קרעדיט @משה יצחקי
איך האב באקומען פון איינעם די מעסעדזש, איך מיין ס’איז זייער פאוערפאל, איז וויל איך עס מיטטיילן מיט מיינע פריינד דא אויפן וועלטל.
(ס’איז א געמיש פון פארשידענע נקודות, אבער שטארק ווי אייזן.)
_____________________________
דיין שווערע דזשאב, איז די חלום פון יעדע ארבעטסלאזע מאן.
דיין ביליגע הייזקע, איז די חלום פון יעדע היימלאזע פערזאן.
דיין שלעכטע טאטע/מאמע, איז די חלום פון יעדע יתום.
דיין האלבע שמייכל, איז די חלום פון יעדע דעפרעסטע מענטש.
דיין שוואכע געזונט צושטאנד, איז די חלום פון יעדע קראנקע נשמה.
דיין צער גידל בנים, איז די חלום פון יעדע קינדערלאזע מאן און ווייב.
דיין אומדערטרעגליכע שוויגער, איז די חלום פון יעדע אלטע בחור.
לאז נישט דיינע שווערע דורכגענג דיך מאכן פארגעסן פון דיינע מעלות מיט וואס דו ביסט געבענטשט געווארן.
זיי ווער דו ביסט. דאס איז די ערשטע טריט וואס דו דארפסט נעמען צו קענען ווערן בעסער ווי דו ביסט.
צו האבן גוטע זכרונות מארגן, דארפסטו טון גוטע מעשים היינט.
איר זיצט רואיג אויפן באס ווען איר קענט ניטאמאל דעם שאפער.
איר פליעט רואיג אויפן עראפלאן ווען איר קענט ניטאמאל דעם פילאט.
איר פארט רואיג אין א שיפל ווען איר קענט ניטאמאל דעם קאפיטאן.
אויב אזוי קענט איר זיין רואיג אין לעבן וויסנדיג אז גאט איז דער וואס האט אלעס אונטער קאנטראל.
פרעג זיך אליינס, וועט דאס וואס איך טוה היינט מיך צוברענגען נענטער צו וואס איך וויל זיין מארגן?
פאר די קוקסט אריין וואס גייט פאר אינעם ווייסן הויז, בליק אריין וואס גייט פאר מיט דיין אייגן הויז.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
צייט וואס די ענדשויסט צו פארברענען איז נישט קיין פארברענטע צייט.
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך.
איך גלייך נארמאלע, און איך גלייך נישט נארמאלע, אבער איך גלייך נישט, נארמאלע וועלכע שטעלן זיך ארויס אלץ נישט נארמאלע.
קלוג קען זיין א יעדער, קלוגער דאס קען שוין נישט א יעדער.
“די קוראדזש פון אנהייבן איז שטערקער פון די רצון צו ענדיגן”.
זאלסט אייביג געדענקען: א מיסטעיק איז א 'געשעעניש' נישט קיין 'מענטש'
שטארק!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1924
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3432
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4833
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14416
Re: שטארק!!
שטארק!
שכח פארן צוברענגען.
שכח פארן צוברענגען.
Re: שטארק!
זייער שטארק, איינס ביי איינס.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: שטארק!
@פשוט און גראד ,
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1647
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6321
Re: שטארק!
שטארק!
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך.