כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 1294

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

די תירוץ איז זייער פשוט. נאך אלעם זענען מיר אידישע קינדער, און אויב א בעל עבירה וויל תשובה טוהן, איז אלץ דא א וועג צוריק אפילו ער האט אפגעטוהן די הארבסטע עבירות, פארשטייט זיך אויב איז מען באמת איבערצייגט אז ער מיינט עס טאקע אמת'דיג און ער האט באמת חרטה און ער וויל אנהייבן א פרישע בלאט ווי א ריינע ערליכע איד.

ווי קען זיין א גרעסערע ראי' ווי דאס אז אזויפיל געוועזענע לב טהור מיטגלידער וואס האבן זיך געשוואוירן אין דעם פלאץ און געהאלטן אז די אלע שמוץ וואס קומט פאר איז גאר הייליגע תיקונים וכדו', זענען היינט די גרעסטע קעגנער פאר דעם פלאץ און גייען פייער אז די פלאץ זאל ווערן גענצליך פארניכטעט און ארויסראטעווען יעדעם איינעם פון דארטן, וויבאלד זיי האבן אנערקענט אין די טומאה און פאלשקייט פון דעם כת, און די פירער דארטן זענען פונקט אזוי געווען פארכאפט אין מח אין דעם קולט.

ממילא, ווילאנג דער פירער זיצט אין תפיסה אבער ער וויל נישט צוריקציען פון זיינע אומווערדיגע מעשים און ער האלט גאר ווייטער אן שטילערהייט זיינע פירערשאפט לייצעס מיטן ארויסשיקן די באפעלן פאר'ן קולט באהאלטענערהייט, איז א שמחה און א פרייד אז ער זיצט און תפיסה און אז ער פארלירט זיינע אפיעלס, וויבאלד אזא רשע טאר נישט זיין אויף דער פריי, אבער די מינוט וואס א פירער האט באמת חרטה און ער וויל באמת אנהייבן א פרישע בלאט, איז זיין בלוט גארנישט ווייניגער רויט ווי אנדערע אידישע נפשות וואס ברויכן ארויסגעראטעוועט ווערן פון דעם פארשאלטענעם מקום.

און טאקע די דאזיגע פאסירונג איז די שטערקסטע צייכן אויף ווי ווייט ס'גייט די אמת'ע ריינע צילן פון די געטרייע עסקנים אינעם פרשה, מיט די זעלבע מאס מסירות נפש וואס זיי האבן זיך אוועקגעגעבן פאר די אומשולדיגע קליינע קינדערלעך זיי ארויסצוראטעווען פון די נעגל פון זייערע אונטערדרוקער, אויפן זעלבן שטאפל האבן זיי זיך צוריסן און אוועקגעגעבן זייער גאנצע שלאף ביינאכט ארויסצוהעלפן און צושטאנד ברענגען די באפרייאונג פון טאקע אט די זעלבע געוועזענע קולט פירער, וויבאלד זיי זענען חלילה נישט דא מיט קיין פערזענליכע נגיעות און פריוואטע נקמה, זיי זענען דא מיט איין ציל: גענצליך אונטערצוברענגען דעם פארשאלטענעם כת און ארויסברענגען אלע מיטגלידער פון דארטן און זיי זאלן ווערן אמת'ע ערליכע תורה-טרייע אידן, און דעריבער זענען זיי גרייט מיט די זעלבע מאס מסירות נפש ארויסצוראטעווען אויכעט די קולט פירער ווי נאר זיי זענען באמת דערביי אפצולאזן זייערע נידריגע מעשים און ווערן א אמת'ע ערליכע איד.

פארשטייט זיך אז ס'איז דא צווישן די פירער אויך אזעלכע וואס מ'טאר ממש נישט שטיין מיט זיי אין פארבינדונג צוליב זייער עקסטרעם אויסנאמליכע רשעות און אכזריות און שוידערליכע שמוץ וואס זיי האבן אפגעטוהן, און די גאלאנען אמושולדיג אידיש בלוט וואס זיי האבן טעגליך פארגאסן און געטרינקען מיט גרויס הנאה און סאדיזם ערלויבט נישט פאר אזעלכע חיות בצורת אדם צו ווערן נארמאלע וואוילע אידן, אבער די רעדע דא איז פון די געווענליכע פירער וואס האבן נאך געהאט עטוואס איינגעהאלטנקייט אין זיך און זייער אידישע פינק טוליעט נאך ביי זיי אין הארץ צו זוכן באמת א דרך תשובה, אדער גאר אזעלכע געציילטע וואס זענען געצווינגען אדער געברעינוואשט געווארן דורכצופירן פארשידענע געמיינע אקטן פאר די הנהלה, און פאר זיי איז נאך יא דא א אויסוועג און א דרך תשובה פאר זיי טאמער זיי מיינען עס באמת.
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 295

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am ברעיקינג!

דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.

ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.

אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
אך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי ארבעט דאס אז ווען מען פראפאגאנדירט די דורכברוך איז ער 'פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור', און ווען מען הייבט אן פרעגן דערויף ווערט ער פלוצלינג 'פון די געווענליכע פירער' 'נאר געווען אויף די געלט זאכן' (וואס אגב ביי די שמועס איבער זיין שווער איז עס אויך געגאנגען אויף די מהלך...)????

ועוד, אונז אלע ווייס מיר למעשה וויפיל מעשה רשע די הנהלה האט געטוהן דארט, וויאזוי פונקטליך וויל מען אז אונז, ערליכע אידן, זאלן זיי יעצט אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס און פארגעסן וואס זיי האבן א רגע צוריק געטוהן??
הא'וו אבאו'ט איך מאך יעצט א קימחא דפסחא קאמפיין פאר לייבי קלעצקי'ס מערדער און איך זאג אז ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט תשובה געטוהן און אז ער האט עס נאר געטוהן ווען ר איז געווען אין א מאמענט פון משוגעת וכו' וכו'?? ווער עס וואלט מיר געגעבן א דאלאר זאל יעצט אויפהייבן די הענט....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 854

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

@סענס אף יומער און @Think and Thank זיכער אז יעצט האבן זיי א דין רודף און מ'דארף טון אלעס אין די וועלט זיי אפצושטעלן, אבער איך האב מיר באצויגן צו די וואס זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה, אדער די וואס זאגן אז תשובה איז נאר אויף יענע וועלט.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2493
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5883

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:21 pm אך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי ארבעט דאס אז ווען מען פראפאגאנדירט די דורכברוך איז ער 'פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור', און ווען מען הייבט אן פרעגן דערויף ווערט ער פלוצלינג 'פון די געווענליכע פירער' 'נאר געווען אויף די געלט זאכן' (וואס אגב ביי די שמועס איבער זיין שווער איז עס אויך געגאנגען אויף די מהלך...)????
נישט ריכטיג לדעתי. ווייל יעדע זאך קומט אין זיין קאנטעקסט. ווען מען רעדט אז האט זיך אפגעלאזט פון די כת איז עס א חידוש אז כאטש וואס ער איז געווען אזוי אקטיוו פארבינדן מיט די פירערשאפט דאך האט ער געמאכט א יו טורן ב"ה. ווידער ווען מען רעדט פון די מעשי רשע פון די הנהגה קלארט ער אויס אז ער איז נישט געווען פון די קעפ אליינס נאר א שטארקע עסקן פאר זיי.
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 258

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנעקדאט »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:21 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am ברעיקינג!

דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.

ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.

אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
אך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי ארבעט דאס אז ווען מען פראפאגאנדירט די דורכברוך איז ער 'פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור', און ווען מען הייבט אן פרעגן דערויף ווערט ער פלוצלינג 'פון די געווענליכע פירער' 'נאר געווען אויף די געלט זאכן' (וואס אגב ביי די שמועס איבער זיין שווער איז עס אויך געגאנגען אויף די מהלך...)????

