סתם להגדיל תורה, שמוע בין אחיכם איז ביי דיני ממונות נישט אויסהערן איין 'בעל דין' פארן אנדערן, אבער קבלת עדות איז פארקערט, ביי דיני ממונות מעג מען ביי געוויסע פעלער און דיני נפשות טאר מען נישט, און דאס לערנט מען פון והועד בבעליוהעלאו בעלאו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:43 pmווי @מסתמא געברענגטשלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:11 pm חיד"ו אדער הרב בלום קענען נישט טוישן דער תורה מען מיז רעדן צו ביידע צדדים זה בפני זה "שמוע בין אחיכם" אין קיין שום רב אין דער וועלט האט דאס נישט געטוהן
אויף די טענה פון מושב בי"ד און שמוע בין אחיכם האט הרב חיד"ו געזאגט איז נאר נוגע ממונות - דא רעדט מען פון צענדליגע עדות אויף חמורות שבחמורות, איסורים ורציחה, זאגט הרב חיד"ו אז אין אזא פאל איז נישטא קיין מקום אפילו צו רעדן צום צד שני. סאיז געענדיגט מיט ענק, רשעים און רוצחים.
איך ברענג עס פאר די עולם נישט צו ווערן פארבלענד פון דעם אנשיקעניש , נישט אים צו פארענטפערן
עס איז דא א תשובות הריב"ש אז ביי א מוסר אדער אלים וואס עדות האבן מורא מעג מען אפי' דיני נפשות
יעצט, דא באמת קומט נישט אריין עדות ווייל אדם קרוב אצל עצמו און קען נישט 'מעיד' זיין אויף מעשים וואס מען האט געטאן צו אים, נאר דא רעדט מען פון בירור דברים כלפי רודפים, רוצחים און שוחטי ילדים, איז קודם כלפי אוועקנעמען קינדער במקום חשש סכנה (עכ"פ קלא דלא פסק איז עס) פשטות דארף נישט קיין והועד בבעליו, אז עס קומען עטליכע שמועות מכוונות פון עטליכע מקורות אז כאשר יקום איש על ריעהו ורצחו נפש כן הדבר הזה דעמאלס איז א חיוב גמור ע"פ תורה צו ראטעווען יעדעס איינציגע קינד פון דארט און אוועקנעמען די רודפים אכזרים ורשעים, איינמאל יעדער איז געראטעוועט און עס איז נישט דא קיין חשש סכנה, העט מען שטעלן א מושב בית דין צו מען מעג צולייגן נאך יארן תפיסה ביים גוי, תיקונים פאר די רשעים ואכזרים
אין קורצן, עס איז נישטא קיין הלכה אז מען דארף שטעלן א נרדף קעגן דעם רודף אין בית דין צו פסק'ענען אז ער איז א רודף, נאר אויב בית דין איז מברר אז דער איז א רודף איז מותר להציל הנרדף בנפשו של רודף וכן נהגו מעולם באנשים מסוכנים שלא היה באפשרות בענין אחר