעיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 12

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:29 pm
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:25 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm

איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
איר קענט מיר זאגען ווי האסטו געטראפן דיינע א.ג. הלכות?
אויב האט איר אן הו"א אז די ציונים אדער ל"ט זענען נישט קיין אידן, דארפטסו שוין צוריק גיין אין חיידער אריין.
גאנץ גיט.

קען מען אפשר לערנען ויואל משה דארט?
איר קענט מיר ווייזן ווי שטייט אין ויואל משה אז א ציוני ווערט אויס איד?
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

@בנצי
36 דאלער לכבודי
ייש''כ פארן מיך מחזק זיין!
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ר' יואל סאנדל
36 דאלער
ייש''כ!
ס'געבט כח אנצוגיין!
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יש''כ ר' Anonymous
פאר די הערליכע נדבה!
א קידוש השם וויפיל געלט ס'איז אריינגעקומען פון אידטיש אליין!
א ייש''כ פאר יעדן פאר די חיזוק!
שמעיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 12

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:30 pm נאר א שנעלע דערמאנונג אין פאל איינער וויל ענטפערן פאר דעם חכם דא......
בינעך נייגעריג פון וועלכן 'חיידער' די צוויי קענען זיך......
דא קענט איר כאפן א בליק פארוועמען האב איך געגעבן לייק'ס זייט איך דריי מיר דא ארום.
app.php/postlove/2263/page/3
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 891
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1225

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:36 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:32 pm
מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:19 pm רבותי,
די ג' אייר קאמפיין האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם צענטראלן קאמפיין, און איר קענט נאך האבן די זכי' צו משלים זיין צום באנוס גאול, און דערנאך גיין פתיחה פאר א פרישע מעלאנע...!!!!
אל תחמיצו את ההזדמנות!!!!!

Screenshot 2025-04-30 181238.png
האמיר עס גענומען בס"ד

Screenshot 2025-04-30 183217.png
מזל טוב!!!
זאג נאר, אזא פיצי ביס אין אזא גרויסע מעלאונע......?!?!
מיין ערשטע נדבה איז געגאנגען בטעות פארן מעין קאמפיין.
אין קעיס דו מיינסט אז כ'האב געגעבן 2 דאלער...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

@הדסים
ייש''כ פאר די הערליכע נדבה!
דעי נדבות געבן א מורא'דיגע שטופ צו גיין ווייטער!
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 4:59 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 4:54 pm 40 פראצענט דאנעישנס איז לכבוד @על פי תורה
געגעבן ב''ה
פארגעסן צו שרייבן לכ' @על פי תורה
כה לחי!!
יש''כ ייש''כ
ס'איז מוראדיג די הרגשה אז מען איז נישט אליין
אזויפיל חברים העלפן ארויס לכבודי
wow
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

wow wow wow
@פשוט און גראד
א גלאטע הונדריטער!
נישט באמערקט ביז יעצט...
נורא נוראות וואס טוט זיך דא!
דיאמאנט סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
x 48

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דיאמאנט סוחר »

בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:24 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:13 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:10 pm

זאג, ווען א קינד גליטשט חלילה און ווערט רח"ל א מחלל שבת איז ער אויסגעשלאסן פון כלל ישראל? וואו האט איר געלערנט אז מען שליסט אויס פון כלל ישראל כלאחר יד מיט א קלאפ אויפ'ן קיבארד?
חילול שבת איז נישט קיין פריקת עול און נישט אפלאכן און מכחיש זיין תורה שבע"פ און אפיציעל אפהאקן און זיך אפרייסן פון די אידישע מסורה

חילול שבת איז א גרויסע עבירה , דאס איז זיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראל און תורה ומצות.
רמב"ם הלכות שבת פרק ל, טו: "השבת ועבודה זרה כל אחת משתיהן שקולה כנגד שאר כל מצוות התורה, והשבת היא האות שבין הקב"ה ובינינו לעולם, לפיכך כל העובר על שאר המצוות הרי הוא בכלל רשעי ישראל, אבל מחלל שבת בפרהסיא הרי הוא כעובד עבודה זרה ושניהם כגוים לכל דבריהם.

און עכ״ז איז די סוגיא ווייט פון פשוט ווען ס׳איז ליידער נוגע למעשה ה״י. ביטע, מ׳דארף נוצן שכל און הארץ. נעמטס ארויס סענסעטיווע הלכה׳דיג מקצועות פון די שמועס. ס׳איז גענוג ביטער אן דעם.
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 153

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע לייקס ישר כח פארן ארויסקומען מיר שטיצן.
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 153

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:30 pm
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:25 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm

איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
איר קענט מיר זאגען ווי האסטו געטראפן דיינע א.ג. הלכות?
אויב האט איר אן הו"א אז די ציונים אדער ל"ט זענען נישט קיין אידן, דארפטסו שוין צוריק גיין אין חיידער אריין.
שמעיה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 7:50 pm @עהעם מיר זענען אויף דיין זייט!
גיי אן וויטער, געב נישט אויף.
נאר א שנעלע דערמאנונג אין פאל איינער וויל ענטפערן פאר דעם חכם דא......
בינעך נייגעריג פון וועלכן 'חיידער' די צוויי קענען זיך......
עס זעהט מיר אויס סארקאסטיש
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
זקן הרבנים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:25 pm
x 70

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זקן הרבנים »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 1:15 am
יחוד יחוד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 1:13 am
ראובי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 12:37 am
איך קען דעיס נישט הערן.
סמאכט מיר וויינען, איך פיל ווי ס'רירט מיר פון זינען.
רשעים!
איך האב נישט געקענט הערן מער ווי אפאר סקונדעס איך האב געפילט ווי איך גיי אויס
כ'זע נישט פון וועלכע חלק פון איר לאקשן ענק זענען געווארן איבער גענומען
[/quote]
כל המרחם על האכזרים סופו....
דאס איז א הערליכע פארגעשריבענע סקריפט... די טרערן זענען אריינגעלייגט אין די ריכטיגע פלעצער...