ועוד, אונז אלע ווייס מיר למעשה וויפיל מעשה רשע די הנהלה האט געטוהן דארט, וויאזוי פונקטליך וויל מען אז אונז, ערליכע אידן, זאלן זיי יעצט אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס און פארגעסן וואס זיי האבן א רגע צוריק געטוהן??
הא'וו אבאו'ט איך מאך יעצט א קימחא דפסחא קאמפיין פאר לייבי קלעצקי'ס מערדער און איך זאג אז ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט תשובה געטוהן און אז ער האט עס נאר געטוהן ווען ר איז געווען אין א מאמענט פון משוגעת וכו' וכו'?? ווער עס וואלט מיר געגעבן א דאלאר זאל יעצט אויפהייבן די הענט....
איך מיין ס'איז פארקערט, באמת איז ער טאקע נאר געווען אויף די געלט זאכן וכו', אבער צו פייערן די הצלחה האט @סענס אף יומער געוואלט מאכן אביסל מצב, האט ער אים אזוי אנגערופן...
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 295

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:55 pm

אבער דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו אזא זאך, ווען אידן איבער די וועלט וועלן אים יעצט דארפן אויפנעמען כאחד משלנו, קען מען זיך נישט ארומשפילן מיט ווערטער נאר צו מאכן 'אביסל מצב'.....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2493
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5883

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

האמיר דא זייער א שטרענגער מנהיג. איך האף ער גייט נישט זיין פון די בי"ד של מעלה
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 295

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:02 pm האמיר דא זייער א שטרענגער מנהיג. איך האף ער גייט נישט זיין פון די בי"ד של מעלה
כאפ נאר א בליק אויפ'ן אינטערשריפט..... דער מנהיג איז מנהיג איבערן ב''ד של מעלה אויכעט.....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1496
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2368

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).

תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
דאס איז די עכטע הנהלה
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
זאגצעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 10:39 pm
x 47

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאגצעם »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am ברעיקינג!

דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.

ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.

אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
וויאזוי ווייסט מען אז ער מאכט נישט קיין שפיל?
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3927

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:16 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).

תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
דאס איז די עכטע הנהלה
ניסן יהושע יהודא איז אויך נאר עסקנות
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3927

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שוידערליכע אפדעיט בנוגע פסח אין די שעלטערס
דורך העסקן ר' יצחק טייכמאן
https://www.dropbox.com/scl/fi/irxazsa2 ... euvin&dl=0
לעבער אייער
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 51

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך
בנצי
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 48

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בנצי »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:00 pm שוידערליכע אפדעיט בנוגע פסח אין די שעלטערס
דורך העסקן ר' יצחק טייכמאן
https://www.dropbox.com/scl/fi/irxazsa2 ... euvin&dl=0
מען קען געטרויען א פארהאנדלונג מיט ל"ט פונקט ווי מען געטרויעט א פארהאנדלונג מיט כאמאס אדער סיי וועלכע אנדערע טעראר גרופע.

ס'קומט צו וויינען, די צער פון די קינדער, עסקנים, די צער פון די שכינה כשהן יורדין יורדין עד לעפר.

השי"ת ירחם על האומללים שיצאו מעבדות לחירות ומיגון לשמחה ומאפילה לאור גדול השתא בעגלא ובזמן קריב
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 154

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:00 pm שוידערליכע אפדעיט בנוגע פסח אין די שעלטערס
דורך העסקן ר' יצחק טייכמאן
https://www.dropbox.com/scl/fi/irxazsa2 ... euvin&dl=0
איינער קען עס לייגן אויף דרייוו ביטע?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2963

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

מכבי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:48 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:00 pm שוידערליכע אפדעיט בנוגע פסח אין די שעלטערס
דורך העסקן ר' יצחק טייכמאן
https://www.dropbox.com/scl/fi/irxazsa2 ... euvin&dl=0
איינער קען עס לייגן אויף דרייוו ביטע?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2794
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7854

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

כ’האב גערעדט מיט איינעם פון די יוצאי לב טהור, און אנגעפרעגט אויף דעם וואס מ’זעט געוויסע יוצאים אז זיי זענען נאך צוגעבינדן צום פארשאלטענעם כת, און שיקן זאגאר געלט און מאראלישע שטיצע אהיןץ פרובירנדיג צו שטערן די הייליגע עסקנים.

זאגט ער מיר אז דער פאקט איז אז די וועלכע זענען ארויס פון דארט פון אייגענעם ווילן אדער אנערקענונג - אפילו אויב אנערקענונג מיינט יעצט מיטן אויפשאקלונג, זיי ערהוילן זיך בס"ד.

אבער די וואס זענען ארויסגעצווינגען געווארן, צי איז עס לעגאל וכו’ אדער אנדערע אורזאכן, לעבן נאך אסאך אין יענעם באבל.

