כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:33 am
יא מען טוישט לעצטע נעמען אויך, כפי הנראה משפחת בויער הייסט שוין גאסנבויער, קאשאני הייסט קמחי אא"וו.
די העלבראנץ לעווי נאמען איז מסתמא די יתומים האלבע קינדער לבית לאווער - לעווי, צו וויסן ווער איז וועמענס קינד.
בכלל, אין גוואטעמאלע ביי די גוים ארבייט עס אויך אזוי, יעדער האט 2 לעצטע נעמען, איינס פון די טאטע זייט און איינס ווי די מאמע זייט, דהיינו א קאפל האט די טאטע נישט די לעצטע לעצטע נאמען ווי די ווייב, און די קינדער הייסן 2 לעצטע נעמען איינס ווי די זיידע פון די טאטע זייט און איינס ווי די זיידע פון די מאמע זייט.
די ר"ת פון כ. ה. איז כתריאל הילל, בנו של נחמן וואס דרייט זיך דאהי לעצטענס.
בעצם רוקט זיך זאכן רעכטס אויף לינקס... יחזקאל שרגא הייסט שרגא יחזקאל, אלטר ניסים הייסט ניסים אלטר, אהרן אריה טעללער הייסט אברהם יוסף יהודה, און זיין זוהן גאר הייסט שוין על שמו 'אריה' דוד... ליצים!
וויאזוי ווערט פון א אומשולדיגע 'אברהם' א 'תנחום שמעון ברכיה', ווייסט איין באשעפער....
פאר די רעקארד ארי טעללערס זון האסט שוין נישט אריה' דוד ווייל ער האט פארלאזט די פלאץ מיט אזא 6-7 יאר צירוק
יעצט הייסט ער סתם דוד
איז זיין טאטע קען שוין צירוק הייסן ארי'
יעצט צי די גוואטעמאלע גוים וואס געשען ביי די נעקסטע טשענערעשאן דעמאלס האט מען 4 לעצטע נעמען??
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:12 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:12 am
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:06 am
אינטערסאנט צו הערן. ווייל מיטן מעליצער האב איך גערעדט לעצטענס, ער האט זיך פראבירט מסביר זיין, כאילו בלויז אויף די דרכי הפעולה איז ער מחולק, ווייל נאר בפה רך וכו' ארבייט זאכן לויט זיין עקספיריענס.
זיינע ארומיגע איז דאך באקאנט ליידער, לעצטענס ארבייטן זיי אויך אויף די יוצאים, (עטליכע זענען דאך קרובים מיט זיי) העצן אויף די עסקנים וואס האבן זיי ארויסגעראטעוועט ועוד.
וואס הייסט בפה רך?
די רעגירונג האט אוועקגענומען די קינדער און זיי געבן זיי נישט ארויס נאר אויב די עלטערן שאקלען זיך גענצליך אפ פון לב טהור, סאו ווער זאל רעדן בפה רך צו וועמען?
און וועמען האט שוין דער מעליצער ארויסגענומען די לעצטע 4 חדשים?
פון וועלעכע עקספיריענס רעדט ער?
לאמיר נישט אריינקריכן צו טיף אין יענעמס מוח, אבער א דוגמא וואס ער וויל, למשל, אז קאסטעדי ביי די הורוויץ קעיס זאל דייקא בהחלטה אינאיינעם מיט די מאמע, און נאר צו וועם זי וויל, מיט איר הסכמה.
פון וועלכע מאמע רעדסטו דא, א מאמע וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אין אירע קינדער'ס רוקן?
די מאמע וואס האט נישט געוואלט רעדן צו איר אייגן קינד פון די 12 יאר אלט און האט ניטאמאל געוואלט קומען צו איר אייגענע חתונה?
די מאמע וואס האט מיט א פאלשע חנופה זיך ווארעם באגריסט מיט איר טאכטער מיט וועם זי האט גענצליך אפגעהאקט קשר פאר איבער זעקס יאר טראץ מערערע פרואוון פון איר טאכטער אנצוקניפן א קשר מיט איר?
די זעלבע מאמע וואס האט באצייכנט איר אייגענע טאכטער אלס גייסטיש קראנק כדי איר אפצוהאלטן פון ארויסנעמען די יונגערע ברודער פון שעלטער?
די מאמע וואס האט אן קיין רחמנות געהייסן די ריכטער צוריקשיקן איר אייגן קינד אין שעלטער טראץ זיינע וויינערייען אז ער וויל בשום אופן נישט צוריקגיין אין לב טהור נאר גיין צו זיין עלטערע שוועסטער און קענען שוין זיין אויף פסח ביי זיין שוועסטער?
די מאמע וואס האט געוואוסט אז זי וועט סייווי אין קיין פאל נישט צוריקבאקומען דאס קינד נאר ער וועט דארפן צוריקגיין אין שעלטער, און דאך האט זי זיכער געמאכט צו צושטערן די באפרייאונג פאר בלויזע רשעות און אכזריות?
