א געזונטן זומער, און א פרייליכן זונטאג נדחה.
מיר אלע קענען דעם זיידע מענטאליטעט, אונזערע באליבטע זיידעס, דער דור נאכ'ן קריג וועלכע האבן מיט בלוט און שווייס, מיט ציין און פאלשע ציין, אויפגעשטעלט דעם דור, און געוויס טוען מיר זיי רעספעקטירן גאר שטארק.
אין א לייכטערע געמיט קענען מיר די זיידעס מיט זייערע אייגנארטיגע שטריכן, און אייגנארטיגע וויצן, וואס ביי זיי זענען די אלטע וויצן-ביכער הייליג אפגעהיטן.
שביעי של פסח פרעגט ער "וויאזוי איז דער יחץ געלונגען?"
סוכות פרעגט ער "זאג נאהּר, וואס האסטע נעכטן געבעטן פאר אפיקומן?"
פונעם כתה ג' אינגעלע פרעגט ער "אינגעלע, ביסט שוין געגאנגען אין כתה בּ'? און יעצט גייסטע אין כתה ב'? הע?"
פורים פרעגט ער "האסט א תירץ אויפ'ן בית יוסף'ס קשיא?"
פונעם אינגערמאנטשיק וואס איז געפארן קיין פלאָרידע פרעגט ער "וואס זאגט דער דאקטאר?"
ביים אייניקל'ס באווארפן וועט ער נאכאנאנד שיילן שווערע ליצנות פון די היינטיגע שטריימלעך "שוין באלד דארף מען א העליקאָפּטער צו אויסטאָן דעם שטריימל"
ביים טיילן חנוכה געלט וועט ער נישט פארגעסן צו קרעכצן מיט אזא באנאנע שמייכל אז "די היינטיגע קינדער מוז מען טיילן געלט זיי זאלן האלטן ביי עפעס... איי, אין אונזערע צייטן... הערסטע שלמה'לע? א פראסק האט אלעמאל געארבעט בעסער ווי די צוויי טאָלער..."
אפגערעדט אז די היינטיגע קורסעס למיניהם וועלן אים ממש שטעלן אויף די פאדערשטע פוס "שעפער זיסער! באלד מאכט מען א קורס וויאזוי צו נוצן שכל? הע? נע, דעמאלס וועלן די אלע גנבים (דער ווארט "גנבים" דרוקט ער מיט אזא אזלא-גרש מגילת איכה תנועה) ארויסגיין פון ביזנעס".
די זיידעס וועלן געווענליך גלייכן צו טון מאדנע זאכן, א שטייגער ווי אנטון די ברילן אונטער די נאז, אדער אנטון דעם הוט פארקערט (מיט'ן ברום ארויף, ווי א טאפ אויפ'ן קאפ) צו מאכן די אייניקלעך שפרינגען און שרייען "זיידי, ביסט פאני!" און ער וועט דערווייל שפילן טאמעוואטע, זיך האלטנדיג די פארעלטערטע געדערים זאלן נישט צעפארן ווערן פון די ווילדע געלעכטער כוואליעס.
און לאמיר נישט פארגעסן פון די שטייפע האריגע קניפ-אין-בעקעלע אין וועלכע ער גלייכט צו מישן זיינע פארטריקנטע אפגעדינטע פינגער מיט בן-דרוסאי רויע באק פלייש פונעם קינד.
די זיידעס האבן אזעלכע אינטערסאנטע תאוות אויך... ווען זיין אייניקל מאכט א שמחה וועט ער זיין באזארגט די גאנצע וואך צי ער וועט באקומען א ברעטל, און אויב נישט כאטש אן עליה; ווען ער האט עטליכע אייניקלעך ביי א סעודה וועט עס אים קאסטן זיין עונג שבת צו אויסרעכענען פאר וועמען צו געבן דאס בענטשן - כאילו איינער קעירט; אפגערעדט אז האלטן דרשות [און נאכאנאנד שישקען פאר די מעכי-צאָפעם] איז אויף זיין טאפ פריאריטעט ליסטע.
און אזוי קען מען רעדן, זאגן, שרייבן, און לאכן...
לאמיר זיך נישט פאפן, די אלע וויצן און שטיקעס זענען טייל פון די וויכטיגע באשטאנדטיילן מיט וואס אונזערע זיידעס זענען צוזאמגעפלאכטן, און דאס שאפט זייער זקן מלא רחמים'דיגע כאראקטער וואס מיר קענען.
אבער לאמיר מישן אפאר טרעקס, און ליינען וואס עפעס א קארני אינגערמאנשיקל אויף "אידטיש" וועט שרייבן 60 יאר ארום, זיך באציענדיג צו זיינע זיידעס - זאלן מיר עס אלע דערלעבן געזונטערהייט:
א געזונטן זומער, און א פרייליכן זונטאג נדחה.
מיר אלע קענען דעם זיידע מענטאליטעט, אונזערע באליבטע זיידעס, דער דור נאכ'ן מענטל העלט אויפוואכונג וועלכע האבן מיט בלוט און שווייס, מיט ציין און פאלשע ציין, אויפגעשטעלט דעם דור, און געוויס טוען מיר זיי רעספעקטירן גאר שטארק.
אין א לייכטערע געמיט קענען מיר די זיידעס מיט זייערע אייגנארטיגע שטריכן, און אייגנארטיגע וויצן, וואס ביי זיי זענען די אלטע וויצן-ביכער הייליג אפגעהיטן.
ערב פסח שיקט ער ארום א בילד פון א גאנצע קאך באדעקט אין זילבער פאפיר...
אין א קופקע מיט אנדערע זיידעלעך וועט אלעמאל זיין דער זיידע וואס וועט זאגן דעם וויץ "מיין ווייב מיינט כ'בין א מקובל, זי בעט כ'זאל נישט פארגעסן די שמות... כיכיכי..." און דאן וועט עפעס א צווייטע זיידעלע ענטפערן "אה, האלאו, כ'רוף אייך אלע צום סיום, כ'האב געענדיגט גאנץ שס... און... יעצט... דארף איך אנהייבן פייסעכיג מאכן די שלחן ערוך... פחחחחח..."
ערב סוכות שרייבט ער אויף סטאטוס וויצן איבער די טרעפיק, און רעגט זיך אויף די פייפערייען... - כאילו ער אליינס פייפט נישט ווי א בעזים טראק.
פורים וועט ער ארומלויפן א שיכור-געמאכטער און שרייען פאר אלע ניכטערע אינגעלייט "העי! וואס ביסטו דעפרעסט?! ס'פורים האלאו..."
חול המועד האט ער אזא אינטערסאנטע מנהג צו פאוסטן אויף סטאטוס וויצן פארוואס ער פאוסט נישט קיין בילד פון זיי דזשי פי עס.
און לאמיר נישט פארגעסן פון די זיסע ווערטער וואס די זיידעס גלייכן צו נוצן, ווי "אורח" [אדער די מער פארגעשריטענע זאגן "אורח הכבוד"], דאָאָד, בּראָו, וכדומה.
די זיידעס האבן אזעלכע אינטערסאנטע תאוות אויך... אין א זיידע שמועס וועסטו אייביג זען ווי רוב מיטשמועסער זענען נאר פארנומען ענטפערן קרום און מיט אויסגעדראשענע וויצן... "ווען איז דער זמן?" פרעגט איין תמימות'דיגע זיידע פרייטאג נאכמיטאג, "היינט נאכמיטאג" ענטפערט דער צינישער לץ, אין אלע באטייליגטע פארגייען אין א געלעכטער... (עפעס זאגט מען אז ווען ס'געווען דער שווארצע מגיפה (אדער קאוויד? וועלכע מגיפה איז געווען 50 יאר צוריק?) האבן אלע פון יענע דור געכאפט א רוק און יעדער מיינט מ'מוז זיין א לץ, @מסתמא וועט אפשר וויסן מער, און @נקודות טובות וועט אפשר קענען אפפרעגן דעם טעאריע).
ביי שמחות ווען מ'הייבט אן א ניגון, וועלן זיי אלעמאל זוכן צו ווייזן אז זיי געבן נישט קיין שום פראבלעם פאר דעם ניגון, און וועלן זינגען אףף טאן דוקא צו פארדרייען דעם ניגון - מאנכע צייכענען עס אן צו דעם אז די חברה קענען פשוט נישט זינגען דערפאר פרובירן זיי עס צו מאכן ווי א גאנצע שטיק צו זינגען אףף טאן.
באזונדער האבן די חברה ליב צו אפרעכטן "פּרענקס" איינער אויפ'ן צווייטן, און טראצדעם וואס ס'בכלל נישט פאני, וועט מען אלעמאל לאכן פאר וואכן נאכאנאנד. זיידע א' זעצט זיך אראפ, זיידע ב' לייגט אים אונטער א טעלער קעטשאפ, און זיידעס ג' ד' ה' וגו' רייסן זיך פאר געלעכטער.
-
עניוועי, כ'דארף לויפן, סא העמיר דרוקן "שיק" וויאזוי ס'שטייט און גייט, און אדרבה, קומטס אריין צולייגן פון די זיסע וויצן וואס אונזערע אייניקלעך וועלן נוצן צו טריפן אויף אונז.
אונטערשטע שורה: לאך נישט פון אונזערע זיידעס, ווייל מיר האלטן שוין פעסט אינמיטן אוועקשטעלן א פרישע דור זיידעס מיט אלע קלאפער-געצייג.
הצלחה מיט שמחה.
מיר זענען וויצלערס, מיר זענען זיידעס
מיר זענען וויצלערס, מיר זענען זיידעס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2588
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6110
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
פיין. גאר פיין. טיפיקל פופציגער. אוי דיין שפראך. און דיינע רעיונות. און דיין נאך-מענטל-העלט עפאכע דייאגנאז, בקיצור די גאנצע מעשה.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7265
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
דער זיידע איז א תלמוד חכם!!!
אין הלכות חנוכה סימן תר"ע פרעגט דער בית יוסף
ואיכא למידק למה קבעו שמנה ימים דכיון דשמן שבפך היה בו כדי להדליק לילה אחת ונמצא שלא נעשה הנס אלא בשבעה לילות
אין הלכות פורים סימן תרפ"ח פרעגט דער בית יוסף
האסט זייער גוט געשריבן סתם אזוי... לאמיר אריינכאפן כל זמן אונז זענען נאך אביסל אינגער..."ואיכא למידק, למה חילקו מצוה זו לימים חלוקים, וקבעו יום מיוחד לפרזים ויום מיוחד לכרכים, מה שאין כן בשאר המצות? ותירץ הר"ן וכו' , "
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4838
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14428
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
אהההההה! פופציייי!
שוין לאנג נישט געשפירט די בויך ווייטאג נאכן ליינען אן ארטיקל... זיך געלוינט צו ווארטן.
אבער וואס איז נאכמער שטוינענד איז, ווי אין יעדע שורה פון הומאר ליגט אזויפיל אמת. הערליך. געוואלדיג. מורא'דיג.
איינער'טעך שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט א גוטע שרייבער? איך האלט דו וואלטסט געדארפט שרייבן אין א מאגאזין, די וועלט דארף הנאה האבן פון דיר...
שוין לאנג נישט געשפירט די בויך ווייטאג נאכן ליינען אן ארטיקל... זיך געלוינט צו ווארטן.
אבער וואס איז נאכמער שטוינענד איז, ווי אין יעדע שורה פון הומאר ליגט אזויפיל אמת. הערליך. געוואלדיג. מורא'דיג.
איינער'טעך שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט א גוטע שרייבער? איך האלט דו וואלטסט געדארפט שרייבן אין א מאגאזין, די וועלט דארף הנאה האבן פון דיר...
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
נייס פיעס!
איינער האט מיר ספעציעל געשיקט א לינק דאס צו ליינען.
איינער האט מיר ספעציעל געשיקט א לינק דאס צו ליינען.
- יקל פעדער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
- Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
- x 248
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
פיין געלאכט.
שכח @שאינו יודע לשאול פארן צו ווייזן...
יעצט כאפעך וואס @פופצי איז דא געווען היינט...
שכח @שאינו יודע לשאול פארן צו ווייזן...
יעצט כאפעך וואס @פופצי איז דא געווען היינט...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
- שאול
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 140
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:31 pm
- Location: נייעס
- x 2587
Re: מיר זענען וויצלער, מיר זענען זיידעס.
@פופצי עס יוזשעל (אדער מער...).
פיין געלאכט, שטארק הנאה געהאט, און דער פוינט האלט אימיטן זיך פארדייען און אריינגיין אין קאפ עס צו נעמען ערענסט אין געדאנק.
באמת א שכח!
פיין געלאכט, שטארק הנאה געהאט, און דער פוינט האלט אימיטן זיך פארדייען און אריינגיין אין קאפ עס צו נעמען ערענסט אין געדאנק.
באמת א שכח!
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: מיר זענען וויצלערס, מיר זענען זיידעס
וואף!!!!!! נאו ווארד"ס!!
סציפט אביסל.. ווא טו מיר?
קומטס אריין מיט עפעס דזשאוקס וואס וועט יא זיין אינטערעסאנט אין 60 יאר ארום! ASAP
סציפט אביסל.. ווא טו מיר?
קומטס אריין מיט עפעס דזשאוקס וואס וועט יא זיין אינטערעסאנט אין 60 יאר ארום! ASAP