ווערטלעך

וואס איז מיין ניק?
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:21 pm
Location: New York
x 3

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך וואס איז מיין ניק? »

אן אייער שפיי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:17 am איך קען נישט טרעפן מיין שירעם, איך האב מורא אז די פריערדיגע אייגענטומער האט עס בטעות גענומען...
מאכט זיך גאנץ אפט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2704
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3063

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:51 pm געווען אמאל א בעל דרשן וואס ווען ער האט געהאלטן א דרשה פלעגט ער עסן א קענדי, און ווען די קענדי האט זיך גענדיגט, פלעגט ער ענדיגן זיין דרשה, געווען אמאל וואס ער האט בטעות אריינגענומען א קנעפל אנשטאט...
און ער רעדט נאך אלץ...
כאפנדיג דעם טעות זאגט ער. די דרשה איז כפתור ופרח
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• די וואס קומען שפעט צום דאווענען זענען ל"ע בבחינת דתן ואבירם, זיי זענען געקומען צו די שירה... די ים האט זיך געשפאלטן עקסטער פאר זיי כידוע, און היות זיי האבן געהאט צוטון מיט די פייגלעך ווען זיי האבן אויסגעשפרייט די מן, אלס עונש ווייל זיי האבן געהאט פייגלעך אין קאפ, זאגט מען נאך די שירה 'ועני ואביון מ'גוזלו' פון די פייגלעך...
• אחר התפילה יש לחתן 15 מיסד קאלס, ער איז נאכנישט קיין ביזנעסמאן, ער האט נאכנישט קיין חברותא אין כולל און הילטאן האטעל האט נאכנישט זיין נאמבער, ווילסט וויסן וואס עס זענען די 15 מיסד קאלס? פשוט: ווייל דו הייבסט נישט אויף...
• בעל עבירה ידוע ביום הקדוש יצא באמצע התפילה, כשחזר און ער האט געמישט און געזוכט וואו מען האלט, אמר לו א' "ברכת המזון שטייט נישט אין מחזור"...
• ווי אזוי שטייט אין די תפילין? ה' אלוקיכם אמת אדער אדער אני ה' אלוקיכם?... (עס שטייט נישט די פרשה פון ויאמר אין די תפילין...)
• האט מען געפרעגט לאנגסאם: ווי אזוי שפירסטו ווען דו זאגסט א ווערטל און דער עולם לאכט נישט? האט ער גענטפערט: דו האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן ווי א בעל תפילה האלט ביי ושמרו און ער ציעט ארויף כי שיישעעעעעס ימים, און ער קען שוין נישט ארויפציען? ווי זיין זוהן...
• וואו איז דער בעל שמחה? – אין קאך! – וואס זוכט ער אין קאך? – אה! דו מיינסט דער בעל חוב! יא, ער איז אין זאל...
• ר"ת על עקב ק'יבוד ע'ב ב'אם, ע'ל ק'נפי ב'גדיהם רומז לציצית, ע'לוקים ק'אפרים ב'כמנשה ומה עם ה 'ישימך'? והיה לשון שמחה,
• הרופאים אומרים שמחלת נישט האבן קיין קינדער גייט ווייטער אריבער צו די קינדער, די קינדער האבן אויך ל"ע נישט קיין קינדער...
• לוה רשע ולא ישלם, דעריבער איז וצדיק חונן ונותן און ער איז גראד מוחל דעם חוב אז יענער זאל נישט נכשל ווערן....
• שני חסידים "רבי גדול כ"כ עד שבהחתונה לבתו הצעירה היו שם 35,000 בילקעס!!! – רבי גדול פע"א לא היתה לבנה עשה מה שעשה ובאו לפרוח 39,000 לבנות עד שהשמים האיר כמו באמצע היום!!! – הלא יש רק לבנה א'? – עם תנכה מבילקותיך אנכה מן הלבנות...
• באבובער מ45 התגורר ב48 וסבל טשעסט פעין צלצל הצלה ושאלו היכן הוא? ענה ב45 חפשוהו ולא מצאוהו, עד שמצאו אותו ב48 החיוהו ושאלוהו, ענה אבער מיין הארץ איז אין 45...
• יענקל מיללער זאגט, ער האט מורא צו זאגען פאר אן אראבער "גיי אין די ערד", ווייל ער ווייסט נישט פון וועלכע לאך ער וועט ארויסקומען... וזה "ותמלא האר"ץ חמס...(כאמאס)
• איבערדרייען סדום: וואלט עס ווען געווען היינט צוטאגס מיט די בילדער העפטן וועכענטליך, וואלט ווען דער אייבערשטער געטראפן אסאך מער ווי 50 צדיקים...

היינטיגע שיעור אין ישמח לב חלק א'
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

חלק ב' פון די היינטיגע שיעור

• הידעת אשה צדיקת? כמו חי' רוטל? היא בעלת חסד, דו ווייסט וויפיל אידן זי האט שוין געהאלפן?... (ל"ג בעומר)
• כף קעי הכשר ר"ת כמעט כשר...
• ער וויל נישט ארבעטן וואו מען רעדט מיאוסע ווערטער! - וואס הייסט? – יו אר פייערד...(ארבעטער)
• טענענט: א פייפ האט געפלאצט און עס גיסט!!!
לענדלארד: וואס גיסט?
טענענט: וואס הייסט וואס? עס גיסט וואסער!!!
לענדלארד: וואס ווילסטו? פאר דיינע פארשימלטע 2500 זאל גיסן עפל דזשוס...?

• איך ערלויב מיך צו פארקן אין טייערע פארקינגס!!! יא איך האב מיך ערלויבט צו פארקן אין וואודבערי פאר 375!!! עס איז גראדע דא פאר ביליגער 150 א ספאט... אה, דאס איז נאר פאר ווער עס איז קוואליפייד דערצו – לדוגמא, ווער עס ספיד אכצן העכער די ספיד לימיט...
• שרה! כ'האב פאר דיר פיינע נייעס! דו האסט אלס זיך געוואלט ערלויבן אין מער א טייערע הויז, יעצט געקומען די צייט!... שרה: WOW! וואו? גימפל: דא! דער לענדלאר האט געהעכערט די רענט...
• באלעבאס דריי קאמפאניס לויפן מיר נאך, אויב געסטו מיר נישט קיין רעיס גיי איך מיר ערגעץ אנדערש!!! – נתן לו רעיס ושאל איזה ג'? – או ענד אר, עי טי ענד טי, מיט טשעיס...
• היינט צוטאגס וואלט די נס פורים נישט געווען אויף אזא אופן! – ווייל ושתי וואלט געהאט סעלף קאנפידענץ ארייצוקומען מיט א וויידל און קרעץ...
• קלערל! טו דיך אן דיין קאוט אין לעש אויס די סטים! – וואו גייט מען? – מען גייט נישט אין ערגעץ, איך גיי ארבעטן און עס איז א שאד די געלט!!!...(קמצן ווינטער)
• כיצד משלחין הלץ מבית המדרש? – לעץ גאו...
• הקושיא המפורסמת למה הצריך ר' יהודה ליתן סימנים דצך עדש באחב? – וי"ל דידע שבשנת תש20 לא יקראו מחלות בשמם רק בסימנים קאוויד, בידיבי, עי בי סי וכו' – א"נ שנתן סימנים משום שלא רק על מחלות גשמיים סבלו רק גם מענטאל העלט הכו כגון עידיעידטשדי וכו'
• אינטערעסאנט... דער וואס האלט אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז כשר, דער האלט אז וומ"ס איז א רשות הרבים, און דער וואס האלט אז די עירוב איז נישט כשר האלט אז וומ"ס איז א רשות היחיד...
• יעקב אבינו איז געווען א רעדנער – דכתיב וישא יעקב רגליו – ער האט אויפגעטרעטן... ומשום זה סבר לבן שהוא פה מפיק מרגליות...
• דער זעלבער עלטערער מגי"ש האט געהערט אז א געוויסער בחור האט א סקווער בעק, רופט ער זיך אן "געב אהער דיין סקווער בעק!!! ווען מען האט אים פרובירט מסביר צו זיין אז עס איז נישט שייך האט ער געזאגט "מיר וועט עטס נישט אויסנארן... געב אהער דיין סקווער בעק! אבער שוין!!!
• מי שביקש שאחר מותו זאל זיין ווייב חתונה האבן -על פליאתם הסביר "איך וויל אז א צווייטער זאל שפירן וואס איך האב געשפירט...
• כיצד טעתה בתו של המן בשמוע קול אביה? – סברה שהוא יושב על הסוס וצווח על מרדכי...
• מיין וואש מאשין איז געווארן א בנן של קדושים, וואס הייסט? עס דרייט זיך אין דרייט זיך אין ארבעט נישט...
• איזה ברכה מברכים על בעל בשר? בורא נפשות רבות – ועל דארער? וחסרונן...(דייעט)
• להבית ישראל בא א' ואמר שברצונו לנסוע לציון הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק כיון שהבטיח שמי שיבא על קברו לא ימות בלי תשובה – ענה הבית ישראל, "דו טו תשובה און איך זאג דיר צו אז דו וועסט שטארבן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2891
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8206

