כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:46 pm טייכמאן איז געפארן אינאיינעם מיט ר' שמעון פאזען, ר' עזרא משה כיירא, און ר' אברהם בראווער
דאס איז שוין איינס פון עטליכע נסיעות וואס די עסקנים האבן אדורכגעפירט צו ברענגן צרכי יום טוב
"טייכמאן מיט ר' שמעון פאזען וכו'...

אנטשולדיגט, דער "טייכמאן" איז עפעס דיין חבר? - אים גיבסטו נישט קיין ר'? - עפעס דרך-ארץ פאר א איד וואס טוט זיך אויס דאס העמד פאר א איד, לאזט אפ דאס גאנצע שטוב אום ערב-פסח און שטרעקט אויס דאס האלדז פאר אידישע קינדער.

איך בין מוחה און איך פארלאנג פון דיר צו פארריכטן די תגובה ווי פריער. אויב נישט וועל איך דאס באריכטן צו די הנהלה.
פאראכטן. געמיינט צו ממשיך זיין די תגובה וואס איך האב צוטירט, אזא בחינה ווי דברי המתחיל. איך האב וויפיל ר'ס איר ווילט און איך טייל זיי גערן אויס...
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2357

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

אה, ומודה ועוזב ירוחם... נעקסטע מאל טוה נישט אזאנס...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:05 pm אה, ומודה ועוזב ירוחם... נעקסטע מאל טוה נישט אזאנס...
:lol:
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 339

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פרייער פויגל »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:46 pm טייכמאן איז געפארן אינאיינעם מיט ר' שמעון פאזען, ר' עזרא משה כיירא, און ר' אברהם בראווער
דאס איז שוין איינס פון עטליכע נסיעות וואס די עסקנים האבן אדורכגעפירט צו ברענגן צרכי יום טוב
"טייכמאן מיט ר' שמעון פאזען וכו'...

אנטשולדיגט, דער "טייכמאן" איז עפעס דיין חבר? - אים גיבסטו נישט קיין ר'? - עפעס דרך-ארץ פאר א איד וואס טוט זיך אויס דאס העמד פאר א איד, לאזט אפ דאס גאנצע שטוב אום ערב-פסח און שטרעקט אויס דאס האלדז פאר אידישע קינדער.

איך בין מוחה און איך פארלאנג פון דיר צו פארריכטן די תגובה ווי פריער. אויב נישט וועל איך דאס באריכטן צו די הנהלה.
גיוואאאלד!!!!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9879

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 9:48 pm חסדי השם כי לא תמנו!
די ערשטע בחור'ל צו באפרייט ווערן פון די שעלטער ווי עס געפינען זיך 13 איינגעשפארטע בחורים'לעך און לב טהור קעמפט מיט ציין און נעגל מ'זאל זיי נישט ארויסלאזן פון דארט.
הב' מתתיהו פרץ מלכא נ''י איז היינט באפרייט געווארן פון די שעלטער, און פארשטייט זיך פון לב טהור. ער פארט קיין אמעריקע זיך פאראייניגן מיט זיינע איבריגע ברודער משפחת מלכא-קעניג. ער פארמאגט נאך איין איבערגעבליבענע ברודער אין לב טהור חיים צבי מלכא וועלעכע איז דער פאקטישער פירער פון לב טהור און איז אינטער שווערע קלאגעס.

בסך הכל האבן די געטרייע עסקנים באוויזן ארויסצוראטעווען די וואך 4 נפשות פון לב טהור: דוב בער מלכא, זיין ווייב, זייער קינד,און היינט מתתיהו פרץ מלכא.

אזוי אויך האט מען געמאכט גאר שטארקע פארשריט די וואך מיט די קעיס'עס פון נאך עטליכע בחורים אין די שעלטער, און מען זעט בס''ד אז זיי זאלן באפרייט ווערן בקרוב.

אין אנדערע נייעס האט יעקב נחום וויינגארטנ'ס משפחה געקעמפט אין געריכט צוריקצובאקומען די קינדער צו לב טהור, און עס איז ב''ה דורכגעפאלן.
ער איז א ברודער מיט די לאקאלע לב טהור סעמי-סימפאטיקער?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6889

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הודו לה' כי טוב. א יישר כח פאר דיינע גוטע בשורות!