האט נישט רחמנות...
אוועיטער
זקן הרבנים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:25 pm
x 70

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זקן הרבנים »

ממעמקים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:22 am אינטרעסאנט איך מיין אז אלע ווידיאוס און רעקארדינגס ווען מ׳הערט א מאמע וויינען אדער שרייען הערט מען דאס זעלבע געשטיקטע קול.. איי געס די ״ארז בייבל״ ערלויבט נאר די איינע גרויסע נעבעכדיגע (קינדער׳ס) מאמע רעדן בשם אלע אנדערע פרויען, אין קעיס ח״ו זיי גייען זאגן עפעס וואס שטומט נישט מיט זייער פארפוילטע קרומע אידעלאגיע…

אדער קען גאר זיין אז זי איז די איינציגסטע וואס קען זיך מאכן ווי זי וויינט…

אדער איז זי די איינציגסטע פרוי וואס האט געהאט א חיים טובים דארט מיט גענוג עסן און טרינקען אין איר באזיס משא״כ אנדערע פרויען זענען שוין פשוט אויסגעטרינקנט און דיהיידערעטעד אז זיי האבן שוין פשוט נישט קיין טרערן בקנקנם

בדרך אגב גיי דערצייל איר אז העסקן הק׳ הרב בלום זאל זיין געזונט האט שוין פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם ברבים ״״וניכרים דברי (בכיות) האמת
דאס וואס זי וויינט אז זי איז נישט האומ-לעס... איך וויל וויסן וועלעכע שלאק אדער ראסטיגע בלעכענע דאך ווערט פארעכנט ביי איר אלס HOME.... אדער וועלכע גארבידש בעג אדער בוים איז א ווארימע היים צו ווי זי וויל אהיים נעמען אירע קינדער....?
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 338

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרייער פויגל »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:23 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:57 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:53 pm

דאס איז א הארבע שאלה וואס באלאנגט פאר גרויסע מורי הוראה. מ׳טאר זיך נישט ווארפן מיט אזאנע זאכן.
כ'האב זייער ליב ווי מ'ברענגט אריין דעת תורה יעדע מאל וואס מבלייבט סטאָק...

זיי זענען כופרים? יא!
זיי זענען רוצחים? יא!

וואס קומט דא אריין דעת תורה?
רוצחים? יא!
געמיין? יא!
טוען עבירות צוליב זייערע אינטערעסן? יא!

כופרים? ביזדערווייל נישט.
הרב בלום ביי די פאנעל (בע' ביי 2:19) זאגט אז זיי (עכ''פ די הנהלה) זענען יא כופרים דאווענען נישט וכו'
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5581

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך "עסן" קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14474

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:42 pm
בן מלך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:53 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:22 pm

עפ"י הלכה האבן די ל"ט הנהלה נישט קיין הלכה ווי אידן בכלל, אויב אפשר דארף מען מפייס זיין די גוי'אישע רוצחים פארן זיי צוגלייכן צו די אפיקורסישע כופרישע וועלטס געלערנסטע רוצחים
ניין?
דאס איז א הארבע שאלה וואס באלאנגט פאר גרויסע מורי הוראה. מ׳טאר זיך נישט ווארפן מיט אזאנע זאכן.
איינער וואס צווינגט אידישע קינדער צו עובר זיין אויף די ג' חמורות איז א איד גאר?
איך האלט אז נישט
אפשר זענען די ציונים אויך אידן?
ס'טויפט זיך נישט אזוי גרינג...

קענסט זאגן אז זיי פירן זיך נישט ווי אידן, קענסט זאגן אז געוויסע פון זיי האבן געטון מעשים וואס שליסט זיי אויס פון כלל ישראל רח"ל, אבער קענסט נישט אפמאכן ווער איז א איד און ווער נישט.

און יא, תשובה העלפט אויף אלעם, אפילו אויף די ג' חמורות. תשב אנוש עד דכא. דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן א איד האט אלעמאל די מעגליכקייט צו שטארבן א איד.

דער אויבערשטער דאגה'ט כי לא ידח ממנו נדח, די גאולה ווארט אויף די פארשטופטע נשמות זאלן זיך אומקערן, און דו ביסט חלילה מדחה כלאחר יד. נצור לשונך.
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:23 pm רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
חברה כאפטס אריין ווילאנג די ליכטיקייט פון די הייליגע יארצייט שיינט.
נישט יעדן טאג איז דא אזא געלעגנהייט

אשאד עס איז נישטא קיין גאול נאמער
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פלעשלייט »

יחוד יחוד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:47 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 11:23 pm רבותי די קאמפיין שלאפט...
קוים 5 אלפים...
א וואך קאסט אונז בערך 2 א האלב טויזנט...
ווארפטס אריין אידעלעך!
חברה כאפטס אריין ווילאנג די ליכטיקייט פון די הייליגע יארצייט שיינט.
נישט יעדן טאג איז דא אזא געלעגנהייט
ווילאנג שיינט די יארצייט??
שרייב פאוסט