כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
לעבער אייער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 127

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

לב טמא האט יעצט צוריק באקומען נאך א קינד ליידער
פרטים?
פיילס
IMG_20250424_172738_583.jpg
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:29 pm לב טמא האט יעצט צוריק באקומען נאך א קינד ליידער
פרטים?
כ'קען אויך ברענגען 160 בילדער פון די זעלבע קינד און טריאומפירן אז מ'האט שוין ארויסגעראטעוועט 160 קינדער....

קוק אויבן, ס'איז א אלטע מעשה, סך הכל נאך א פראפעגאנדע בילד.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 432

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:29 pm לב טמא האט יעצט צוריק באקומען נאך א קינד ליידער
פרטים?
viewtopic.php?p=166050#p166050
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 631

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:56 pm
מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:01 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:38 pm
ניין, אבער אויך א שטיקל אנדרייער און גרויסע מושחת.
אויף דעם איז געווען מיין שאלה, ווען ער גייט ארויסקומען גייט מען אויך זאגן ''ער איז נאר געווען אין עסקנות/געלט זאכן''.... ??
מ'האט קיין ליגנט נישט געזאגט, אזא קולט נעמט אריין פילצאליגע סארט עסקנות, און דאס אז איינער איז געווען פון די הנהגה מיינט נישט אז ער האט פארגאסן אידיש בלוט.

לדוגמא איינע פון די צוויי פירער וואס מ'האט אויסגעארבעט א דיעל מיט אים, איז געווען די הויפט סטראטעגיסט אויף יעדע פעולה און באשלוס אינעם קולט וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין. ער איז גאר א געריבענער כיטרע פוקס, און ער איז געווען די פאסיגסטע געאייגנט דערפאר, ער האט נאך געטיילט באפעלן און אנווייזונגען יעצט נאך די אוועקנעמען די קינדער פונקטליך וואס מ'זאל טוהן, בעסעקלי אזוי ווי די קעניג'ס יועץ... און ווען אזא פירער קאפיטולירט און ארבעט מיט די עסקנים זיי ארויסצוהעלפן מיט אלעמען, איז דאס סיי א טויטליכע קלאפ פאר די קולט מיט די פארלוסט פון אזא מייסטער קאפ וואס האט אזוי געניט געפירט זייערע סטראטעגיעס מיט סוקסעס, און נאכמער איז דאס א שטארקע געווינס פאר די עסקנים צו באקומען אינפארמאציע און הילף פון אזא הויכראנקיגע אינסיידער וואס טיילט מיט גאר קריטישע אינסייד אינפארמעישן און וויכטיגע ראט און טאט אויף יעדן טריט און שריט וואס מ'נעמט אין די מערכה. אבער דאס מיינט נישט אז ער איז א רוצח וואס האט פארגאסן אידיש בלוט בשתי ידים, יא ער איז געווען פארכאפט אין די אידיאלאגיע און ער האט טאקע געהאלפן די רוצחים, אבער במציאות איז ער נישט די געמיינע שוויין און און בלוט דורשטיגע רוצח ווי חיים צבי מלכא און די אנדערע הנהלה מיטגלידער.
נישט קלאר פונקטליך פאר מיר.

שלמה האט דאך אויך נאר געשיקט באפעלן (די מעשי רציחה) , טוט חיים צבי מלכא יא פיזיש פייניגן זיינע אונטערטאנען? און די זעלבע מיט רוב ארכי רוצחים אין היסטאריע בכלל וואס האבן בלויז ארויסגעגעבן באפעלן.

איינער וואס טוט אונטערדריקן אנדערע מדעת עצמו איז ער פולקאם אחראי אויך זיינע מעשים, ווען עס קומט צו דער וואס פירט אויס באפעלן ווענד זיך לפי המצב ווי באוויסזיניגט ער איז געווען, צי ער האט זיך געקענט קעגנשטעלן און צי ער האט געטון לפנים משורת הדין...

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 3:28 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 3:07 pm ער גיט דארט הדרכה לחתנים
(משוגענער)
כ'האב געמיינט מ'געט נישט קיין הדרכה דארט...
פלעגט נישט שלמה געבן הדרכה?
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 487

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:46 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 3:28 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 3:07 pm ער גיט דארט הדרכה לחתנים
(משוגענער)
כ'האב געמיינט מ'געט נישט קיין הדרכה דארט...
פלעגט נישט שלמה געבן הדרכה?
ביי די יונגע בחורים האט מען געשמועסט אז ס'איז דא א משגיח תמידי אין די הייזער וואס נעמט קעיר פון די גאנצע הנהגת הבית, און מ'געט נישט קיין שום הדרכה פון פאראויס.
לעבער אייער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 127

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:37 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:29 pm לב טמא האט יעצט צוריק באקומען נאך א קינד ליידער
פרטים?
כ'קען אויך ברענגען 160 בילדער פון די זעלבע קינד און טריאומפירן אז מ'האט שוין ארויסגעראטעוועט 160 קינדער....

