יא מען טוישט לעצטע נעמען אויך, כפי הנראה משפחת בויער הייסט שוין גאסנבויער, קאשאני הייסט קמחי אא"וו.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:29 amקוקט אויס אז נאר צולייגן נאך א נאמען, ווייל כ'זעה איינער דארטן הייסט העלבראנץ לעווי...Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 2:06 amסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 23, 2025 10:28 pm א שטיקל אילוסטראציע איבער די מאסיווע כח החידוש פון די הנהלה אויפצוקומען מיט נעמען וואס רעדן מער ווי סיי וועלכע וויץ איר וואלט געמאכט דערויף...
image000000.jpg
סתם נייגעריג, דער חכם קען אויך טוישן די לעצטע נאמען? און כהן לוי ישראל?...
איין באשעפער ווייסט וואס זענען די ראשי תיבות פון די נעמען וואס זענען נאר געשריבן די ערשטע אות... מיך קוקט שוין יעצט אויס די ארגסטע וואס קען זיין...
די העלבראנץ לעווי נאמען איז מסתמא די יתומים האלבע קינדער לבית לאווער - לעווי, צו וויסן ווער איז וועמענס קינד.
בכלל, אין גוואטעמאלע ביי די גוים ארבייט עס אויך אזוי, יעדער האט 2 לעצטע נעמען, איינס פון די טאטע זייט און איינס ווי די מאמע זייט, דהיינו א קאפל האט די טאטע נישט די לעצטע לעצטע נאמען ווי די ווייב, און די קינדער הייסן 2 לעצטע נעמען איינס ווי די זיידע פון די טאטע זייט און איינס ווי די זיידע פון די מאמע זייט.
די ר"ת פון כ. ה. איז כתריאל הילל, בנו של נחמן וואס דרייט זיך דאהי לעצטענס.
בעצם רוקט זיך זאכן רעכטס אויף לינקס... יחזקאל שרגא הייסט שרגא יחזקאל, אלטר ניסים הייסט ניסים אלטר, אהרן אריה טעללער הייסט אברהם יוסף יהודה, און זיין זוהן גאר הייסט שוין על שמו 'אריה' דוד... ליצים!
וויאזוי ווערט פון א אומשולדיגע 'אברהם' א 'תנחום שמעון ברכיה', ווייסט איין באשעפער....