דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?

די תורה vs מידות אשכול האט מיר געמאכט טראכטן "פארוואס האב איך קינדער בכלל?".
גלייך איז מיר ארויף געקומען אויפן מחשבה "וואס הייסט פארוואס, צו שעפן נחת, צו האבן ווער זאל מיר העלפן ווען איך ווער עלטער וכדומה".
אבער איך האב גלייך געטראכט "נע, קען נישט זיין, דאס איז צו סעלפיש"
בין איך געקומען צו די מסקנא אז "דער באשעפער וויל אז איך זאל אראפ ברענגען נשמות פארן זיין ארמיי, אידן וואס זאלן אים דינען און אזוי מאכן א דירה פאר אים דא אויפן עולם השפל"
איז מיר אבער געבליבן שווער, דעמאלטס פארוואס ברויך איך נעמען פרעזענליך ווען מיין קינד קוקט נישט אויס פונקטליך וויאזוי איך האב געוואלט און זיך פארגעשטעלט אז ער גייט אויס זעהן?
למשל,פארוואס ווען ער גייט ארויס פון כולל ארבייטן טוהט מיר עס אזוי וויי?, דער אייבערשטער וויל דאך אים נישט דארט עס איז נישט געמאכט פאר אים, רוב מענטשן קענען אפילו נישט דאס באווייזן (ווייפיל פראצענט אידן זענען אין שול זונטאג אגאנצן טאג? און דאס איז שוין נאר איינמאל א וואך כש"כ יעדן טאג) ער קען דאך סייווי נישט איין זיצן, נו גייט ער ארבייטן, איז וואס?
ממילא ווען איך קען נאך עפעס טוישן אקעי דארף איך טוהן השתדלות, אבער יענעם איז דאך נישט מעגליך צו פאררעכטן ווען איך זאג אים עפעס ווערט ער נאר ערגער...
קען זיין איך דארף ארבייטן מער אויף אמונה און בטחון.
וואס זאגט דער עולם?
עס איז נאר א משל, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט...

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6837
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15984
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
אוי ווי גוט דו זאגסט.
ויש להאריך הרבה ואין עיתי בידי.
ויש להאריך הרבה ואין עיתי בידי.
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
שוין אסאך געטראכט אין דעם נושא
אפשר ווען איינער האט נישט קיין קינדער בכלל איז אויך גילטיג אזעלכע מחשבות?..

אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
אוי ווי ריכטיג,
געהערט פון איינעם וואס האט זיך אויסגערעדט צו אדמו"ר מהר”א איבער א קינד וואס גליטשט, האט ער אויך מסבר געווען די ענין אזוי, און האט געזאגט אז יצחק האט אויך געהאט א זון עשו,

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
כ'האב געמיינט אז איך האב עס צוגעלייגט, איך האב געוואלט שרייבן אז די זעלבע איז נוגע ביי אלעם אין לעבן ווי די ווייב אדער געלט, אבער ביי קינדער איז עס עפעס מוראדיג, מענטשן נעמען זייער קינדער חסרונות זייער פערזענליך עפעס נישט נארמאל.
ביי די ווייב זענען מענטשן משלים מיט די מציאות אז זי איז אנדערש ווי מיר און עס קען גאר מאכן די שטוב קאלירפול אבער ביי קינדער זענען מענטשן נישט גרייט פאר גארנישט ער אליין איז נישט קיין סעמפל איבער ווי אזוי מען דארף זיך אויף פירן ער נישט אלע שלעכטע מידות ווי כעס, אכזריות, גאווה, אומפארגינערישקייט,
סעלפישנעס, ועוד ווען ער באנעמט זיך מיט זיינע קינדער, אבער די קינדער אליין מוזן זיך אויף פירן ווי עפעס א פערפעקטע בריאה וואס עקזיסטירט ניטאמאל.

- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 856
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1580
דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
נו נו, אמת. און ווען איינער האט נישט קיין געלט אויך...
אבער עס טוט וויי. וויי? זייער וויי!
סוי נישט דאס איז די נושא דא... לאמיר זען ווען דער אויבערשטער האט עס שוין יא געגעבן! וואס דארף איך וועלן און ערווארטן? דאס איז די נושא פון הרב @שכל'דיג . יא? כהאב גוט פארשטאנען?
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 303
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
דער אייבערשטער איז גוט, און ער האט מיר געגעבן א מתנה. אבער ער האט מיר אויך מיטגעגעבן אן אויפגאבע.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער. פארוואס?