וואס מיט אייך גייט פאר ווייס איך נישט. וועט עס ביי מיר בלייבן א מיסטעריע אויף דערווייל.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:33 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 9:48 pm חסדי השם כי לא תמנו!
די ערשטע בחור'ל צו באפרייט ווערן פון די שעלטער ווי עס געפינען זיך 13 איינגעשפארטע בחורים'לעך און לב טהור קעמפט מיט ציין און נעגל מ'זאל זיי נישט ארויסלאזן פון דארט.
הב' מתתיהו פרץ מלכא נ''י איז היינט באפרייט געווארן פון די שעלטער, און פארשטייט זיך פון לב טהור. ער פארט קיין אמעריקע זיך פאראייניגן מיט זיינע איבריגע ברודער משפחת מלכא-קעניג. ער פארמאגט נאך איין איבערגעבליבענע ברודער אין לב טהור חיים צבי מלכא וועלעכע איז דער פאקטישער פירער פון לב טהור און איז אינטער שווערע קלאגעס.

בסך הכל האבן די געטרייע עסקנים באוויזן ארויסצוראטעווען די וואך 4 נפשות פון לב טהור: דוב בער מלכא, זיין ווייב, זייער קינד,און היינט מתתיהו פרץ מלכא.

אזוי אויך האט מען געמאכט גאר שטארקע פארשריט די וואך מיט די קעיס'עס פון נאך עטליכע בחורים אין די שעלטער, און מען זעט בס''ד אז זיי זאלן באפרייט ווערן בקרוב.

אין אנדערע נייעס האט יעקב נחום וויינגארטנ'ס משפחה געקעמפט אין געריכט צוריקצובאקומען די קינדער צו לב טהור, און עס איז ב''ה דורכגעפאלן.
ער איז א ברודער מיט די לאקאלע לב טהור סעמי-סימפאטיקער?
יא, אבער אנדערש ווי זיי האסט ער לב טהור צום טויט, אזוי ווי אלע אנדערע בחורים אין די שעלטער (ער האט אויך ברודער וועלעכע האסן לב טהור, אבער אויך ברודער וועלעכע זענען פון די מתעכבים, ווי נעכטן געשריבן).
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1666
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פיילס
IMG-20250410-WA0021.jpg
IMG-20250410-WA0024.jpg
IMG-20250410-WA0023.jpg
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1032

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ווער איז דער מיט די לב טהור קליידער?
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 12:37 am ווער איז דער מיט די לב טהור קליידער?
קוקט אויס ווי זייער טאטע וואס איז נאכאלס דארט אבער האלט זיך נאנט מיט די וואס פארלאזן דאס מקום

ער דארף צו זיין פון די ערשטע מיטגעלידער פון די חבריא ער האט זיך מדבק געווען נאך אין ירושלים...
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1032

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ער איז נאך א בחור אדער שוין חתונה געהאט?
געווענליך ביי אזא יארגאנג איז מען שוין אין לב טהור חתונה געהאט
און אויב יא וואס איז מיט זיין משפחה?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9879

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 12:07 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:33 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 9:48 pm חסדי השם כי לא תמנו!
די ערשטע בחור'ל צו באפרייט ווערן פון די שעלטער ווי עס געפינען זיך 13 איינגעשפארטע בחורים'לעך און לב טהור קעמפט מיט ציין און נעגל מ'זאל זיי נישט ארויסלאזן פון דארט.
הב' מתתיהו פרץ מלכא נ''י איז היינט באפרייט געווארן פון די שעלטער, און פארשטייט זיך פון לב טהור. ער פארט קיין אמעריקע זיך פאראייניגן מיט זיינע איבריגע ברודער משפחת מלכא-קעניג. ער פארמאגט נאך איין איבערגעבליבענע ברודער אין לב טהור חיים צבי מלכא וועלעכע איז דער פאקטישער פירער פון לב טהור און איז אינטער שווערע קלאגעס.

בסך הכל האבן די געטרייע עסקנים באוויזן ארויסצוראטעווען די וואך 4 נפשות פון לב טהור: דוב בער מלכא, זיין ווייב, זייער קינד,און היינט מתתיהו פרץ מלכא.

אזוי אויך האט מען געמאכט גאר שטארקע פארשריט די וואך מיט די קעיס'עס פון נאך עטליכע בחורים אין די שעלטער, און מען זעט בס''ד אז זיי זאלן באפרייט ווערן בקרוב.

אין אנדערע נייעס האט יעקב נחום וויינגארטנ'ס משפחה געקעמפט אין געריכט צוריקצובאקומען די קינדער צו לב טהור, און עס איז ב''ה דורכגעפאלן.
ער איז א ברודער מיט די לאקאלע לב טהור סעמי-סימפאטיקער?
יא, אבער אנדערש ווי זיי האסט ער לב טהור צום טויט, אזוי ווי אלע אנדערע בחורים אין די שעלטער (ער האט אויך ברודער וועלעכע האסן לב טהור, אבער אויך ברודער וועלעכע זענען פון די מתעכבים, ווי נעכטן געשריבן).
אויב גייט ער צו די מתעכבים איז א שאד די פרייד. אן קיין צווייפל, א שאד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 1:33 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 12:07 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:33 pm

ער איז א ברודער מיט די לאקאלע לב טהור סעמי-סימפאטיקער?
יא, אבער אנדערש ווי זיי האסט ער לב טהור צום טויט, אזוי ווי אלע אנדערע בחורים אין די שעלטער (ער האט אויך ברודער וועלעכע האסן לב טהור, אבער אויך ברודער וועלעכע זענען פון די מתעכבים, ווי נעכטן געשריבן).
אויב גייט ער צו די מתעכבים איז א שאד די פרייד. אן קיין צווייפל, א שאד.
ער גייט נישט צו זיי, ווייל ער האסט לב טהור פונקט ווי דיין זיידע האט געהאסט די נאציס
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 1:02 am ער איז נאך א בחור אדער שוין חתונה געהאט?
געווענליך ביי אזא יארגאנג איז מען שוין אין לב טהור חתונה געהאט
און אויב יא וואס איז מיט זיין משפחה?
שוין חתונה געהאט, זיין ווייב איז פון די בעליזע 8 פרויען
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 315

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

גארנישט האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,
מען רעדט אסאך איבער די רשעות פון לב טהור בנוגע די נישט עסן מיטן תירוץ פון כשרות, מען האט אסאך טענות איבער די לבוש, וכו' וכו', פארשידענע זאכן וואס זיי זאגן בשם אידישקייט,
איז דא דא א הייקעלע נקודה, זענען זיי דען נישט גערעכט אז עס זענען דא פראבלעמען מיט די פלייש, פעלט דען אידן אין וויליאמסבורג און אין בורו פארק וואס עסן נישט קיין טשיקען? פעלן דען רבנים וואס האלטן אז די טשיקען איז ממש פראבלעמאטיש? און בהמה פלייש עסט מען דאך נישט אין קאשוי אליינס (וואס זיי זענען בעצם די וואס פירן יעצט די מערכה בעיקר), ר' טודרוס זילבער שליט''א לעבט לכאו' אקוראט אויף די דייעט פון לב טהור, ער עסט נישט קיין פלייש נישט קיין אייער נישט קיין מילכיגס וכו',
פראבלעמן מיט די מילך פעלן אויכעט נישט, (איר וועט אפשר זיין שאקירט צו הערן אז די ליבעראלע ר' הרשל שכטר טרינקט נישט קיין מילך פאר די לעצטע 20 יאר, עס איז דא דערביי אן ערנסטע פראבלעם מיט טריפות תערובות מין במינו ואכמלה''ב).
און אויב זענען דא פראבלעמען אין די פלייש איז דאך די אייער אויכעט פראבלעמאטיש,
און וויפיל שאלות פון בישול עכו''ם קען זיך מאכן ביי יעדע קעיטערינג, און עס זענען דא מערערע אידן וואס עסן נאר היימיש,
וויין אויב איז מען חושש צו ראיית עכו''ם אזויווי עס שטייט אין של''ה איז אויכעט דא א שטארקע מקום נישט צו טרינקען פון דרויסן, ווי אויכעט איז מקובל פון צדיקים אז עס איז משפיע אויף דער וואס טרינקט די וויין די ערליכקייט פונעם פאברעצירער.
און מער ווי דעם, - עס זענען דא גאנצעטע קהילות קדושות בישראל וואס זייערע חומרות אין כשרות זענען האר אויפשטעלנד, לדוגמא די חזונשיניקים אין בני ברק עסן נאר וואס זיי מאכן אליינס און ווען זיי מאכן חתונה איז דא איין דעזעגנירטע זאל ווי זיי אלע מאכן חתונה, און זיי האבן א הסכם אז מען לאזט זיי ברענגן זייערע אייגענע טעפ און די היימישע מענטשן קאכן אפ די סעודה פאר די גאנצע חתונה! און אפי' דערנאך וועלן אלס זיין די וואס עסן נאר פון זיי אליינס ממש (און די ווערטל לויפט אז מען רופט אויס פאר די סעודה די קוגל אויף די רעכטע זייט איז פון באבע ברעטלער אויף די לינקע זייט איז פון באבע פויזן, אז די משפחות זאלן קענען עסן נאר די אייגענע), - וויין מאכט אויכעט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב, - בעפאר מען עסט סיי וואס מעשר'ט מען איבער (אפי' זאכן וואס קומען אמעריקא.. אלס חשש אז אפשר איז דארט אריינגעמישט עפעס פון ארץ ישראל), - זיי ניצן נישט שבת די וואסער פון די סינקס (אזוי ווי אנדערע ניצן נישט קיין עלעקטעריק), און דאס אלעס גייט אן ווי אימער מען געפינט זיך נאר, אריינגערעכנט ווען מען פארט אוועק ארגעץ וועט מען אלעס מיטנעמען (און אנשעפן פאר שבת עטליכע גאלן וואסער), איך קען א איד וואס איז ל''ע געווען אין אמעריקא אויף צרכי רפואה און ער האט אלעס מיטגעשלעפט פאר עטליכע וואכן.
נאך א דוגמא דער סטריקוב'ער רבי פון בני ברק מאכט זיין אייגענע שחיטה פאר אלע זיינע קינדער אייניקלעך און איראייניקלעך, ער עסט נישט קיין טשיקען און נישט קיין בהמה בלויז טערקי,
מען האט פריער חוזק געמאכט פון די באקן מצות אין לב טהור, איר ווייסט וויאזוי עס זעט אויס א מצות באקן אין בריסק? וויפיל קולות וברקים עס גייט דארט פאר, מען קומט אריין מען דרייט איבער די גאנצע פלאץ וכו', עפעס א תמים פון גוואטאמלא האט פריער געפרעגט וויפיל עס קאסט א פונט מצות עבודת יד להוי ידוע א בריסקע חבורה קאסט הונדרעט דאללער א פונט!!
פארוואס איז דאס אלעס מדריגות און לגבי לב טהור רשעות? ווייל זיי זענען נאך פרומער? נו אדרבה אשריהם מה טוב חלקם!

די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
א פשוט'ע תירוץ, ווייל הלכה איז הלכה, אויב האבן די גדולי הפוסקים גע'פסק'ענט ס'איז כשר איז עס כשר, כחה דהיתרה, פסל'ן איז זייער גרינג צו פסל'ן אלעס, אויב ווילסטו זיין פרום, ווי פיל גרויסע גדולי הדורות אויב האט זיך געמאכט א שאלה האבן זיי געסטאפט צו עסן, נישט ווייל ס'איז נישט כשר, ס'איז געווען מחמת קדושה וטהרה ופרישות!

נקוט כלל זה בידך: זיי האבן אבער נישט ארויף געלייגט זייער פרישות אויף זייער שטוב מענטשן!!! הרה"צ הגאון ר' טודרוס זילבער האט געלאזט עסן זיין רעבעצן און זיינע תלמידים אלעס וואס איז כשר, און מיט א גוטע השגחה פארשטייט זיך, יאכלו ענווים וישבעו האט ער געזאגט, אז די פייניגסט דיינע ארומיגע איז עס רשעות און רציחה שאין כמוה, דערנאך איז מען עובר אויף אסאך ערגערע עבירות!

פרויען און קינדער און די המון עם זענען פטור פון די אלע פרישות מנהגים, פינטל,
און אפילו איינער וויל זיך נוהג זיין בפרישות מוז עס זיין אן אמת'ע גדול, ווייל אז נישט זאגן אויף אים חז"ל הארבע ווערטער

ס'איז דא א אלטע מאמר צדיקים, פרו"ם איז ראשי תיבות פיה"ל רשעו"ת ווייני"ג מצו"ת.

די אלע פאני מנהגים וועסטו נאר זעהן ביי בעלי תשובה וואס האבן נישט געהאט קיין מסורה ווי אזוי זיך צו פירן, און האבן נישט קיין הכנעה צו די גדולי פוסקי הדור

כ'קען דא אויסרעכענען כמה צדיקים פון דעם דור וואס זענען שוין נישט דא, זיי האבן נישט געגעסן פלייש אדער מילכיגס וכו' אבער זייערע תלמידים האבן זיי נישט געזאגט א זוז כל שהוא דערוועגן, אדרבה געטיילט מיט א ברייטע הענט יעדער זאל האבן, אבער אויף דער מנהיג פון לב ט' איז געווען באוויסט פאר אונז מאנטריאלע אידן אז זיין עולם הינגערט און ער פלעגט באקומען שיפמענטס פון די (שוואכע) רעסטוראנטען אין מאנטריאל...!!! (אפשר איז עס געגאנגען פאר זיין רעביצין וואס ער האט דערנאך פארטריבן.... :twisted: מיט חרמות און בושות, נאכן זיין א שטיק צייט אין חרם, זאג ביי וועלעכע גדולי הדור האסטו געזעהן אזא שלום בית.... דאס איז געווען די יסוד אין אידישקייט! קדושה איז די ערשטע זאך!
נעמט א טייל אין די קאמפיין פון מיין פריינט
איין צדקה, צוויי פאר אויגן!
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 315

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:48 am
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 2:04 am ביטע אויב קען על פי תורה ארויף קומען מסביר זיין וואס עס איז געווען היינט ווען לב טמא האט צוריק באקומען א משפּחה
א דאנק
ביז @על פי תורה קומט אריין וועל איך זאגן וואס איך פארשטיי אז די פארשוינען וואס זענען גרייט צו געבן פולע קאסטעדי פאר א גויאישע משפחה וועלכע נעמען אריין די קליינע קינדער צו זיך אינדערהיים און שיקן אין א גויאישע שולע, די קענען ארויסנעמען די קינדער אן די עסקנים. און נעבעך עס איז ליידער דא ווער עס טוט עס. אבער עס איז א מיעוט לויט ווי איך פארשטיי.
פארוואס זאלן די גוים קענען באשטיין צו נעמען קאסטעדי?
נעמט א טייל אין די קאמפיין פון מיין פריינט
איין צדקה, צוויי פאר אויגן!
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 315

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

זכריה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:31 am שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
כת ש"ץ ימ"ש האט זיך אויך געשמאדט, ס'איז אבער א גרויסער צער פאר כלל ישראל און בפרט פאר די היימישע משפחה
נעמט א טייל אין די קאמפיין פון מיין פריינט
איין צדקה, צוויי פאר אויגן!
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 612

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:46 pm טייכמאן איז געפארן אינאיינעם מיט ר' שמעון פאזען, ר' עזרא משה כיירא, און ר' אברהם בראווער
דאס איז שוין איינס פון עטליכע נסיעות וואס די עסקנים האבן אדורכגעפירט צו ברענגן צרכי יום טוב
"טייכמאן מיט ר' שמעון פאזען וכו'...

אנטשולדיגט, דער "טייכמאן" איז עפעס דיין חבר? - אים גיבסטו נישט קיין ר'? - עפעס דרך-ארץ פאר א איד וואס טוט זיך אויס דאס העמד פאר א איד, לאזט אפ דאס גאנצע שטוב אום ערב-פסח און שטרעקט אויס דאס האלדז פאר אידישע קינדער.

איך בין מוחה און איך פארלאנג פון דיר צו פארריכטן די תגובה ווי פריער. אויב נישט וועל איך דאס באריכטן צו די הנהלה.

מיר האט מער געבאדערט די טיטול אויף הגאון הצדיק רבי עזרא משה כאירה שליט"א א רב און מורה הוראה, א דיין בק"ק סאטמאר, א ממית באהלו של תורה יומם ולילה, ער פארדינט עפעס שענער'ס...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 3:32 am

ריכטיג, איך פארעכט עס אויך.
מסירת מודעה
ביטע פארשטיין: איך נעם נישט קיין אחריות צו ריספאנדן צו יעדע אישי
אויב עס איז וויכטיג, רופט מיר אויפן טעלעפאן, ייש''כ.
העלפן א איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

@כבוד מלכים עס איז זייער גוט אז ער באדערט. כבוד תלמיד חכם דארף ברענען

אבער געדענק אז די עסקנים ארבעטן מיט אים טאג טעגליך און ווען זיי שרייבן דא שרייבן זיי סטרעיט פון הארץ און נישט פראפעסיאנאל

און מען קען זען וואספארא עסקנים מיר האבן דא אז ס'פאסט זיי צוריקצוציען און מודה זיין אין פאבליק
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
מחודש
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:28 pm
x 47

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מחודש »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:46 pm טייכמאן איז געפארן אינאיינעם מיט ר' שמעון פאזען, ר' עזרא משה כיירא, און ר' אברהם בראווער
דאס איז שוין איינס פון עטליכע נסיעות וואס די עסקנים האבן אדורכגעפירט צו ברענגן צרכי יום טוב
"טייכמאן מיט ר' שמעון פאזען וכו'...

אנטשולדיגט, דער "טייכמאן" איז עפעס דיין חבר? - אים גיבסטו נישט קיין ר'? - עפעס דרך-ארץ פאר א איד וואס טוט זיך אויס דאס העמד פאר א איד, לאזט אפ דאס גאנצע שטוב אום ערב-פסח און שטרעקט אויס דאס האלדז פאר אידישע קינדער.

איך בין מוחה און איך פארלאנג פון דיר צו פארריכטן די תגובה ווי פריער. אויב נישט וועל איך דאס באריכטן צו די הנהלה.
איך האב הנאה פון דיינע פארלאנגען, אפשר איז ער זיין חבר, אדער גאר דער שרייבער אליין'ס? די גאנצע רבי'ןען איז גאנץ א נייע זאך מען פלעגט בכלל נישט אזוי מקפיד זיין אויף א טיטעל וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס, קען זיין איך בין wrong אפשר גיבסטו א שמועס איבער די מקור פון רופן יעדן מיט א ר', איך פארלאנג נישט
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 496

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חנן »

מחודש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 12:44 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:46 pm טייכמאן איז געפארן אינאיינעם מיט ר' שמעון פאזען, ר' עזרא משה כיירא, און ר' אברהם בראווער
דאס איז שוין איינס פון עטליכע נסיעות וואס די עסקנים האבן אדורכגעפירט צו ברענגן צרכי יום טוב
"טייכמאן מיט ר' שמעון פאזען וכו'...

אנטשולדיגט, דער "טייכמאן" איז עפעס דיין חבר? - אים גיבסטו נישט קיין ר'? - עפעס דרך-ארץ פאר א איד וואס טוט זיך אויס דאס העמד פאר א איד, לאזט אפ דאס גאנצע שטוב אום ערב-פסח און שטרעקט אויס דאס האלדז פאר אידישע קינדער.

איך בין מוחה און איך פארלאנג פון דיר צו פארריכטן די תגובה ווי פריער. אויב נישט וועל איך דאס באריכטן צו די הנהלה.
איך האב הנאה פון דיינע פארלאנגען, אפשר איז ער זיין חבר, אדער גאר דער שרייבער אליין'ס? די גאנצע רבי'ןען איז גאנץ א נייע זאך מען פלעגט בכלל נישט אזוי מקפיד זיין אויף א טיטעל וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס, קען זיין איך בין wrong אפשר גיבסטו א שמועס איבער די מקור פון רופן יעדן מיט א ר', איך פארלאנג נישט
פאר אלע וואס האבן נישט פארשטאנען וואס ליגט אונטער ר' שמואל'ס מאדנער פאוסט: איר האט געדארפט מיטהאלטן דעם שמועס פון אנהויב. די צוויי קענען זיך פערזענליך. יא, פון גווטאמאלא...
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1032

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

וואס איז געבליבן מיט פסח אין גוואטעמאלע די געריכט האט שוין גע'פסק'נט?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1128
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 11460

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 1:46 pm וואס איז געבליבן מיט פסח אין גוואטעמאלע די געריכט האט שוין גע'פסק'נט?
נאכנישט

שרייב פאוסט