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך פופציגער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:16 pm
• ווי אזוי שטייט אין די תפילין? ה' אלוקיכם אמת אדער אדער אני ה' אלוקיכם?... (עס שטייט נישט די פרשה פון ויאמר אין די תפילין...)
שוין אסאך מאל געטראכט... וואס טוסטו ווען דו פרעגסט אזא שאלה און איינער ענטפערט עכט?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

היינט אין ישמח לב חלק א'

• גר שבא להתגייר ע"מ שנעשה (לייג אריין די נאמען...)– אמאי? א איד וויל איך זיין און אן אנטיסעמיט וויל איך בלייבן...
• כידוע נטמן הגולם בפראג בהאלטניי שוהל, ומה רואים שם? אחר ארויפקריכן די לייטער יש שם נקב קטן און ווען מען קוקט אריין זעהט מען א...קליינע שפיגל...
• בן 95 שבא לרב שרוצה לגרש את אשתו – על תמיהת הרב ענה "איך בין שוין אן אלטער איד איך גיי שוין אט אט אוועק פון די וועלט ואם לא עכשיו אימתי...
• גימפל: עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל, ביי מיין זון יואלי!
גרונם: א אינגל אדער א מיידל?
גימפל: איך ווייס נישט, איך מיש מיך נישט...
• גימפל: דו גייסט אויף דייעט?
גרונם: למאי נפ"מ?
גימפל: איך קען עפעס מיטשיקן?...
• שאלתי חברי שנתגרש אמאי לא נסית בדרכי שלום ? ענה שנים הראשונים קריגנו כיון שראיתי אז עס גייט נישט מיט בייזן האב איך פרובירט מיט גוטן (גיטין)....(יקיר ברוין)
• גר פועל בזאל יצא להודיע להמסובים שטיל אז די כלה איז א זונה!!! נעשה רעש, אמר המענעדזשער לו "כ'האב דיר געזאגט אז די חלה איז מזונות!!!
• ווייסט פארוואס פרויען האבן תשעה קבין שיחה? -ווייל די מענער הערן זיי אויס...(גראדע א שקר...)(נשים)
• סעלפאן של גימפל צלצל 1:45 ביינאכט גרונם: "גימפל דו שלאפסט שוין?"
• גימפל: וואס איז?
גרונם: דו שלאפסט שוין?
גימפל: וואס איז?
גרונם: כ'פרעג צו דו שלאפסט שוין?
גימפל: זאג מיר שוין פארוואס דו פרעגסט?
גרונם: כ'האף אז כ'האב דיר נישט אויפגעוועקט...
גימפל: קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט?
גרונם: וואס טוט זיך מיט די 8 אלפים וואס דו קומסט מיר?
גימפל: יא איך שלאף שוין...
• קעלט איז זייער גוט... ער פגר'ט פאר קעלט...(ווינטער)
• גרונם: כ'האב געהערט אז שמערלס ביזנעס איז א נאנפראפיט ביזנעס? עס איז אמת? גימפל: יא! גראדע האט ער עס נישט געפענט אדעתא דהכי, אבער במשך די צייט האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט אלס נאנפראפיט ביזנעס...
• איתה במעלות בזה"ל "איך הייס שפרינצע נאך מיין באבע שפרינצע גראספעלד, זי האט אזוי לאנג געוויינט ביי די שבת לעכט ביז זי איז אויסגעגאנגען – איך האף צו גיין אין אירע דרכים..."
• גימפל: כ'האב שוין אויסגענוצט אלע מיינע סיק דעיס, וואס זאל איך יעצט טון?
גרונם: קאל אריין זאגן אז דו ביסט טויט!!!...
• גרונם: וואס גייט זיין די וועטער מארגן?
גימפל: 60! 30 בייטאג און 30 ביינאכט...
• וואס איז די ערשטע זאך וואס א מעקסיקאנער זוכט נאכן שמאגלען די גרעניץ? – א טשארדזשער פאר זיין סמארטפאון...
• פאטאגראפער כמו דענטיסט, בייג דיך אהער – כאפט א בילד, בייג דיך אהין! כאפט א בילד...(חתונה)
• גרונם: וואס ביסטו אזוי צוטראגן?
גימפל: ווייל מיין ווייב האט מיר געזאגט אז זי גייט נישט רעדן צו מיר צוויי וואכן
• גרונם: און וועגן דעם ביסטו אזוי צוטראגן?
גימפל: יא, ווייל היינט איז די לעצטע טאג פון די צוויי וואכן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2704

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך דעת קדשי »

ע''פ הלכה דארף מען מאכן ג' אייר א תענית דיבור

אלץ חשש שמא יקדים קנה לושט...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ישמח לב היינט

• באחרונה מצאו מציבתה של פי האתון והחוקרים קראו מתוך תיבות הנמחקות ... פיה פתחה בחכמה... העמיד תלמידים הרבה...
• אחד בירך גומל. שאלו מאיזה באת ? פראטעסט מסירות נפש, היו שם 50.000 ואני יודע רק משני אלפים שחזרו...
• אחד גילח בנו למז"ט ובהשקיעה האט ער אראפגענומען די טלית ואמר לו "יעצט מעגסטו שוין קוקן אויף איינעם פון די אנדערע פארטיי..."
• א' צלצל הרב "אשתי רוצה למיך פארסאמען! – מנין? – ראיתי עושית טיי לי ומטלת סם!!! – לאמיר איר קאלן – אח"ז קיבל קאל מהרב "כ'האב נעכטן גערעדט מיט דיין ווייב 4 שעה אויפן טעלעפאן! און ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן?! ווען איך בין ווען דיך וואלט איך עס ווען אויסגעטרונקען...
• גימפל אמר לאשתו: אם לא תעשה לי סאפער כראוי וועסטו מיר נישט זעהן פאר דריי טעג!!!!!!! – וכך הוה – לאחר ג' ימים התחילה לראותו על עין א'...
• א' בא בפחי נפש ביתה אחר כישלונו בהראוד טעסט כעס "איך האב עס געמאכט מיט א 90! וועגן די נארישע 10 וויל ער מיר נישט געבן קיין לייסענס?!
• אחד שנאר משני ציגארעטל – "האסטו לעצטנס נישט געסטאפט צו רייכערן?" – "רייכערן יא! אבער נישט שנארן...!
• בפסח שפוך חמתך פותחים הדלת, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן... און פארוואס איז מען טאקע אזוי ברוגז? אחר שתיה אויף די לינקע זייט...
• למה המלאך בא ליעקב באותו עת? - אחר נשיכת עשו ונשרו שיניו...
• ווען איינער פאלט ל"ע אין פראנט פון דיין הויז די ערשטע זאך?- ארויסשלעפן פון מיין פראפערטי ואח"כ קאל הצלה...
• מי שלמד אוהח"ק ואחר חצי מינוט סטאפ, על תמיהתם ענה האוה"ח נלאה למצוא פשט ברש"י איך קען נישט צוזעהן ווי אזוי ער מוטשעט זיך אזוי...
• מי שנתן לשדכן טשעק ולאחר כמה חדשים חזר הטשעק – על טענת השדכן ענה שבני ג"כ צוריקגעקומען...(גט)
• אני בילדותו הייתי שטערן זעהער! – אחר מכות מלמדי...
• ובעל דרשן פלוני שהציבור שוחחו נישט אזוי שטיל,.. עד שגער "ביטע אביסל שטילער! איך קען נישט הערן מיין אייגענע קול!!! ענה עזות פנים אחד: עס איז גוט, איר האט גארנישט פארפאסט..."
• היכי תמצא לעשות הדרן בלי סיום? – הנשים! אחר פרק אלו מציאות בוואודבורי קאממאנס עושים הדרן...(ריטורנס)
• המן האט מען געהאנגען און נישט געהארגעט מיט א שווערד וכדו' – ווייל אחשורוש האט אים באוואשן, האט מען אין געדארפט הענגען טרוקענען...
• די גויאישע אי עמ עס? ר"ת אחר מיתה תבא...
• שאלו הרב אם לקבל משיחיסט בטור שוחט – ענה הרב מי שאינו יודע להבחין בין חי למת יכול להיות שוחט?....
• ווענדינג מאשין של סגולות – בן שמונים נכדו צפה לזש"ק ובטעות דריק שהוא ילד וכך הוא לשנה נולד לו בן – קבצו כל האייניקלעך לראותו והוא אמר שתראה אותו רק ווען ער וויינט – למה? – "מיינסט אז כגעדענק ווי כהאב אים געלייגט?....
• גרונם: פארוואס ביסטו אזוי פרייליך? די גאנצע בריק איז אנגעזאלצן מיט טרעפיק עס נעמט שוין 3 מאל די געווענליכע צייט!!!
גימפל: פאר די פינעווער באקום איך דריי מאל מער צייט אויפן בריק, איך באקום אסאך מער פאר די זעלבע סכום...
• וכן אמר לי א' שגיסו בעל דרשן שהוא כותב דרשתו באותיות עגולים לא מרובעים – אז עס זאל אים נישט שטעכן ווען עס בלייבט אין בויך...(דרשה)
• בעל הבית שלי לא צאל אותי לשני חדשים הבטחתי לפרסמו וראיתי ישועה...(ביזנעס)
• ער געבט נישט קיין נאמען ראובן אדער שמעון. זיי זענען אדער גזלנים ארעמעלייט אדער סתם נישט מאריך ימים... ראובן האט געבארגט פון שמעון, שמעון איז געשטארבן וכו'
• מה בין חתונה חסידי לליטאי? ווען א ליטוואק הייבט זיך אויף פון זיין ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק 5 מינוט שפעטער, טרעפט ער נישט דעם פארציע, דער סארווירער האט דאס שוין צוגענומען. ווידער דער חסיד'ישער קערט זיך אום 5 מינוט דערויף, צו טרעפן א צווייטן איד איבער זיין פארציע...
• בפרשת כי תשא יש תיבה בטייטש? קול ענות (א נויז...)
• פארוואס איינער וואס איז מדקדק באותיותי' ביי קריאת שמע איז מצננים לו גהינם פארוואס נישט אינגאנצן ארויסנעמען? – ווייל ער האט געשטערט פאר דריי אנדערע אידן...
• די סמארטפאון אידן זענען אין א העכערע מדריגה פון אונז! – זיי האבן אסאך שטערקערע נסיונות פון אונז און זיי זענען עומד בנסיון!!! – נע.. איך בין נישט חושד א איד אז ער ווערט נכשל...
• אונז וועלן זיך האלטן צוזאמען, אפילו מיט סעיפטי פינס...(בלוט זאל זיך גיסן און שלום זאל זיין)
• פארוואס חוזק מאכן פון שוויגערס? עס איז דא אסאך שענערס דערפון...
• נשים יש להם שני תפקידים א' אויפהייבן דעם מאן ווען ער איז דאון, ב' אראפשלעפן ווען ער איז היי לכן אמרו חז"ל נחות דרגא ונתיב איתתא, ווייל דעמאלס מוז זי אים דערהייבן...
• יש חבורה של גרושים ועושים שבתים יחדיו ומטרתו אז די גרושים זאלן באקומען א גוטע 'ווייב' (תרתי משמע, אשה ואטמאספערע)
• גרונם: הכנסת כלה!
גימפל: איינער איז א מינוט צוריק געווען פאר דעם צוועק...
• סאטמארער: אויב דיין רבי לעבט וואו איז די דאלאר'ס וואס ער טיילט?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1
• רומעניער חינך בנו לגניבה -בלילה א' נכנסו לבית א' ושושקע האב לבנו "אלעס וואס ליגט דא קענסטו נעמען" – טען הבן "עס שטייט לא תגנוב!" ענה האב "וואס שטייט לאז שטיין, וואס ליגט לייג אריין!"
• כעין זה מי שהיה בהאטעל ועמו צלוחית אייז קריעם ושכיניו לקחו... כתב צעטל "לא תגנוב" ולא הועיל, האט ער זיך אנייצע געגעבן – ער האט געשריבן אז די אייזקרעים האט אן או יו הכשר...
• בעל דרשן שבא לדרוש ברומעניע וחס על רענצלו שלא יתגנב, פתח הדרשה בזה"ל "געווענליך הייב איך אן א דרשה און איך שטעל מיך אויף א פסוק, היינט וועל איך מיך שטעלן אויף מיין רענצל...
• פארקיסאנס מיט אלצהיימערס עדיף פארקיסאנס, מוטב שישפוך קצת משישכח לגמרי מקום היי"ש...
• איינער קען די מעשה מיט יענער וואס האט געבארגט א טעפל און צוריקגעברענגט צובראכן מיט 4 תירוצים. 1- כהאב עס שוין געבארגט צובראכן. 2- כהאב דיר עס צוריקגעגעבן גאנץ און דו האסט עס שפעטער צובראכן. 3- כהאב עס קיינמאל נישט געבארגט. 4- ס'בכלל נישט דיינס
• נערווירטי פון מיין מאנס ליידיגיין שפכתי מים אצל הוואשמאשין ועברו ב שעות ומחפש עדיין הליעק...
• עירקאנדישאן וואס טראפט בלשון הקודש? משיב הרוח ומוריד הגשם...(טייטש)
• מה עדיף פרה אדומה או מקוה? מקוה! משום שפרה אדומה נפסלת בשתי שערות משא"כ מקוה כשירה אפילו ברבבה שערות...
• אשרי משכי"ל (מאסקע) אל דל – ואין דל אלא חולה (נדרים דף מ.) צו א געזונהייט מאסקע, אדער א פרייליכע מאסקע (שפיטאל)
• איינער האט אריין שפאצירט אין א פאבריק, און פרעגט דעם באלעבאס, וויפיל מענטשן ארבעטן דא? ענטפערט אים דער באלעבאס, נאר האלב...
• דער באשעפער זאל העלפן אז זאלסט האבן אלעס וואס דו מיינסט אז דיין שכן האט! – א ביישפיל – שלום בית... {נא} דו זאלסט האבן אלעס וואס דיין שכן מיינט אז דו האסט, צום ביישפיל: געלט... שלום בית...
