גערעכט
און איך האב שוין פארראכטן מיין תגובה,
כהאב געמיינט צו זאגן אז ער איז נישט אזוי היימיש, און פארשטייט זיך אז די חשובע עסקנים ווילן נישט אז די יוצאים זאלן זיין א שוואכערע מדריגה אידישקייט ווי זיי אליינס.
פיין, אבער אין לב טמא איז מען דאך נישט קיין בעיסיק איד אויכעט נישט
לא זכיתי להבין
און ממילא איז נישט קיין ווייטאג אזא זאך?
1) ער גייט נישט וואוינען ביי זיין ברודער
2) זיין ברודער וויל אז מתתי' פרץ זאל זיין א חסידיש לעכטיג בחור, און דער ברודער גופא איז אויך אן ערליכער בעצם, בחיצוניות זעט ער אויס אנדערש, קרעדיט פאר לב טמא
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 15, 2025 11:57 pm
פארוואס הערט בכלל די געריכט אויס די לב טמא'ניקעס?
פארוואס האבן זיי א כוח צו צושטערן אלע ארבעט וואס די עסקנים לייגן אריין?
די גוואטאמאלע רעגירונג ווייסט דאך יא וואס פאר א רוצחים די חברה זענען..
ביטע אויב מען קען ערקלערן פארן ציבור.
עס איז א לענגערע תשובה. אין איין שורה איז די ענטפער אז אין קרימענאל קאורט ווייסט מען גוט ווער די רוצחים זענען, און ס'זיצן שווערע קלאגעס אויף די אלע קולט פירער.
משא''כ די דיון איבער די קינדער קומען געווענליך אן אין פעמילי קאורט, וואס דארטן איז מען נישט דן איבער די רציחות פון לב טהור.
היינט איז פארגעקומען א הערליכע מעמד שמחת החג, צוגעשטעלט דורך הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו, אויף א שיף, פאר אלע יוצאי לב טהור און אלע עסקני המערכה.
עס האבן מהנה געווען חברה שירה אינאיינעם מיט ר' דובי מייזעלס און ר' שמעון יואל וועבער.
מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און ממשיך געווען אין לעבעדיגע ריקודין, די שמחה און התרגשות איז געווען עד אין קצבה ווען יעדער האט געלויבט השי''ת אויף זיין פריוואטע יציאת מצרים.
אינצווישן האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הרב שמואל פוקס שליט''א, הרה''ג ר' נתן העלבראנץ שליט''א, און שפעטער הרה''ג ר' יואל העניך העלבראנץ שליט''א. מגוואטמאלא גאלתנו!
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 17, 2025 6:34 pm

וויפיל יוצאים?
כמעט אלע
עטליכע זענען נישט געווען עוועליבל, אבער כמעט אלע יוצאים וועלעכע וואוינען אין אמעריקע האבן זיך באטייליגט.
עס איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס ווען מען האט געטאנצן 'לב טהור ברא לי'...