זייער גוט פארשטאנען. א מענטש וואס נעמט גארנישט וואס ער פארמאגט פאר גרענטעד אזא איינער איז נישט אנגעווייטוגט קיינמאל. עס איז א שטארקע עבודה אבער ווען מען ארבייט דערויף ווערט די לעבן זיס ווי צוקער!אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 4:32 pmנו נו, אמת. און ווען איינער האט נישט קיין געלט אויך...
אבער עס טוט וויי. וויי? זייער וויי!
סוי נישט דאס איז די נושא דא... לאמיר זען ווען דער אויבערשטער האט עס שוין יא געגעבן! וואס דארף איך וועלן און ערווארטן? דאס איז די נושא פון הרב @שכל'דיג . יא? כהאב גוט פארשטאנען?
איינמאל זענען דריי צדיקים געזעצן צוזאמען און געשמועסט האט איינער געזאגט "ווען איך וואלט באשאפן די וועלט וואלט איך עס באשאפן מיט מען חסד און רחמים," כדי עס זאל זיין ווייניגער צרות ביי אידן און מען זאל זיך שוין נישט דארפן אזוי מוטשענען מיט פרנסה שידוכים וכדומה.
רופט זיך דער צווייטער אן, "ווען איך וואלט באשאפן די וועלט וואלט איך עס באשאפן מיט מער דין", כדי רשעים וואס פייניגן די אידן זאלן באקומען זייער פארדינטע שטראף, און עס זאל הערשן מער גערעכטיקייט.
רופט זיך אן דער דריטער (כמדומא אז עס איז געווען דער בעל התניא), "ווען איך וואלט באשאפן די וועלט וואלט איך עס באשאפן פונקליך די וועג וואס דער באשעפער באשאפט עס יעצט אין די רגע"...
וואס איז די פשט פון די מעשה? לכאורה זייער פשוט ניין?
יא עס איז זייער פשוט, די מערסט פשוט וואס קען זיין, "ווען איך וואלט געווען גאט" מיינט צו זאגן אז איך האב אנלימיטעד חכמה, אנלימיטעד אהבה, און אנלימיטעד רחמנות, אויף די בריאה וואס איך האב באשאפן, און אז דו ווילסט וויסן וויאזוי די וועלט פון אזא גאט זעהט אויס?
כאפט נאר א בליק ארום זיך....! אט אזוי זעהט עס אויס...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 282
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
ס'איז זייער האקעלע און ווייטאגליכע נושא.
קודם כל, וואס מיינט "ער קוקט נישט אויס אזוי ווי איך וויל"? צו מיינט עס, אז ער איז געגאנגען ארבעטן? אדער ער דרייט זיך מיט חברים וואס איך גלייך נישט.
אזויפיל זאכן איז דא אויף דעם נושא, און ס'איז נישט שייך אפילו אראפצולייגן א כלליות'דיגע פוינט.

אז מ'טויגט טויגט מען...
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 303
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
אין יעדן פאל (אפילו ווען ס'גייט יא גוט!!) איז אבער דאך דא חילוק אין צוגאנג, צי איך באטראכט עס ווי מיין סוקסעס\דורכפאל אדער ווי מיין שליחות און אחריות.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
ווען עס איז עפעס וואס "דו" קענסט טוישן האסטו א חיוב השתדלות, אבער אויב איז עס עפעס וואס אנדערע דארפן טוהן אנדערש (לויט דיר...) קענסטו נאר מתפלל זיין, איך זעה נאכנישט פארוואס עס איז ווייטאגליך.טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 6:24 pm ס'איז זייער האקעלע און ווייטאגליכע נושא.
קודם כל, וואס מיינט "ער קוקט נישט אויס אזוי ווי איך וויל"? צו מיינט עס, אז ער איז געגאנגען ארבעטן? אדער ער דרייט זיך מיט חברים וואס איך גלייך נישט.
אזויפיל זאכן איז דא אויף דעם נושא, און ס'איז נישט שייך אפילו אראפצולייגן א כלליות'דיגע פוינט.
איך האב אמאל געהערט פון א קלוגע איד "צוויי קען א מענטש טוישן און טוישט נישט, זיך און די פרעזענט; און צוויי קען א מענטש נישט טוישן און פרובירט אייביג עס צו טוישן דאס זענען אנדערע און די פארגאנגענהייט"
פאר מער קוק מיין לעצטע תגובה.