• דו דארפסט אויסרוהמען איר משפחה מער ווי דיין אייגענע! דו דארפסט אויסרוהמען איר שווער אין שוויגער מער פון דיין אייגענע שווער און שוויגער...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• א איד טרעפט אלס וואו צו מאכן א דאלער – לאור גזירת הפלעסטיק בעגס היל"ת איז מפואר ארויסגעקומען מיט א מקוה בעג הערליך עמברוידעט די נאמען און וועט שטארק ארויסהעלפן די שמשים מיט די בערג פארלוירענע מקוה וועש...וועט גלייכצייטיג דינען אלס נייע אפציע פון א שיינע מתנה (און די טייערע וועלן נאך האבן די אפציע פון אזא גוטע גערוך שמעקער...
• חלקו סעלצער בבית המדרש ויאסי ביקש דוקה פלאש חדש באמרו שמבקש ראשית הגע"ז...(ראשית הגז)
• איך סטאפ בשיטה נישט ביי קיין סטאפ סיין! איך געב מיך נאר א שטעל אפ זיכער מאכן אז עס איז נישטא קיין פאליס און דאן פאר איך ווייטער...
• ר' שא"ד ביקר בבנין (יונעימאיט) האט ער געזאגט מיט עקסטאז, עס איז דא א בית המדרש! עס איז דא א לאנטש רום! נו! אפשר מאכט מען דא א ישיבה?....
• ווי אזוי קען א פרוי מאכן איר מאן פאר א מיליאנער? ווען ער איז פארדעם געווען א ביליאנער... (כמו כן בעני מענטש)
• מיין ווייב (נישט עכט) האט מיך געמאכט פאר א גלויביגער, ווילאנג כ'האב נישט חתונה געהאט האב איך נישט געוואסט פין א גיהנם צו זאגן...
• ווען א איד מיט א שווארצער מאכן ביזנעס ווער ווערט צודרייט? פשטות דער שווארצער – ווען א איד מיט אן איטאליענער מאכן ביזנעס ווער ווערט צודרייט? פשטות די רעגירונג...
• די טיטשער וואלט מיך באשטראפט אויף עפעס וואס כ'האב נישט געטון? טיטשער: וואס איז די פראגע? זיכער נישט! קינד: אקעי, כ'האב נישט געמאכט מיין האומווארק...
• ער וויל ליגן אין באפעלאו! אזוי וועט כאטש יונה לאנדא מאכן א נסיעה און מענטשן וועלן קומען אויף זיין קבר...
• פרשת עקב פארהערט בנו הלכות מעקה, וואס מאכט מען אויפן דאך ווען מען בויעט א הויז? ענה האינגל בתמימות – צוויי קלענערע דירות צו פארדינגן...
• דו ווייסט?! 50 פראצענט וואס מאכן חתונה קינדער האבן בכלל נישט קיין טאכטער...!
• ד' עשירים בבית המדרש בפלארידע, פנו לא': כיצד נתעשרת? א': היה לי שריפה, פנו לב' כיצד נתעשרת? ב': היה לי פלאד. פנו לג' כיצד נתעשרת? ג': היה לי גניבה. פנו לד' כיצד נתעשרת? ד': עס האט פאסירט אן האריקעין... מיד קפצו עליו "ווי אזוי מאכט מען א האריקעין....???(געלט)
• עס איז דא אידן וואס פירן זיך אז ווען זיי עסן ביי דעם שווער אין מ'בענטשט מזומן איז דא וואס זאגן ברשות חמי און עס איז דא וואס זאגן ברשות מורי כידוע איך האב געמאכט א פשרה איך זאג ברשות "חמורי" (און אפשר וועגן דעם זאגט מען נישט חמי מורי אזויווי אבי מורי...)
• דו האסט געוויסט אז ראכמיסטריווקא איז רינדעכיג? און אז סקולען איז א לאך? – מיין חבר זאגט מיר אז ער דרייעט זיך אין ראכמיסטריווקא און פאלט אמאל אריין אין סקולען... [דו דריי ארום די צוויי נעמען צו וואס דו ווילסט...]
• דאס אז גימפל לאכט נישט פון די דזשאוק איז ווייל ער פארשטייט נישט דעם דזשאוק? אדער ווייל ער וויל נישט אז מען זאל מיינען אז מען מיינט אים?...
• די סאטמארע מאכן נישט קיין קידוש אויף ברוינפן – ווייל עס איז חמר 'מדינה'...
• ווען מען האט פארגעהאלטן א שיכור פארוואס ער טרונקט זיך אן יעדן שבת האט ער זיך פארענטפערט אז זיין ווייב איז שולדיג! זי הערט נישט! ער מאכט קידוש, זי הערט נישט, מוז ער איבערמאכן קידוש, זי הערט ווייטער נישט א.א.וו.....
• שטעכעריי אטאקע קעגנאיבער חרדים! – בעזרת חולים...(ביים מאכן א בלוט טעסט)
• בריסקער שאכל בפסח שני פעמים כורך א' זיייכער למקדש ב' זעיכער למקדש...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• יש באשעפער? – חב"ד "פון א מאמר פון די רבי איז משמע אז עס איז פאראן א ג-ט אויף די וועלט" – ברעסלאווער "אוודאי! כ'האב יעצט גערעדט מיט אים"
• לעצטנס איז מיר אויסגעקומען מיטצוהאלטן אן אראבישע חתונה! – דער מחותן האט זיך אויפגעריסן...
• גוי שאל מיהודי למה כולכם דריי קעפ?, ענה שבאמת היו בינינו תמימים, עד שבא המלחמה ורק הדריי קעפ מלטו עצמם ורק מהם נשארו אייניקלעך... (אידישע מהות)
• ביי מיר אינדערהיים האב איך אייביג דאס לעצטע ווארט. מיין ווייב זאגט מיר וואס צו טון, און איך זאג "אקעי"
• געווען א איד וואס האט געוואלט איינשטיין אין א גוישע האטעל, און זיי זענען געווען אנטיסעמיטן האבן זיי זיך ארויסגעדרייט ס'יז נישדא קיין פלאץ וכו,' רופט זיך אן דער איד עטס קענטס זיכער די היסטאריע פון יוזל"ן ווי איז ער געבוירן ענטפערן זיי אין בית לחם ווי ענטפערן זיי אין א שטאל רופט זיך אן דער איד יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז געבוירן אין א שטאל, ווייל זיי זענען געווען אידן האט מען זיי נישט געוואלט אריינלאזן אין האטעל.(ניטל)
• "מ'ווערט עלטער נישט יונגער, איך זעה עס ביי מיר אליינס, איך בין יעצט עלטער ווי סיי ווען אין מיין לעבן.".
• אם בחוקותי – אויב ביסטו אנגעזעצט – תלכו – גיי פון דא! (בשם ר' מאיר צוויבל)
• אדווערטייזמענט: ווילט איר עפענען א ביזנעס? מיר וועלן אייך באגלייטן בעצה ותושיה פון פלאנירן עפענען ביזן פארשפארן!!!...
• חתן פרומער שדימה בנפשו לאויסגעארבעט כבר שלא כיבד אשתו כראוי על שאלתם למה? ענה "מה דעלך סני לחברך לא תעביד..."
• מה בין סאטמארער לחב"ד? הסאטמערער יעדע איד איז א שגץ – ביי חב"ד איז יעדע שגץ א איד...
• בייגל בלה"ק לאכל (לעכל) לחם...(טייטש)
• געקראכטע טשעק בארמית? – ומקבלין דין מן דין ואמרין קדיש...ובלשון הקודש? – משלחת וחוזרת... (טייטש)
• דאקטאר נתן לו רק 2 חדשים לחייו, כעס והרגו, אסרוהו והשופט נתן לו 20 שנה...
• ידוע הלכה בהתרת נדרים שהוא בחכם, ואם אין חכם? יכול להתיר נדרו על ידי ג' הדיוטות – כהיום עשו מה מצינו לכל התורה כולה שבמקום שאין חכם להתירו, משתמש בג' הדיוטות...
• אשה שהיתה מלומדת שאלה הדיין אם לומר התודה וקל נזיר, וכן דשינזשער קעיל, שלא לומר השם והדיין השיב, קה...
• מי שנעשה לו מופת ומדאלער א' שקיבל מהאדמו"ר בליובאוויטש נשא בנו! כיצד? לקח הדאלער ושילם להבאס שהביאו לראדני ושם שנאר כל הוצאות החתונה...(סאטמאר)
• ער גייט נאך געלט פאר דריי צוועקן, מי"רע ישיבה, טאה"שע מוסדות, און פאר בראזי"ל
• א טייער ווארט – גוט מארגן (בזרעילישע אקצענט) איינער האט מיך היינט געזאגט גוט מארגן און עס האט מיר טייער געקאסט... – און איך עפן אן אינשורנס קאמפאני – עס קאווערט איינער וואס האט שאדן פון א גוט מארגן...
• שידוך דומה לוועקיום קלינער, פון פאראויס ציעט עס, פון הונטן – כלומר דערנאך - בלאזט עס...
• עפעס איז ראנג מיט מיין טעלעפאן – יעדעס מאל וואס איך קאל אהיים הער איך קול זעקה...
• שלימזל האט ארויסגעקוקט אויף ראש השנה, דעמאלס וועט ער זיכער מאכן צו פארשלאפן זיין מזל! – און צו זיין מזל האט ער נישט געקענט איינשלאפן...