יאיא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:51 am
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:33 am
יא מען טוישט לעצטע נעמען אויך, כפי הנראה משפחת בויער הייסט שוין גאסנבויער, קאשאני הייסט קמחי אא"וו.
די העלבראנץ לעווי נאמען איז מסתמא די יתומים האלבע קינדער לבית לאווער - לעווי, צו וויסן ווער איז וועמענס קינד.
בכלל, אין גוואטעמאלע ביי די גוים ארבייט עס אויך אזוי, יעדער האט 2 לעצטע נעמען, איינס פון די טאטע זייט און איינס ווי די מאמע זייט, דהיינו א קאפל האט די טאטע נישט די לעצטע לעצטע נאמען ווי די ווייב, און די קינדער הייסן 2 לעצטע נעמען איינס ווי די זיידע פון די טאטע זייט און איינס ווי די זיידע פון די מאמע זייט.
די ר"ת פון כ. ה. איז כתריאל הילל, בנו של נחמן וואס דרייט זיך דאהי לעצטענס.
בעצם רוקט זיך זאכן רעכטס אויף לינקס... יחזקאל שרגא הייסט שרגא יחזקאל, אלטר ניסים הייסט ניסים אלטר, אהרן אריה טעללער הייסט אברהם יוסף יהודה, און זיין זוהן גאר הייסט שוין על שמו 'אריה' דוד... ליצים!
וויאזוי ווערט פון א אומשולדיגע 'אברהם' א 'תנחום שמעון ברכיה', ווייסט איין באשעפער....
יעצט צי די גוואטעמאלע גוים וואס געשען ביי די נעקסטע טשענערעשאן דעמאלס האט מען 4 לעצטע נעמען??
ניין, נאר 2. מען נוצט פון די טאטע נאר זיין ערשטע פון די לעצטע נעמען. די ארגינעלע נאמען פונעם טאטענס טאטע, און פון די מאמע אויך נאר די ערשטע פון די לעצטע נעמען, דאס הייסט אזוי ווי איר טאטע.
עס קוקט דיר אויס אז איך בין נישט אויף איין פעידזש מיט דיר??
סה"כ זאג איך וואס דער מעליצער וויל.
אגב, לענין וואס די האסט בארירט, די מאמע האט צופעליג יא געברענגט איינעם פאר קאסטעדי, טראץ וואס ער איז נישט קיין קרוב משפחה, מיט די טענה אז די אנדערע זוהן ש"ש, איז אויך אנגעקומען צומאיינער שלא מבני המשפחה. און שוין.
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:12 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:12 am
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 1:06 am
אינטערסאנט צו הערן. ווייל מיטן מעליצער האב איך גערעדט לעצטענס, ער האט זיך פראבירט מסביר זיין, כאילו בלויז אויף די דרכי הפעולה איז ער מחולק, ווייל נאר בפה רך וכו' ארבייט זאכן לויט זיין עקספיריענס.
זיינע ארומיגע איז דאך באקאנט ליידער, לעצטענס ארבייטן זיי אויך אויף די יוצאים, (עטליכע זענען דאך קרובים מיט זיי) העצן אויף די עסקנים וואס האבן זיי ארויסגעראטעוועט ועוד.
וואס הייסט בפה רך?
די רעגירונג האט אוועקגענומען די קינדער און זיי געבן זיי נישט ארויס נאר אויב די עלטערן שאקלען זיך גענצליך אפ פון לב טהור, סאו ווער זאל רעדן בפה רך צו וועמען?
און וועמען האט שוין דער מעליצער ארויסגענומען די לעצטע 4 חדשים?
פון וועלעכע עקספיריענס רעדט ער?
לאמיר נישט אריינקריכן צו טיף אין יענעמס מוח, אבער א דוגמא וואס ער וויל, למשל, אז קאסטעדי ביי די הורוויץ קעיס זאל דייקא בהחלטה אינאיינעם מיט די מאמע, און נאר צו וועם זי וויל, מיט איר הסכמה.
זי וויל בשום אין אופן נישט ארויסלאזן די קינדער. פינטל.

לאמיר עס צולייגן: דא איז מען דן צו מעליצער רבי וויל א) אז די קינדער זאלן זיין אונטער די רשות פון די עלטערן אפגעזען וואסערע פייניגונגען זיי גייען דורכגיין, אדער ב) ער האלט פשוט אז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען די קינדער איז אויב גיבט מען קאסטעדי פאר די עלטערן. ברענגסטו א קעיס וואס די געריכט וויל געבן קאסטעדי נישט פאר די מאמע און אזוי זאל דאס קינד ארויסגיין, און ער וויל עס זאל דוקא יא זיין מיט די מאמע. דאס ווייזט אויף די ערשטע מהלך אדער די צווייטע?