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
אט אזוי!המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 6:47 pm אין יעדן פאל (אפילו ווען ס'גייט יא גוט!!) איז אבער דאך דא חילוק אין צוגאנג, צי איך באטראכט עס ווי מיין סוקסעס\דורכפאל אדער ווי מיין שליחות און אחריות.
ווען א מענטש טוט וואס ער האט צו טון אויף די ריכטיגע וועג, איז עס רואיג און געשמאק סיי וויאזוי.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2029
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5828
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
איך מעג אייך פרעגן א פראגע? איר וואלט געוואלט האבן קינדער מיט הערנער? נו מאי שנא? אז דער אויבערשטער געבט קינדער מיט הערנער, דארף מען זיין צופרידן מיט דעם. דאס איז דאך רצון השם, ניין. יא יא....שכל'דיג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:42 pm די תורה vs מידות אשכול האט מיר געמאכט טראכטן "פארוואס האב איך קינדער בכלל?".
גלייך איז מיר ארויף געקומען אויפן מחשבה "וואס הייסט פארוואס, צו שעפן נחת, צו האבן ווער זאל מיר העלפן ווען איך ווער עלטער וכדומה".
אבער איך האב גלייך געטראכט "נע, קען נישט זיין, דאס איז צו סעלפיש"
בין איך געקומען צו די מסקנא אז "דער באשעפער וויל אז איך זאל אראפ ברענגען נשמות פארן זיין ארמיי, אידן וואס זאלן אים דינען און אזוי מאכן א דירה פאר אים דא אויפן עולם השפל"
איז מיר אבער געבליבן שווער, דעמאלטס פארוואס ברויך איך נעמען פרעזענליך ווען מיין קינד קוקט נישט אויס פונקטליך וויאזוי איך האב געוואלט און זיך פארגעשטעלט אז ער גייט אויס זעהן?
למשל,פארוואס ווען ער גייט ארויס פון כולל ארבייטן טוהט מיר עס אזוי וויי?, דער אייבערשטער וויל דאך אים נישט דארט עס איז נישט געמאכט פאר אים, רוב מענטשן קענען אפילו נישט דאס באווייזן (ווייפיל פראצענט אידן זענען אין שול זונטאג אגאנצן טאג? און דאס איז שוין נאר איינמאל א וואך כש"כ יעדן טאג) ער קען דאך סייווי נישט איין זיצן, נו גייט ער ארבייטן, איז וואס?
ממילא ווען איך קען נאך עפעס טוישן אקעי דארף איך טוהן השתדלות, אבער יענעם איז דאך נישט מעגליך צו פאררעכטן ווען איך זאג אים עפעס ווערט ער נאר ערגער...
קען זיין איך דארף ארבייטן מער אויף אמונה און בטחון.
וואס זאגט דער עולם?
עס איז נאר א משל, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט...
אפשר גאר איז טאר מען נישט דאווענען פאר גוטע קינדער, ווייל דער אויבערשטער וויל דאס נישט. אנשטאט מחנך זיין דעם קינד לתורה ומצוות, אפשר זאל מען אים שיקן אין קאלעדזש ווייל עס קען זיין אז זיין תפקיד אויף די וועלט איז צו שטודירן געזעץ און פארטיידיגן די אידישע חינוך?
די אלע געדאנקן איז גוט זיך צו טרייסטן לאחר המעשה. לעבן אזוי איז נישט ריכטיג. די טאטע קען זיין ווי סעלפיש ער וויל, אבער ער האט נאך אלץ רעכט צו עקספעקטן אז זיין קינד זאל זיין א מושלם. אז ער זעהט ס'גייט נישט, גייט עס נישט. אבער מתחילה נישט פאוקעסן?
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17479
Re: דער אויבערשטער האט מיר געגעבן קינדער, פארוואס?
איך פארשטיי נישט וואס דו ענטפערסט אים. אויב דער אויבערשטער וועט געבן פאר איינעם א קינד מיט הערנער [מער אויף למעשה'דיג: די אלע וואס מוטשען זיך מיט נישט געזונטע/ספעציעלע קינדער וכו'] וועט יענער דארפן ארבעטן אויף זיין אמונה און ארייננעמען אין זיך אז דאס איז וואס דער אויבערשטער פארלאנגט פון אים. צו ערציען א קינד וואס האט הערנער, ער זאל אויסוואקסן דאס בעסטע לויט זיינע אומשטענדן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 24, 2024 12:19 pmאיך מעג אייך פרעגן א פראגע? איר וואלט געוואלט האבן קינדער מיט הערנער? נו מאי שנא? אז דער אויבערשטער געבט קינדער מיט הערנער, דארף מען זיין צופרידן מיט דעם. דאס איז דאך רצון השם, ניין. יא יא....שכל'דיג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:42 pm די תורה vs מידות אשכול האט מיר געמאכט טראכטן "פארוואס האב איך קינדער בכלל?".
גלייך איז מיר ארויף געקומען אויפן מחשבה "וואס הייסט פארוואס, צו שעפן נחת, צו האבן ווער זאל מיר העלפן ווען איך ווער עלטער וכדומה".
אבער איך האב גלייך געטראכט "נע, קען נישט זיין, דאס איז צו סעלפיש"
בין איך געקומען צו די מסקנא אז "דער באשעפער וויל אז איך זאל אראפ ברענגען נשמות פארן זיין ארמיי, אידן וואס זאלן אים דינען און אזוי מאכן א דירה פאר אים דא אויפן עולם השפל"
איז מיר אבער געבליבן שווער, דעמאלטס פארוואס ברויך איך נעמען פרעזענליך ווען מיין קינד קוקט נישט אויס פונקטליך וויאזוי איך האב געוואלט און זיך פארגעשטעלט אז ער גייט אויס זעהן?
למשל,פארוואס ווען ער גייט ארויס פון כולל ארבייטן טוהט מיר עס אזוי וויי?, דער אייבערשטער וויל דאך אים נישט דארט עס איז נישט געמאכט פאר אים, רוב מענטשן קענען אפילו נישט דאס באווייזן (ווייפיל פראצענט אידן זענען אין שול זונטאג אגאנצן טאג? און דאס איז שוין נאר איינמאל א וואך כש"כ יעדן טאג) ער קען דאך סייווי נישט איין זיצן, נו גייט ער ארבייטן, איז וואס?
ממילא ווען איך קען נאך עפעס טוישן אקעי דארף איך טוהן השתדלות, אבער יענעם איז דאך נישט מעגליך צו פאררעכטן ווען איך זאג אים עפעס ווערט ער נאר ערגער...
קען זיין איך דארף ארבייטן מער אויף אמונה און בטחון.
וואס זאגט דער עולם?
עס איז נאר א משל, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט...
אפשר גאר איז טאר מען נישט דאווענען פאר גוטע קינדער, ווייל דער אויבערשטער וויל דאס נישט. אנשטאט מחנך זיין דעם קינד לתורה ומצוות, אפשר זאל מען אים שיקן אין קאלעדזש ווייל עס קען זיין אז זיין תפקיד אויף די וועלט איז צו שטודירן געזעץ און פארטיידיגן די אידישע חינוך?
די אלע געדאנקן איז גוט זיך צו טרייסטן לאחר המעשה. לעבן אזוי איז נישט ריכטיג. די טאטע קען זיין ווי סעלפיש ער וויל, אבער ער האט נאך אלץ רעכט צו עקספעקטן אז זיין קינד זאל זיין א מושלם. אז ער זעהט ס'גייט נישט, גייט עס נישט. אבער מתחילה נישט פאוקעסן?
דאווענען פאר גוטע קינדער, מחנך זיין די קינדער אויפן דרך הישר, דאס איז רצון ה' איך זאל טון, פונקט ווי די עצם אראפברענגען די קינדער.
ער ברענגט ס"ה ארויס די נקודת האמונה וואס א מענטש דארף זיך כסדר חזר'ן, אז די מעשים וואס איך טו פאר פרנסה, געזונט, חינוך וכו', איז נאר ווייל כך גזרה חכמתו אז איך זאל דאס טון, און נישט ווייל איך קען באמת ברענגען רעזולטאטן.
ס'קוקט אויס פון דיין ענטפער אז יענער האט געהאט טענות פארוואס מענטשן נעמען עס צום הארץ, און דו פארטיידיגט זיי, ווען באמת האט ער פשוט ארויסגעברענגט אז מיט די ריכטיגע איינגעבאקענע אמונה, נעמט מען דאס נישט צום הארץ - הגם ס'ווייט נישט אזוי פשוט ווי ער לייגט עס אראפ, אין פאקט איז דאס פון די שווערסטע נסיונות וואס מענטש קען דורכגיין, קיינער זאל נישט געפרואווט ווערן. אבער ווען די נסיון איז נאר בזעיר אנפין, ארויסגיין פון כולל וכדו', קען מען יא ארבעטן אויף זיך עס צו אננעמען לייכטער.