• בדשי ענד דזשי בעקישע 44,46,48, מכאן ולמעלה אין לנו רק קאלירטע...
• ביי זיי אינדערהיים האט מען קיינמאל נישט געקריגט! – זי נישט קיין געלט, און ער נישט קיין סאפער...
• טוירד פארי טשעק בלה"ק? – שלש סעודות טשעק...(טייטש)
• אלטע בחור בכה בדמעות שליש, באמרו "מיין שווער איז אוועק און נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק..."
• לצנותא דעבירות מה אהבתי תורתך משום שאני שמועס שם... וזה מכל מלמדי השכלתי, ווייל כהאב זיי איבערגעקלוגט און באוויזן צו שמועסן...
• מצאתי שחור שיכול חשבון שאלתיו כמה 1+1? נישט חלה דעקל נאר... ענה בפקחות עלעוו...
• האסט קעש? – איך וועל געבן א טשעק
• גנב הנמצא במחתרת בבית הרב והרב מצא אותו האט ער זיך פארענטפערט אז ער איז געקומען פרעגן א שאלה! - וואס? - ווי אזוי זעהט מען זיך ארויס פון דא...
• א עלטערע איד האט אמאל געזאגט פאר א בחור "איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע" האט אים דער בחור גענטפערט "מיין באבע וואלט נישט חתונה געהאט מיט אייך..."
• פאר א רבי קען מען זיך נישט פארשטעלן,
וואס זאל ער טוען, אנטוען א קאלפיק אין בעקישע אין א ברייטע גארטל? דאס איז דאך די רבי אליין...!
• א פאליציאנט האט אפגעשטעלט א אינגערמאן און געבעטן זיין לייסענס, דער אינגערמאן רופט זיך אן: כ'קען נישט פארשטיין, אזוי אומארגאניזירט זענט איר, נעכטן האסטו דאס אוועק גענומען פון מיר, און היינט בעטסטו דאס...?
• איידעם בלשון הקודש? – קצת קשה ע"ד דער איידעם א שטיק שווער....
• איך קען ספאניש! וואס טוט זאך? בארוך האשעם...(לייק אלע היימישע ספאנישע גוים....) – כעין זה מי שלמד אונגאריש מניגון סאלאקאקאש – איזה מילים? יבנה המקדש...(טייטש)
• ארבעטער להלכה ולא למעשה בלשון הקודש? פועל דמיוני (טייטש)
• רבי נסתלק ובן גילו של הרבי החדש נכנס בקוויטל לקראת הימים נוראים – הרבי התנצל "אבי ז"ל יכל לקראת קוויטל , אני מה אני, וכו' -ענה החסיד אני רואה ב' מדריגו ת על הרבי א) רבינו איש אמת ב) גם יודע מחשבות...
• אינגעלישע קול בלשון הקודש? – כל בו...(טייטש)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• הגה"צ ר' זעליג ראובן בענגיס שדר בקומה גבוה אמר בדרך צחות שדירתו יש לו חסרון א' – יש לו אסאך מעלות...(טרעפ)
• פאטענציעלער מחותן: דעם בחור ווילסטו מיר געבן? ער האט שוין לייסענס! שדכן: נע... ער האט עס שוין נישט, מען האט אים עס שוין צוגענומען...
• הוא מקיים בכל יום ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה – ביים עסן...
• אמאל הער איך ווי א שמש שרייט אויף א בחור וואס האט זיך מיטגעכאפט אין מקוה "דו וועסט מגולגל ווערן!!!"
ענטפערט דער בחור "איך בין שוין מגולגל געווארן, איך קום אפנעמען א חוב וואס די ביסט מיר שולדיג פון די פריעדיגע גלגול...
• שופט: דו האסט באגנבעט די קליידער סטאר מיט 10 קליידער!
• גנב: כ'האב נאר געגנבעט איינס!
• שופט: די אויגעלעך ווייזן אנדערש!
• גנב: נע... כ'האב נאר געוואלט גנבענען איינס נאר מיין ווייב איז נישט געווען צופרידן...
• פרוי צום מאן: קוק, אונזערע קינדער זענען אזוי קלוג, ס'מוז זיין אז זיי האבן די שכל פון מיר.
מאן צום פרוי: ס'מוז אזוי זיין, ווייל איך האב נאך מיינס...
• וואס איז לאנדאן אייניג מיט לעיקוואד? - ביי ביידע שטעט זיצן די פרויען אויף די לינקע זייט.
• נס פורים שכל ואת שבעשרת בני המן בצירי לא כמו בפרשת ויקהל שיש בצירי ויש בסגול...
• די בחורים קענען במה מדליקים, די פרויען אלו מציאות און די מענער – אלו הן הלוקין...
• בחורים יכולים ביותר פרק במה מדליקין... וידעו על איזה בחור שבעת שראוהו בביהמ"ד לומד סימן אז אינדרויסן ברענט... אוי האט דער בחור געלערנט מיט א ברען...
• און דער בחור וואס איז עוסק בתורה אויך אין לאנטש רום! דארט פראקטיצירט ער פרק איזהו נשך...
• ר' מאיר צוויבל הולך בקאוט יום ג' אייר – עס איז א פרע"סטיגע טאג...
• (לייג אריין דעם נאמען) פראטעסט שאל א' נא! ואהבת לרעך כמוך? ענה א' הם מקיימים ל"ע #סעלף העיטינג...
• פרייטאג איז א יום הקריאה! – קוק נאר אויפן באלעמער אין היכל הבית המדרש...(גליונות)
• ענין לאכול בשב"ק נח רעינבאו קעיק, מא(ר)בל קעיק, וענימל קוקיס...(עיין במדרש רבה פרשת נח הענין של לשון נופל הלשון כמו נחש נחושת)
• ער קומט ארויס און זעהט אז עס איז רעגנדיג, ער רופט זיך אן "עס איז א שלעכטע וועטער" – זאגט אים איינער "האלא האסטו פריער נישט געדאנקט דעם אייבערשטן משיב הרוח ומוריד הגשם?....
• כיצד מברכין על סליוו? להפריש חלה מן העיסה...
• ער נעמט אן סנדקאות פאר פינעף און צוואנציג דאלער, פון א חבר נעמט ער ביליגער, ער איז צופרידן מיט צוואנציג...
• כיצד מרומז בפרשת תרומה ענין שידוכים? אז מען קען נעמען צוויי ברעטער און צאמשטעלן מיט א טבעת...
• מען טאר נאר חתונה האבן מיט א פרוי פון וועם מען קען זיך גט'ן... (אויב איז זי משוגע קען מען זיך נישט גט'ן...)
• דער וואס האט געבלאזן שופר אין מיין מנין האט געבלאזן ווי א שוחט, כ'וועל אים שפעטער פרעגן אויב שחיטה קען ער יא...
• סגולה ידוע לשלום בית לצאמלייגן הטלית מושב"ק, ולאו דוקא הטלית רק ג"כ וואשען דישעס, ולא"ד מושב"ק רק א גאנצע וואך, ולא"ד המאן רק אויך די פרוי...
• וואס מיינט א פרומער נער? – ווען מען האט געטיילט טיפשות האט ער גענומען שיעור חזו"א...
• כולל אינגעלייט דרייען זיך מיט א שופר אין טלית בייטל – אלס חכמה ואינה מלאכה...
• א' קבל לפני רבו שאין לו פרנסה – שאלו – יש לך סמארטפאון? – רבי לאמיר נישט פארקריכן...
• דעם בית המדרש האב איך געפנט! – פריער ביים אריינקומען....(האדמו"ר מבאניע ק"י)
• בהאום דיפאו ראיתי פראטעסט נגד דיסקרימינעישאן! הם דיסקרימינירן נגד הענדיקעפט, ראיתי שם שילד בזה"ל "הענדיקעפט, פארקינג אנלי" – מען לאזט זיי נישט אריין אין סטאר! וואס איז די חוצפה?!!!. (אי"מ)
• למה אין מצרפין חרש למנין וכו' והוא בהני חבורה של שוטה וקטן? "ווייל ער הערט נישט וואס מען רעדט צו אים!"
• בבית המשוגעים א' בכה באמרו "רבקה!" – וואס איז? ער האט געזאלט א חתן ווערן צו איר און עס איז גארנישט געווארן דערפון, זייט דעמאלס וויינט ער – ב' בכה באמרו "רבקה" – וואס איז? ער האט יא חתונה געהאט מיט איר...
• 8 עם תיקון מצטרפים למנין! הושיעה 'את (עס) עמך וברך את (עס) נחלתיך...
• טענה על סעלף קאנפידענץ, משום סיבה איז ער נישט געבוירן געווארן דערמיט – איז פארוואס בויעסטו עס אויף ביי אים? אז אונז זאלן אלע ליידן דערפון?
• מתפללים שיהא לנו פיעס ענד קעריטס (בונדלעך מיט מייערן) – מעהרן שלום
• אברך שבא ביתה ושאל מה יש לסאפער? ענתה "גארנישט" – דאס איז שוין נעכטן געווען! – קענסט נישט עסן 2 טעג די זעלבע זאך?
• נישט כאפן קיין בילדער!!! עס איז דא גענוג!!!!
• פעסיכיאטער'ס זאגן אז 1 פון 4 מענטשן זענען משוגע - אויב דיינע 3 חבירים זענען נארמאל, דאן מוז עס זיין דו...
• מסדר מנינים בבחינת דענטיסט – ביידע שלעפן צעהן...