לייג צו די פאקט אז די מאמע האט קלארגעשטעלט אויף 100 פראצענט אז זי וויל בשום אין אופן נישט ארויסלאזן די קינד פון לב טהור
און לייג צו די פאקט אז די מעליצער רבי האט געטון 0 עסקנות אדער פעילות אין די הורוויץ קעיס
סך הכל האט איז ער געווען אין מאנסי, און דארטן געזאגט פאר איינעם אז די הורוויץ קינדער דארפן גיין מיט די מאמע און צוזאמען ארויסגיין פון לב טהור, א שיינע טעאריע....
די ערשטע הירינג איז געווען איבער די קינדער פון ר' יואל מארקוס (שוין א לענגערע צייט אינדרויסן פון לב טהור) וואס האט געוואלט ארויסנעמען זיינע קינדער פונעם שעלטער ארויס פון גוואטעמאלא, און אין די זעלבע צייט האט אוריאל גאלדמאן, וואס איז די זיידע פון די קינדער און פאטער פון ר' יואל'ס געוועזענע ווייב, צוזאמען מיט זיין פאמיליע, געוואלט ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער צו זיי אין לב טהור דורכ'ן טוהן די זעלבע שמוציגע אקט פון איבערגעבן קאסטעדי פאר א גויאישע פארפאלק.
די דאזיגע הירינג האט געזאלט זיין די לעצטע הירינג אויף די קעיס און זיך געדארפט ענדיגן מיט די באפרייאונג פון די קינדער צו איינע פון די צדדים, למעשה האט זיך געמאכט א פראבלעם אז טייל פון די קינדער ליידן אויף טשיקן פאקס, און די רעגירונג פארלאנגט אז די קינדער ברויכן זיין אין בעסטן צושטאנד ביים אריבערגיין צו די משפחה מיטגלידער, ממילא האט מען אפגעשטופט די פיינעל הירינג.
די עסקנים האבן אויפגענומען דעם אורטייל מיט פארלייכטערונג, נאכדעם וואס זיי האבן נאך געדארפט האבן אביסל צייט צו באפעסטיגן זייער קעיס פאר די פיינעל הירינג, זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען טאקע אן צום טאטנ'ס הענט בעז"ה.
די צווייטע הירינג איז געווען איבער די קינדער פון יואל ראזנער חתן נחמן העלבראנץ, ווען א קרוב משפחה זיינער האט געפיילט קאסטעדי אויף זיינע קינדער און פארלאנגט ארויסצונעמען די קינדער צו זיך אהיים קיין אמעריקע.
דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס יואל ראזנער האט זיך געבראכן און געקומען צום געריכט הירינג, נאכדעם וואס ביז היינט האבן ער און די אנדערע עליטע לב טהור מיטגלידער בויקאטירט די גאנצע געריכט סיסטעם און די PGN, אבער זעענדיג אז ס'איז צרות ווי א בארג און ער גייט אט אט פארלירן זיינע קינדער, האט ער געמוזט קומען צום הירינג.
די לויער וואס פארטרעט לב טהור האט זעלבסט פארשטענדליך פארלאנגט אז מ'זאל נישט איבערגעבן קאסטעדי פאר די קרוב משפחה, אבער די ריכטער האט קלארגעשטעלט אז ער פלאנירט יא צו געבן קאסטעדי רעכט פאר די קרוב ביים ענדגילטיגן הירינג וואס גייט נאכפאלגן, אויף אזוי ווייט אז ער האט תיכף געגעבן די גרינע ליכט אז דער דאזיגער קרוב איז ערלויבט אריינצוגיין אינעם שעלטער צו באזוכן און רעדן צו די קינדער, אזױ אז ווען די לעצטע הירינג וועט פארקומען און ער וועט קענען ענדגילטיג ארויסנעמען די קינדער, זאלן זיי אים שוין קענען פון פאראויס, אז ס'זאל זיי זיין גרינגער די איבערגאנג.
אין אנדערע נייעס קומט היינט פאר א געריכט הירינג איבער די קינדער פונעם דע פאקטא לב טהור פירער חיים צבי מלכא.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
זיי האבן ארויס געגעבען א ווידאו נעכטען ווי איינער האט צירוק באקומען די קינדער צי לב טהור
וואס איז די מעשה פון יענס? מען רעדט נישט דערפון??
אדער ס'איז סתם נישט אמת?

קענסט ברענגען די קליפ?
איך ווייס נישט פון אזא זאך.

ס'איז נישט אויף ציברענגען
Screenshot 2025-04-24 134247.png
דאס זענען די זעלבע פורקי עול וואס האבן ארויסגענומען די קינדער מיט קאסטעדי פון א גוי'אישע פארפאלק רח"ל, ווי ברייט באריכטעט פאר פסח.