יענץ איז אין על סאלוואדאר
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5112
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עזרא מנחם, ער זאל ביטע בלייבן דארטחסיד נלהב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:21 pmאיז די רעדע פון די באקאנטע נייע תפיסה? און ווער זיצט נעבן אים?גרינגראז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:20 pm773069_tumb_800X480.jpg773022.jpgלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.
מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
תסמר שערות ראש וואס דער גר האט אפגעטון
און ניין הרב רומפלער האט קיינעם נישט געפייניגט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5112
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער איז אויך אין על סאוואדאר, נישט אין די זעלבע תפיסה וואו טראמפ שיקט, אבער ממש די זעלבע סארט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:11 pm
- Location: usa
- x 208
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:50 am איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט זיין גבאי בערקאוויטש, ער האט מיר מסביר געווען אז אלע קינדער דארפן צוריקגיין צו לב טהור ווייל א קינד באלאנגט ביי א טאטע און א מאמע אפילו זיי פייניגן אים זייער שטארק, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע.
סאו דעיס איז די צוגאנג פון וואס איר רעדט?
עס דאווענען ביי אים 2 יונגעלייט וועלעכע זענען געקומען פאר 7 יאר צוריק אינאיינעם מיט נחמן קידנעפן די טעלער קינדער, מען האט זיי איינגעזעצט פאר א שטיק צייט, און יעצט זענען זיי פשוט אויף פראובעישן, און מען לאזט זיי נישט ארויס פון אמעריקע, זיי העלפן לב טהור אויף יעדע טריט און שריט. מענטשן זענען זיך טועה אז זיי זענען ארויס פון לב טהור. זיי זענען געווארן גבאים ביים מעליצער רבין.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א קורצע בליק אויף זיינע מעשים טוביםעל פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:36 pmעזרא מנחם, ער זאל ביטע בלייבן דארט
תסמר שערות ראש וואס דער גר האט אפגעטון
און ניין הרב רומפלער האט קיינעם נישט געפייניגט
https://www.interpol.int/en/How-we-work ... 2024-89754
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 163
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 350
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס זיי אויפשטעלן איז אז דו זעלסט אויך איינזעהן אז מרעט פון רוצחים אדירים און זאלסט נישט זיין קיין מרחם על האכזרייםשלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
דאס אז עס איז דא שונאי פרומקייט וואס כאפן זיך צי מאכט סענס אבער כמיין די עסקנים ע"פ רוב באלאנגען מער צי די בני יואל סארט וואו אפילו איבערגעפרומטע פרומקייט איז חשוב דאך ווילן זיי נישט לאזן קינדער אינטער רוצחים נגד מענטשהייט און נגד התורה און נגד כל גדר קדושה
און לגבי א מושב בי"ד איז שוין דא מערערע רבנים ביז אהער וואס האבן אויסגעהערט עדות נאך עדות בלי גבול מערערע פון זיי האבן שוין געגעבן עדות ברבים אויף אינטערוויאס און יעצט איז געווען עדות בפומבי פאר הונדערטער ערליכע אידן וביניהם רבנים פארענט פון ארון הקודש
א רחמנות אויף זייער איינגערעטע פרומקייט וואו מען פאסט און מען באקומט מלקות און בלוט תשובה צי טוהן אויף א מצוה און מען טאנצט מיט שמחה אז מאיז זוכה צי א תיקון דהיינו די ארגסטע עבירות וואס העלפט נישט קיין תשובה
נעעבעך.. השי"ת זאל שוין אויסלייזן די געפאנגענע וואס מיינען אז סאיז א מצוה זיך צי פייניגען קעגן רצון השם..
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2229
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א געוויסער עסקן האט מיר געבעטן דאס צו ענטפערן פאר דיר.שלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
בדרך אגב, לב טהור האט נישט גענוג מענטשן פאר 20 סוסיידס אין צוויי חדשים... פארגלייכן 20 סוסיידס אוט אף עטליכע הונדערט טויזנט היימישע אידן צו א כת פון 200 נפשות איז א שטיקל חוזק...
נאדיר די אישי פונעם עסקן:
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:11 pm
- Location: usa
- x 208
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיסטער "שלום עליכם"222555 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:49 pmדאס זיי אויפשטעלן איז אז דו זעלסט אויך איינזעהן אז מרעט פון רוצחים אדירים און זאלסט נישט זיין קיין מרחם על האכזרייםשלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
דאס אז עס איז דא שונאי פרומקייט וואס כאפן זיך צי מאכט סענס אבער כמיין די עסקנים ע"פ רוב באלאנגען מער צי די בני יואל סארט וואו אפילו איבערגעפרומטע פרומקייט איז חשוב דאך ווילן זיי נישט לאזן קינדער אינטער רוצחים נגד מענטשהייט און נגד התורה און נגד כל גדר קדושה
און לגבי א מושב בי"ד איז שוין דא מערערע רבנים ביז אהער וואס האבן אויסגעהערט עדות נאך עדות בלי גבול מערערע פון זיי האבן שוין געגעבן עדות ברבים אויף אינטערוויאס און יעצט איז געווען עדות בפומבי פאר הונדערטער ערליכע אידן וביניהם רבנים פארענט פון ארון הקודש
א רחמנות אויף זייער איינגערעטע פרומקייט וואו מען פאסט און מען באקומט מלקות און בלוט תשובה צי טוהן אויף א מצוה און מען טאנצט מיט שמחה אז מאיז זוכה צי א תיקון דהיינו די ארגסטע עבירות וואס העלפט נישט קיין תשובה
נעעבעך.. השי"ת זאל שוין אויסלייזן די געפאנגענע וואס מיינען אז סאיז א מצוה זיך צי פייניגען קעגן רצון השם..
אפשר די אראבער זענען אויך פרום?
צו דו ווייסט! איינער פון זייערע ראשי הנחש מי"ר האט דעזאגט אויף איינס פון די ערגסטע עבירות שבתורה וואס מ'איז מחוייב אויף דעם סקילה אז ס'איז נישט כפשוטו "דער רבי האט באקומען א תורה שבעל פה"...., ואכמ"ל
און סתם אזוי דרך אגב, יא ס'איז שוין דא ב"ה א בית דין און מ'האלט שוין אויף א פיינעם וועג, וסייג לחכמה שתיקה
הרה"צ ר' יואל יושע העשיל בלום שליט"א איז זיך מוסר נפש יעדען טאג צו ראטעווען אידישע נשמות פון שמד ברוחני און אוישוויץ בגשמי, און דו האסט נאך די חוצפה צו עפענן א מויל צו זאגן עביוז?
לאמיר הערן וואס האסטו געטוהן צו ראטעווען די נעבעך'דיגע קינדער, מעגסט האבן א ביסל דרך ארץ
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5112
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
גיימער פראבירן צו ענטפערן און זען אויב מיר דארפן זיך נוג זיין מיט 'כבדהו' אדער 'חשדהו'
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
ווער עס קען ר' יושע העשיל בלום, ר' יחיאל עזריאל ראוזנער און ר' אברהם גרינהוט, ווייסט אז מען רעדט דייקא פון פארפרומטע שטובער, סאו עפעס זעט אויס ווי איר האט אן אגענדע...
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
די רעגירונג האט זיי צוגענומען. זיי האבן נישט געפרעגט די עסקנים פארדעם וואס צו טון.
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
איר האט דאך געהערט פון 2 עדים וואספארא רציחות לב טהור האט געטון מיט זיי, פארוואס שרייבט איר אז 'לשיטת העסקנים' טוט לב טהור עביוז?
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:11 pm
- Location: usa
- x 208
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און ווער ס'ווייסט נישטסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 10:03 amפון וועלכע מאמע רעדסטו דא, א מאמע וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אין אירע קינדער'ס רוקן?כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:12 amעל פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:12 am
וואס הייסט בפה רך?
די רעגירונג האט אוועקגענומען די קינדער און זיי געבן זיי נישט ארויס נאר אויב די עלטערן שאקלען זיך גענצליך אפ פון לב טהור, סאו ווער זאל רעדן בפה רך צו וועמען?
און וועמען האט שוין דער מעליצער ארויסגענומען די לעצטע 4 חדשים?
פון וועלעכע עקספיריענס רעדט ער?
לאמיר נישט אריינקריכן צו טיף אין יענעמס מוח, אבער א דוגמא וואס ער וויל, למשל, אז קאסטעדי ביי די הורוויץ קעיס זאל דייקא בהחלטה אינאיינעם מיט די מאמע, און נאר צו וועם זי וויל, מיט איר הסכמה.
די מאמע וואס האט נישט געוואלט רעדן צו איר אייגן קינד פון די 12 יאר אלט און האט ניטאמאל געוואלט קומען צו איר אייגענע חתונה?
די מאמע וואס האט מיט א פאלשע חנופה זיך ווארעם באגריסט מיט איר טאכטער מיט וועם זי האט גענצליך אפגעהאקט קשר פאר איבער זעקס יאר טראץ מערערע פרואוון פון איר טאכטער אנצוקניפן א קשר מיט איר?
די זעלבע מאמע וואס האט באצייכנט איר אייגענע טאכטער אלס גייסטיש קראנק כדי איר אפצוהאלטן פון ארויסנעמען די יונגערע ברודער פון שעלטער?
די מאמע וואס האט אן קיין רחמנות געהייסן די ריכטער צוריקשיקן איר אייגן קינד אין שעלטער טראץ זיינע וויינערייען אז ער וויל בשום אופן נישט צוריקגיין אין לב טהור נאר גיין צו זיין עלטערע שוועסטער און קענען שוין זיין אויף פסח ביי זיין שוועסטער?
די מאמע וואס האט געוואוסט אז זי וועט סייווי אין קיין פאל נישט צוריקבאקומען דאס קינד נאר ער וועט דארפן צוריקגיין אין שעלטער, און דאך האט זי זיכער געמאכט צו צושטערן די באפרייאונג פאר בלויזע רשעות און אכזריות?
פון די מאמע רעדסטו???
וואסערע הסכמה פונקטליך וואלט זי געגעבן ארויסצולאזן איר קינד פון שעלטער? אדרבה, זאל זי קומען מיט א נאמען!
די מאמע האט געלאזט די "הנהלה" אוועק שיקן די אויבן דערמאנטע טאכטער ווען זי איז געווען 12 יאהר אלט אין די הענט פון דער רשע און שליח לכל עבירה ועוון מי"מ ("דער מעליצער שמש") וואס האט איר געטראגן פון גוטאמאלא צו טאראנטא עירפארט און געלאזט דארט הפקר, זי איז אנגעקומען צו א גוישע שעלטער און ווייל זי האט געהאט מסירות נפש נישט צו עסען זייערע עסען איז זי אנגעקומען בדרך לא דרך צו הרב אייזיק ווייס פון טאהש און אזוי איז זי געבליבן א איד
די מושחת'דיגע מאמע טארנישט באקומען אירע קינדער קיינמאהל!! אבער קיינמאהל!! זי איז נישט א אידישע מאמע זי איז אויסדרוקליך אן אראבישע מאמע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויף די טענה פון מושב בי"ד און שמוע בין אחיכם האט הרב חיד"ו געזאגט איז נאר נוגע ממונות - דא רעדט מען פון צענדליגע עדות אויף חמורות שבחמורות, איסורים ורציחה, זאגט הרב חיד"ו אז אין אזא פאל איז נישטא קיין מקום אפילו צו רעדן צום צד שני. סאיז געענדיגט מיט ענק, רשעים און רוצחים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2229
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כידוע האט ער נישט געוואלט אויסהערן לב טהור נאכ'ן הערן האר אויפשטעלנדע עדות פון ערטהאנטיגע וויקטעמס.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 7:41 pm אויף די טענה פון מושב בי"ד און שמוע בין אחיכם האט הרב חיד"ו געזאגט איז נאר נוגע ממונות - דא רעדט מען פון צענדליגע עדות אויף חמורות שבחמורות, איסורים ורציחה, זאגט הרב חיד"ו אז אין אזא פאל איז נישטא קיין מקום אפילו צו רעדן צום צד שני. סאיז געענדיגט מיט ענק, רשעים און רוצחים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישטא וואס צו רעדן מיט זיי, נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ אנושיות. גוים גמורים, רשעים ארוריםסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 7:44 pmכידוע האט ער נישט געוואלט אויסהערן לב טהור נאכ'ן הערן האר אויפשטעלנדע עדות פון ערטהאנטיגע וויקטעמס.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 7:41 pm אויף די טענה פון מושב בי"ד און שמוע בין אחיכם האט הרב חיד"ו געזאגט איז נאר נוגע ממונות - דא רעדט מען פון צענדליגע עדות אויף חמורות שבחמורות, איסורים ורציחה, זאגט הרב חיד"ו אז אין אזא פאל איז נישטא קיין מקום אפילו צו רעדן צום צד שני. סאיז געענדיגט מיט ענק, רשעים און רוצחים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2229
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א קידוש השם אז די תגובה פארמאגט נאכנישט קיין איין איינציגע לייקשלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
קלוגע אידן פאלן נישט פאר קיין שמוציגע בלאפעריי און רשעות'דיגע ספינערייען.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 165
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
- x 263
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר' אלעזר רומפלער, ווי קומט ער אן קיין אל-סוואדאר?גרינגראז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:20 pm773069_tumb_800X480.jpg773022.jpgלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.
מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
וואס איז זיין חטא פארן זיצן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גראדער מעכל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:01 pmר' אלעזר רומפלער, ווי קומט ער אן קיין אל-סוואדאר?גרינגראז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:20 pm773069_tumb_800X480.jpg773022.jpgלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.
מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
וואס איז זיין חטא פארן זיצן?
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 2:21 pm
- x 7
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רבותי!
מען מוז אביסל אראפנידערן די היץ, דאס הייסט אז פאר די זעלבע סיבה וואס מען האט ביז היינט געדארפט ארויסברענגן די געפערליכקייט פון לב טהור, כדי צו שאפן געלט און חיזוק צו קענען ארויסראטעווען די קינדער און די מענטשן פון דארט, אז זיי זאלן קענען האבן א נארמאל תורה'דיגע לעבן, פאר דעם זעלבען סיבה דארף מען אביסל צוריקבעקן.
די אידן קומען אן דא און מוסדות ווילן נישט אננעמען די קינדער, בעיסד אויף די אינפארמאציע - און פארשטייט זיך מיט די צוגעלייגטע היץ און הגזמות פון זשורנאליסטן און איד טיש ניקס - שרייען עלטערן געוואלד אז מען טאר זיי נישט ארייננעמען לערנען מיט אונזערע קינדער.
די מענטשן וועלן דא אנקומען און אפשר וועט נאך זיין אזעלכע מיט די שמאטעס אויפן קאפ, וכו'. די שמאטעס אין קאפ וועט נאך זיכער דויערן א לאנגע צייט צו טוישן, אויפן שענסטן פאל קען מען ערווארטן אזא שפראך ווי חיים עזרי' אלטער האט גערעדט, ומכש"כ ביי די וואס קומען יעצט ארויס ממש געצווינגערהייט, און אויב דער עולם דא וועט - על פי הוראת אידטיש - זיי וועלן איינשלונגען, מבזה זיין און באשייגעצן קענען זיי זיך שוין צוריקדרייען ווייל עס ווארט נישט דא קיין נארמאלע עתיד פאר די משפחות און קינדער.
דער עולם דא וואס גלייבט אז מען רעדט פון נאציס און לכה"פ שטיצערס פון רוצחים, גוים גמורים, וכו' איז זייער שווער צו אננעמען די 'הארציגע בקשה' פון הרב בלום אז מען זאל זיי אויפנעמען שיין, ווען מען ווייסט אז מען רעדט פון געפערליכע רוצחים וואס האבן שוין געהארגעט צענדליגער קינדער, דארף מען פארשטייט זיך מורא האבן אפשר האט יענער א מעסערל אין טאש און מען דארף שטיין א מייל ווייט, אבער אויב מען רעדט פשוט פון מענטשן וואס לעבן פרימיטיוו אזוי ווי אין רוב דריטע וועלט לענדער און דערפאר האבן זיי ליידער פארלוירן קינדער, (אזוי ווי עס פלעגט ליידער זיין נארמאל מיט 200 יאר צוריק,) איז א אנדערע מעשה, קען זיין אז בדיני שמים איז מען דן אויף גרמא, און אפשר איז א חיוב צו וואוינען דוקא ווי עס איז דא היינטיגע חכמת הרפואה, אבער עכ"פ דעם מעסער אין טאש האט ער נישט און האק נישט אין קאפ מיט דין רודף.
מען מוז אביסל טוישן נערעטיוו, אפשר זאל מען טאקע אננעמען וואס הרב בלום האט געוואלט אוועקשטעלן אז עס זענען דא 4 רוצחים און די איבריגע זענען שעפעלעך און צדיקים גמורים, א גוטער מהלך. אבער דאס זאלסטו ווייטער האלטן אפילו ווען דו וועסט כאפן א שמועס מיט א יוצא וואס וועט האלטן אז די קהלה איז געווען געוואלדיג און מוסרים שפלים האבן עס צובראכן, ווארשיינליך איז דאס ערווארטעט צו הערן.
אודאי געוויס וועט מען מיך באשולדיגן אלץ ל"ט ניק אבער פארט דארף מען אנגרייטן א באדן פאר די יוצאים. וקבל את האמת.

ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי דער זאגט, ס'איז נישט אזוי ווייס ווי יענער זאגט, דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט...
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חיד"ו אדער הרב בלום קענען נישט טוישן דער תורה מען מיז רעדן צו ביידע צדדים זה בפני זה "שמוע בין אחיכם" אין קיין שום רב אין דער וועלט האט דאס נישט געטוהן
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב גארנישט מיט לב טהור אין גארנישט מיט אדמור ממעליץ אין בין א ציווילע איד אין ניו יורק אבער אזעלכע רציחה ווי דער עסקנים פירען זיך אויף איז ערגער פין לב טהור
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אונז מגושמים קענען נישט פארשטיין "מען עסט נישט פלייש פיש אייער??" אונז זענען מגושמים אין עס איז דא נאך אידן וואס עסן נישט די אלע זאכן כולל האדמור מקאשוי זצ"ל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5112
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע ענטפער אויף די קאמאנטארן וואס איך האב מגיב געווען אין דיין תגובהשלום עליכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:10 pm איך האב פרובירט צו זיין ריספעקפול אין מגיב געווען אבער ליידער ארבעטן דא אריין עסקנים מיט קוכדיג'ע בלוט פונקט ווי אין לב טהור אין מעקן אויס מיין תגובות
ספין נישט ארום ביטע
שרייב נישט קיין ליגנט ביטע, דיין תגובה איז קיינמאל געמעקט געווארן
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אגב רוב פין דער הנהגות אין חומרות ביי זיי קימען פין קאשוי תלמידים וואס זענן דארטן אנגעקומען אין נישט פין העלבראנץ
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 486
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5112
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@אסמכתא בעלמא
עהעם איז צוריק....
ביטע ביטע ביטע ווארט נישט אויף נאך 20 בלעטער נאנסענס
טו וואס מען דארף צו טון
כהאב דיר שוין געברענגט 87 פעטיציע'ס
עהעם איז צוריק....
ביטע ביטע ביטע ווארט נישט אויף נאך 20 בלעטער נאנסענס
טו וואס מען דארף צו טון
כהאב דיר שוין געברענגט 87 פעטיציע'ס
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טו מיר א טובה נעם קעיר פין מיינע אין דיינע קהילות פראבלעמען אין קריך נישט אריין אין תימן גווטימלה אין אל סלוידור
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
- Location: טורונטו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אלע קינדער זענען דארטן צופרידען מען זעהט עס אויף זייער פנימער
זיך נישט נייע מצוות
טו פאר דיין פראבלעמען
חתונה מאכן, שידוכים, סוסיידס, בחורים אין ישיבות, אלע באמס (וואס ווערן עסקנים) וואס וואקסען ארויס ביין אונז ווי דער שווארצע פעפער, סמארטפאונס
זיך נישט נייע מצוות
טו פאר דיין פראבלעמען
חתונה מאכן, שידוכים, סוסיידס, בחורים אין ישיבות, אלע באמס (וואס ווערן עסקנים) וואס וואקסען ארויס ביין אונז ווי דער שווארצע פעפער, סמארטפאונס