• קלוגע פרוי, בבחינת חכמה ואינה מלאכה...- זי ארבעט נישט און טיילט דיעות...
• לעידי באג שמתה ווייל זי האט גענומען דעם קלאפ צו ערנסט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• פלעט טייער בלה"ק? תצא רוחו ישיב לאדמתו...(טייטש)
• מנלן שצריכים לקבור מת ביום שמת? ווייל עס שטייט תצא רוחו ישיב לאדמתו ביום ההוא...
• בבואו להייסע מקוה, דרגא ראשונה "סקילה!!!" שני' "שריפה!!!!" - ובצאתו מה הוא אומר? אה- ה- ה-ה...
• וכעין זה אדווערטייזמענט בימים ההם "שומר שבת – 24/7.

• דריי זאכן וואס טראגן ביי יעדעם אן אנדערן באדייט – נארמאל, שיין, און איך...

• מענער האבען צוויי אפציעס, אדער זיין העפי, אדער בלייבן אלץ גערעכט...
• ראש הקהל הלך עם דזשורנאליסט והראה לו על בניני הקהילה, באו לסטארעדזש א' שאלו מה זה? ענה סטארעדזש לפארענטשעס, ומה בנין זה? – בין מאורע למאורע כאן אנו מחזיקים בחורים למלאות הפארענטשעס...
• מצאתי שלום אליעזר דים אצל פדיון הבן ולא פדה והתנצל שהוא כהן עומד על גביו...
• למה נקרא לאטקע לשון נקיבה? – וא"ת זה לשון חבה כמו מאיר'קע, נט'קע? הלא הלשון חבה היא לאטקע"לע"? – רק משום שהנס נעשית ע"י אשה כידוע.
• שיעור מחאה עד כמה? גערה? הכאה? – כביצה...!
• בעלזער חסיד שאל ר' אהרן יודא שווארטץ מי מכוון בברכת ולמלשינים? ענה "וועם דו האסט אינזין ביי על הצדיקים...
• ואהבת לרעך (רייכע) כמוך...
• יהי רצון שתחי' מאה ועשרים שנה ויום א'! – מה זה יום א'? – דו ווילסט דאך נישט שטארבן פלוצלינג...
• חילוק בין איש לאשה, איש מוציא הגארביטש ומכניס ממון = אשה מכניס גארביטש ומוציאה ממון...
• א ראנג נאמבער איז קיינמאל נישט ביזי... ואירע שהיה ביזי – אה.. דאס איז געווען א ראנג נאמבער...
• עמד בסטאר אצל הסינק וכעס למה? ראה סיין "עמפלויאיס מאסט וואש הענדס" – איך ווארט שוין דא 45 מינוט און קיין ארבעטער קומט נישט...
• לכאורה היו רואים על אסתר שיש לה יודישע נאז - א"ף לא הביאה אסתר (ר"ר מעכעלע מנתניא)
• זיין לעבן? ער עסט – זיך דאס געזונט, ער טרונקט – אידיש בלוט, ער שפאצירט – אויף די נערוון...
• אצלי שלום בית בבחינת אייפעד! כמו שאין לי זה כן זה... (וזה ג"כ כמו יוקאן וכדו')
• לפני טבילה במקוה מברכים שהכל – ואת"ל דהוה שלא כדרך – לויט וויפיל מענטשן הייסט עס שוין כדרך...
• ברעסלאווע נישואין יונג – שיקבלו סטימיולעס כפול! – בין לשם הורים, בין לשם בנים...
• ראיתי סיין בזה הלשון "אז דו האסט נישט וואס צו טוהן, טוה עס נישט דא...!"
• איך בין נאך געווען ביים סדר ביים רבין ז"ל! דאס איז נישט קיין דזשאוק! – דאס איז א פלעינע ליגנט...
• אשה מברכת שעשני כרצונו ואיש? – שלא עשני כרצונו...
• את ידיהם ואת רגליהם איז מען מקיים ווען מ'עסט פצעי מיט די הענט
• דו ערשטע מוסד איז געווארן ווען מ'האט איבערגעדרייט סדום (מוסד אותיות סדום)
• וויפיל איז גימ' 'רבי'? און וויפיל איז גימ' 'חדר'? און וויפיל איז גימ' כי במקלי'?...
• שטעלט זיך ארויס אז די בויך איז קלוגער פון די מוח!!!
די בויך איז מודיע ווען ער איז ליידיג, משא"כ די מח...
• געמיר די ריכטיגע דעפינאציע פון די ווארט קאושער דזשואיש ענטערטעינמענט! – לייטס און סיירינס...

• איך קען זעהן ווען איינער רעדט אויפן פאון אז ער רעדט צו זיין ווייב! (מען האלט די פאון און מען זאגט יא יא יא יא און ביי יעדע יא רוקט מען ווייטער די פאון פון אויער....)
• איך ארבעט פאר מיין ברודער! און וואס טוט דיין ברודער? ער זוכט א דזשאב...
• קאל מיך נישט בלה"ק? – ולא יכלמו לנצח...(טייטש)
• גימפל: מען שלאגט פאר אזויפיל שידוכים בליעה"ר - איך בין זיכער אז כאטש עטליכע וועלן ווערן...

• ער האט שוין נישט גערעדט צו זיין ווייב גאנצע 4 טעג!!! – ווייל זי האט אים נישט געלאזט אויסרעדן...
• בשם ר' מאיר צוויבל: חק לישנא דמזוני דאס הייסט תיקון אין בית המדרש, חק ר"ת חרטה קבלה...
• א בעט אין ענגליש? – מיעט באורד... (טייטש)
• אויב איז אמת דאס וואס דאקטוירים זאגן אז געלט האט אויף זיך גאר אסאך דזשערמס און באצילן דאן פארוואס זעהט מען נישט אז די ארעמעלייט זענען געזונטער...?
• איינער וואס קאט אריין דריי לעינס אויפן הייוועי בלה"ק? – שלישי למילה...(טייטש – קאר)
• ווען מען שערט זיך אפ די האר (דא ווייזט מען אויף די בארד) וואו גייט די האר? – אין די ווייבס שייטל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 664

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך חלום חלמתי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 5:41 pm • ראש הקהל הלך עם דזשורנאליסט והראה לו על בניני הקהילה, באו לסטארעדזש א' שאלו מה זה? ענה סטארעדזש לפארענטשעס, ומה בנין זה? – בין מאורע למאורע כאן אנו מחזיקים בחורים למלאות הפארענטשעס...
דעיס גייט אויף בארדיטשוב... וואס זענען די טרעילארס? צו האלטן פארענטשעס. און וואס זענען די בנינים? צו האלטן די בחורים וואס זאלן אנפילן די פארענטשעס...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• אמאל: הייליגער באשעפער! אפילו אינמיטן שמירן די רעדער דאווענט ער!!!
היינט: אפילו אינמיטן ווישן זיין סמארטפאון דאווענט ער!!!...
(דאס איז צום באשעפער, אבער פאר דיר ווישער, שייגאץ!!! אזא חצוף מחוצף ביסטו פארן אייבערשטן??? שוין לייג אוועק!!!)
(יצחק שמואל)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• יש מי שקורא הפסוק לא תלין (צאלן) פעולת שכיר ב'צ' וזה מה שנאמר אל תהי צדיק הרבה (קוהלת ז' טז) –
• גימפל: פארוואס די לעכט ערב שבת בענטשסטו און מיך שעלטסטו?
שרה: ווען די וועסט ברענען ווי די לעכט וועליך דיר אויך בענטשן...
• טאטי! היינט האב איך באקומען א הונדערט אויף מיין בחינה בכתב! – וואו! – יא: 50 אויף גמרא און 50 אויף חומש רש"י...
• זרעילי אקצענט: אינטערעסאנט! אויף א יארצייט אין אונגארן קען מען פוילן און ביי א יארצייט אין פוילן קען מען (ה) אונגערן...
• מגי"ש: דו האלטס נישט ביי גארנישט! בחור: נישט ריכטיג! איך האלט יא ביי גארנישט...
• זיך מיטכאפן אין מקוה האט א מקור! הבא לטהר מסייעין אותו...
• מה החילוק בין מצוה טאנץ להספד על מת? הספד הנספד שוכב ישן והציבור מקשיבים, ובמצוה טאנץ הנספד מקשיב והציבור ישנים...
• באיזה מקצוע גנב בקי? סוגיא דנטילת ידים...
• כוליגאן: האלד אפ! מאני אר לייף?
גימפל: איים מעריד! (חתונה געהאט)
כוליגאן: סאו וואט?
גימפל: כ'האב נישט קיין מאני, און נישט קיין לייף...
• מיין שכן אין בית המדרש איז א קימפעטארן, ער קומט אן צו ברכו...
• ווען דו ביסט ווען א צענטל אזוי קלוג ווי דו מיינסט אז דו ביסט וואלסטו געווען 10מאל קלוגער
• גוסס ובניו אצלו מריבים על הירושה שאל וואס זענען די קולות? ענו "דו טו וואס דו האסט צו טון און אונז וועלן עס שוין מסדר זיין...."
• דער לעבן איז א לימוד – און צומאל קאסט עס טייער שכר לימוד...
• סגולה: אכלתי קאקאש קעיק ובשר בהמה וקאלער סאודע למשך 40 טאג און כ'האב געזען גרויסע זאכן...(דייעט)
• פארוואס איז נישט געווען קיין מכה פון דרשות אין מצרים? – ווייל אויב וואלט געווען די מכה וואלטן נאך די אידן געווען אין מצרים עד היום...
• די גאליציאנע – זיי זענען ווערד יעדע פעני...
• שאלו ליטאי, פארוואס גייסטו נישט אין מקוה? ענה ווייל איינמאל בין איך אריין אין מקוה אן א בארד און ארויס מיט א בארד...
• זענען פארהאן 3 סארטן מענטשן 1) וואס קענען רעכענען 2) די וואס קענען נישט רעכענען....
• פארוואס טאנצן די ליטווישע נישט מצוה טאנץ? ווייל זיי האבן נישט קיין גארטל...
• 2 יודן איז השם, 2 צדיקים איז השם ישמרינו...
• פלאמער בלה"ק? עוסק בצרכי ציבור – און אויב מען צאלט נישט – דאן איז ער אן עוסק בצרכי ציבור באמונה...
• יהודי שהתפלל באשעפער! גיב מיר געלט און קינדער,די לעבן וועל איך מיך שוין אליין נעמען...
• פון היינט און ווייטער וועל איך זיין גוט, אנגעהויבן פון מארגן...
• פארוואס זאגט מען נישט ראש השנה אנו מתירים להתפלל עם העבריינים? משום שהם באומאן! א"כ למה אין אומרים זה שם? משום שלשיטתם להיפך, מי שאינו שם הוא עבריין...(ברעסלאוו)
• כשסמארטפאוןו נופל במקוה מה יברך? על טבילת כלי"ם...
• א' אמר לי שאין לו שוויגער, יש לו רק שווער און שווערער...
• זיין ווייב איז א מערת (מרת) המכפלה (אין די ברייט)(דייעט)
• מי שמנגן ניגונים ממקומות זרים עבודתו עבודה זר"ה...
• עלטערע בחור נשאל אם אינו כואב לו שחבריו האבן שוין חתונה געהאט? – ענה יא, און וואס זאל איך טון? איך קען זיי נישט העלפן...
• דאס לעבן איז א דזשאוק – ווען איז דער פאנטש ליין ? ביי די חתונה...
• וואס איז ערגער פון אריינבייסן אין אן עפל און טרעפן דארט א ווארעם? – טרעפן דארט א האלבע ווארעם...
• ווי אזוי רופט מען א מענטש מיט וואטע אין די אויער? – ווי אזוי דו ווילסט – ער הערט סייווי נישט...
• המלמד שאל חיימ'ל! אם אביך שאל מחבירו $100 ושילם לו 50 כמה חייב לו? – כלום! – דו קענסט נישט רעכענען! – דו קענסט נישט מיין טאטע...(חשבון)
• בוטשער סטאר שנפתח – א' שאלם "וואו שעכטן ענק?" – ביי די האלז...
• חתן! וואס ביסטו אזוי זויער? ביסט אריינגעפאלן?, לאמיר דיר עפעס זאגן, זי איז אויך...
• מחותן בשמייכל גדול!!!- למה? אומר בחשאי "עס איז מיר געלונגען אריינצונארן מיין מחותן...!" – מחותן השני בשמייכל גדול - למה? אומר בחשאי "עס איז מיר געלונגען אריינצונארן מיין מחותן...!"
• ליטווישע אקצענט תיובתא דרבא? תיובתא! רבא איז גאן!!!!
• וכן העובדא נכנס לבית המדרש ליטאי ושאל אם יכול לקחת קאווע, ענהו הלא זה נכסי ציבור, ותיצרך לשאול מכל הציבור אם מסכימים, נכנס לבית המדרש חסידי שאל אם יכול לעשות קאווע ענהו אוודאי, עס איז נישט מיין, עס באלאנגט פארן ציבור!...
• פילאט שהכריז, יש לי שלעכטע נייעס, וגוטע נייעס, לאמיר אנהייבן מיט די גוטע נייעס "מארגן גייט איר אלע זיין אין די העדליינס...
• איר האט זיך שוין געוואשן? – איך קום שוין געוואשן, פונדערהיים...
• נייע מחותן שאל אביו וואו לאנג נעמט צו באצאלן די גאנצע מעשה? – איך ווייס נישט, איך האלט נאך אינמיטן צאלן...
• אני אבדתי רעזשוואלקע, יש לי סימן - הוא שחור לגמרי...
• עשרה קבין גניבה ירדה לעולם תשעה נטלה רומעניע און די צענטע האבן זיי אויך געגאנוועט...
• שכני שלמעלה ממנו לערנט מיך אמונה - אז אלעס קומט פון אויבן...
• וועלכע צוויי טעג הייבן זיך אן מיט א טי? - טודעי טמאראו...
• 2 זאכן הערט מען נישט אויף 1 דייעט 2 טשידן...
• ווענדינג מאשין בבית מדרשינו בבחינת אוכלי המן!- מכניס ואינו מוציא...
• איך וועל דערציילן א מעשה , כ'ווייס אז דער חתן וועט זיין ברוגז אויף מיר אבער פארפאלן, דאס מאל פרעג איך אים נישט ווייל כ'האב א היתר, איך בין געווען 3 וואכן צוריק אין חדר גימפל בערך 3:00 ביינאכט, כ'בין אויפגעשטאנען פרי ווייל כ'האב געהאט אן אפוינטמענט , באמערק איך חתן דנן שפאצירט אין ווינקל מיט א דעניש אין די האנט מיט א קליינע משלוח מנות פלעשל ברוינפן, איך פרעג אים מה זאת? ביז נאך לאנגע הפצרות און השבעות אז איך זאל פאר קיינעם נישט דערציילן זאגט ער מיר אז ער גייט יעצט מאכן א סיום הש"ס! ער וויל נישט אז א שלעכט אויג זאל שולט זיין מאכט ער עס אזוי באהאלטן פאר זיך! חתן! וואס מאכסטו אזוינע פאקסן? פארוואס כ'האב מיר געוואגט יא צו דערציילן טראץ וואס כ'האב דיר צוגעזאגט? איך האב געפרעגט א דיין! און ער האט מיר מתיר געווען אז לצורך שמחת חתן וכלה מעג מען זאגן אפילו א ליגנט..
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7267

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• איזהו נהנה מיגיע כפו? שנארער, מלמד...
• אכילת תיקון בביהמ"ד מצות עשה דאורייתא! - ואכלתם ישן נושן...
• לשון הרע אסור לומר בלי שם - משום שאינו לתועלת..
• גם איסור של לשון הרע וועגן מען טאר נישט מצער זיין א צווייטע איד!!! – מען דערציילט אן א נאמען, אן קיין דעטאלן...
• כשחל ה' אייר בשבת לכאורה צריכים להקדים התענית לדאנערשטאג – אבער מען קען נישט ווייל עס איז ג' אייר... אדער פארקערט, מען זאל יא פאסטן און ר' ישעי'לע זאל ארויפגיין פארפירן אז מען פאסט אין זיין יארצייט אלעס ווייל די פארשטינקענע מדינת הציוני און ער וואלט איינגעריסן פאר די ביטול מלכות המדינה וביאת המשיח וצ"ע (יצחק שמואל)
• תיבה שמתחלת ב 'ך'? כיוארוך שמו...
• אן איידיע פאר א חול המועד פראגראם – קויפן אן עבד כנעני און באפרייען בשן ועין... ווען נישט עס איז דא דער לאו פון לעולם בהם תעבודו וואלט עס געווען א גוטע איידיע...(יצחק שמואל)
• נתן פדיון לרבו כמנין 'חי' שיחי' – אמר לו הרבי כשתתן כמנין 'מת' וועל איך דיר מער אינזין האבן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט