הלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:05 pm
רבותי!
מען מוז אביסל אראפנידערן די היץ, דאס הייסט אז פאר די זעלבע סיבה וואס מען האט ביז היינט געדארפט ארויסברענגן די געפערליכקייט פון לב טהור, כדי צו שאפן געלט און חיזוק צו קענען ארויסראטעווען די קינדער און די מענטשן פון דארט, אז זיי זאלן קענען האבן א נארמאל תורה'דיגע לעבן, פאר דעם זעלבען סיבה דארף מען אביסל צוריקבעקן.
די אידן קומען אן דא און מוסדות ווילן נישט אננעמען די קינדער, בעיסד אויף די אינפארמאציע - און פארשטייט זיך מיט די צוגעלייגטע היץ און הגזמות פון זשורנאליסטן און איד טיש ניקס - שרייען עלטערן געוואלד אז מען טאר זיי נישט ארייננעמען לערנען מיט אונזערע קינדער.
די מענטשן וועלן דא אנקומען און אפשר וועט נאך זיין אזעלכע מיט די שמאטעס אויפן קאפ, וכו'. די שמאטעס אין קאפ וועט נאך זיכער דויערן א לאנגע צייט צו טוישן, אויפן שענסטן פאל קען מען ערווארטן אזא שפראך ווי חיים עזרי' אלטער האט גערעדט, ומכש"כ ביי די וואס קומען יעצט ארויס ממש געצווינגערהייט, און אויב דער עולם דא וועט - על פי הוראת אידטיש - זיי וועלן איינשלונגען, מבזה זיין און באשייגעצן קענען זיי זיך שוין צוריקדרייען ווייל עס ווארט נישט דא קיין נארמאלע עתיד פאר די משפחות און קינדער.
דער עולם דא וואס גלייבט אז מען רעדט פון נאציס און לכה"פ שטיצערס פון רוצחים, גוים גמורים, וכו' איז זייער שווער צו אננעמען די 'הארציגע בקשה' פון הרב בלום אז מען זאל זיי אויפנעמען שיין, ווען מען ווייסט אז מען רעדט פון געפערליכע רוצחים וואס האבן שוין געהארגעט צענדליגער קינדער, דארף מען פארשטייט זיך מורא האבן אפשר האט יענער א מעסערל אין טאש און מען דארף שטיין א מייל ווייט, אבער אויב מען רעדט פשוט פון מענטשן וואס לעבן פרימיטיוו אזוי ווי אין רוב דריטע וועלט לענדער און דערפאר האבן זיי ליידער פארלוירן קינדער, (אזוי ווי עס פלעגט ליידער זיין נארמאל מיט 200 יאר צוריק,) איז א אנדערע מעשה, קען זיין אז בדיני שמים איז מען דן אויף גרמא, און אפשר איז א חיוב צו וואוינען דוקא ווי עס איז דא היינטיגע חכמת הרפואה, אבער עכ"פ דעם מעסער אין טאש האט ער נישט און האק נישט אין קאפ מיט דין רודף.
מען מוז אביסל טוישן נערעטיוו, אפשר זאל מען טאקע אננעמען וואס הרב בלום האט געוואלט אוועקשטעלן אז עס זענען דא 4 רוצחים און די איבריגע זענען שעפעלעך און צדיקים גמורים, א גוטער מהלך. אבער דאס זאלסטו ווייטער האלטן אפילו ווען דו וועסט כאפן א שמועס מיט א יוצא וואס וועט האלטן אז די קהלה איז געווען געוואלדיג און מוסרים שפלים האבן עס צובראכן, ווארשיינליך איז דאס ערווארטעט צו הערן.
אודאי געוויס וועט מען מיך באשולדיגן אלץ ל"ט ניק אבער פארט דארף מען אנגרייטן א באדן פאר די יוצאים. וקבל את האמת.