אלזא, כבין נישט קיין דעת תורה, אבער כקלער אז מברויך אבאכט געבן ווען מלאזט ארויס א מערדער וואס זוכט פשוט צו אנטלויפן פון קלאגעס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
דעת תורה
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:58 pm
x 24

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דעת תורה »

לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2794
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7854

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

דעת תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.

כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.

אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3927

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
דעת תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.

כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.

אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
הרב פופציגער שרייבט זייער גוט. יענע קליקע באשטייט פון 2 חברה וועלעכע זענען נישט קיין יוצאים, נאר פשוט די אמעריקאנע רעגירונג לאזט זיי נישט ארויס צוליב די קידנעפינג.זיי זענען 2 לב טהור'ניקעס וועלעכע זענען פשוט סטאק געבליבן אין אמעריקע, זיי מאכן אפשר א רושם פון יוצאים, אבער זיי זענען 'מתעכבים'.

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:58 pm
אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:55 pm
מנהיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:21 pm
אך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי ארבעט דאס אז ווען מען פראפאגאנדירט די דורכברוך איז ער 'פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור', און ווען מען הייבט אן פרעגן דערויף ווערט ער פלוצלינג 'פון די געווענליכע פירער' 'נאר געווען אויף די געלט זאכן' (וואס אגב ביי די שמועס איבער זיין שווער איז עס אויך געגאנגען אויף די מהלך...)????

ועוד, אונז אלע ווייס מיר למעשה וויפיל מעשה רשע די הנהלה האט געטוהן דארט, וויאזוי פונקטליך וויל מען אז אונז, ערליכע אידן, זאלן זיי יעצט אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס און פארגעסן וואס זיי האבן א רגע צוריק געטוהן??
הא'וו אבאו'ט איך מאך יעצט א קימחא דפסחא קאמפיין פאר לייבי קלעצקי'ס מערדער און איך זאג אז ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט תשובה געטוהן און אז ער האט עס נאר געטוהן ווען ר איז געווען אין א מאמענט פון משוגעת וכו' וכו'?? ווער עס וואלט מיר געגעבן א דאלאר זאל יעצט אויפהייבן די הענט....
איך מיין ס'איז פארקערט, באמת איז ער טאקע נאר געווען אויף די געלט זאכן וכו', אבער צו פייערן די הצלחה האט @סענס אף יומער געוואלט מאכן אביסל מצב, האט ער אים אזוי אנגערופן...
אבער דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו אזא זאך, ווען אידן איבער די וועלט וועלן אים יעצט דארפן אויפנעמען כאחד משלנו, קען מען זיך נישט ארומשפילן מיט ווערטער נאר צו מאכן 'אביסל מצב'.....
עס איז בכלל נישט קיין סתירה
ער איז נאר געווען אין די געלט זאכן. נישט געגעבן מלקות און תיקונים. דאס איז א מציאות וואס איר קענט אליין מברר זיין.
מיט עסקנות איז ער געווען א גרויסע פירער און קנאקער.
ס'איז נישט קיין סתירה.
די מציאות איז אז זיין ארויסגיין צושאקעלט די זאך פיין.
קיין מערדער וועט מען אודאי נישט ארויסנעמען פון דארט.
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3927

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

זאגצעם האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:36 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am ברעיקינג!

דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.

ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.

אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
וויאזוי ווייסט מען אז ער מאכט נישט קיין שפיל?
מ'האט עס אויסגעארבעט מיט אים. בלום און גרינהוט האבן נאך אזויפיל שכל
נצחו
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:19 pm
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נצחו »

זכריה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:31 am שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
סתם אנציען די נערווען איז נישט ריכטיג
קום אריין מיט עפעס דיטעילס
נצחו
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:19 pm
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נצחו »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
דעת תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.

כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.

אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
הרב פופציגער שרייבט זייער גוט. יענע קליקע באשטייט פון 2 חברה וועלעכע זענען נישט קיין יוצאים, נאר פשוט די אמעריקאנע רעגירונג לאזט זיי נישט ארויס צוליב די קידנעפינג.זיי זענען 2 לב טהור'ניקעס וועלעכע זענען פשוט סטאק געבליבן אין אמעריקע, זיי מאכן אפשר א רושם פון יוצאים, אבער זיי זענען 'מתעכבים'.
מעג מען דא זאגן די 2 נעמען?
שרייב פאוסט