קוק אויבן, ס'איז א אלטע מעשה, סך הכל נאך א פראפעגאנדע בילד.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט די זעלבער מענטש פון פריער

Fwd:חיים צבי האלט נאך אין מיטן קורט פאר זיין קינד

מרדכי שרגא גולדמן א זוהן פון אריאל גולדמן א איידעם ביי משה יוסף רוזנער האט היינט צוריק באקומען זיין קינד
ער איז נאך אלץ לב טהור אבער ער האט גישעירט Custody מיט א גואטמלישע גוי
נישט_אינטערעסירט
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
x 23

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט_אינטערעסירט »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:17 pm
נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:11 pm איז דאס נישט אוריאל גאלדמאן?
איך האב געמיינט ער איז שוין ארויס פון דארט...
Screenshot 2025-04-24 170313.jpg
ער האט צוריקגעצויגן
נעבעך... אינגאנצן צומישט....
דאס מיינט אז ער האט אויפגעגעבן אויף זיינע קינדער? ער האט דאך איבערגעגעבן קאסטעדי פאר די עסקנים.. נישט אזוי?
שוין איינמאל אינטערעסירט...
לעבער אייער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 127

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.

מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:34 pm הער איך זאגן אז עס ווערט געפלאנט א גרויסע נסיעה אהין צו פארן פון ניו יארק אי"ה אין צוויי וואכן ארום אחרי-קדושים

https://www.google.com/travel/flights/s ... UISAggAIgA
נישט אמת
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.

מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
ראש העסקנים ר' אברהם גרינהוט אינאיינעם מיט נאך אנדערע עסקנים האבן שוין אסאך געטון ארויסצוזען רומפלער פון על סאוואדאר, די חורבן איז אבער אז ער איז נעבעך איינגערעדט און ער וויל בשום אופן נישט גיין קיין ארץ ישראל צו די ציונים.

הרב רומפלער איז א צדיק פון א איד און איז אסאך געפייניגט געווארן אין לב טהור, קיינער פון די יוצאים האט נישט קיין שלעכט ווארט צו זאגן אויך אים.

ער איז נאך נעבעך גוט פארכאפט אינעם קולט.

סאלי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:59 pm איך האף ער שמאכטעט אין טורמע נישט אויף בעיל
ער זיצט צוזאמען מיט רומפלער אין עלסאוואדאר
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:01 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:38 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:15 pm
יואל ראזנער איז עפעס פון די הנהלה?
ניין, אבער אויך א שטיקל אנדרייער און גרויסע מושחת.
אויף דעם איז געווען מיין שאלה, ווען ער גייט ארויסקומען גייט מען אויך זאגן ''ער איז נאר געווען אין עסקנות/געלט זאכן''.... ??
ניין.
די עסקנים זענען אויך אזוי ברוגז אויף די רוצחים ווי אייך.
יעדע מענטש ארויסצונעמען קאסט אסאך געלט און אסאך כוחות.
קענסט זיין רואיג אז די עסקנים שטרענגן זיך נישט אזוי איבער פאר רוצחים.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:44 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:56 pm
מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 4:01 pm

אויף דעם איז געווען מיין שאלה, ווען ער גייט ארויסקומען גייט מען אויך זאגן ''ער איז נאר געווען אין עסקנות/געלט זאכן''.... ??
מ'האט קיין ליגנט נישט געזאגט, אזא קולט נעמט אריין פילצאליגע סארט עסקנות, און דאס אז איינער איז געווען פון די הנהגה מיינט נישט אז ער האט פארגאסן אידיש בלוט.

לדוגמא איינע פון די צוויי פירער וואס מ'האט אויסגעארבעט א דיעל מיט אים, איז געווען די הויפט סטראטעגיסט אויף יעדע פעולה און באשלוס אינעם קולט וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין. ער איז גאר א געריבענער כיטרע פוקס, און ער איז געווען די פאסיגסטע געאייגנט דערפאר, ער האט נאך געטיילט באפעלן און אנווייזונגען יעצט נאך די אוועקנעמען די קינדער פונקטליך וואס מ'זאל טוהן, בעסעקלי אזוי ווי די קעניג'ס יועץ... און ווען אזא פירער קאפיטולירט און ארבעט מיט די עסקנים זיי ארויסצוהעלפן מיט אלעמען, איז דאס סיי א טויטליכע קלאפ פאר די קולט מיט די פארלוסט פון אזא מייסטער קאפ וואס האט אזוי געניט געפירט זייערע סטראטעגיעס מיט סוקסעס, און נאכמער איז דאס א שטארקע געווינס פאר די עסקנים צו באקומען אינפארמאציע און הילף פון אזא הויכראנקיגע אינסיידער וואס טיילט מיט גאר קריטישע אינסייד אינפארמעישן און וויכטיגע ראט און טאט אויף יעדן טריט און שריט וואס מ'נעמט אין די מערכה. אבער דאס מיינט נישט אז ער איז א רוצח וואס האט פארגאסן אידיש בלוט בשתי ידים, יא ער איז געווען פארכאפט אין די אידיאלאגיע און ער האט טאקע געהאלפן די רוצחים, אבער במציאות איז ער נישט די געמיינע שוויין און און בלוט דורשטיגע רוצח ווי חיים צבי מלכא און די אנדערע הנהלה מיטגלידער.
נישט קלאר פונקטליך פאר מיר.

שלמה האט דאך אויך נאר געשיקט באפעלן (די מעשי רציחה) , טוט חיים צבי מלכא יא פיזיש פייניגן זיינע אונטערטאנען? און די זעלבע מיט רוב ארכי רוצחים אין היסטאריע בכלל וואס האבן בלויז ארויסגעגעבן באפעלן.

איינער וואס טוט אונטערדריקן אנדערע מדעת עצמו איז ער פולקאם אחראי אויך זיינע מעשים, ווען עס קומט צו דער וואס פירט אויס באפעלן ווענד זיך לפי המצב ווי באוויסזיניגט ער איז געווען, צי ער האט זיך געקענט קעגנשטעלן און צי ער האט געטון לפנים משורת הדין...
ער האט בכלל נישט ארויסגעגעבן קיין באפעלן אויסצופירן רציחות, ער האט געהאלפן די עקזיסטענץ פון די קולט מיט זיין טאלאנט פון גוטע סטראטעגיעס און עצות אויף יעדע נושא.

יא, חיים צבי און שלמה האבן ביידע זיך פארשמירט אליינס אויסער די פירערשאפט חלק.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:55 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:17 pm
נישט_אינטערעסירט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:11 pm איז דאס נישט אוריאל גאלדמאן?
איך האב געמיינט ער איז שוין ארויס פון דארט...
Screenshot 2025-04-24 170313.jpg
ער האט צוריקגעצויגן
נעבעך... אינגאנצן צומישט....
דאס מיינט אז ער האט אויפגעגעבן אויף זיינע קינדער? ער האט דאך איבערגעגעבן קאסטעדי פאר די עסקנים.. נישט אזוי?
ער האט קיינמאל נישט געוואלט איבערגעבן קאסטעדי פאר די עסקנים נאר פאר א דריטן, ענווענטועל האט ער אינגאנצן צוריקגעצויגן.
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 450

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינגראז »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.

מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
773069_tumb_800X480.jpg
773069_tumb_800X480.jpg (65.95 KiB) געזען געווארן 682 מאל
773022.jpg
773022.jpg (82.82 KiB) געזען געווארן 682 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1647
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6321

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:03 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.

מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
ראש העסקנים ר' אברהם גרינהוט אינאיינעם מיט נאך אנדערע עסקנים האבן שוין אסאך געטון ארויסצוזען רומפלער פון על סאוואדאר, די חורבן איז אבער אז ער איז נעבעך איינגערעדט און ער וויל בשום אופן נישט גיין קיין ארץ ישראל צו די ציונים.

הרב רומפלער איז א צדיק פון א איד און איז אסאך געפייניגט געווארן אין לב טהור, קיינער פון די יוצאים האט נישט קיין שלעכט ווארט צו זאגן אויך אים.

ער איז נאך נעבעך גוט פארכאפט אינעם קולט.
ער איז אין דער זעלבע מאקסימום סעקיוריטי טורמע וואו טראמפ שיקט די גענג מעמבערס?
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 132

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חסיד נלהב »

גרינגראז האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:20 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.

מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
773069_tumb_800X480.jpg773022.jpg
איז די רעדע פון די באקאנטע נייע תפיסה? און ווער זיצט נעבן אים?
שלום עליכם
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:43 pm
Location: טורונטו

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלום עליכם »

איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

שלום עליכם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:

@אסמכתא בעלמא ביטע שיקט אים אפ ווי ער באלאנגט.
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 132

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חסיד נלהב »

שלום עליכם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
קודם כל זייער פראבלעם איז אויך 'אונזערע' ווארום א גרויס חלק פון דארט קומן פון היימישע שטובער. והשנית וואס האט איין פראבלעם צו אן אנדערן פראבלעם? מען דארף קעיר נעמען פון אלע פראבלעמען, יעדער דארף טוהן דארט ווי ער האט א געפיל און ווי ער קען העלפן.
וואס טאקע פלאנסטו צו טוהן וועגן די סועסייד מגיפה? עפעס פלענער? איך שטעל מיך פאר אז דיין שרייבן דא פון וועלכע פראבלעמען מ'דארף קודם קעיר נעמען, קומט ווייל דו זיכסט הילף און דיינע פעולות צו ראטעעוען.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1847

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:53 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:37 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:29 pm לב טמא האט יעצט צוריק באקומען נאך א קינד ליידער
פרטים?
כ'קען אויך ברענגען 160 בילדער פון די זעלבע קינד און טריאומפירן אז מ'האט שוין ארויסגעראטעוועט 160 קינדער....

קוק אויבן, ס'איז א אלטע מעשה, סך הכל נאך א פראפעגאנדע בילד.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט די זעלבער מענטש פון פריער
גערעכט, ס'איז טאקע מרדכי שרגא גאלדמאן ווי דו האסט געשריבן.
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 132

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חסיד נלהב »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:31 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:53 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:37 pm
כ'קען אויך ברענגען 160 בילדער פון די זעלבע קינד און טריאומפירן אז מ'האט שוין ארויסגעראטעוועט 160 קינדער....

קוק אויבן, ס'איז א אלטע מעשה, סך הכל נאך א פראפעגאנדע בילד.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט די זעלבער מענטש פון פריער
גערעכט, ס'איז טאקע מרדכי שרגא גאלדמאן ווי דו האסט געשריבן.
סאו ס'איז יא נאך א קינד וואס איז צוריק ביי זיי?
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 453
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 4689

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שלום עליכם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:22 pm איך גיי זאגען עפעס וואס איז נישט פוליטיקל קארעקט אבער ההכרח לא יגונה:
רוב עסקנים דא זענען פארפוילט אין קענען נישט צוקיקן צו פרומקייט בכלל אין צו פרומקייט פין לב טהור בפרט
עס איז נישט דא קיין שום היתר צונעמן קינדער פי עלטערן אן קיין מושב בית דין פין חשובע רבנים וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים איינס אין פורנט פין דען צווייטן
דאס וואס מען האט גענומען צוויי בחורים אויף חול המועד אין אינטערוויד איז עביוז לכל הדיעות נישט ווייניגער צו אלי עביוז וואס לב טהור האט (לשיטת העסקנים) געטוהן
כלל ישראל האט געהאט בערך 20 סועסיידס דער לעצטע 2 חדשים - לב טהור האט נישט געהאט - אנטשטאט קוקען אויף אונזער קהלות מיט אונזער פראבלעמען מאכט מען צו דער אויגן אין מען פארט קיין גווטימאלה דאס איז א שעים!!!
שלום עליכם הרב שלום עליכם.
איז אזוי דער כלל לויטעט דאך כבדהו וחשדהו, קען זיין איר זענט א תמימות'דיגע איד און איר ווילט פארשטיין די נושא, אני הק' און די אנדערע תושבים דא גייען אייך פראבירן צו מסביר זיין אלעס שיין בטוב טעם ודעת, כהלכות 'כבדהו'.

אבער אזוי ווי אין די פארגאנגענהייט זענען שוין דא געווען מער ווי איין מיטגליד פון לב טהור און פשוט געדרייט א קאפ, און געטראלט אויף כח, זענען מיר אויך מקיים דעם צווייטן טייל וואס הייסט 'וחשדהו' און עס איז מעגליך אז איר זענט עהעם אדער ברוכ'ל אדער הוצל דבנימין (בכלל איז שטארק מסתבר אז דער יעניגער פראבירט צוריקצוקומען דא).

נאך מער ווי צען תגובות גלייב איך וועט מען שוין כאפן מיט וועם מיר האנדלען, און על צד זה זענען דא כעת 87 אידן וועלעכע וועלן אייך שיקן וואו די שווארצע פעפער וואקסט viewtopic.php?p=163538#p163538
שרייב פאוסט